Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען
*נשמה ווינקל - מענטל העלט*
א שמועס איבער היימישע מענטל העלט קליניקס
*פאר מער:* https://y24.info/qJWrwMaJMHNTonxG9
א שמועס איבער היימישע מענטל העלט קליניקס
*פאר מער:* https://y24.info/qJWrwMaJMHNTonxG9
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
געענטפערט אין אישי.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
מאכט נישט אויס.
Wow דו ברענגסט עס ארויס זייער קלאר בדידי הוא עובדאהארי פלארי האט געשריבן: ↑ מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 4:50 amדער פראבלעם איז אז דער איד איז שוין געווען ביים טעראפיסט. בלי ספק.אמשטרדם האט געשריבן: ↑ זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:39 pmמיין א נאנטער משפחה מיטגליד פלאגט זיך מיט אזא מאדנע פראבלעם. יענער האלט אינמיטן רעדן, אינמיטן א זאץ, און ער שטעלט זיך אפ גייט ארויס פאר 15 סעקונדען און קומט צוריק...
פרעג איך אים וואס האט פאסירט? האט ער מיר געזאגט, אז ער ליידט פון א פראבלעם, אז אסאך מאל אינמיטן רעדן, באפאלט אים פלוצלינג א נאוזשיע, און ס'קומען אין אים אריין פארשידענע מחשבות וואס ער וויל נישט טראכטן, ווי למשל פון אן אלטער מלמד אדער אלטע חברים, און ס'כאפט אים אן ביים קארג, און ער ווערט בלענק. ער פארגעסט פלוצלינג וואס ער האט געהאלטן אינמיטן זאגן, און ער דארף ארויסגיין, צומאכן די אויגן, און נאך 5-10 סעקונדן קומט דער באוואוסטזיין צוריק, און דאן דארף ער זיך דערמאנען וואס ער האט געהאלטן אינמיטן זאגן...
איינער ווייסט וויאזוי דאס הייסט? און וואס די לעזונג דערצו איז?
טראמא איז זיכער א סובקאנטשעס זאך, קיינער אין די וועלט האט נישט געוואסוט צו זאגן פון אזא זאך ווי טראמא אפעקט, ביז פסיכאלאגיע האט עס פארשפרייט.
אלזא קען זיין ער האט זיך געמוטשעט מיט אנדערע פראבלעמען, אבער צו קענען אנכאפן דעם טוטער ביים נאמען, און אזוי קלאר שפירן טראמא, אזש ביז פיזישע אפקלאנגען, איז בלי שום ספק דער ארבעט פונעם טעראפיסט וואס האט אים מסביר געווען זיין טראמא.
יענער טעראפיסט זאל ביטע מוחל זיין, און מסדר זיין וואס ער האט קאליע געמאכט.
--
איין פראצענט שאנס אז ער איז נישט געווען, אויב יא, האט ער זיך אסאך אנגעהערט דערוועגן.
אזעלכע זאכן געשעהן נישט סתם אזוי לויט פסיכאלאגיע.