Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איל משולש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:35 pm
אין אסטראנאמיע האב איך עס קיינמאל אינאכט גענומען.
האב איך דארט עפעס פארזעהן?
ב"ה

ווייס איך נישט.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

וואס איך מיין צו פרעגן, איז עס א זאך וואס געשעט פיזיש?
רוקן זיך טאקע די שטערנס אין פארקערטן ריכטונג ווי געווענליך פון צייט צו צייט?
אויב יא, האב איך דאס פארזעהן אין אסטראנאמיע.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איל משולש האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 3:18 pm
וואס איך מיין צו פרעגן, איז עס א זאך וואס געשעט פיזיש?
רוקן זיך טאקע די שטערנס אין פארקערטן ריכטונג ווי געווענליך פון צייט צו צייט?
אויב יא, האב איך דאס פארזעהן אין אסטראנאמיע.
ב"ה

מיר דארפן מאכן א באזונדערע אשכול אויף דעם. אבער איך זאג דיר אז איך ווייס נישט.

למעשה, אין אסטראלאגיע נוצט מען חוזר אחורנית, ווייל עס זעט אויס ווי עס איז חוזר אחורנית. וואס עס געשעט פונקטליך אין פאקט, איז דען נוגע אין אסטראלאגיע? אסטראלאגיע איז געבויט אויף די וועג וויאזוי מ'האט אמאל פארשטאנען זאכן. מ'האט זיך אריינגעלייגט דערין מיט גאר שטארקע איידעלע געפיל, און מ'האט פארשטאנען אזוי און אזוי, און לויט דעם איז מען געגאנגען. אן טראכטן צי ס'איז סייענטיפיש געפראווט, און אן פרובירן צופיל אפצואוווענדן כדי צוצוקומען צו די הארטסטע לאגיק דערפון. אז ס'האט געשטומט איז מען געווען פרייליך אז מ'האט געכאפט וויאזוי ס'ארבעט, און מ'האט עס גענוצט בשמחה רב. און אז ס'האט נישט געשטומט האט מען זיך מער פארטיפט מיט די כוח הגעפיל, ביז מ'האט געכאפט אז ס'זאל שטומען. מ'איז מער געגאנגען מיט געפיל. מ'האט עס דען געזוכט צו פראווען סייענטיפיש? דער עיקר איז געווען די חכמה דערפון, אז מ'האט דאס געקענט נוצן.

איך קלער אז השי"ת האט אין אמאליגע צייטן אריינגעלייגט אז מענטשן זאל אזוי פארשטיין, ווייל ער האט געוואלט לערנען די חכמה דערפון. וואס עס געשעט טאקע סייענטיפיש איז דען נוגע?

די מענטשן וואס פארשטייען דערצו זענען אזעלכע וואס גייען מיט געפיל, און זענען נישט אזוי אינטערעסירט זיך צו דערגרינטעווען צום סייענטיפישן פאקט דערפון. אז מ'האט געזען אז א זאך ארבעט, האט מען עס גענוצט. אז מ'זוכט סייענטיפישע פאקטן, גייט מען אוועק פון די חכמה דערפון. אסטראלאגיע ליגט מער אין הארץ ווי אין מוח. ס'איז מער אזא "מ'האט זיך פארגעשטעלט, און מ'האט אויספרובירט צו ס'שטומט, און אויב ס'האט געשטומט, האט מען עס גענוצט, אן קוקן אויף סייענטיפישע פאקטן, און אן עס צופיל אוועקשטעלן אויף משפט באנק צו זען צו ס'האט סייענטיפישע פאקט.

די סייענטיסטן נעמען אסאך אוועק פון די מענטשליכע הבנה און צוגאנג צום לעבן. ווייל מ'זוכט נאר די הארטע פאקטן. כאילו מ'קען עס טרעפן. אסטראלאגיע, און אסטראנאמיע, זענען נישט נאר צוויי אנדערע חכמות, נאר צוויי אנדערע צוגאנג דערצו.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג אפריל 21, 2023 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יישר כח.
יעצט איז קלאר.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

זאכן וואס איך שרייב פאלגנד איז סתם ווייל איך האב געוואלט עפעס אינטערעסאנט שרייבן. אבער מ'דארף אכטונג געבן נישט אריינצופאלן אין דעם ענין פון נאכקוקן עתידות. איך שרייב גאנץ לויט דער אבן עזרא אין ספר ראשית חכמה.

דער אשכול איז געלייגט געווארן 11:15 PM אפריל דעם דריי און צוואנציגסטן.

מאדים וואס ווייזט אויף כוח הכעסאיז אין יענע מינוט אין די זיבעטע הויז, וואס די זיבעטע הויז ווייזט אויף רילעשאנשיפס. דאס מיינט אפשר אז ער וויל צעברעכן געוויסע רילעשאנשיפס. און די זיבעטע הויז ווייזט אויך אויף קטטה. קריגעריי. און מאדים איז אין מזל סרטןוואס די באלבאס פון סרטן איז לבנה. און לבנה ווייזט אויף שיחת הנפש. אויף די אונטערנבאוואוסטזיין, אויף די קינדישע דמיונ'דיגע געפילן. חסרון הדעת'דיגע סארט געפילישע וועלט. ער וויל נוצן זיין נפש זיך צו שלאגן מיט רילעשאנשיפס וואס שטערן אים.

און לבנה ווייזט אויף רוב פחד ותמימות הלב וגילוי הסוד. רעדן פון נפש בנוגע דעם ענין. עכ"פ סרטן איז א מזל וואס ווייזט אויף געפיל, און מאדים ווייזט אויף מלחמה, מריבות, מכות, פירוד. צו מאכן פירוד צווישן געוויסע רילעשאנשיפס. מאדים ווייזט אויף לגלות כל דבר נסתר. און דער וויל מיט דעם אשכול מגלה זיין וואס ס'גייט דא פאר מיט די עניני רילעשאנשיפס. אז עס שטערט אים אין דעם ענין.

