רבותים, א גרויסן ריזיגן יישר כח פאר אלע גוטע אידן וועלכע האבן דא גענומען פון זייער טייערע צייט מיר צו העלפן. איך האף בקרוב צו רעפארטן דא אז די זאך איז מסודר.
אקעי, איך האב געזאגט איך וועל צוריק קומען באריכטן, וויל איך דא מקיים זיין מוצא שפתיך תשמור.
איך האב געטרייט צו מאכן אן אקאונט ביי קעפיטל וואן, אבער זיי האבן מיך צוריק געוויזן (רידזשעקטעד בלע"ז), איך האב געטרייט צו רופן, אבער זעהט אויס זיי האבן נישט קיין 24/7 סערוויס, האב איך נישט געקענט רעדן צו א מענטש און נישט געוואר געווארן פארוואס.
אינצווישן האב איך געטרייט דיסקאווער און זיי האבן מיך יא אנגענומען. בין איך צוגעגאנגען צום חלק המעשה און געטרייט זיך איינצושרייבן ביי זעל, זאגן זיי מיר אז איך דארף פאקטיש האבן געלט אין אקאונט. נאך א לענגערער שמועס מיט א מענטש אויפן טעלעפאן ביי דיסקאווער, האב איך געמאכט א דעפאזיט פון ח"י דאללער, און יענער האט מיר געזאגט אז ביז 24 שעה וועט עס זיין אין מיין אקאונט און איך וועל זיך קענען איינשרייבן מיט זעל.
דערווייל איז אריבער דריי מעת לעת, די דעפאזיט ווייזט זיך טאקע, אבער דאס געלט איז נישט אוועילעבל און איך קען מיך נישט איינשרייבן אין זעל, דערווייל גייט שוין באלד פארביי מיינע פערצן טעג און איך וועל פארלירן דאס געלט.
רוף איך ווידער אן דיסקאווער, ווער איך געוואר צוויי זאכן: 1, א נייע אקאונט נעמט לענגער ביז דאס געלט ווערט אוועילעבל און עס וועט מיר נאך נעמען נאך אפאר טעג. און 2, אז נייע קאסטומערס קענען זיך מער נישט איינשרייבן אין זעלל. די אלטע, וואס זענען שוין איינגעשריבן, קענען ווייטער אנגיין דערמיט, אבער די נייע אקאונטס קענען זיך מער נישט איינשרייבן מיט זעלל.
האב איך שנעל אראפגעלייגט דעם טעלעפאן און זיך גענומען זוכן, און געטראפן אז עליי באנק, אויך אן אנליין באנק, איז אויך פארבונדן מיט זעלל. איך האב זיי תיכף אנגערופן, און אויפן טעלעפאן, אזוי רעדנדיג מיט יענעם האט מען מייסד געווען א באנק קאנטע און עס אויפגעסעט אנליין. האב איך דאך געמיינט אז איך מוז מאכן א דעפאזיט צו קענען באקומען געלט פון זעלל, האב איך אים געפרעגט וויאזוי עס צו מאכן, און אזוי, שמועסנדיג מיט אים, האב איך מיך ארום געשפילט מיט דעם זעלל אייקאן אויף זייער וועבזייטל. נאך איידער וואס ווי ווען איז שוין דאס געלט געווען ביי מיר אין קאנטע.
בין איך שוין ב"ה מסודר מיט א קאנטע, און שוין אפגענומען דאס געלט פון זעלל אויך. און נאך געבליבן מיט א קאנטע אין דיסקאווער באנק, וואס איך האב נישט עכט יעצט וואס צו טון מיט דעם קאנטע. (אפשר אז מ'האט צוויי ווערט מען שנעלער א גביר? ביטע לאזט מיר וויסן...)
יישר כח פאר אלע וואס האבן מיר דא געהאלפן און בארייכערט מיינע ידיעות אין דעם וועלט פון באנקירונג.
פאר וועמען ס'איז אינטרעסאנט. לגבי דעם וואס מ'האט דא גערעדט וועגן די טשעיס טשעקינג אקאונט פי. ס'איז דא צוויי וועגן צו נישט דארפן צאלן די פי 1) דירעקט דעפאזיט פון א מינימום פון $500, 2) האבן א מינימום פון $1500 טעגליך,
טהור-עיניים האט געשריבן:
אקעי, איך האב געזאגט איך וועל צוריק קומען באריכטן, וויל איך דא מקיים זיין מוצא שפתיך תשמור.
אינצווישן האב איך געטרייט דיסקאווער און זיי האבן מיך יא אנגענומען. בין איך צוגעגאנגען צום חלק המעשה און געטרייט זיך איינצושרייבן ביי זעל, זאגן זיי מיר אז איך דארף פאקטיש האבן געלט אין אקאונט. נאך א לענגערער שמועס מיט א מענטש אויפן טעלעפאן ביי דיסקאווער, האב איך געמאכט א דעפאזיט פון ח"י דאללער, און יענער האט מיר געזאגט אז ביז 24 שעה וועט עס זיין אין מיין אקאונט און איך וועל זיך קענען איינשרייבן מיט זעל.
יישר כוח ר' טהור'ל פארן צוריקומען אונז מיטטיילן דיין עקספעריענס. (אגב, מיר בענקן זיך נאך אייער שריפט, און איר מעגט ווען אריינקומען דא אביסל אפטער...)