איבערלעבער האט געשריבן:
פון די 5 ליבע שפראכן איין איז געבן מתנות. איך מיין אז רוב ערוואקסענע מענער רעדן נישט די שפראך. ביי נשים איז עס מער א גאנגבארע ליבע שפראך. (אן אשה איז א מקבל פון דעם בעל נישט א משפיע), ממילא זי מאכט א גרייז. (חוץ אז זי זוכט שולט צו זיין). זאג איהר הרינו כאילו התקבלתי, לאז מיר עפעס קויפן פאר דיר. אדער לאמיר קויפן צוזאמען עפעס פאר די שטוב. (אפשר פרובירט זי צו מקבל זיין דורך באקומען די ענטפער וואס צו קויפן..).
לערנט אייך אויס א כלל אין לעבן, מ'קען קיין משפיע נישט זיין נאר אויב מ'איז א מקבל אויך, יעדער האט ליב צו באקומען א מאל אויך, איך קען ווינציג אויסגעארבייטע יליד אשה'ס
אין הל' קידושין אויב א אשה גיט א פרוטה פאר אן אדם חשוב הרי זה קידושין ווייל זי האט הנאה אז א אדם חשוב איז מקבל פון איר לענינינו, אויב די מאן איז געשעצט ביים פרוי און זי קויפט עם א מתנה און ער איז עס מקבל בסבר פנים יפות, איז עס כאילו ער גיט פאר איר
די נוצלעכסטע מתנה האלט איך איז א שירעם, ער'עטס נוצן ביז ס'פארלירט זיך
און דעמאלטס קויפן א נייע..
א געשעפט האב איך (זי) אז ער פארלירט עס...
עכט וויל איך מיין ניק זאל זיין "ציונים פוי" נאר כ'האב מורא אז מ'וועט מיר רופן @ציוני
ניס קראכער האט געשריבן:
לערנט אייך אויס א כלל אין לעבן, מ'קען קיין משפיע נישט זיין נאר אויב מ'איז א מקבל אויך, יעדער האט ליב צו באקומען א מאל אויך, איך קען ווינציג אויסגעארבייטע יליד אשה'ס
אין הל' קידושין אויב א אשה גיט א פרוטה פאר אן אדם חשוב הרי זה קידושין ווייל זי האט הנאה אז א אדם חשוב איז מקבל פון איר לענינינו, אויב די מאן איז געשעצט ביים פרוי און זי קויפט עם א מתנה און ער איז עס מקבל בסבר פנים יפות, איז עס כאילו ער גיט פאר איר
די נוצלעכסטע מתנה האלט איך איז א שירעם, ער'עטס נוצן ביז ס'פארלירט זיך
איבערלעבער האט געשריבן:
פון די 5 ליבע שפראכן איין איז געבן מתנות. איך מיין אז רוב ערוואקסענע מענער רעדן נישט די שפראך. ביי נשים איז עס מער א גאנגבארע ליבע שפראך. (אן אשה איז א מקבל פון דעם בעל נישט א משפיע), ממילא זי מאכט א גרייז. (חוץ אז זי זוכט שולט צו זיין). זאג איהר הרינו כאילו התקבלתי, לאז מיר עפעס קויפן פאר דיר. אדער לאמיר קויפן צוזאמען עפעס פאר די שטוב. (אפשר פרובירט זי צו מקבל זיין דורך באקומען די ענטפער וואס צו קויפן..).
ערשטנס, א פאקט: רוב מענער זענען היינט מקבלים.
צווייטנס, א פרוי קויפט עפעס פאר'ן מאן, אויף מקבל צו זיין א גוטער געפיל, אז איר מאן איז מקבל פון איר, אז זי האט אים געקענט מהנה זיין. דער מאן איז א משפיע מיט דעם וואס ער געבט איר דעם גוטן געפיל, ביים באקומען א מתנה.