לבנה איז אויך אין די זיבעטע הויז, און לבנה איז אין מזל תאומיםוואס די באלבאס פון תאומים איז כוכבוואס ווייזט אויף ' נשמת האדם וכוח הבינה'. 'דעת הסודות הנסתרות', צו פארשטיין וואס עס גייט פאר בענין הזה. און עס ווייזט אויך אויף סור מרע. און לבנה איז אויך קעגן מזל הצומח קשת, וואס ווייזט אז די ערשיינונגען אינעם נפש איז קעגן די ענין פון וועלן רואיגקייט.

און עס איז דא א פונקטליכע מבט ידידות, מבט שישית, צווישן מאדים און כוכב. מאדים איז פופצן מעלות אין מזל סרטן, און כוכב איז פופצן מעלות אין מזל שור. וואס דאס מיינט אז די גאנצע מחשבה, וואס כוכב ווייזט אויף מחשבה, וועט לויפן אין דעם ענין.

נוגהוואס וויזט אויף רילעשאנשיפס איז אויך אין דעם מזל תאומים. און איז אין די זעקסטע הויז. וואס דער אבן עזרא שרייבט אז די זעקסטע הויז ווייזט 'על כל חולי שהוא עומד בו' דאס ווייזט אז מ'רעדט פון 'געוויסע חולי'. און עס איז דא א חיבור צווישן לבנה און נוגה, וואס מיינט א מ'גייט רעדן פון נוגה'דיגע ענינים. עניני תענוג. נוגה ווייזט אויף אהבה. און נוגה איז קעגן די מזל הצומח, וואס ווייזט אז מ'וועט רעדן פון זאכן וואס זענען קעגן די ענין פון שלום. ווייל די מזל הצומח איז קשת, און די באלבאס פון קשת איז צדק. אדער עס ווייזט אז נוגה איז שטערקער ווי וועלן שטילקייט און שלום, ווייל ס'איז דא תענוג וואס זענען שטערקער ווי דעם.

די פלאנעט כוכב איז אין מזל שור, און איז אין די פיפטע הויז. און די פיפטע הויז ווייזט אויף תענוג. דאס מיינט אז מ'רעדט פון דעם ענין. כוכב איז חוזר אחורנית, וואס מיינט אז עס רירט זיך שווער דאס גאנצע ענין צו רעדן דערפון.

יורנס איז אויך אין דעם מזל, און אין דעם הויז, און עס איז דא א חיבור, דאס מיינט אז ס'קומט א איבערראשונג אין דעם ענין פון כוכב. און ווי אויך אין דעם ענין פון מאדים, ווי פריער דערמאנט.

חמה איז אין די פערטע הויז, וואס די פערטע הויז ווייזט אויף כל דבר נסתר. און חמה איז אויך אין שור. און חמה ווייזט אויף יועצים. און עס ווייזט אויף תורות והחוקים, וחיבור הקהל. צאמנעמען דעם עולם און רעדן פון די סוד פון א זאך. און חמה ווייזט אויף דעת בינה. צו פארשטיין וואס עס טוט זיך דארט אין די באהעלטענישן

צדק איז אין מזל טלה. וואס דאס ווייזט א שנעלקייט פאר דעם ענין פון ברענגען שלום ושלוה השקט ובטח צווישן מענטשן. ווייל טלה ווייזט אויף א שנעלקייט

נפטון איז אין די דריטע הויז וואס די דריטע הויז ווייזט אויף חכמה ועצה. ס'ווייזט א שפע אין דעם ענין צו רעדן חכמה דערוועגן

שבתאי איז אויך אין דעם הויז, וואס ווייזט אז ס'גייט נישט גיין גרינג. שבתאי ווייזט אז ס'גייט צעשטערן אלטע געבויטע זאכן. ווייל ס'איז דא א מבט ידידות צווישן חמה און שבתאי.

פלוטו איז אין די צווייטע הויז, און דאס ווייזט אויף א חידוש וואס קומט דורך ' העוזרים אותו, והסרים אל משמעותו. אין די ענין פון און עס איז דא א מבט חצי איבה צווישן פלוטו און חמה און צדק. דאס מיינט אז ס'קומט א דורכברוך אין א ענין.

די מזל הצומח איז מזל קשת, וואס די "באלבאס" פון קשת איז צדק. צדק ווייזט אויף 'דברי צדק ויושר', ס'ווייזט אויף די ענין פון שלום. חופש הנפש. קשת ווייזט אויך אויף געדאנקען צו מסביר זיין ערשיינונגען.

איך בין דא א חכם על העבר. דאס קען יעדער. אבער תמים תהי' עם ה' אלוקיך. ס'איז נישט צו אינטערעסאנט צו מאכן אזאנס. אבער דאך. שוין, עס לוינט נישט צו פארברענגען צייט.

והשם הטוב עזור ויעזור
אטעטשמענטס
פאר אסטראלאגיע.pdf
(252.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 100 מאל
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

WoW! נשמה, איך בין שפראכלאז!

זאג מיר נישט אז האסט עס אויסגערעכנט יעצט...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 7:58 pm
WoW! נשמה, איך בין שפראכלאז!

זאג מיר נישט אז האסט עס אויסגערעכנט יעצט...
ב"ה

איך דארף עס נישט אויסרעכענען. דאס איז א קאמפיוטער סאפטווער וואס רעכנט אויס אוסטראלאגיע. אוודאי האב איך דאס נישט אויסגערעכנט. מ'לייגט אריין די טאג און די שעה און אין א רגע ווייזט ער עס. אמאל האט מען געשטאנגען און גערעכנט. ס'איז אויך געווען א אצטרולוב, מיט אזעלכע דרייערלעך און שטעקלעך. דער אבן עזרא האט א זיסע ספר'ל אויף דעם אצטרולוב, גערופן 'כלי נחושת'. איך בין נאר נייגעריג צו מ'קען נאך היינט טרעפן אזא אצטרולוב ארום דעם יאר תתק"ו. איך האב מורא צו זוכן צופיל אויף די ברייטע געוועב, משום ראיות... איך האב שוין געזען פארשידענע בילדער, אבער עס האט זיך מיר נישט צאמגעשטעלט מיט די וועג וויאזוי דער אבן עזרא שילדערט דעם אצטרולוב.

