Re: אלעס ארום די מנהג פון נישט באנייען אין ספירה
לויט די דיינים וועלכע זאגן אז ס׳איז נישט אסור, איז עס ווייל ס׳ווערט נישט געברענגט אין שלחן ערוך. און מ׳קען נישט מוסיף זיין נייע איסורים.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 12:17 pmקיסריה האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 12:14 pmפארשידענע מורי הוראה מובהקים האבן פארשידנארטיגע מהלכים פון פסק'ן שאלות. פאר די זעלבע שאלה, פאר'ן זעלבן מענטש, פאר'ן זעלבן געברויך ענטפערט איינער אזוי און איינער אזוי.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 11:26 am
א עלטערער מורה הוראה מובהק האט מיר געזאגט אז מען טאר נישט באנייען, במקום הצורך קען מען מקיל זיין אום שבת
דאס איז מציאות.
למשל:
איין דיין האט מיר געזאגט אז היינט דארפן ערוואקסענע מיידלעך נישט פאסטן שבעה בעשר בתמוז און תענית אסתר און עשרה בטבת.
א צווייטער דיין האט מיר געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום היתר פארוואס ערוואקסענע געזונטע מיידלעך זאלן נישט פאסטן.
איין דיין מובהק זאגט אז מ'מעג באנייען א העמד אום ספירה, און א צווייטער דיין מובהק זאגט אז מ'טאר נישט.
פארוואס?
יעדער האט מקבל געווען אנדערש.
פיין און וואויל, אבער זאגן אז ס'איז א פשוט'ע טעות פון א צאמשטעל צו בין המצרים איז נישט ריכטיג בכלל.
קענסט מחמיר זיין.
קענסט זיך אפילו פירן נישט אנטאן נייע בגדים א גאנץ יאר (ודבר הגון הוא) - אבער ס׳איז נישט אסור אנצוטאן א נייעם העמד אום ספירה . (לשיטתם)