אפיציעלע הונדערט טויזענט תגובות פייערונג אשכול...

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

אפיציעלע הונדערט טויזענט תגובות פייערונג אשכול...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

א ו מ ג ל ו י ב ל י ך , א ב ע ר ד א ך א י ז ע ס א פ א ק ט , ' ' ה י י מ י ש ע ק ר ע ט ש מ ע " א י ז א ז ו י ש נ ע ל א נ ג ע ק ו מ ע ן צ ו ה ו נ ד ע ר ט ט ו י ז ע נ ט ת ג ו ב ו ת . . . .
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מזל טוב ****************************************************מזל טוב
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16546
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מזל טוב מזל טוב.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

און קיין בילד איז נישט געעווען מעגליך צי כאפן?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36515
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ק וקטס נאר אהער דא
ר וב חסדו כי עשה
ע נדליך מ'האלט שוין דערביי
ט ויזענט מאל הונדערט אין די ריי
ש לום ושלוה איז וואר
מ סודר און שיין ביז גאר
ע רליך און אויסגעהאלטן ווי ס'פאסט פאר חסיד'ישע אידן

חזק ו ואמצו און זייטס צופרידן

מ ער און שענער ווי געפלאנט
א נטוישט איר זענט נישט געבליבן היינט
ה יימישע קרעטשמע האט שוין דערגרייכט

א הונדערט טויזענט תגובות מיט געמאכט
ל ויבן וועלן מיר דעם בורא דערפאר
פ יל חסדים ער האט געטאן אונזער האר
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אפיציעל! מאה אלפים ככר כסף..

מורי ורבותי..

ווער גייט אויפשטיין תחית המתים, פאר אזא אקעישען? און שרייבן א לענגס און א ברייטס ס'זאל געהערט ווערן ביז דדותינה..[יא וויכטיג? איך זאג עס גוט].

יענטאאש?
זארעכפעפער?
סאכדעס?
מעסטערמיינד?
ארענדאר?
בן הרחמן?
קרעזי?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אנדי האט פינקט געכאפט א פיקטשער , נא אנדי לייג עס דא ארויף
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די בילד
אטעטשמענטס
WOW.JPG
WOW.JPG (25.41 KiB) געזען 3107 מאל
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

ה עלא ענד וועלקאם עבאורד
ו ואס ווען וואו ווער האט דאס געגלייבט
נ ו, ארענדאר האסטוך נישט געראכטן אויף אזאנס
ד יי דיי דיי דיי באם באם באם בים בים טרא טרא טרא קלאטש קלאטש
ע ס האט זיך געלוינט אלע שוועריגקייטן זאג מיר אונז
ר עים ואהובים, ווי נעמט מען אזא ריעות אויפן אונטערנעט
ט אקע טויזענטער תגובות געשריבן על דרך ישראל סבא

ט ילע טילע של ידיעות בכל מכמני העולם געפינט זיך דא
ו ויפיל שעות אויף שעות פון די שענסטע שריפט איז שוין דא אריינגעלייגט געווארן
י עדער איינער וואס האט צוגעלייגט א האנט
ז אל זיין געבענטשט פון אויבן מיט אלעם גוטס
ע ס מוז אבער ארויסגעברענגט ווערן דאס
נ אבעלע ארבעט פון אונזער באלבאס ארענדאר
ט עצער געלט און טייכן שוויץ איז גארנישט קיין פראבלעם פאר אים

ת קומתו מגן לנו, היא מאירת עינינו
ג עלט און כח און טייערע צייט לאזט ער זיך קאסטן
ו וייל ער שאצט אפ דאס חשיבות פון אויפהאלטן דאס פלאץ
ב ריך רחמנא דיהיב לן ולא לה"פ
ו בזכות זה יוושע ככל מילי דמיטב ובכל אשר
ת פנה תצליח בכל דרכיו ונאמר אמן

מזל טוב!!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מ זל טוב
א סאך נחת
ה ויפענס לרוב

א דערגרייכונג
ל וסטיג לעבעדיג
פ ארן גאנצן דערפל

ת הלה לק-ל
ג ם אני מצטרף
ו שבח לארענדער
ב תוך רבים אהללנו
ו גם לרבות כל הניקים
ת חיו עד מאה ועשרים
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך קען נישט גראמען, איך קען נישט ראשי תיבות'ען, איך קען ניטאמאל שרייבען, עליך יוצא זיין מיט א יאנאש סטייל מזל טוב מזל טוב.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

גם אני עם אנדי. ווי איר האט זיך שוין איבערצייגט אין אנדערע גראמען אשכולות אז איך בין גאנץ א קנאפער תלמוד חכם דעראון, אלזא וועלמיר זיך באגניגן מיט א פשוטער מזל טוב.

