מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

MCA
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 5:05 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MCA »

*נשמה ווינקל - מענטל העלט*
א שמועס איבער היימישע מענטל העלט קליניקס

*פאר מער:* https://y24.info/qJWrwMaJMHNTonxG9
גרינגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

עס איז באקאנט אז די SSRI מעדעצינן האבן א שטארקע סייד עפעקט אויב איינער ווייסט ווי אזוי מען גיט זיך א עצה דערמיט ביטע זיך מעלדן אין אישי
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

גרינגער האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 5:32 pm
עס איז באקאנט אז די SSRI מעדעצינן האבן א שטארקע סייד עפעקט אויב איינער ווייסט ווי אזוי מען גיט זיך א עצה דערמיט ביטע זיך מעלדן אין אישי
געענטפערט אין אישי.

מיין נאטיץ פארן רבים, נישט זיך אפהאלטן פון נעמען וואס מדארף צוליב די סייד אפעקטס, דוגמת אונזער פאל וואס די לעזונג איז פשוט עד למאוד, בס”ה א טויש צו א צווייטע ssri מעדיצין וואס האט נישט די ספעציפישע סייד אפעקט.

כמובן אלעס אלעס זאל נאר גיין אך ורק מיט א דאקטער א לייסענסד פסעקייעטריסט.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

tree האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 8:59 pm
?is there a difference between one generic and another by lexapro
מאכט נישט אויס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מיין הערצעלע
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2024 4:07 pm

Re: פלוצלינגדיגע מחשבות וואס האסטעזשען דעם מענטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין הערצעלע »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 4:50 am
אמשטרדם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:39 pm
מיין א נאנטער משפחה מיטגליד פלאגט זיך מיט אזא מאדנע פראבלעם. יענער האלט אינמיטן רעדן, אינמיטן א זאץ, און ער שטעלט זיך אפ גייט ארויס פאר 15 סעקונדען און קומט צוריק...

פרעג איך אים וואס האט פאסירט? האט ער מיר געזאגט, אז ער ליידט פון א פראבלעם, אז אסאך מאל אינמיטן רעדן, באפאלט אים פלוצלינג א נאוזשיע, און ס'קומען אין אים אריין פארשידענע מחשבות וואס ער וויל נישט טראכטן, ווי למשל פון אן אלטער מלמד אדער אלטע חברים, און ס'כאפט אים אן ביים קארג, און ער ווערט בלענק. ער פארגעסט פלוצלינג וואס ער האט געהאלטן אינמיטן זאגן, און ער דארף ארויסגיין, צומאכן די אויגן, און נאך 5-10 סעקונדן קומט דער באוואוסטזיין צוריק, און דאן דארף ער זיך דערמאנען וואס ער האט געהאלטן אינמיטן זאגן...

איינער ווייסט וויאזוי דאס הייסט? און וואס די לעזונג דערצו איז?
דער פראבלעם איז אז דער איד איז שוין געווען ביים טעראפיסט. בלי ספק.

טראמא איז זיכער א סובקאנטשעס זאך, קיינער אין די וועלט האט נישט געוואסוט צו זאגן פון אזא זאך ווי טראמא אפעקט, ביז פסיכאלאגיע האט עס פארשפרייט.

אלזא קען זיין ער האט זיך געמוטשעט מיט אנדערע פראבלעמען, אבער צו קענען אנכאפן דעם טוטער ביים נאמען, און אזוי קלאר שפירן טראמא, אזש ביז פיזישע אפקלאנגען, איז בלי שום ספק דער ארבעט פונעם טעראפיסט וואס האט אים מסביר געווען זיין טראמא.

יענער טעראפיסט זאל ביטע מוחל זיין, און מסדר זיין וואס ער האט קאליע געמאכט.

--

איין פראצענט שאנס אז ער איז נישט געווען, אויב יא, האט ער זיך אסאך אנגעהערט דערוועגן.

אזעלכע זאכן געשעהן נישט סתם אזוי לויט פסיכאלאגיע.
Wow דו ברענגסט עס ארויס זייער קלאר בדידי הוא עובדא
נישט ממש די מעשה פון דא אויבן אבער בערך

אין טערעפי האב איך מיר אויס געלערענט אז ווען מען קריכט צוריק און איך זעה עפעס איז בלענק מיינט עס אז עפעס איז דא דארט שטארק פארקנאקט און די טעראפיסט האט דעמאלס זייער א שווערע ארבעט וויזוי עס צו עפענען זייער שטייטלעך און איידל יעדע מענטש לויט וויפול ער קען עס פארנעמען

ביי מיר איז מען צוריק געגאנגן צו אזא מעשה און איך קען ענק נישט מסביר זיין וואס די יסורים זענען ווען מען גייט עס דורך
עס קען אסאך מאל נעמען וואכן לאנג און אין אזא צייט וועט די טעראפיסט געווענטליך געבן פארן מענטש עפעס וואס זאך אים אביסל בארואיגן און שאר מאכן אז זאכן זענען אונטער קאנטראל דורך אויס די טעג צווישן איין סעשן און די צווייטע

אין מיין קעיס האב איך נישט געוואלט נעמען קיין מעדיקעישן
און מיין טעראפיסט האט אויך געהאט א אונטערעסע מיר נישט צו געבן
ער האט מיר געאפערט פון די גוטע סחורה... וואס איך האב אויך נישט געוואלט נעמען
למעשה האב איך גענומען CBD
און אויך האט ער מיר געגעבן אנדערע עקסערסייזעס און טולס וואס צו טון ווען זאכן קומען ארויף

צו עפענען אזא פלאץ האט ביי מיר געמיינט ערגער פון מיר הייסן אריין לייגן די הענט אין פייער און עס דארט האלטן
אפילו איך קען שוין יא אביסל אידענטיפייען וואס דארט איז פאר געגאנגן איז געווען אנדערע בלאקידזשעס וואס האבן מיר נישט געלאזט ארויף ברענגן די מעשה
בקיצור עס איז געווען עק וועלט ממש

די CBD האט מיר גוט געמאכט שוועבן אין די הויכע עולמות
מיין דזשאב פלעג איך שאר מאכן אז אנדערע טוען מיין ארבעט
צו מיין גוט מזל איז עס געווען פון אין מיטן אלול ביז נאך תשרי וואס איך האב עס גענומען וואס אסאך צייטן ארבעט מען נישט
אבער זיין אין צופארענע זמנים און פירן שבת ויו"ט סעודות און גיין חוה"מ האלטן אונטער די אומשטענדן איז געווען יענע אפ קומעניש

למעשה האט מען זיך דארט אפ געשטעלט ווייל עס האט זיך נישט געלוינט צו ספענדן נאך צייט בעת עס איז אזוי טיף פארהאקט און מעם האט אם געפאנגן צו ארבעטן אויף די פארקערטע וועג צו עפענען מיין באדי וואס דעס איז אויך געווען יסורים פון אן פאנג

די מעשה וואס @אמשטרדם ברענגט אראפ קוקט מיר אויך אויס ווי יענער איז דורך דעס וואס איך בין און איך קוק יענעם זייער ארויף פארן זיין אזוי אפן מיט זיך צו קענען שעירן פאר א צווייטן מיט א קלארקייט פאר וואס ער שטעלט זיך אפ אין מיטן רעדן
און איך שטעל מיר פאר אז היינט צו טאגס איז עס שוין אין גאנצן אוועק די אויף פירונג
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”