קידוש לבנה בתקופת קאראנא

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

קידוש לבנה בתקופת קאראנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

היינט ז' ניסן קען מען שויין מאכן קידוש לבנה,
נישט פארגעסן.
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

ספר אליהו רבה או"ח - סימן תרב
כתב בסוף ספר אורח חיים סיפר לי החסיד מהר"י מייזל"ש מעשה באחד שפגע בו כותים בלילה ורצו להרגו וביקש מהם שיניחנו לעשות מצוה אחת קודם מותו, והלבנה היתה בחידושה וקידשה בפניהם בכוונה גדולה, ונעשה לו נס כשדלג וקפץ שלוש פעמים כמנהג ונשאו הרוח וניצול מהם, גם שמעתי שמי שיקדש הלבנה מיום שיקדשה לא ידאג שימות באותו החודש מאותו היום ואילך, עד כאן.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3705
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

וואס טוט מען אויב מען זאגט עס ביחודות פאר וועם זאגט מען שלום עליכם?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

אחת ואחת האט געשריבן: וואס טוט מען אויב מען זאגט עס ביחודות פאר וועם זאגט מען שלום עליכם?

עס פעלט נישט אויס. די גאנצע זאך פון זאגן שלום עליכם, איז נאר וויבאלד מ'זאגט "תפול עליהם אימתה ופחד וכו'", אויף די גוים, ממילא זאגט מען פאר די ארומיגע "שלום עליכם", ענק מיינט מען נישט, פאר ענק זאל זיין פרידן, ממילא אויב איז נישטא קיינער ארום, איז דאך אוודאי גוט. (עיין בשו"ע, ותמצא נחת)
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

מוז מען עס זאגן אויפן גאס אינטערן הימל, אדער מען קען פון די פענסטער אויך?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3263
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פארדינט האט געשריבן: מוז מען עס זאגן אויפן גאס אינטערן הימל, אדער מען קען פון די פענסטער אויך?

שטייט אין שולחן ערוך סימן תכ"ו, אז מען זאל נישט זאגן קידוש לבנה אינטער א דאך, ועיי"ש במשנה ברורה (ס"ק כא) ומ"מ כ"ז הוא רק לכתחלה אבל מי שחושש באיזה מיחוש שלא יוכל לצאת לחוץ אי נמי שהמקום אינו נקי או ששרוי בין העכו"ם יקדש בביתו דרך חלון או פתח הפתוח נגד הלבנה:
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

יישר כח 'אביונה', למעשה האב איך עס געמאכט אויפן פארטש, ארויפגעצויגן די אונינג און אזוי געמאכט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ווער ס'האט א איבריגע לבנה צו בארגן פאר 5 מינוט, זאל אזוי גוט זיין עס אהערגעבן. ס'דוכצעמער אז די הימל איז נישט קלאר און כ'וויל היינט מאכן קידוש לבנה.
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ירנן האט געשריבן: ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

חוח בין השושנים האט געשריבן:

נאך פאר מעריב?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

nmi האט געשריבן:

נאך מעריב. סידעך שוין לאנג נאכט.

ס'נאך עכט דא מענטשן וואס דאווענען נישט מעריב פאר די 72? נישט געוואוסט.
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

מען מעג נישט?
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן: ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

חוח געלאכט
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן: ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

נאך מעריב. סידעך שוין לאנג נאכט.

ס'נאך עכט דא מענטשן וואס דאווענען נישט מעריב פאר די 72? נישט געוואוסט.

זעהטסעך אויס אזוי.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4018
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע:אין טשאלענט טאפ

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן: ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

און וואס איז דען דער פראבלעם צו מאכן קידוש לבנה פאר מעריב?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך ,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע:אויפן קאוטש

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

טשאלענט האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ירנן האט געשריבן: ס'איז ווינטיג אבער מען קען טרעפן א לבנה

יעצט געמאכט קידוש לבנה ברוב פאר והדר, ביחידות.

