ברוך דיין האמת (#2 מר"ח ניסן תש"פ) - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב
ברוך דיין האמת!
מיט צאפעלדיגע הערצער און א ביטער געפיהל נעמען מיר ליידער אויף די ביטערע בשורה אז א היימישע טייערע איד אין אוטרעמאנט איז ליידער געפאלן א קרבן צו די קאראנע וויירוס אין אינגן עלטער פון 67 יאר!
מו"ה אברהם יחיאל קרויס ע"ה
א איד וואס האט קוים דריי טאג צוריק געשמייכלט מיט אונז אלע, האט קוים נאך צוויי טעג נאכן זיך נישט גוט שפירן מיט קאראנע-וויירוס איז ער היינט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד ווי ער האט שפעטער ליידער אויסגעהויכערט די נשמה צום שאק פון די משפחה און נאנטע פריינט אן אפילו קענען זאגן שמע ישראל מיט די משפּחה!
זאל דאס שוין זיין די לעצטע קרבן! ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די!
בשורות טובות