צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איינער האט מיך לעצטנס געפערליך בא'עולה'ט, און ווען עס איז מיר געליגן אויפ'ן הארץ האב איך מיך שטארק אויסגערעדט פאר עטליכע חברים, היות עס איז מיר געליגן אין קאפ אז לצורך דאגה בלב איש מעג מען זיך אויסרעדן און עס גייט נישט אן די איסור פון לשון הרע.

למעשה האב איך חרטה געהאט פאר'ן עובר זיין אויף די געפערליכע איסור פון לשון הרע, און איך וויל וויסן צו עס איז טאקע דא אזא הלכה אז לצורך דאגה בלב איש מעג מען זיך אויסרעדן פאר א צווייטן אפילו דאס איז לשון הרע.

איינער האט עפעס מער ידיעות אין די נושא?

און סתם אזוי איז שייך איבערצובעטן יענעם? אדער בעסער זאל איך אים נישט פארציילן אז איך האב גערעדט אויף אים, איך וויל אים גראדע זאגן אז איך האב גערעדט אויף אים, אזוי האב איך נאך א געלעגנהייט אים אנצולערנען און פארציילן ווי שטארק איך בין געווען ברוגז אויף אים.....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע:אין קעניגס פאלאץ

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער חכם »

דאס איז זיכער אז אויב האט יענער נישט געהאט קיין שאדן פון דיין רעדן טארסטו אים נישט דערציילן. נישט מען דארף נישט, נאר מען טאר נישט, טאקע פארדעם וויבאלד די גייסט אים ווייטון. און לגבי בין אדם לחבירו האסטו אים נישט שאדן געמאכט ממילא איז נאר דא בין אדם למקום.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

לתועלת מעג מען רעדן לשון הרע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע:אין קעניגס פאלאץ

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסער חכם »

פעיק נוז האט געשריבן: לתועלת מעג מען רעדן לשון הרע.

ביטע לערן אדורך אין חפץ חיים די אלע גאר שווערע תנאים פון לתועלת און נאכדעם וועסטו שוין נישט ארויסקומען מיט אזא גלייכגילטיקייט
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הרה''ק מפיאסעצנא שרייבט אן עצה צו שרייבן אויף א פאפיר אלע תערומות מיט די ערגסטע לשונות, און צורייסן.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דא רירט מען אן די נושא פון זיך אויסרעדן פאר די אייגענע ווייב אדער נאנטע חבר, לצורך זיך אויסצורעדן די הארץ. אויב מ'מעג אדער נישט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרויסער חכם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן: לתועלת מעג מען רעדן לשון הרע.

ביטע לערן אדורך אין חפץ חיים די אלע גאר שווערע תנאים פון לתועלת און נאכדעם וועסטו שוין נישט ארויסקומען מיט אזא גלייכגילטיקייט

איך האב דען עפעס געזאגט? איך זאג בלויז אז לתועלת מעג מען רעדן לשון הרע. אויב איר ווילט קענט איר אריינקומען מיט די תנאים פון לתועלת.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יישר כח פאר אלע שרייבער'ס דא. און בעיקר פאר די לינק פון אוצר החכמה ווי עס איז דא אסאך ידיעות אין די נושא.

איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז עס איז דא א בריוו פון ר' יענק'לע מפשעווארסק ווי ער רירט אן די נושא, אבער ער ווייסט נישט מער פרטים. איינער ווייסט עפעס מער?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבה בחור »

אינטערסאנט, פונקט נעכטן האב איך געהערט א שיעור פון הר"ר שלמה רובין (כ'געדענק נישט וועלכע, ס'ליגט אויף מיין USB אין קאר, ס'איז פון זיינע שיעורים אין ישיבה פאר די בחורים) ווי ער זאגט אזוי בדרך אגב, אז אויב למשל דארפסט פשוט אויסרעדן דיין הארץ מעג מען רעדן לשון הרע, דער אויסהערער טאר עס נאר נישט מקבל זיין, ער דארף טראכטן אז ער הערט דיר אויס צו לאזן אויסבלאזן דיין ווייטאג, אבער די מעשה איז מן הסתם נישט אמת, ביסט פשוט סענסיטיוו, און די גאנצע מעשה האט יענער בכלל נישט געמיינט וכדו'
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

טראק דרייווער האט געשריבן: יישר כח פאר אלע שרייבער'ס דא. און בעיקר פאר די לינק פון אוצר החכמה ווי עס איז דא אסאך ידיעות אין די נושא.