אה, ירננ'דל, דו האסט מיר אונטערגעווארפן די לבנה? א גרויסן ייש"כ!
ווען כ'האב עס אנגעכאפט טייט, האט זיך אפגעבראכן א קליין שטיקל לבנה, זיי מיר מוחל אז כ'געב דיר עס נישט צוריק אין 'מינט קאנדישאן'... ויהי רצון שימלא פגימת הלבנה.

נאך פאר מעריב?

און וואס איז דען דער פראבלעם צו מאכן קידוש לבנה פאר מעריב?

איינער זאגט אז ס'איז א פראבלעם? כ'האב פשוט געפרעגט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

קידוש לבנה דעם מוצ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

קידוש לבנה דעם מוצ"ש
די וועטער נביאים זאגן אז עס זעט אויס וועט נישט זיין קיין שיינע לבנה אין ניו יארק מוצאי יום הקדוש
איז שוין גלייכער צו מאכן קידוש לבנה מוצאי שב"ק שובה
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: קידוש לבנה דעם מוצ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

FREEDOM האט געשריבן: קידוש לבנה דעם מוצ"ש

א הערליכע לבנה געווען נעכטן ב"ה!

נאכא'מזל כאדער נישט געפאלגט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3705
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

נאכן זען אזויפיל אידען מאכן קידוש לבנה פאריגע וואך און מוצשב"ק בין איך שוין געווען באזארגט אויב איך וועל האבן מנין מוצאי יו"ט. ב"ה געווען א שיינע לבנה און אויך ברייט מנין, אבער מיין מנין איז געווען צו הונגעריג און איך האב נישט גערענט נאכיאגן האב איך געטאנצט טובים מאורות אליין.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: קידוש לבנה דעם מוצ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן: קידוש לבנה דעם מוצ"ש
די וועטער נביאים זאגן אז עס זעט אויס וועט נישט זיין קיין שיינע לבנה אין ניו יארק מוצאי יום הקדוש
איז שוין גלייכער צו מאכן קידוש לבנה מוצאי שב"ק שובה

א הערליכע לבנה געווען נעכטן ב"ה!

נאכא'מזל כאדער נישט געפאלגט...

כהאב מיך אויך נישט געפאלגט, נישט געזען א לבנהלה מוצ"ש אין ווילי
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: קידוש לבנה דעם מוצ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

FREEDOM האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן: קידוש לבנה דעם מוצ"ש
די וועטער נביאים זאגן אז עס זעט אויס וועט נישט זיין קיין שיינע לבנה אין ניו יארק מוצאי יום הקדוש
איז שוין גלייכער צו מאכן קידוש לבנה מוצאי שב"ק שובה

א הערליכע לבנה געווען נעכטן ב"ה!

נאכא'מזל כאדער נישט געפאלגט...

כהאב מיך אויך נישט געפאלגט, נישט געזען א לבנהלה מוצ"ש אין ווילי

יא געווען, געזעהן אידן מאכן קידוש לבנה.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 16126
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

די וועטער נביא זאגט אז עס גייט זיין פארוואלקענט די נעקסטע וואך, מאך יעצט קידוש לבנה
איר קויפט ביי עמעזאן ביטע גייט דורך מיין לינק
https://amzn.to/3XWkbTZ

https://www.referyourchasecard.com/21q/3BAHBAHZE2

You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

הרב_שלום האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:07 pm
די וועטער נביא זאגט אז עס גייט זיין פארוואלקענט די נעקסטע וואך, מאך יעצט קידוש לבנה
שכוח פארן מזכה זיין, גוטן חודש!

שלום עליכם עניוואן?

שלום עליכם צום אנדערן מאל!

שלום עליכם קריאה שלישית
וכל מאמינים שהוא לבדו הוא, הממליך מלכים ולו המלוכה
#פון_עהם_קען_מען_נישט_גנבנ'ען
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קידוש לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גימפעל האט געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 6:16 am
כתב בסוף ספר אורח חיים
ספר אור חדש כצ"ל
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”