מזל טוב היימישע קרעטשמע! מזל טוב מזל טוב!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע:נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

מזל טוב מזל טוב, יא מקען שוין זאגען ב"ה און א גוטע שעה, די ריכטיגע מינוט איז אנגעקומען, דער אייבערשטעל זאל אוודאי העלפען
אז פונקט ווי ביז אהער,
ער האט געהאלפן אז און הונדערט טויזענט תגובות איז געווען ממש איינעצעלנע פעלער וואס מען האט געברויכט מעורר זיין
אז דער תגובה באלאנגט נישט אהער בייינונז, דאס איז א געוואלדיגער קידוש ה',
אז און אזא צייט ווי אונז לעבן מיר היינט,על אף וואס מענטשן מעגן און האבען מיינונגס דיפערענצן,
איז דאס נישט שייך בכלל דא אינעם קרעטשמע,
דא שמועסט מען אויס ענינים, פון אלעם אין דער וועלט ממש,
יעדע נושא וואס א מענטש טראכט אז דאס מעג מען רעדען/טראכטן/שרייבן/מפרסם זיין, קען מען דא געפונען,

צו זאל דאס זיין פון לערנען צוויי הלכות א טאג וואס דאס א הבטחה צו עולם הבא, און ווי אויך ברכה און הצלחה, ועוד,
און צוגאב פון א גאנצן אוצר הספרים, פון אלץ און אלעמען,

צו זאל דאס זיין סיפורים אמיתים ונפלאים, פון אבותינו ורבותינו נבג"מ זי"ע ועי"א בייגעלייגט מיט בילדער וויפיל ס'שייך, וואס דאס האט שוין
געברענגט, און וועט נאך ברענגן א געוואלדיגע ידיעה פאר אונז ליינער/שרייבר,
ווי אויך דער אפטיילונג פון יארצייטן, מיט זכרונות פון אמאל פון אונזער זיידעס און דערפער און שטעיט פון ווי מיר שטאמען אלץ,

צו זאל דאס זיין דער אפטיילונג איז את ריעהו יעזורו, אויף יעדן ענין, מען קען פרעגען אויף יעדע נושא, עס וועט זיך אלץ מאכען איינער
וואס וועט קענען ארויסהעלפן אין דער ענין געווענטליך,
אין דעם איז אויך כולל די קאמפיוטר קלאסן און נייע טעכנעלאגיעס אומזיסט, איז דא איינער וואס פארשטייט אין ער ענפערט אויף אלעמען,

און דא קומט דער עולם הזה, די נייעס אידיש און פאליטישע, וועלטליכע ספארטס, און דער היכל הנגינה,

עס איז נאך דא זייער אסאך צוצולייגן צום ליסט וואס מען קען דא אלץ פארברענגען כאב נאר אנגעכאפט אויפן שפיץ גאפעל,
וואס עס איז מיר יעמאלט געקומען אין געדאנק, אבער אסאך אסאך איז נאך דא צו זאגען ליינען און צו שרייבן,

ממילא איז אפשר טאקע יעצט דא א געלעגענהייט צו געבן א דאנק פאר די אנפירער און אויפטרעפער פונעם וועב-סייט,
און זיי שטייען נאך אלץ דא צו העלפען און בעסער מאכען וואס עס איז שייך,

