קוויק פעי און זעלל, אביסל הילף
א גוטן חשוב'ע אייוועלט מעמבערס. איך וויל דא זוכן אביסל הילף פאר אן ענין, און איך בעט מען זאל מיר אנטשולדיגן פאר מיין אמעראצעס.
שוין יארן וואס איך בין אויפגעסעט מיט א באנק קאנטע אין א געוויסע באנק, און עס פארט ב"ה כשורה. אבער די לעצטע יארן איז אויפגעקומען נייע זאכן וואס מאכן מיר אן אביסל קאפוויי.
יעדן דריטן טאג פרעגט מיך איינער אויב איך האב קוויק פעי. דער ענטפער איז ניין. מיין קאנטע איז נישט אין טשעיס און דעריבער האב איך עס נישט. אוי, פארוואס, עס וואלט מיר פיל גרינגער געווען צו שיקן מיט קוויק פעי. אבער איך האב נישט. א שאד, דו דארפסט עס מאכן.
לעצטענס איז דא נאך א נייע זאך, זעל, אדער זעלל אדער זעלע, איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אויף ענגליש שרייבט זיך עס אזוי zelle. און ווידער ווייס איך נישט בין ימיני לשמאולי.
שוין געהאט מער ווי איין מאל אז איינער שיקט מיר געלט מיט זעל(ע), (נישט אז איך האב זיי געבעטן, זיי טוען דאס אומגעבעטן) און איך טריי עס אפצונעמען אבער איך קען נישט. איך האב שוין איינמאל געספענדט די צייט און גערופן די באנק. סוף פסוק, מיין אקאונט איז נישט אויפגעסעט אזוי אז איך זאל עס קענען באקומען. טו בעד. דארף איך צו דעם מאכן א נייע אקאונט. איך ווייס נישט צו איך וויל, און אויב יא, ווייס איך נישט צו אין דעם באנק, אדער א אנדערן, אויב א אנדערע, וועלכע.
יעצט ווידער, א איד האט מיר געדארפט געבן אפאר פיאסטער, און ער געט עס מיר א שיק מיט זעל. איך באקום אן אימעיל פון זעל, דער און דער האט דיר געשיקט כך וכך מיט זעל.
איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם קאפוויי. איז אפשר קען מיר איינער ערקלערן אין קורצע, קלארע דיבורים, וואס די זאכן זענען. וואס איז דאס קוויקפעי, האט דאס נאר טשעיס אדער אנדערע אויך, וואס איז דאס זעל, וועלכע בענק, וויאזוי ארבעטן די זאכן. אויב וויל איך קענען באקומען געלט סיי מיט זעל און סיי מיט קוויקפעי דארף איך יעצט מאכן אן אקאונט סיי ביי טשעיס און סיי ביי א באנק וואס האט זעל? און טאמער וועט מארגן א דריטע באנק מאכן אזא מין זאך וועל איך מוזן מאכן אן אקאונט דארט אויך?
בקיצור, איך ווייס נישט וואס דא טיצעך. איך האב שוין געטרייט צו זוכן אביסל אויפן געוועב, אבער איך טרעף נישט עפעס וואס זאל קורץ און קלאר ערקלערן דעם ענין.
איך וועל זייער דאנקבאר זיין אויב איינער קען מיר דא אביסל קלוגער מאכן.
יישר כח למפרע
NO man is a failure who has friends