איינער פון די גדולים האט אמאל געזאגט אז מסכת בבא קמא קען ער זייער גוט, וויבאלד ס'איז ביי אים גירסא דינקותא, האבנדיג דאס געלערנט אלס קינד. אבער פון דער צווייטער זייט, האט ער געזאגט, פאר דער זעלבער סיבה איז זיין בליק אויף די סוגיות אין דער מסכתא קינדעריש. וויפיל מאל ער זאל עס איבערלערנען, וועט ער נישט קענען האבן אויף זיי דעם זעלבן עיונ'דיגן בליק ווי אין אנדערע מסכתות וואס ער האט שוין געלערנט אלס ערוואקסענער.
האט דער גדול אויסגעפירט: "ווען א קינד הייבט אן צו רעדן, לערנט מען אים אויס דעם פסוק 'שמע ישראל'. דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל מ'וויל דעם פסוק זאל ער גוט געדענקען, נאר ווייל מ'וויל ער זאל בלייבן מיט א קינדערישן בליק דערויף א גאנץ לעבן..."
אפטמאל גלייך איך צו צונייגן אן אויער ווען מיינע קינדער הערן אויס ר' דוד חנניה ווייס. ס'האט א געוויסן חן ביי מיר דער וועג ווי אזוי מ'לערנט אויס אידישקייט מיט קליינע קינדער -- פשוט ווי ס'קען נאר זיין, אן קיין חכמה'לעך מיט תורה'לעך. מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה. שא-שא-שא נישט רעדן לשון הרע. בל תשחית איז אן עבירה (נעוויירע).
אין די ימי הספירה זענען די פרשה צעטלעך פארנומען איבער נוהג כבוד זיין איינער פאר'ן צווייטן. ס'איז זייער וויכטיג דאס צו לערנען מיט קינדער, וויבאלד נאטירליך זעט א מענטש בלויז זיינע אייגענע ד' אמות, און מ'דארף אים אריינשטעלן אין קאפ ווי אזוי זיך אויפצופירן צווישן מענטשן. פארשטייט זיך אז ווען מ'ווערט גרויס, איז דאס עפעס וואס מ'דארף נישט רעדן מער דערוועגן, ווייל יעדער פארשטייט אליין אז א געזעלשאפט וואו ס'איז נישט דא קיין רעספעקט איז פשוט אומבא'טעמ'ט. נישט אזוי?
נישט אויב איר דרייט זיך אויף אייוועלט.
משום איזו סיבה האט זיך דער מנהג המקום דא איינגעגלידערט אז שטעכערייען, פערזענליכע אנגריפן, און א כלליות'דיגער אומרעספעקט איז די געווענליכע נארמע. ס'איז מערקבאר אויף געוויסע פנים חדשות וואס קומען אהער ווי זיי רעדן איידל, ציטירן רעספעקטפול, זענען מחולק מענטשליך, אבער ביז א קורצער צייט כאפן זיי ווי אזוי די שפראך דא געהער צו זיין, און שארפן זיך אויס דעם צונג כאחד התושבים.
איך בין כמעט זיכער אז איר האט שוין פערזענליך געהערט פון כאטש איינעם וואס איז ארויסגעגאנגען פון דא באליידיגט. מסתמא ווייסט איר אויך פון אזעלכע וואס האבן געמאכט דעם וועג ארויס פון דא נאכ'ן אריינכאפן א פליק-צוויי פאר'ן שרייבן אן אומשולדיג תגובה'לע. נישט ווייניג מאל האלט איך מיט ווי א גאסט קומט אן, עפנט זיך א ניק, שרייבט א שיינעם ארטיקל, און אנשטאט רעאגירן ווי ערוואקסענע מענטשן, כאפט ער אריין רעכטס און לינקס אז ער ווייסט נישט וואס האט אים באטראפן.
וואס איז? מ'קען נישט רעדן ווי נארמאלע מענטשן?