איינער האט מיר געשיקט אין אישי אז עס איז דא א בריוו פון ר' יענק'לע מפשעווארסק ווי ער רירט אן די נושא, אבער ער ווייסט נישט מער פרטים. איינער ווייסט עפעס מער?

יאפ, דא ספר פון מכתבים פון רבי איציקעל און רבי יענקעלע, מיין איך עס הייסט כתבי קודש. די מכתבים פון רבי יענקעלע דארט זענען צוקער זיס.

אין איין לענגערע מכתב (מיין אין חלק ב') ברענגט ער ארויס אז ווען עס קומט צו עבודת השם דארף מען אייביג קוקן וואס איז די רצון השם באמת יעצט. געט ער א משל דארט, אז עס קומען בחורים קומען צום שווער צו טישן און מלוה מלכה... קען זיך איינעם דאכטען ביטול תורה, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס וויל דער אייבערשטער. אזוי אויך היינטיגע צייטן ווען א מענטש עסט נישט געהעריג אדער פאסט מיינט ער טועט א מצוה אבער קען ווערן באשטראפט דערפאר. ענדיגט ער אז די זעלבע אויב א מענטש עפעס באדערט עם זייער אבער פארציילט נישט קיינעם צוליב לשון הרע.

איך שרייב נאר פון זכרון ארויס און מסתם נישט אזוי פונקטליך, און למעשה דארף מען סיי ווי פרעגן א מורה הוראה. אבער דער עצם רעיון איז זייער שיין ארויסגעברענגט אינעם בריוו. כידוע איז דאס אן אלטער כלל אין חסידות לא תעשון כן, און לפעמים להיפוך.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די עיקר געדאנק פון לשון הרע איז דאס בארעדן א צווייטן אויף א וועג אז דער צוהערער זאל אננעמען די רייד און זאל פון היינט אן באטראכטן דעם בארעדטן מיט א אנדערע נידריגערע בליק. די וואכעדיגע סדרה, דער מקור פון לשון הרע זעהט מען דאך דאס ביי מרים. די עבירה איז נישט געווען דאס דערציילן די פאקטן כמות שהם.

(מענטשן מיינען אסאך מאל אז סתם דערציילן א פאקט איז לשון הרע, און דערפאר אפילו ווען מען ווייסט עס שוין אין די גאס קוקן זיי עס אן ווי א "היתר". ולא הוא. דערציילן פאקטן אנע כוונה פון בארעדן יענעם איז לאו דוקא א עוולה. עס איז גראדע דא א פאל ווען דו זיצט אויף א סוד וואס קיינער ווייסט נישט, עפעס א שלעכטע זאך וואס יענער האט געטון, און דורך דיין דערציילן גייט דאך דאס ווערן מפורסם און יעצט וועט יעדער אים אנקוקן שלעכט, איז דאס אסור, אבער א זאך וואס מען ווייסט, מילתא דעבידא לגלויי לית בי' משום לישנא בישא), נאר אפילו נאכדעם וואס מען ווייסט דאס שוין טאר מען נאכאלס נישט מכוין זיין ביים דערציילן להעביר את הקול ולגלותו יותר, דאס איז דער עיקר האיסור פון לשון הרע, מכוין זיין צו בארעדן א איד.

ביי אהרן ומרים איז יתכן אז ביידע האבן שוין געוויסט דערפון (כאטש עפעס ליגט מיר אין קאפ האלבוועגס א מדרש וויאזוי מרים איז געוואויר געווארן איז משמע אז אהרן האט נישט געוויסט ביז מרים האט דאס דערציילט, אבער אין פסוק זעהט אויס זייער שטארק אז די עצם פאקטן איז געווען באוויסט, די פראבלעם איז געווען ותדבר 'ב'משה, דאס איז ממש טייטש בארעדן יענעם. עס איז געווען א גאנצע טענה ומענה, מען האט אים אזוי ווי אראפ געריסן דערפאר און זיכער געמאכט איינער מיטן אנדערן אז ביידע זעהן טאקע משה רבינו'ס אקט ווי אומאויסגעהאלטן. אטע דאס איז לשון הרע!