איין זאך למשל האבן זיי מיר שוין געזאגט אז
זיי גייען פארבעסערען, און גרינגער מאכען צו זיכן א דף, צום ביישפיל, איר ווילט עפעס זעהן און אן אשכול אויף דף 21,
ליינט,
וואס טוט זיך אז עס דא עטליכע הונדערט פעיזשעס (דאס איז נאר א גוזמא, די ריכטיגע נומער איז געהיט אין מיין געדערים), און איר ווילט גיין גלייך צום
פעיזש לאמיר זאגען 46 וואס טוט מען ? היינט צו טאגס ברויך מען צו דריקען איין און פערציג מאל פון די פראנט, נעקסט פעיזש,
(איך ביניש זיכער, אבער איך מיין אזוי) דאס קען אסאך מאל זייער שווער מאכן אויף א מענטש, וואס זוכט עפעס, נישט אזוי?
עכ"פ מען האט מיר איבער געגעבן אז עס וועט זיין אזוי ווי א דראפ דאון קעסטל, און מען וועט
קענען גלייך דרוקען צו וועלעכען פעיזש מען צילט צו, דאס איז איינס פון א מיליאן, אדער 'שיליאן' ווי מען רופט דאס, אויפטוען וואס די הנהלה פון
די היימישע קרעטשמע האט שוין אינעם עבר און זענען גרייט אינעם עתיד נאך אויפצוטאן,
בלייבט זיי נאר איבער צו וואונטשען עס זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין שום מכשול מתחת ידם, און זיי זאלען ווייטער שטיין דא על המשמר,
און קענען אויפטאן אז מען זאל זיך וואס ווייניגער ברויכן דרייען אין אנדערע דאט קאם וועלטן ודי,
איך בין שוין אויסגעמיטשעט, כאב נישט קיין כח איך קום יעצט פון מיאמי, וועלעך איבער לאזען די נאך ברכה ( מלשון איך בין די ערשטע פאר "נאך")
פאר די גרעסער און בעסערע שרייבערס דא אינעם דארף,
כה לחי, מאת אבי-מלעיבט,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א קליינטשיגע מזל טוב, און כ'האף אז עפעס בעסער'ס וועט נאכפאלגן, כאטש די איידיע האט מען שוין דא אויסגעכאפט, אבער הו קערס, מ'ווארטמער נאר אויף א ביסל צייט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הנני מזומן ומוכן.
וועלכע ווערטער צו ניצן ברויך איך אפיר זוכן.
נאכן דורש זיין בשלום פון אלע שרייבער, און ליינער.
דארף מען עקסטער זיך באדאנקען פאר דעם ארענדאר וואס ווען ער האט געטראכט דערפון איזער נאר געווען איינער.
ער האט נישט גערוהט ביינאכט און בייטאג.
ראשו ורובו געלעגן דערין מיט נישט ווייניג מיה און פלאג.
טאנען אויף כוחות אריין געפאלאשט דערין ביז על המוגמר געקענט די ברכה געבן א זאג.

טרערן פון שמחה טוהט פון די אויגן רינען.
ווען מ'געט זיך א דערמאן ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט ווען היימישע קרעטשמע איז ערשינען.
יעדער וואס האט נאר אין דעם אנטייל גענומען.
זכרונות האלטן אין איין ארויף שווימען.
עט אייך וויסן צו זאגן אז פון אנפאנג האט כמעט יעדער דערפון געלאכט.
נאר עטליכע מעמבער'ס וועלן זיך דא דרייען האבן אלע געטראכט.
טעגליך האבן זיך אבער זאכן געטוישט און פון אונז אלע אינאיינעם איז די היינטיגע היימישע קרעטשמע געווארן געמאכט.

תירוצים צו קריכן ווי מ'דארף נישט איז דא ווייניג.
געלויבט דער פון אויבן און איך מיין אז מיט דעם מיינונג זענען מיר אלע אייניג.
ווען ס'קומט דא אריין סייווער און האט הנאה און הייבט זיך דא צו דרייען.
בינעך זיכער אז מיר אלע האבן דערין א חלק א אידיש הארץ צו דערפרייען.
וואויל איז פאר אונז צו פארברענגען בשבת אחים גם.
תם ולא נשלם די געפילן וואס כ'האב געטראכט ארויס צו ברענגען ברום עם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קרעטשמע חברים,
רוימט ארויס, פון דעם הויז
עמיר זיך גרייטן, צום צווייטן
טויזנט מאל הונדערט, אפגעזונדערט
שטיל און איידל, אויפן וועב זייטל
מען דארף נישט מער, ווי קוקן ביז אהער
עמיר זוכה זיין, בקרוב צו ערפילן אמן




פשט? עה ! ווער דארף עס?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13941
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

איך הער איך האב נישט געוואוסט אז די קענסט אזוי גוט גראמען אפשר נעמסטו דיך צי דעם פאך קענסט מאכען א שיינע פאר דאללער דערפון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל טוב, לנו ולכל בית הקרעטשמע.

מאחל יעקב דוב מיללער ומשפחתו, סקרענטאן, פענסילוועניע.

בשם;
אוצר הספרים
מערכת 'על הצדיקים'

גם אני מצתרף בצירופא דכתבנן
זשאן מיללער, סקרענטאן פא.