איך האב נאר מפרש געווען די זאך וואס איך האב געזען.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אבער וואס איז דיר בייגעפאלן עס צו רעכענען?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
נחום פאשקעס
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:16 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום פאשקעס »

לפנות בוקר האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 10:23 pm
הרב שרגא פאפלענאש שליט"א האט אמאל גערעדט דערוועגן ביי איינע פון זיינע שיעורים,
אגב, ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 25, 2023 9:26 pm
אבער וואס איז דיר בייגעפאלן עס צו רעכענען?
ב"ה

יעדע געשעעניש וואס קומט פאר אויף די וועלט איז פון הימעל אויסגערעכנט אויפן האר. נאך דערצו יעדע גרויסע געשעעניש. הקב"ה שטעלט אויס די מזלות אז ס'זאל קלאפן און שטומען אלעס לויט זיין פלאן. ס'האט חשבונות מיט חשבונות וואס נאר דער הייליגער באשעפער יתברך שמו קען אויסרעכענען און האלטן דערויף קאפ, אזוי צו זאגן. אלעס ווערט געפירט מיט א פונקטליכן פלאן אויפן האר און אויפן מינוט. און מיט דעם אלעם איז דא דערין בחירה. און מיט דעם אלעם פיט אריין די מימרא אז יודן זענען העכער ווי די מזל. ס'האט א זמן ווען עס הייבט זיך אן, און ס'האט א זמן ווען עס גייט זיך ענדיגן. אז איך האב געזען אזא אינטערעסאנטע געשעעניש, אזא אינטערעסאנטע אשכול, האב איך געטראכט, לאמיר זען די מזלות דערפון.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

עפעס שטימט מיר נישט מיט די חדשים ווייל איך בין די זעלבע חודש ווי טראמפען און איך בין ווייט פון זיין זיין פערסענליטי ....
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 4:39 pm
עפעס שטימט מיר נישט מיט די חדשים ווייל איך בין די זעלבע חודש ווי טראמפען און איך בין ווייט פון זיין זיין פערסענליטי ....
סאיז דא נאך אסאך זאכן וואס אפעקטירן די מהות.
מזל יום/חודש/שעה/וכו'.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5089
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 4:44 pm
fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 4:39 pm
עפעס שטימט מיר נישט מיט די חדשים ווייל איך בין די זעלבע חודש ווי טראמפען און איך בין ווייט פון זיין זיין פערסענליטי ....
סאיז דא נאך אסאך זאכן וואס אפעקטירן די מהות.
מזל יום/חודש/שעה/וכו'.
לאוקעישאן, משפחה, פעסט לייף, טשיילדהאד.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

יעדער וואס איז געבוירן אלול איז א בתולה? אזוי אויך א גראדער מענטש ,די 3 זאכן אלול בתולה גראד, גייען ציזאמען?
אלץנארגוט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:21 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץנארגוט »

נשמה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 10:11 pm
דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול אדער חילול שמו יתברך פון אונזערע הענט. און אז מ'זאל בלייבן ערליך און אפגעהיטן און קיינער זאל נישט אריינפאלן ווי מ'דארף נישט.

הלוואי טרעף איך אן אלטער אסטראלאגער וואס טוט שוין פופציג יאר אין אסטראלאגיע, קען עס גוט און קלאר, גלייבט אין באשעפער, גלייבט אין השגחה, גלייבט אז תורה איז מן השמים, גלייבט אין נבואה, נישט קיין שום רעליגיע, וויל נישט מסית ומדיח זיין, און ער זאל עס מיר גוט אויסלערנען מיט א ריינע "יודישליכע" שפראך, פאר אומזיסט. חחחח דאס ווייס איך גאנץ זיכער איז הלכה'דיג אויסגעהאלטן.

ס'דא אסאך פון די ראשונים וואס האבן זייער געטון אין אסטראלאגיע. אברהם אבינו איז געווען א אסטראלאג. די אבן עזרא האט ארויסגעגעבן ספרים אויף אסטראלאגיע.

אין די ברייתא פון די מזלות, דאכט זיך אז ס'איז פון שמואל הקטן, שטייט: שבתי ממונה על העניות ועל המסכנות ועל הדוויה ועל החריבה ועל חולי ומכה הטמונה בגוף ועל המיתה.

אין די גמ' שטייט אז שבתי איז א ענין פון צעשטערן די פלענער וואס א מענטש מאכט זיך. ווי עס קוקט אויס איז שבתי אזא סארט מידת 'הוד'. די ענין פון צוריקהאלטן ענערגיע. שבתאי איז נישט ממונה אויף שלעכטיגקייט, אזוי ווייט ווי ביטול. צעשטערונג. ווייטאג – אפילו אין נפש - קומט ווען די פלוס פון לעבהאפטיגקייט ווערט צוריקגעהאלטן, געשטערט. שבתי איז נישט אזאך וואס מאכט דעם מענטש א שלעכטער מענטש. עס מאכט דעם מענטש פאר א בטלן. אפגעריסן. עס קומט צום מענטש אין נישט אינעם מענטש. עס צעבלאזט זיינע פלענער.

צדק ממונה על החיים ועל השלום ועל הטובה ועל השלוה ועל ההשקט ועל התורה ועל השמחה ועל העליזה ועל העושר ועל הכבוד ועל השררה.

אין די גמ' שטייט אז צדק גבר צדקן. ווי ס'קוקט אויס איז עס א ענין פון חסד. ברייטקייט. ווען ס'דא ברייטקייט, ווען די נפש ווערט נישט געצוימט, איז דא שלום. איז דא רואיגקייט. נאכגעבן קומט פון ארייננעמען יענעם אין מיין וועלט. צדק. זאכן גייען: עושר, כבוד, שררה. דאס איז צדק.

מאדים ממונה על הדם ועל החרב ועל הרשע ועל הקטטה ועל המריבות ועל החבורות ועל הפצעים ועל המלחמות ועל השנאה וקנאה ואיבה ותחרות ועל המכות ועל הברזל (מיתה ע״י ברזל) ועל האש ועל המים ועל המפולת.

