לאמיר רעדן תכלית
שוי געהערט אלעס איבער קאראנע, ווערטלעך, אנשרעקענישן און בארואיגן,
אבער תכלית וואס טוט מען, למעשה זענען מיר איינגשעפארט אינדערהיים מיט די קינדער אויפן קאפ און אונטער די פיס.
איך האב שוין געטרייט אלעס
קאלירן און מאלן,
שפילן און פייטן,
שרייען און לאכן,
לערנען און נישט לערנען,
אריינגיין און ארויס גיין,
קלינען און שמוציג מאכן און נאכאמאל קלינען.
איך זעה מיר נאך צוויי טעג אז אויב דאס ציהט אן נאך איין טאג גיי איך... איך ווייס אליין נישט, ווייל איך האב שוין אלעס געטוהן, אויך אראפ פון זינען, צוריק ארויף און נאכאמאל אראפ.
איך פראביר טראכן פון א למעשהדיגע פלאן, איך קען אבער נישט אויפקומען מיט עפעס ממשות׳דיג.
מאכן א שיעור מיט מיין אינגל אין משניות און ענדיגן א מסכתא ביז די קריזיס ענדיגט זיך, א גוטע איידיע פאר 5 מינוט אויפן זייגער.
שפילן מיט דער קליינער איז גוט פאר 3 מינוט.
פארשפילן די קינדער העלפט נאר 1 מינוט.
תכלית למעשה ווער קען אויפקומען מיט א געוויסע פלאן, עפעס א איידיע וואס מ׳קען אנהייבן ארבעטן צו דאס דעוועלעפן אויף א געוויסע מהלך.
אבער ערנסט גערעדט.

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!