בשם,
ק.נ.א. רייטערס אסאסיעישאן

גם אני ונערותי מברכים מעומק הסייט (די לאועסט אויף די לאועסט, די דיפעסט אוו די דיפעסט)
גערי מיללער, קרעטשמעטאון, סקרענטאן

בשם,
מיללער ספארטס צענטער (מס"צ) עי דיוויזשאן אוו ק.נ.א.
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע:מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

מיללער, זייער טרוקן, איך ווארט אויף עפעס בעסערס (פון 3 ניק'ים)

טריאו, וואזוי מאכט מען דאס אזוי שיין מיט די קאלירן ?
עס האט זיך געלוינט די הונדערט טויזענט תגובות נאר דאס געוואויר צו ווערן
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

ליפא, איך האב עס געטראפן אויף אן אנדערע PHP סייט, פארשטייט זיך אז מיט אנדערע ווערטער, און איך האב נאר געטוישט די ווערטער.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קיינער, קיינער וועט מיך נישט פארשטיין.

ס'איז דא עפעס א הויעכער געפיל וואס די מנהל אליינ'ס פארמאגט, ווי ס'שטייט ערגעץ אויף די אינטערנעט: נוצר תאנה יאכל פריו, ס'איז דא די ארבעט פון די סגני מנהלים, א געפיל וואס נאר "ארענדער" אליינס שפירט, אינו דומה זה לזה, א געפיל וואס אלע מעמבער'ס כאו"א בשמו הטוב יבורך וואס יעדער שפירט, מ'קען דאס נישט אראפמאלן מיט "איין ווארט" אז "דאס" איז דער שמחה פון 100,000 תגובות.

מיין חלק אלקי ממעל וואס איך האב באקומען פונעם קרעטשמע, וואס קרעטשמע האט מיר צוגעשטעלט, ס'קען און וועט מיר קיינער פארשטיין צו וואס איך בין אזוי גליקליך מיט אזא סייט.

דאס אז איך קען נאך שרייבן "וואס ס'פאלט מיר ביי" און מ'האט מיך נאכנישט אריינגעשיקט אין משוגעים הויז, אילו לא נברא הקרעטשמע אלא בשביל זה, דיינו. זינגט'ס אלע מיט: דיינו..

שווער געווען און מ'האט זיך נישט געגלויבט פון אנהייב צו וואס פאר א ברייט-פארצווייגטע אינטהאלטספולע פורום דאס וועט אויסוואקסן. ב"ה מ'זעהט היינט די פירות, ס'קוועלט פאר נחת, און ווי פון אסאך חברים הערט זיך דער אויסדרוק און ברכה: זה הקטן גדול יהי', להגדיל תורה ולהאדירה.

ס'איז זייער שווער ברבים אנצוכאפן איינעם ביים קארג און אים עקסטער פערזענדליך באגריסן, דערפאר מוז איך קודם זיך באדאנקן פאר יעדעם'ס ארבעט, וואס איך האב באמת זייער געקוואלן, (יא, איך נעם די קרעטשמע זייער פערזענדליך, חייב אדם לומר בשבילי נברא העולם (סנהדרין לז.).. אבער דער ארבעט און כח וואס "מיללער" האט אהערגעשטעלט מיטן אוצר הספרים איז "עפעס נישט נארמאל" (מיללער כאפ מיך שטארק אן מ'גייט אונז ביידע אריינפירן אין משוגעים הויז..), מיללער, איך האב מיך שוין באדאנקט ברבים און אין אישית, און כ'האב דיר דעמאלטס געשריבן אז ס'קוקט אויס פאני זיך צו באדאנקן יעדעס מאל מ'טרעט אריין אין דעם היכל, איך מוז דיר זאגן, אנדערש ווי אין א ביהמ"ד ווי מ'דארף יעדן טאג עקסטער זוכן יעדן ספר האסטו אזוי שיין אלעס צולייגט אויף קליינע טעלערלעך, א נחת צו בליקן דערין.

און פאר אונז אלע אינאיינעם: איט וועס א פלעדזשער זיך צו באגעגענען, שמועסן און פארברענגן, הקב"ה יהא בעזרינו לילך מחיל אל חיל.

איידער איך ענדיג, מיינע בעסטע וואונטשן פאר דיר 3X0, פארן העלפן כסדר מיט מיינע משוגעת'ן וואס איך בעט פון דיר, פאררעכטן אן הודעה, א חלק פון א בילד, טוישן אפאר ווערטער יש"כ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27123
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איף שפיר פארוויכטיג ארויסצוברענגען אז מט'ן פייערן די 100,000 תגובות קומט אוטאמאטיש א הילכיגען דאנק פאר איך הער וואס איז פאראנטווארטליך פאר גאנצע 10 פראצענט (!) דערפון, אפי' מיר האבן שוין אלע געשריבען דערוועגן בשעת זיין פערזענליכע מייל-שטיין 10,000 תגובה פייערונג, מוז מען עס דא דאפלען.

