געליינט די ארטיקל, איך מיין עס איז נישט פראפעשינעל פאר א נייעס וועבזייטל צו מאכן אזא מצב אן רעדן צו קיין שום זייט. גענומען א סאשעל מידיע פאוסט און אויפגעבלאזן.
איך לייקן נישט די געשיכטע, אבער ווען איך גיי אריין צו א וועבזייטל וואס ברענגט מיר אמת'ע נייעס וויל איך ליינען אז זיי האבן א גוטע מקור, נישט ווי דא ווי זיי שרייבן אז זיי האבן נישט גערעדט צו קיינעם
זעהט אויס אז ס'פעהלט פרטים, פארוואס פונקט דא לאזט מען קיינעם נישט צו מער ווי ביי אנדערע מענטשן?
האסט בכלל געליינט וואס ער שרייבט?
לויט ווי ער זאגט איז די מעשה געווען אז טראץ וואס אפיציעל האבן זיי שוין געטוישט די רולס צו לאזן באזוכער ביינאכט, האבן זיי אין פאקט אבער ווייטער נישט געלאזט קומען, "קיינעם נישט" - נישט נאר די משפחה.
איז די משפחה געגאנגען און פארלאנגט אז מ'זאל זיי יא לאזן קומען אזויווי די אפיציעלע רעגולאציעס לויטעט, זענען זיי געווארן ברוגז און געטון וואס זיי האבן געטון.
כ'ווייס נישט וואס די פרטים זענען באמת, כ'זאג נאר אז לויט זיין ווערסיע איז די קשיא נישט קיין קשיא.
To the left, diversity means everyone says the same thing but looks different. On the right, diversity means people who have different ideas on different topics
אין א שאקירנדע און אויפברויזנדע אנטוויקלונג, האט זיך די מאונט סיני שטאב געשטעלט אין די לענג און די ברייט נישט צו צו לאזן די פאמיליע פון א חרדי'שער פאציענט צו אים, און האבן - לויט שמועות - זאגאר אויסגעלאשן זיין וועלטעב טאבלעט. די לעצטיגע גיידענס פון די רעגירונג ערלויבט שפיטעלער צו מאכן א אויסנאם און פארבאטן צוטריט צו פאציענטן אויב זיי האלטן דאס פאר וויכטיג, אבער אונטער דרוק פון עסקנים האט די סטעיט אנגעהויבן צו נאכקוקן פון דער נאנט אזאלכע סארט אויסנאם קעיסעס צו פארזיכערן עס ווערט נישט אביוזט דורך די שפיטעלער. ווען די משפחה האט געזען וואס גייט פאר האבן זיי איינגעגעבן א פארלאנג צו טראנספערירן דעם פאציענט קיין קליוולאנד, אבער א מאונט סיני דאקטאר האט דאס געשטערט אויף דערווייל.
נישט נארמאל וואס דא גייט פאר. א מין גאות האט באפאלן די דוקטורים...
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP
באריכטן אז נאך איבערמידליכע ארבעט פון עסקנים אין לענאקס היל שפיטאל, איז די פאציענט וועלכע איז געווען אין מאונט סייניי, און די פאמיליע איז אויסגעשטאנען שווערע פראבלעמען, אריבערגעפירט געווארן דעם שבת נאכמיטאג קיין לענאקס. דאס קומט נאך וואס שפיטעלער אין די ניו יארקער אומגעגנט האט נישט געוואלט אננעמען דעם פאציענט צוליב די שטורעם וואס איז אנטשטאנען.
קרעדיט: אידישליך
ב''ה מאנט סיני אין אנדערע שפיטעלער האט געמאלדן אז זיי האבען אן אריינלאזען אין שפיטעלער - לויט ווי ר' נפתלי משה אינדיג גיבט איבער Major Break through! After today’s meetings with WJCC leaders and Hospitals, Mount Sinai Hospital along with other big hospitals like Cornell, and NYU will allow their patients to be visited by families freely just like before covid B"H.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
דעיס איז די רעזלוטס פין יארען עסקנות אין די לעצטע שטאפעל איז געווען ביי די מיטינג צווישן די גווארערנס'ס אפיס, די העלט דעפארטמענט אין היימישע עסקנים צוגעשטעט דורך סאטמאר רעביצין (מהר''א)