מאדים איז אנדערש ווי שבתי. אינדערצייט וואס שבתי צוימט די פלוס פון חסד, פון לעבהאפטיקייט. אזא סארט 'הוד'. אינדערצייט וואס שבתי זאגט פאר'ן מענטש: קענסט נישט אלעס האבן אלעמאל. דא טוטעך וויי, דארט טוטעך וויי. טוט מאדים מאכט די ענערגיע פון די מענטש זאל זיין קריגעריש. אזא סארט 'גבורה'. נישט קריגעריי וואס קומט פון ארעמקייט, נאר קריגעריי לשם זיך קריגן. שבתאי קען אויך גורם אז דער מענטש זאל זיך קריגן, ווייל ווען ס'גייט נישט, איז מען גערעגט, און אז מ'איז גערעגט קריגט מען זיך. ס'דא אבער די ענערגיע וואס קומט דירעקט פון די ממונה.

די גמ' זאגט אויף מאדים יהא גבר אשיד דמא. ווען א מענטש וויל שלאגן איינעם, דארף ער צאמנעמען די כוחות און גיין קעגן די נאטורליכקייט וואס חסד וואלט אים געטריבן. דאס איז מאדים, גבורה.

אינדערצייט וואס צדק איז ממונה אויף שלום, דער מענטש נעמט אריין יענעם אין זיין לעבן. א ברייטקייט. צינד אים מאדים אן אז ער זאל יענעם אוועקשטופן, אין דער ערד לייגן, רח"ל, נישט דערליידן. וועלן זיין דער מושל.

אינדערצייט וואס צדק איז ממונה אויף שלוה והשקט, קומט מאדים חלילה און מאכט א פייער ערגעץ וואו, אדער ווארפט צאם א הויז.

אביסל מאדים טוט נישט אזוי ווייט.

מאדים געט די ענערגיע פאר א מענטש צו גיין מיט א "אכזריות". זיך נישט רעכענען מיט די געפילן פון ארומיגע. "איך וויל יעצט לערנען". דאס איז נישט נצח. דאס איז גבורה. התגברות.
יעצט, ס'ווענט זיך וואו דער מאדים שטייט איין. אויב מאדים איז צום ביישפיהל ביי מזל דגים, וועט דער מענטש זיין א צעפלויגענער מענטש. פארוואס? ווייל דגים איז א שוואכע כלי פאר ענערגיע. א מענטש מוז האבן כח התגברות, אביסל אדער מער ווי אביסל פון די מאדים סחורה, כדי צו האבן א אינערליכע התגברות.

די מלחמה וואס מאדים איז גורם, ווערט אויך גענוצט פאר 'מלחמת היצר'. די ענערגיע פון מאדים מוז נישט אלעמאל גיין צו פירן מלחמות, צו האקן מענטש ביים גענאק. עס קען ווערן מאדיפיצירט, און עס ווערט מאדיפיצירט. אזוי ווי די גמ' זאגט: אז פארגיסן בלוט, זאגט נישט וועמענס בלוט.

נוגה ממונה על החן והחסד והאהבה ועל התאוה ועל החמדה ועל פרייה ועל ולדי אדם ועל ולדי בהמה ועל פירות הארץ ועל פירות האילן.

נוגה איז די פרוכטבארקייט פון די וועלט. די וועלט דארף אנגיין. נעמען און געבן. פירות דארפן וואקסן, מענטשן דארפן געבוירן ווערן. בהמות דארפן געבוירן ווערן. מענטשן דארפן וועלן אנקומען איינער צום צווייטן. מענטשן דארפן וועלן גיין אין געשעפטן צו קויפן. שאפינג: קומט פון נוגה. קומזיץ: קומט פון נוגה. די רמ"ק שרייבט אז נוגה איז נצח. ער זאגט אז נוגה איז אזא סארט זאך וואס צווינגט אריין דער וואס האט חשק זאל גלוסטן צום חשוק. די מידה פון נצח. לאמיר זאגן אז נוגה איז תפארת שבנצח.

די גמ' זאגט: נוגה גבר עתיר וזנאי.

כוכב ממונה על החכמה ועל השכל ועל הבינה ועל הדעת ועל המדע לפתח כל פיתוח ולחשוב כל מחשבות בכל מלאכת אומנות, ועל הכתב ועל כל לשון.

דער כוכב איז אונזערס א פריינט דא אויף אייוועלט. סיי די קאמיוניקאציע וואס קומט פון רעדן, שפראך, און סיי די שרייבן. דאס איז אלעס כוכב. דאס איז אזא סארט בינה אדער יסוד. ווענט זיך אויך וואו דער כוכב שטייט. אויב עס שטייט ביי מזל קשת. איז אנדערש ווי ס'שטייט ביי מזל דלי. און אנדערש ווען ס'שטייט ביי מזל גדי.

חמה ממונה על המאור ועל החשך להבדיל בין היום ובין הלילה למנות בו ימים וחדשים ולעשות בו כל מלאכה לפעול בו כל פעולה ולהלוך בו כל הילוך וליגלות בו כל גלות מעיר לעיר וממדינה למדינה.

לבנה ממונה על מפתחי שמים וארץ, וערב הוא לעולם לרעה ולטובה.

לבנה איז מלכות. די געפילן פון א מענטש. די ענדע רעזולטאט.

ואע״פ שהן ממונים על הרעה ועל הטובה אין להם רשות לא להטיב ולא להרע מדעת עצמן אלא הכל בקריאה הכל בצווי הכל במאמר יוצר הכל, וכן הוא אומר אַל תִּירְאוּ מֵהֶם כִּי לֹא יָרֵעוּ וְגַם הֵיטֵיב אֵין אוֹתָם (ירמיה י׳ ה׳). ומנין שהכל בקריאה שנאמר ויקרא רעב על הארץ (תהלים ק״ה ט״ז), ונאמר כי הנני קורא לכל משפחות ממלכות צפונה וגו' (ירמיה א׳ ט״ו). ומדת הטובה בקריאה מנין שנאמר וקראתי אל הדגן והרביתי אותו ולא אתן וגו׳ (יחזקאל ל״ו כ״ט), ונאמר קול קורא במדבר פנו דרך ה' ישרו בערבה מסלה לאלהינו (ישעיה מ' ג׳) הא למדת שאין להם רשות לא להיטיב ולא להרע מדעת עצמן אלא א״כ ניתן להם רשות מלפני אדון הכל

לאמיר פרובירן צו שרייבן וואס דער 'מזרחי' שרייבט אויף שבט, נישט אז איך האלט אז ס'איז אזוי, נאר איך שרייב וואס ער זאגט.