בכלל, די קרעטשמע פאר מיר איז א פלאץ ווי איך פארברענג, לייען, לערן און האב הנאה, אזוי ווי רוב מיטגלידער דא, איינער איז מגיב מער איינער ווייניגער, הצד השווה שבינינו איז אז מיר זענען דא אינאיינעם ווי איינער דעם צווייטן איז זיך מחשיב און חלילה נישט פארקערט, אויב א מענטש איז באשערט צו שפענדען צייט אויף די נעט אוודאי איז בעסער אויב קען מען עס עוואודען בכלל, אבער היינט צוטאגס ווען מ'איז ביי דער ארבעט און דער יצר הנעט איז בוער בקרבנו, ברויך מען האבן א מקום מקלט ווי מ'קען זאגן פאר'ן מלך זקן "די כסיל איינער, האסט מיך טאקע פארשלעפט אהער, אבער קוק וואס איך לייען און שרייב, דברי תורה, סיפורי צדיקים, איש את רעהו יעזורו, כל ישראל חבירים, אין א היימישע אטמאספערע, האסט דיך שיין דערלעבט מר. הרע!"

ולא דברה מיללער אלא כנגד יצה"ר, נישט נאר דאס נאר אפי' דער יצר טוב, די מליצי יושר, די פרקליטין, היינט אין אזא דור שפל וואס דער רבי פלעגט שטענדיג זאגן אז די עקספעקטעישאנס פון אונז אויבן אין הימל זענען שוין לאנג געלאוערט געווארן, וואס פארלאנגט מען דען פון אונז, דער עיקר איז נישט מקלקל צו זיין, דא קומט היימישע קרעטשמע ווי א מלאך המושיע, און אירע מנהלים וסגנים ווי די שליחי המלך, אונז ארויסצוהעלפן מיט די מישען.

אונזערע תגובות גייען ארויף יעדע נאכט מעיד צו זיין "רבוש"ע האסט אראפגעשיקט דעם יעקב דוב קיין סקרענטאן, בלי משען ומשענה, ער מוז ליידער זיין צוגעבינדן צו די טריפה'נע אינטער-חטא, קוק מיט וואספארא אייזערנע קייטן ער האלט זיך איין נישט צו זיין רועה בשדות אחרים שאין רוח חכמים נוחה בהם, ווען ער האט א ליידיגע מינוט פרובירט ער ארויסצוהעלפן אידישע קינדער, ער פרובירט קונה צו זיין עפעס בדרכי השם ובתורתו הקדושה, ער נוצט אויס די כלי המשחית לזכות את הרבים, בבחינת ומלאך רע בע"כ יענה אמן"

דאס ברויכן מיר טאקע האלטן פאר די אויגן, מיר זענען דא פאר א ציל, אויסצונוצען די צייט בדרך הכשרה ולהנצל מכל פח ויקוש, א דאנק אייך הרב קרעמער, א דאנק אייך מנהלים, מעימקא דליבאי.

הק' יעקב דוב מיללער חו"פ סקרענטאן, פא. ארה"ב
קהל עדת ישראל יצ"ו
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33311
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קאנגראטולעישאן!!! (פיצי)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מילים אין בפי
וואס פארא איידיע איך האב נאך געטראכט האט מיר שוין איינער דא אויסגעכאפט
צו מיט די ר"ת תיבות
צו מיט גראמען
צו מיט סופי תיבות
אבער שטיל בלייבן איז א פארברעך א משבר וואס טאר נישט נישט פארקומען
צילוב דעם וואס איך אליינס האב אזויפיל הנאה דערפון אין איך פלאן נאך ווייטער הנאה צו האבן איז דאך יעצט נישט פון די זמנים וואס שתיקה יפה להם ובכן האב יעצט אנגעהויבן שרייבן ויהי ה' עם ידינו

איך וועל ארויסהייבן דעם סדר פון דעם היים בלאט און די רייע

ברוכים הבאים
וואס דארף מען מער ווי א ווארימע קבלת פנים אבי נישט א שטויס
און מיט פולע אינסטראקציעס וואס יא\נישט צו טוען

הילף און וויכטיגע מודעות
מיט אנידערגעלאזטע שפראכך פאר יעדן קליינע טאטערל זאל פארשטיין ווי זוי מען ארבעט מיט די זייטל און ווען עס מאכט זיך בראבלעמען און דארט אייביג דער גאנצע ציבור ווי אין בונקער ווען א עראר אטאם פליהט

