The Four Different Ways To Spend Money By Milton Friedman
Category 1: You spend your money on yourself. For example, you buy food in the supermarket; you buy a hamburger for lunch. You have a strong incentive to economise and get full value for every dollar.
Category 2: You spend your money on someone else. For example, you buy gifts for someone’s birthday or wedding. As in category 1, you have a strong incentive to economise but less incentive to get full value, as judged by the person receiving the gift. If the objective were to allow the recipient to gain maximum value, you would give them cash. This converts category 2 spending into category 1 spending.
Category 3: You spend someone else’s money on yourself. You buy lunch on an expense account. You have a strong incentive to get full value but little incentive to economise.
Category 4: You spend someone else’s money on someone else. You buy someone else’s lunch on an expense account. You are on the committee of a community organisation spending your contributors’ money on your organisation’s programs; you are a politician or bureaucrat, spending taxpayers’ money on government programs. You have little incentive either to economise or get full value. In this last category of spending, we are likely to see higher costs and lower quality.
Kosher Travelהאט געשריבן:↑מיטוואך אפריל 08, 2020 8:31 am
א גיטע פלאש ייו אדום...
אינטערעסאנט פון אלע זאכען האט מיר דעס געכאפט טראץ דעם וואס איך בין נישט קיין גרויסע וויין ליבהאבער, טאקע פארדעם,
א מתנה בין איש לאשתו דארף נישט דוקא זיין עפעס הויז זאך אדער אפילו און געוויסע פעלער נוצבאר, עס לויפט אנדערש, סדארף אבער זיין א עכטע מתנה אומצוויידייטיג , כהאב דיר געוואלט קויפען א מתנה אפילו איך ווייס נישט וואס, כהאב אבער געטון די מערסטע השתדלות סזאל זיין בלויז א מתנה און גארנישט אנדערש,
מען דאך פון די תורה אז מתנה'ס שפילט א שטארקע ראלע אנגעפאנגען ביי יצחק אבינו,
מען זעט דאך אז יעקב האט געוואלט איבער בעטען זיין ברודער מיט מתנות ער האט מורא געהאט אז ער וועט עס נישט וועלען נעמען לויט אונזערע השגות קען אויך אמאל געשען אז א מתנה פון משפחה קומט נישט פון א גוטע פלאץ און סקען מאכען ארגער,
איינער האט דא דערמאנט אז א מאן דארף נישט באקומען וועגען מקבל משפיע , איינער האט שוין געענטפערט, אבער איך וואלט געזאגט אז א פרוי וויל באקומען אין א מתנה אז סהאט געטון וואס עס האט געדארפט טון (יעדע מענטש איז אזוי) א מענטש וואס קוקט ארויס אויף יענעמס קשר, טראכטען, מיינונג, וויל אויך געבען עפעס צו דעם
און דעס ברענגט ארויס נאך א זאך וואס כהאב באמערקט יארען צירוק ווען איך פאר אוועק פלעג איך שטארק ליידען פון נישט קענען דיסיידען וואס צו קויפען פאר די משפחה (די גאנצע משפחה) איך פלעג נעמען פון שעלף אין צירוק לייגען אהין אין צירוק, און נאכדעם גיין צי א אנדערע סטאר.. נארמאל קען איך דיסיידען זאכען אבער דא האב מיך געטראפען אריינלייגען קאפ אין מח עס זאל זיין ספעציעל, נוצבער, וכו' אזוי ווייט אז איך פלעג אהיים קומען מיט ליידיגע הענט ווייל אפשר אין עירפארט וועט זיין די ריכטיגע זאך,
איינמאל האב מיך אויסגערעדט צו א חבר אונטערוועגענס, זאגט ער מיר, גלייב מיר וואס דו קויפסט האט מען ליב , -זאל עס זיין קי טשענס פענסעלס קליינע בילד- ספעציעל קינדער וואס ווארטען אז די טאטע זאל צירוק קומען, די עיקר אז עס קומט פון דארטען! סא ששש קענסט עס אפי קויפען אין ניו יארק.. כהאב מיר דערמאנט אז טאקע ווען מיין טאטע פלעגט אהיים ברענגען עפעס האב איך מיר מוראדיג געפרייט אפילו עס איז געווען א שטות סהאט געהאט א מורא'דיגע חשיבות אפילו ווען איך בין געוואר געווארן יארען שפעטער אז ער האט עס געקויפט אין בית הספר.. אבער כלש"כ ווען עס איז טאקע געקומען פון יענע פלאץ,
צירוק צו די נושא פון די אשכול, פארקערט, אויב קויפט מען מיט א תמימות סאיז יוניק מען האט נישט ציגעטראפען, איז עס נאכמער א מתנה אויב קומט עס פון א גוטע פלאץ, מען זאל זיך נישט אפהאלטען פון געבען א קליינע מתנה וואס האט א חן (ווי מען זאל ענדערש ווארטען אז עס זאל בייפאלען מעיזשער) פארשטייט זיך אז ביי יעדעם איז אביסעל אנדערש און אמאל קען זיין א מתנה א גוט ווארט אין זאגען איך פיל יעצט ווי איך וויל דיך קויפען עפעס אבער כהאב נישט יעצט קיין איבריגע דאללער אדער כקען נישט אפמאכען (מענטשען פילען אמאל ווי סאיז נעריש א קליינע זאך מען ווארט אויף א גרויסע , סאיז נישט אמת)