א מענטש קען זיין א שבט און א טבת. צום ביישפיהל: בשעת ער איז געבוירן איז די זוהן געשטאנען אין מזל דלי, אבער די לבנה איז געשטאנען אין מזל גדי. אלץ די חמה אויס איז ער א שבט, און אלץ די לבנה אויס איז ער א גדי. זיין עיקר מענטש איז א שבט, און זיינע געפילן, זיין הארץ, זיין מלכות איז א גדי.

און די זעלבע פארקערט.

די זוהן, נוגה, און מאדים, איז געווען אין מזל גדי, און די לבנה אין מזל דלי, און כוכב אין מזל דלי. האט ער אויך דלי.

דער הייליגער גרויסער אין סוף ב"ה פיהרט די גאנצע וועלט מיט א פונקטליכע חשבון אז די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף. ער שטעלט אהער דעם מענטש דורך אויסשטעלן די מזלות, ווייל ער וויל אז די מזלות זאלן ווייזן וויאזוי ער פיהרט די וועלט, ווייל ער פארשטייט אז אזוי איז שיין.

שרייבט ער אזוי:

א שבט איז נישט א מענטש וואס לעבט פאר זיך, ער האט ליב הארמאניע, מיטצולעבן מיט די ארום. ער וועט קריטיקירן וויפיל הארמאניע דער מצב אין וועלכער ער געפינט זיך האט, און אויב ס'איז נישט עפעס אזוי הארמאניש, וועט ער עס נישט ליב האבן. ער וועט זיך דארט נישט געפינען דאס פלאץ.

זיי האבן ליב די מענטשהייט. און פארשטייען צו די וועליו פון א מענטש.

די אויפפירונג פון א שבט איז אלעמאל צום טאקט. די אויפפירונג קומט אלעמאל ארויס פון אזא סארט קלוגשאפט אין זיך, אזא סארט אינטעלעקט, אזא סארט זעלבסט-דיסציפלין וואס קומט פון דורכגעטראכטקייט, אזא סארט שטאנדהאפטיגקייט פון "איך האב אויסגערעכנט וואס איך האב צו טון". און ס'איז נישט סתם זיך אויפגעפירט אן טראכטן ווי א קינד. "וואו איז געווען דיין שכל, וואס האסטו געטראכט..." וועלן זיי פרעגן. אדער "פארוואס האט ער עס געבויט אזוי קרום? ער איז משוגע צו וואס?..." "פארוואס רעדט ער אזעלכע נארישקייטן?..."

זיי דערליידן נישט קיין טיפשות און זיכער נישט קיין טיפש וכל שם וחניכא דאית ליה. אלע סארט אויפנים פון טפשות איז נישט אננעמבאר ביי א שבט. עס רעגיסטרירט זיך נישט ביי זיי. אבער א חכם וועלן זיי גאר שטארק ליב האבן, אפילו א יונגער, און זיין מיט זיי גאר בידידות, און איך מיין אפילו א יונגל. קלוגשאפט אויסצורעכענען וויאזוי צו זיין פראקטיש רעדט צו זיי. עס באנעמט זייער נפש.

אויסרעכענען מיט שכל, מיט א אביעקטיווער בליק, און טון. אויסרעכענען און טון, אויסרעכענען און טון. יעדע זאך וואס זיי טוען האט עפעס אזא גאנצע אינערליכער געווייערטער אינטעלעקטואלע ענינים. זיי אפערירן אין אזא חשבונות'דיגער וועלט ווען יעדע זאך איז אנגעקניפט און פארבינדן מיט א גאנצע נעטווארק פון נאך און נאך חשבונות. בעת פאר'ן צוקוקער איז שווער אויסצורעכענען וואס עס איז די קומענדיגע זאך וואס דער שבט גייט טון. די נפש פון א שבט איז אזא סארט לאגישער אויסרעכענער. די לעבן פון א שבט איז אזא סארט "געים" אויסצורעכענען און טון. און געווענליך זעהט מען אויפן פנים אז ער איז אזא סארט מענטש. אזא סארט הויעכע ברייטע שטערן. וכו'. א שבט!

און דערפאר וועט א שבט קענען ארלעדיגן און אנקומען צו זאכן אין האלב אזויפיל צייט וואס עס נעמט פאר א צווייטן. פארוואס? ווייל ער טראכט, און רעכנט אויס. עס רעכנט זיך אים אויס. אין די צייט וואס יענער האט זיך באכלעפשעט און אנגעקומען צו עפעס, האט ער שוין ארלעדיגט א וועלט מיט זאכן.

א שבט איז דא אויף דער וועלט זיך צו באשעפטיגן מיט זאכן וואס העלפן די חינוך פון די יוגנט און פון די עלטערע אויך. די חינוך פונעם כלל, די הילף וואס דער כלל ברויך. נישט אזוי ווייט דער איש פרטי. זיין קאפ איז גענויגט צו די ענין פון חינוך. "קוק, לאמיר דיך מסביר זיין, איך וויל אז דו זאלסט פארשטיין, איך קען דיר געבן א נייע איידיע, אזוי און אזוי טוט מען עס... פארשטייסט עס? איך קען דיר עס נאכאמאל מסביר זיין" און ער קען טאקע. ער קען גוט רעדן און מסביר זיין בטוב טעם ודעת. ער וויל דיך נישט צווינגען, ער וויל אז דו זאלסט פארשטיין. און ער געט אוועק צייט דערויף, צו מסביר זיין, צו ערקלערן, צו פראדוצירן שכל אין די מוחות פון די מענטשהייט, אז מ'זאל טראכטן. אז מ'זאל זיין קלוג. נאך דערצו פאר קינדער. און ווען נישט א שבט האט ליב די מענטשהייט וואלט ער סך מער קריטיקירט, מכח דעם ווייל ער דערליידט שווער סכלות.

א שבט איז בטבע פסיכאלאגיש. די פסיכאלאגיע ליגט אים אין זיין נפש. ער פארשטייט כאילו וואס דו טראכסט. און וויאזוי צו רעדן אויף א אופן אז זאלסט עס פארשטיין.

