מעג מען מפרסם זיין א שמועה לא טובה?
ויש לדון אויב די אשכול איז אויסגעהאלטן.
בפשטות אין שו״ע שטייט אז איינער איז מודיע פאר א זוהן וואס ווייסט נישט שמת אביו ע״ז נאמר מוציא דבה הוא כסיל, אויב אבער די זוהן פרעג זאל מען נישט זאגן קיין ליגענט. די ט״ז שרייבט אז ווען די זוהן פרעגט זאל מען זאגן בלשון דמשתמע לתרי אנפי.
די רמ״א זאגט אז פאר זוהן איז די מנהג יא צו זאגן כדי שיאמרו קדיש, אבער פאר טעכטער אין המנהג כלל להודיע.
למעשה בזמנינו איז מען מודיע פאר די טעכטער, און פאר אלע וואס וועלן האבן צער אז מ׳האט זיי נישט געזאגט.
אבער מעג מען שרייבן אויף א פלאטפארמע ווען מ׳איז מודיע פאר טויזענטער מענטשען? איז מען נישט אין כלל פון מוציא דבה?
בפרט בעת צרה ווען די מחשבה פון די מענטש קען אים מזיק זיין כידוע, מעג מען מפרסם זיין די אלע שמועות?
אדרבה לאמיר הערן פון די לומדים הצדדים לכאן ולכאן ודעתם.