וואספארא שריט זאלן תושבי בארא פארק נעמען בנוגע מיימאנעדיס?
קודם אביסעל פאקטען:
• בארא פארק איז די איינציגסטע היימישע שטאט מיט די פריוועליגיע פון א גרויסע שפיטאל אינמיטן שטאט, צוגעשטעלט מיט אלע אידישע באדערפענישן
• אין נארמאלע אומשטענדען זענען די visitations זייער צוגעשטעלט פארן עולם לכה״פ אזוי גוט וואו סיי וועלכע שפיטאל
• הצלה וועט אין כמעט אלע פעלער שיקן ״נאר״ אהין צוליב עטליכע סיבות וואס איך העל לאזן פאר א צווייטן צו שרייבן צוליב דעם וואס איך האב נישט ערשטהאנטיג אינפו
• תושבי בארא פארק וואס ווילן ניצן אנדערע שפיטעלער ניצן עפ״ר די פריוואטע אידישע פירמע East Midwood וואס האט פילע היימישע וואלונטורן אין זיי פארן קיין מאנהעטן וכדומה
• די ER אין מיימאנעדיס איז אגאנץ יאר כאאס אין אנגעפילט מיט פאציענטן וואס האבן נישט אינשורענס . איך ווייס נישט צו ערגעץ אנדערש איז בעסער
• מיימאנעדיס הייסט איז א גוטע שפיטאל פאר הארץ פאציענטן
•לכאורה אויב זאלן אידן אויפהערן ניצן די שפיטאל , קען זיך די שפיטאל פארמאכן זייער שנעל
די שאלה דא איז , כרגע דרייען זיך ארום א געוואלד מיט שמועות לא טובות איבער די בהאנדלונגען פון די סטעף כלפי אידן דורכאויס קורונה, איז די שאלה וויאזוי זאל מען צוגיין דערצו בכלליות
פון איין זייט האמיר אונז די פריוועליגיע פון א שפיטאל אינעם חצר וואס פארגרינגערט גאר אסאך מיטן קענען קומען באזיכן זייער אסאך ובפרט שבת ויוט ומצד שני ברויך מען קלערען צע אפשר פילט די שפיטאל וואו זיי האבן אונז אין טאש
וואס האלט דער עולם ?