די סמעטענע
איך בין אינגאנצען נישט דער אוממענשט דאס צו באדאנקען אבער שלא בפניו (ער איז דאך שוין איבער דרייסיג טעג אין א קאוימע) מעג מען א ביסעלע ער איז ליידער אסאך שולדיג אין מיין אריינסיינען דא די שענסטע און בעסטע פון דעם פעדערמויזעכסט פון דעם ציבור דא אפילו איך בין אביסל ברגז אויף דעם סארט פארשלאפנקייט וואס הערשט דארט און די שטרענגע סעלעקציע וואס מען מאכט דארט אבער דאך ווען איך קוק נאר דארט אן די קעפלעך קומט מיט שוין ארויס מיינע שמייכלעך ממש גילו שניים

היימישע קרעטשמע
דאס איז דא שמו כשם רבו וואס שמא קא גרים אז דארט טרינקט יעדער פון אלע סארט קוואליטעטן וואס סיי וועלכע שרייבער האט דארט אויסגעבראכן און דארט קומען פאר ס'מערסטע סחורה וואס די טאלאנפולע און פיפיגע שרייבערס גיבן אויס זייער כעס גרוםצארן און שמחה און הרגשים און בפררט אין א יום המעונן זעהט מען א גרויסע שינו לטובה ביי די הומאר הציבורי אבער למעלה מכל וועט זיך אייביג אנזעהן די געטרייקייט פון די ליינערס וואס געבן די פול פארלאנגטע אטענשן פאר דער וואס האט סיי וואס פאברעצירט נישט קיין חילוק צו עס איז לפי גוסטתו או לא אבער א יישר כח און לענגערס אדער און קורצען וועט נאכפאלגן פאר יעדן פון כמעט יעדן

היימישע פארברעגן
אפיציעל איז דאס נישט מער ווי גריסן אין שמועסן דהיינו אז סאכדעס זאל דארט זאגן HI און צייטליך זאל ענטפערן ביי וכו אבער דערווייל האט זיך עס ארויסגעשטלעט גאר א צווייטע משעה א יעדע נארמאלע און אומנארמאלע שמועס קומט דארט פאר צו איז דאס אין גארמן פון פארשלאפן אדער ווען מען דריקט זיך צו טענה'ן און יעדע איינציגסטע אשכול דארטן איז ווערט א קוש צו געבן אפילו די וואס זענען געמאכט געווארן רק להגדיל התגובות ולהדירה כגון האלבע און געצע ווערטער אשכולות וכו' אבער איין סוד וואס איך בין געוואר געווארן איז אז עס געפונען זיך טאקע דא אין די פארברענגען לאגער גאר גוטע און געשמאקע ארטיקליך וואס משום איזה סיבה שאינו ידוע איז עס פארטריבן געווארן פון שטעטל אבער דא קען מען עס אסאך מאל טרעפן און מען קען זיך ראטשעווען פאר געלעכטער דערפון

שפראך
איך האב נישט די ריכטיגע שפראך דערפאר ווייל איך האב עס נאכנישט געענדיגט זיך אויסלערנען צו פארשטיין וואס דארט שטייט אבער דאס איז זיכער אז עס איז גאר א געוואלדיגע און מעכטיגע ארבעט דארט

טשום בודקע
איך בין דארט ליידער שטום

בית יאנאש
למה נקרא שמו יאנאש שנושאים שם בהלכתא דיומא יעדע טאג ווערט דארט פארגעלערענט צוויי הלכות און אויב איינער האט א קשיא קען מען פרעגן נאכן שיעור אין די בית שני דערפון מה טוב ומה נעים שיש חלק כזה אצלינו

מידי שבת בשבתו
דא בין איך אויכעט א קליינע מחוטענעסטע ווי איך גיס אויס מיינע וועכענטליכע דברי תורה אויף דעם אפטיילונג ווי מען זעהט די תוכן פון אונזערע חבירים דאהי די ידיעות פון די קשיות און תרוצים עס איז ממש צו באוואנדערען און אויך ווי שיין און מסודר עס איז יעדע וואך און יומא דפגרא הכל על מקומו ממש א ברכה צו מאכן