לכאורה לפי זה ווען מען בארעדט דעם אנדערן צו א צווייטן, און מען וויל דאך דער צוהערער זאל אננעמען דיינע רייד און מסכים זיין מיט דיר און זיין אויף דיין זייט, אבער למעשה איז דאך דאס ממש די פעולה פון לשון הרע! חוץ אויב דיין כוונה איז נאר אראפ צו געבן דיין עקספיריענס וויאזוי דו האסט עס געפילט (ווי דער קעפל איז זיך אויסרעדן דאס הארץ) און בכלל נישט אויף אראפ צו רייסן יענעם נאר פשוט דו פארשטייסט אים נישט וכו' וכו', איז דאן ממ"נ אויב איז עס באוויסטע זאכן איז עס עניוועי מותר ווייל דו ווילסט דאך אים נישט בארעדן דא און ווייטער אויב עס איז נישט קיין מילתא דעבידא לגלויי זעהט דאך אויס עס איז אסור דער עצם מגלה זיין - עכ"פ ווי לאנג יעדער וואס הערט דאס טייטשט דאס אויטאמאטיש אויס נעגאטיוו.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

כ'געדענק עפעס נאכזאגן פון רבי שלמה זלמן אויערבאך, אז א מאן מעג אויסהערן ווען זי באקלאגט זיך אויף אירע חבר'טעס וואס האבן איר ויי געטוהן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך קלער אז ווען דאס ווייב פארציילט פון ווייטאג אז שפרה האט אזוי און אזוי געטון, און דער מאן ווייסט אז עס הייבט זיך נישט אן, שפרה איז גארנישט דאס, ער ווייסט דאס פאר א פאקט. וויפיל מ'זאל אים זאגן "שפרה, שפרה, זי טוט דאס נישט גוט, און אזוי נישט גוט" ווייסט דער מאן אז לא דובים ולא יער. ביסט אנגעווייטאגט, ס'גוט. איז עס ממש נישט לשון הרע. פארוואס יא?

אויב ער שפירט ביי זיך אז עס גייט ממש גארנישט פארקלענערן די ווערד פון שפרה'ן, וואס איז די לשון הרע? איך רעד ווען מ'רעדט פון ווייטאג. לאמיר אריינטראכטן, וויפיל מאל ווייסט מען אליין, אז וואס יענער פארציילט דיך אויף יענעם איז סתם פון ווייטאג, אדער סתם א אומריכטיגע אויפנעם פון יענעמ'ס פעולה.

נישט נאר דאס, נאר שפעטער ווערט דאס ווייב גוט מיט שפרה, זעהסטעך קלאר אז ס'אלעס נאר געווען א אויסבלאז.

אגב מענין לענין באותו ענין, אז פאריגע וואך, פרשת בעהלותך, אין די לשון קדשו, האבעך פארשטאנען אז דער רבי זצ"ל האט אפגעלערנט אז דאס וואס אהרן הכהן האט גערעדט, איז געקומען ווייל ער האט זיך געוואונדערט צו ער דארף אויך זיין אויף דער דרגא. אזוי קוקט אויס דארט. שוין.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע:מחנה ישראל

Re: צו מעג מען רעדן לשון הרע כדי זיך אויסצורעדן דאס הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

גרויסער חכם האט געשריבן: דאס איז זיכער אז אויב האט יענער נישט געהאט קיין שאדן פון דיין רעדן טארסטו אים נישט דערציילן. נישט מען דארף נישט, נאר מען טאר נישט, טאקע פארדעם וויבאלד די גייסט אים ווייטון. און לגבי בין אדם לחבירו האסטו אים נישט שאדן געמאכט ממילא איז נאר דא בין אדם למקום.


איך מיין אז גייט אריין און די מחלוקה פון ר' ישראל סאלנטער מיטן חפץ חיים
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”