קיינער פארלאנגט נישט איר זאלט האלטן ווי יענער. טענה'רייען און אומאיינשטימיגקייטן זענען א וויכטיגער חלק פון אונזער לעבנסשטייגער. "צוויי אידן דריי דיעות," לויטעט דאס ווערטל. אבער פארוואס נישט אפגעבן יענעם דעם רעזערווירטן כבוד? פארוואס נישט "מיר וואלט ענדערש אויסגעקוקט" אנשטאט "שטותים"? פארוואס נישט, "אמת, נאר אויב מ'קען מעיר זיין..." אנשטאט "שוין ווייטער מיט דיינע נארישקייטן..."?
כסדר ברענגען חברים דפה אויף נאסטאלגיע צו די בראשית יארן פון אייוועלט ווען רעספעקט האט פארמאגט א מקום, ווען נהגו כבוד זה בזה איז געווען אויף א הויכן סטאנדארט, ווען א טענה'ריי איז געווען אן אויסלופטערונג ווי איידער א הויכן בלוטדרוק עד לב השמים. אפשר איז טאקע צייט להחזיר עטרה ליושנה? אפשר קענען מיר ווירקליך טוישן דעם טאן צו שמועסן ווי גוטע חברים, אן היץ, אן קולות, מיט'ן פרובירן צו פארשטיין וואס יענער זאגט, מיט'ן צושטימען אז דער אנדערער צד האט אויך א נקודה, מיט'ן איינשטעלן א דאמינאנץ פון לאגיק אנשטאט דעם עגאאיסטישן רייץ צו האבן דעם לעצטן ווארט?
עד כאן דער חלק הדרוש. יעצט צום למעשה'דיגן חלק:
איך ווייס אז דאס איז א נושא וואס באדערט פאר זייער א סך דא; אפשר אפילו פאר יעדן. ס'איז אבער שווער צו מאכן א רעוואלוציע. געוויסע זענען שוין איינגעוואוינט צו דעם סטיל געשפרעכן און טרעפן זיך דערין אויך אומווילנדיג. טייל מאל איז עס דער טאן אינעם אשכול וואס שלעפט אריין מיט א צונאמישן כח די זייטיגע צוקוקער ווי אין קורח'ס לאך אריין.
וואס איך קלער אבער יא מ'קען פארשלאגן, זענען צוויי זאכן: ערשטנס, דעם אשכול זעלבסט. אז מ'וועט זען אז דער עולם גלייכט א מער רואיגן טאן, וועט עס אויטאמאטיש משפיע זיין אז דאס זאל ווערן די שפראך. צווייטנס, ווען איינער זעט א תגובה וואס איז געשריבן שארף אדער פערזענליך, זאל מען יענעם שיקן א פריוואטן מעסעדזש אז לא יעשה כן במקומינו. אז דאס אישי קעסטל וועט אריינבאקומען זעקס נאטיפיקאציעס מיט אויפפאדערונגען צו פאררעכטן, וועט עס האפנטליך נושא פירות זיין. אויב נישט יעצט, כאטש וועט ער קומענדיגע מאל טראכטן פאר'ן שיקן צי מ'קען נישט שרייבן די זעלבע זאך אויף א שענערן וועג.
אדרבה, ותשועה ברוב יועץ. לאזט אייך הערן. סיי אייער בליק אויפ'ן נושא בכלל, און סיי וואס איר קלערט מ'קען טון צו פארבעסערן די נושא.
און אויב האלט איר אינגאנצן נישט ווי מיר, קענט איר ארויסברענגען אייער צד מיט ערוואקסנקייט. ס'וועט מאכן א פיל בעסערן איינדרוק, ארויפרוקן דראמאטיש די שאנסן ס'זאל גענומען ווערן אין באטראכט, און משפיע זיין א פיל געשמאקערע אטמאספער איבער'ן גאנצן וועלטל -- מנוחת שלום ושלווה.