ארעמקייט איז עפעס וואס באנעמט די טיפקייט פון זייער נפש. ווי דער אייבערשטער האט באשאפן עניים, און אויך האט ער באשאפן שבט'ס וואס זאלן זיך מצער זיין מיט זייער צער און האבן א געפיהל צו די עניים ואביונים. אן ארימאן רעדט צום הארץ פונעם שבט. "ער האט נעבעך א שוער לעבן, א מיטגעמאכטער נעבעך, פלאגט זיך אזוי..." און ווען ער קען געט ער צדקה מיט אזוי א ברייטקייט און מיט אזא הארץ.

א שבט זארגט זיך וועגן די רוחניות'דיגער מצב פון די וועלט: ער האט עס ארויס, און פארשטייט אויך וויאזוי עס וואלט געקענט זיין בעסער.

א שבט פיהלט אלעמאל ווי "ביז אהער איז שוין אלעס אלטע נייעס, אלטע מהלכים. דאס איז אלעס זאכן וואס מ'טוט געווענליך. קוק: איך קען דיר געבן א נייע איידיע, א נייע וועג וואס ס'וועט דיך איבערראשן ווי גוט ס'קען ארבעטן. גיי נישט מיט די קאפ אין וואנט אריין, זיי נישט קיין נאר, הער נישט אויס וואס דער 'עולם גולם' זאגט דיך, הער אויף צו זאגן 'יעדער טוט אזוי', הער וואס איך בין דיר מסביר..." אבער מיט דעם אלעם קענסטו נישט זאגן אויף א שבט אז ער האט נישט ליב אויסגעטרעטענע מהלכים. וואס דו קענסט יא זאגן אויף אים איז אז ער ארבעט אלעס אויס אז ס'זאל זיין מער אפדעטעד. אמאל איז א האלטע מהלך טאקע דאס וואס פעהלט ממש אויס. אדער ביי יודישקייט דארף זיין גוט. או מ'טאר נישט מחדש זיין. ווייל דאס אליין איז וואס פעהלט אויס.

געלט איז נאר דא אויף צו קענען דערמיט קויפן וואס איך דארף.

א שבט קען נישט דערליידן אז מ'געוועלטיגט אויף אים, ער האט נישט ליב אז יענער איז דער דרייווער, ער קען דאס נישט נעמען. ער האט נישט ליב ווען יענער לייגט פרעשור אויף זיינע מעשים, אדער א סטרוקטור אויף זיין טאג. און די סיבה איז – לכאורה - ווייל ער האט זיך פונקטליך זיין וועג וויאזוי זאכן דארפן געטון ווערן.

א שבט האט ליב אריינצונעמען געסט. צומאל האט ער ליב צו זיין אליין פאר זיך.

א שבט איז געווענליך א לייכטער פאזיטיוו מענטש. גוטער פריינד. ווייסט גוט וויאזוי צו מאכן קשרים מיט מענטשן, און ווייסן וויאזוי צו בעטן א טובה. א ידיד נאמן. די ווארט: ידיד!

די זאך איז אבער אז א שבט האט עפעס אזא סארט 'איגנארן' טבע. צומאל ווערט ער עפעס אזוי נישט צו אינוואלווד. דאס צעמישט אביסל. ווייל ווי אויבן געשמועסט איז ער באמת א ידיד, נאר צומאל זעהסטו אזא סארט: ער מאכט זיך נישט וואוסנדיג, אפילו ווען דו גייסט אים אדורך. לעבט אין זיין וועלט. פארמאכט. פאר זיך. נאך דערצו ווען ער טראכט און פרובירט צוצוקומען צו א מסקנא. כאפסטו א שמועס, ווייל דו ווילסטו וויסן וואס ס'גייט פאר, זעהסטו אז ער איז באמת דא פאר דיר, און די איגנארן איז נישט אין די כלל פון "איגנארן". נאר ס'איז עפעס אנדערש. וואס? נאר א שבט פארשטייט. "זאל מיך די וועלט אנקוקן וויאזוי זיי ווילן, וואס האב איך מיט די וועלט, ס'גוט..."

א שבט האט זייער ליב צו שענקן. "דא האסטו, יא, ס'גוט, קענסט עס נעמען..." ער פארשטייט אז דו דארפסט עס. און ער האט א גוט הארץ. און וויל דיר העלפן מיט וואס ס'שייך.

א שבט האט ליב מוזיק. פארשטייט צו רפואה. האבן ליב וויסנשאפט. נאך דערצו ביי די זאכן וואס פעהלט זיי פראקטיש אויס. וועלן זיי זאמלן וויסנשאפט מיום הוולדם. געדענקען גוט, און האבן א שטארקע קאנצענטראציע. ווילסטו וויסן עפעס פראקטיש? פרעג א שבט.

ווילסט פארן אויף א נסיעה ערגעץ וואו און דו ווילסט וויסן וואו וואס ווען? פרעג א שבט. פארשטייט זיך נאר אויב ער האט שוין איינמאל געוואלט פארן ערגעץ.

א שבט האט ליב צו קויפן פאר זיין קינד אלע סארט זאכן וואס קענען אויסלערנען פאר'ן קינד די וועלט. "קוק וואס איך האב דיר געקויפט, מ'קען מאכן דערפון אזויפיל מינע זאכן..."

א שבט פארלאזט זיך אויף מזל. אפטימיסטיש. "ס'עט זיכער זיין גוט..." און זיי האבן טאקע מזל, אבער פארט דארף מען זיך נישט פארלאזן דערויף.

א שבט האט ליב ווען מ'איז גוט מיט אים, נאך דערצו זיין שותף. האמיר שוין פריער געשמועסט פון הארמאניע. און ער ווערט זייער פארשעמט און צעבראכן ווען מ'איז נישט נאנט מיט אים. און ער פיהלט זיך נישט גוט ווען די נאנטע פארשטייען אנדערש ווי ער פארשטייט, ער ווערט צעבראכן דערפון. שעות קען ער זיצן און מסביר זיין אז דו זאלסט פארשטיין זיין נקודה אויף די זאך. טאקע וועגן דעם.

