מומחה יוחס האט געשריבן: דער גארליצער רב האט אמאהל געטראפן דער קרייזער רב זי"ע אין מען האט געשמיעסט ווי דער עולם איז מקיל אין זאגן תחנון האט דער גארליצער רב געגעבן אזאג אז דער טאטע דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אויסגעוועלט א חודש וואס מען זאגט סיי ווי נישט קיין תחנון ד"ה חודש ניסן וואס כידוע איז דער יא"צ כ"ה ניסן אין דער קרייזער רב האט מסכים געוועהן צו דעם אין אינסערסטאנט אז דער גארליצער רב איז נסתלק געווארן ראש חודש אדר אין דער דער קרייזער רב ראש חודש אב וואס מען זאגט ממילא נישט קיין תחנון .
לגבי דער ערשטער באבובער רב זי"ע האב איך נישט געהערט קיין קשר בנוגע תחנון נאר לגבי אן אנדערע ענין וואס כ'וועל נאך שרייבן אבער וואס יא אז דער לעצטער בארומטער באבובער רב ר' שלמה זצ"ל פלעגט כסדר דערציילען דער אובן דערמאנטע סיפור מיט א ספעציעלע חן אין איסטאנט אז ער איז אויך נסתלק געווארן ראש חודש אב תש"ס כידוע .
הרה"ק מבאבוב איז געזעצען טאקע ביי יענער חבורה קדושה און געשמועסט צוזאמען...