על הצדיקים
באמת דער אפטיילונג איז ווערד א ריזיגע און שיינע באשרייבונג וואס דאס האט שוין אלץ אויפגעטוהן און אויפגעדעקט און מיט וויפיל שיינע און רייכע ידיעות יעדער איז בארייכערט געווארן מיט דעם קליינעם ניי געבוירנעם פורם אבער בפרט יעצט ווועם מען זעהעט אז אין אזא קורצע תקופה האלט עס שוין קרוב צו דריי טויזענט תגובות דאס מיינט אז אזויפיל ידעות פון גדולי ישראל וואס וואשט אויס די קאפ פון הבלי עולם התחתון דרייט זיך בינינו איך געדענק ווען אמאל איז א אינגערמאן מיט א אייזענע קאפ געגאנגען ארבעטן האט מען אים באוויינט אז זיינע כשרונות וועלן נישט ארוויסקומען אין די תורה וועלט און דאס איז איינע פון די רעוועלוציעס וואס דער קרעטשמע האט צוגעשטעלט אז אפילו ווען מען האט ארבעט ביז די אויגן ברעמען קען מען נאך הנאה האבן פון די תורה און יעדיות און ספורי צדיקים וואס ברענג אריין טרעקטאר טרעילערס פון יראת שמים און די שווארצע אונטערנעט ואי"כ מ"ל

ידיעות התורה
אויב האט איר געמיינט אז מען האט דא מיט סתם קטלי קניהס גוט נאר א קוק און דעם אפטיילונג ווי עס ווערט באהאנדעלט די אינטרעסאנטסטע ידיעות און האקעלסטע טעמעס ווערן אזוי שיין און קלאר אויסגעשמועס וואס מיט הונגער און דארשט קען מען נישט גענוג זאט ווערן ווען מען ליינט דאס

אוצר הספרים
האט איר שוין אמאל געזעהן א שול אן א ספרים שאנק און א קרעטשמע אן א באטל שנאפס דאס איז דאך נישט מעגליך ובכן האט מען אינז צוגעשטעלט ביידע א שיינע און קלארע לייברערי וואס וועכע ספר מען קען האבן אויף די אינטערוועלט איז דא דא א לינק אהין

המשך יבא בעזר הבורא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיין קרעטשמע מיין קרעטשמע, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, ס'איז געקומען די צייט, דו זאלסט אנהויבן טאגן. ווער האט דען געגלייבט אין די אמאליגע צייט, אז דו וועסט דערגרייכן אזוי ווייט, ארויף אזוי הויך, מיט אזויפיל כוח, ווער האט זיך דאס געקענט פארשטעלן.

אזוי וואלט מען געקענט זינגען און זינגען א גאנצע נאכט מיט נאסטעלגישע לידער און געבן א דאנק פאר דעם בורא, אויף די געוואלדיגע מתנה טובה וואס ער האט אונז צוגעשטעלט מיט די 'היימישע קרעטשמע'

די גמרא זאגט דאך שוין, פותחין בכבוד האכסניא, אם באכסניא עסקינן, שבחו מי ימלל? ווער קען דען ארויסברענגן דאס ריכטיגע דאנקבארקייט פאר אונזער הויכגעשעצטער ארענדער, וואס לא די ער שטעלט אונז צו פון דאס שענסטע און דאס בעסטע, איז ער נאך א בורח מן הכבוד, און מיר ווייסן אפילו נישט וויאזוי איהם דאס צוצושטעלן. ווען איינער זוכט כבוד, נו, קעמען איהם דאס געבן אויף א גאלדענעם טאץ, אויב אבער כבוד איז נישט קיין ארטיקל (כ'רעדט נישט פון אן ארטיקל אין די קרעטשמער) איז דאך באמת נישט דא מיט וואס צו באצאלן און באלוינען דעם ארענדאר.

זאלן מיר זיך פארשטעלן, מיר זענען אין יוראפ, - נישט היינטיגע צייט, נאר פאר אן הונדערט פופציג יאר צוריק - מיר ווילן אנקומען קיין לייפציג, נו גיימיר ארויס יעדערער פון זיין שטעטל אדער דערפל, און מ'מוטשענען מיר זיך אנצוקומען צום אזוי געגארטן ציהל: לייפציג, אמער, מ'דארף דאך שפייזן ס'הויז געזונט, ווי מ'האמיר זיך מחייב געווען אין די כתובה בעפאר'ן גיין צום באדעקן.