א שבט איז זייער א אמת'ער מענטש, דהיינו: זייער נפש ווירקט זיך אויף א אמת'ע אופן. זיי פיהרן זיך מיט אמת. אבער עס טוט זיי וויי אז מ'נוצט עס אויס מיט נישט די בעסטע כוונות.
שבט'ס זענען נישט אזוי מסודר, אפילו אויב אינערליך זענען זיי יא.

שבט'ס האבן ליב ווען זאכן גייען שנעל "שלעפ נישט, שנעל, שנעל, איך האב נישט קיין צייט, ווי אויך נישט קיין געדולד, נו..."

מיט דעם אלעם, אפילו אויב א שבט איז אזוי שכל'דיג, אבער זייער געפיל קען למעשה אויך שפילן א ראלע אין וואס זיי באשליסן צו טון. פארוואס דאס איז אזוי? ווייס איך נישט.
שבט'ס זענען פעסטגעשטעלטע מענטשן.

שבט'ס דארפן מענטשן וואס זאל זיי העלפן מאכן פון זייערע רעיונות, מעשים. אזא סארט תלמוד וואס זאל צונויף קלויבן די אלע רעיונות און קלוגע אופנים און עס אריינברענגען אין די פאקטישע ארבעט

א שבט איז א סודות'פולער מענטש. נוח לכעוס ונוח לרצות. ווען דער וואס האט אים געטשעפעט בעהט אים איבער

בקיצור דער אייבערשטער זאל שוין העלפן אז מיר זאלן טון צום זאך און אויסנוצן יעדע רגע לעבודתו יתברך שמו.
הרב נשמה איך באלעק מיך מיט דיינע שרייבעריי מיט דיין פארשטאנד אין נפש! ביסטי נישט א שבט? דיין פארשטאנד אין נפש צוזאמען מיט דיין הסברה מאכט מיך טראכטן אזוי, אבער פין די אנדערע זאט האסטי נישט אזוי פארברייטערט שבט.

דיינע ווערק העלפט מיך פארשטיין די נפש פין מיינע קינדער בעזר השם.

הצלחה רבה!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך האב שוין געשריבן אז ס'איז דא די שפיצן פון יעדע פלאנעט, דהיינו: וואס פאר א השפעה יעדע פלאנעט געט, און די השפעה פון יעדע מזל, און וויאזוי איטליכער פלאנעט דרוקט זיך אויס אין א געוויסע מזל. און וויאזוי עס וועט זיך השפעה'נען געוויסע ווייטקייטן צווישן פלאנעטן.

נאכדעם וואס מ'ווייסט די שפיצן פון יעדע פלאנעט, וואס יעדע פלאנעט איז משפיע, און מ'ווייסט די השפעה פון יעדע פון די צוועלעף מזלות, און מ'ווייסט די השפעה פון יעדע פון די צוועלעף הייזער, קען מען אליין צאמשטעלן וויאזוי עס טוט זיך צוזאמענשטעלן אין איין מענטש. אפליינען א נאטאל טשארט איז צאמשטעלן א בילד פון אלעס צוזאמען אויף איינמאל.

אפילו אויב מאדים - צום ביישפיהל - איז משפיע די כוח הכעס, מיינט דאס נישט אז יעדער באקומט די זעלבע כוח הכעס. ווייל עס ווענד זיך וואו מאדים איז געשטאנען. אויב עס איז געווען - לויט וויאזוי דער אבן עזרא ברענגט - ווייניגער ווי זעקס מעלות נעבן די זוהן איז עס תחת השריפה, און ער שרייבט אז סאיז גאר שוואך. דאס מיינט אז דער זוהן נעמט עס איבער. און אויב איז עס ווייניגער ווי צוועלעף און לויט מאנכע אכצן מעלות ווייט פון די זוהן, איז עס תחת האור, און האט עס אויך נאכנישט דער שטארקייט.

אויב איז עס אין די צוועלעפטע הויז, (כאדם בבית האסורים) אדער אין די זעקסטע הויז, (כאדם חלש בורח) אדער אפשר אין די אכטע הויז אויך, (כאדם שנפלה עליו אימה ופחד) האט עס אויך נישט דער שטארקייט. אויב איז עס אין מזל שור, אדער מאזנים, (בית שנאתו) אדער סרטן, (בית קלונו) האט אויך נישט דער שטארקייט פון השפעה. אויב מאדים איז אין מזל דגים, האט עס אויך ווייניגער השפעה. ווייל מאדים איז חם ויבש, און דגים איז קר ולח.

עס ווענד זיך וועלכע מזל, און עס ווענד זיך וועלכע הויז. און עס ווענד זיך אין די מבטים.

אויב איז מאדים בדיבוקמיט שבתאי, האט אויך מאדים סך ווייניגער השפעה. איינס איז מבטל דאס צווייטע. אויב מאדים איז בדיבוקמיט נוגה, דרוקט זיך מאדים מער אויס אויף די מחשבות פונעם מענטש. און סך ווייניגער אויף די מעשים. אויב מאדים שיינט אויף פאר די זוהן, די זוהן האט נאכנישט אויפגעשיינט, אבער מאדים האט שוין אויפגעשיינט, דאס הייסט עס איז מזרחי, דאן האט מאדים מער כוח ווי ווען ס'שיינט אויף נאך די זוהן. דהיינו: ווען עס איז מערבי. (מִי הֵעִיר מִמִּזְרָח צֶדֶק...)

לויט וויאזוי זיי זאגן היינט, איז מיינעך פלוטו במבט שישית, אדער שלישית, געט מער כוח פאר מאדים, און אזוי יורנס. נפטון דאכט זיך נעמט אביסל אוועק די השפעה. (איך האב נישט אזויפיל געטון וואס זיי זאגן היינט, אבער וויפיל איך האב אויפגעכאפט) דער אבן עזרא ברענגט נאך פון בבליים, חכמי פרס, הודו, יון שראשם בטלמיוס, חכמי מצריים, און נאך און נאך... (ועיין תניא ליקוטי אמרים סוף פרק ח)

לויט וויאזוי איך וויל זאגן האט דער אבן עזרא דורכגעטון א וועלט פון חכמים. זיי נעמען היינט אויך אין באטראכט דעם אבן עזרא (ibn ezra).