גיימיר אזוי פון שטאט צו שטאט, און פארשטייט זיך, יעדער אויף זיין שטייגער, עס זענען דא אזוינע וואס פארן אויף קארעטעס מיט צוויי פאר געזונטע פערד. עס זענען דא וואס פארן מיט א פארמאכטן פיאקער, דא אזעכע וואס פארן מין אן אלטן וואגן און אלטן דארטשיקן פערדל. דערויף זענען דא וואס שלעפן זיך צופיס, זענען דא געוויסע וואס גייען כאטש ווארים אנגעטוהן, מאנכע גייען קוים מיט אן אפגעריבענעם העמדל אויף די לייב.
אבער דאס זענען אלע גלייך, אלע דארפן א קרעטשמע, די וואס האבן א באקוועמע קארעטע מיט צוויי געזונטע פערד, די פרנסה גייט זיי ווי געשמירט, דארפן בסך הכל איין צוויי מאל א קרעטשמע אויפן וועג, און אזוי יעדער ווי שטייטער עס גייט איהם, ווי שוואכער ער איז אנגעברייט צו די נסיעה, ברויך ער מער האבן קרעטשמעס, און ער איז גאר שטארק צוגעבינדן דערצו.

טרעפט זיך אז מ'גיימיר פון שטאט צו שטאט, און מ'ציהט זיך אויס די ביינער אין אן הקדש שטיבל, וויאזוי דאס קוקט אויס, דארף איך דאך אייך נישט צו פארציילן, כלל נישט בעסער ווי ביינונז אויף דרייצנ'טע עוו. ביי די שבת היטער. עס שטינקט פיל בעסער, עס שלאפט זיך פיל ווינציגער, אבער באופן וואס איז נישט דא קיין טיש, איז הקדש אויך ווערד א קוש, און מ'שלאף מיר דארט. וואס הערט זיך אויב געפונט מען שוין עפעס א מאשקע, אן ארענדאר וואס האט זיין קרעטשמעלע צווישן איין שטאט און ס'צווייטע, און איז גאר ליבליך צו זיינע געסט, אבער ער בעט זייער פיל אז מ'זאל ווארטן אויף איהם וויזוי פלעגט ער נאר זאגן? אנא המתן... (וואו איז גרויזאמער, ער קען עס גוט....) אקיצער, ס'איז גרויס יגון ואנחה מיט עמען. גיימיר אביסל ווייטער, אהה דאס איז שוין עפעס אנדערש, אלעס ווי געשמירט, די פערד האבן וואו זיך אפצורוען א גרויסע ברייטע שטאל, די מענטשן ווארט מען אפ מיט דרך ארץ, עס געדויערט נישט לאנג פון איין שמועס ביזן צווייטן. אקיצער א קרעטשמע ווי ס'געהער.

ווייסט דאך נישט יעדערער אז אויבן ביין טורעם שטייט עמעציר און האלט אן אויג זיכער צו מאכן אז אלעס איז על תילה בנוי', קיינער זאל אין ס'מעדרעשל אריינשרייען מיט קיינע פלוידערייען, און דארט וואו מ'עסט, טענה'ט מען זיך נישט, און וואו מ'טענה'ט זיך, רעדט מען נישט קיין נייעס. דער ארענדאר שטייט און שטעלט צו פאר יעדן נושא אנאנדער ציממער, און ווער רעדט נאך פונ'ם שלאפן? אהה דאס אידאך מאן דכר שמיה, ווער ווייסט אפילו דערפון צו זאגן.. אקיצער אלעס איז א מעכייע געדוילע. א טאג דערויף מ'כאפט זיך אויף פונ'ם געלעגער, פארט זיך גאר אנדערש קיין לייפציג, די קאפ איז אויפן פלאץ, די פערד אויך.. און ויסעו, מ'פארט.

דא פארשטייט יעדער קלאר דאס גרויסע חילוק צווישן די צוויי קרעטשמעס, פארשטייט זיך די וואס זענען קיינמאל אין די חורבה קרעטשמע נישט געווען, ווייסן ניטאמאל וויאזוי צו אפרישיעטן דאס נייע קרעטשמע, מ'ווייסט גארנישט די כוחות פונ'ם ארענדאר, עס קוקט גאר אויס ווי אלעס איז געמאכט פון זעך אליינס.

דאס אלעס איז נאר א משל צום נמשל, ווען מ'קוקט זיך צו וואס און מיט וויפיל מ'האט זיך דא גערוקט, קעמען זיך נישט צוזאמענעמען די קאפ און מוח, צו וויסן וויאזוי זיך צו באדאנקן פאר דעם חשוב'ן ניק: ''ארענדאר'' און איך וויל דא בשם אלע מנהלים (וואס כ'גלויב אז אלע זענען מסכים, און אלע באשטייען) אויסדרוקן די מערסטע וואס ס'איז שייך, מיט די מערסטע קולות און געשרייען, דאס איינע ווארט:

[align=center] א דאנק [/align]
איך האף אז עס וועט דערהערט ווערן נאנט און ווייט, און די הונדערט טויזנט תגובות וועט זיין אן עדות צו דעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”