ווען עס קומט צו מזלות שרייבט נישט דער אבן עזרא אזויפיל, ווי ווען עס קומט צו די פלאנעטן. ביי מזלות שרייבט ער א ווארט צוויי דריי, אמאל מער, אבער שוין. זעט אויס אז מ'האט אמאל מער געטון אין די פלאנעטן, ווי די מזלות. אלעס איז מער געלאפן לויט די פלאנעטן. א מזל איז געווארן צעטיילט און איינגעטיילט לויט פארשידענע חשבונות. מ'האט צעטיילט א מזל אין דריי, ווען יעדע פון די דריי באלאנגט פאר א געוויסע פלאנעט. און נאכדעם האט מען דעם זעלבן מזל צעטיילט אויף ניין חלקים, ווען יעדע פון די ניין באלאנגט פאר א אנדערע פלאנעט. און נאכדעם האט מען עס צעטיילט אויף צוועלעף, ווען יעדע פון די צוועלעף באלאנגט פאר א אנדערע פלאנעט. אפילו אין די הייליגע גמ' שבת דף קנו, זעט מען אויך אז זיי רעדן נאר פון די פלאנעטן, וואסערע השפעה די פלאנעטן האבן, אבער נישט פון די מזלות.

צום ביישפיהל אויף סרטן שרייבט ער מער ווייניגער 'אוהב את הבריות', האט ליב די מענטשהייט. גאנץ גוט אויף א סרטן, הא? אין די ווארט 'אוהב את הבריות' ליגט אסאך. יא, ער לייגט אראפ אז ס'איז ממזלות המים, און ס'איז א נקבה, און ס'איז ממזלות הלילה. און ס'איז מתהפך. (מתהפך איז וויכטיג פאר פארשידענע חשבונות). ער זאגט וועלכע מינע חיות זענען אונטער די שליטה פון מזל סרטן, ער זאגט וועלכע צורות עס קומט ארויף. אבער ווען עס קומט צו "והנולד בו מבני אדם..." זאגט ער נישט צופיל. אויף דגים שרייבט ער "אוהב שינה, זולל וסובא, אין דעתו מיושבת עליו, כעסן, בעל מוסר ומרמות..." איך רעד נישט וואס ער שרייבט אויף די פיזישע געשטעל. 'אוהב שינה, און 'אין דעתו מיושבת עליו', שטומט גאנץ גוט אויף א דגים. פאר'חלומ'ט, אין די וואלקענעס, אבער ס'זאגט ווייניג.

עכ"פ, אבער ווען ס'קומט צו די פלאנעטן, דערברייטערט ער סך מער.

לאמיר אביסל מער אויסברייטען וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף די פלאנעטן. די נאטורן פון מענטשן. און לאמיר אנהייבן מיט שבתאי. איך וויל זאגן אז די שפיץ פון שבתאי איז ווייניג השפעה. עס האלט צוריק די השפעה.

ובחלקו בתולדות האדם המחשבת. טראכטן! שבתאי איז משפיע די כוח פון טראכטן. פארוואס? ווייל וויבאלד די השפעה איז ווייניג, מאכט דאס אז דער מענטש זאל זיך מער פארנעמען מיט טראכטן. דעת הסודות, ועבודת השם. ווייל וויבאלד די גשם איז ווייניגער, ווערט די עבודת השם מער.

מעט דיבור, ווייניג רעדן. דאס מיינט אז ווען מיר זעען ווי איינער רעדט ווייניג, קען עס קומען פון שבתאי. שבתאי האלט צוריק דעם דיבור. דער מענטש רעדט ווייניג. התבודד מן בני אדם. זיך אפזונדערן פון מענטשן. דאס קומט אויך פון ווייניג שפע.

להתגבר עליהם, לנצח, לעשות חמס, ולכעוס. זיך שטארקן אויף מענטשן, צו באזיגן, צו טון רויב, און זיך רעגן. מיר קוקט אויס אז דער מענטש טוט עס, ווייל וויבאלד ער באקומט ווייניג השפעה, אזא איינגעהאלטענע השפעה, רעגט ער זיך, און בארויבט. ווייל ער פילט אז ער האט ווייניג. ס'דא געוויסע כעס וואס קומט ווייל דער מענטש פילטאז ער באקומט ווייניג השפעה. ס'דא כעס וואס קומט פון מאדים, און ס'דא וואס קומט פון שבתאי. און אין דעם גייט אויך אריין וואס ער שרייבט שפעטער לפתות בני אדםאיינרעדן מענטשן.

עומד בדיבורו. זיך האלטן ביי א מיינונג, קען קומען פון שבתאי. בכלל איז שבתאי אזא סארט השפעה וואס האלט אן לאנג. אורך המחשבת. לאנג טראכטן. ללכת בקרי, מיינט לכאורה טון זאכן אויף אזא וועג וואס ס'איז שווער צו כאפן וואס ער וויל עכט (indirect). לפחוד ולדאג. זיך זארגן און שרעקן. דאס קומט אויך פון אזא געפיל פון ווייניג השפעה. מ'פילט אזא סארט צוריקגעהאלטנקייט. און פון דעם קומט אויך ולחשוק.

ער שרייבט אז שבתאי ווייזט אויף השחתה, חורבן, מות, עצבון, אבל, בכי, אנקה, ועל הדברים הקדמונים. טרויעריגקייט, דעפרעסיע, איינזאמקייט, אנידערגעשלאגן, מחשבות פון טויט, נעגעטעוויטעט, פעסימיסטישקייט, זיך צופיל דארפן פלאגן. פילן אז ס'גייט נישט. פילן אז מ'איז נישט מצליח, דאס אלעס קען קומען פון שבתאי. און קען זיין אז די עצה איז פשוט צו שטארקן די כוח וואס איז פארקערט ווי שבתאי. טראכטן פאזיטיוו וכו'.

צום ביישפיהל, אויב שבתאי איז בדיבוקמיט לבנה, וועט דער מענטש לכאורה האבן שוועריגקייטן זיך אויסצודרוקן געפיליש. ווייל לבנה ווייזט אויף שיחת הנפש, און שבתאי האלט עס צוריק. ווען שבתאי איז אין די ערשטע הויז, וועט דער מענטש פילן ווייניג ווערד. ווייל די ערשטע הויז ווייזט אויף 'דעת' פונעם מענטש. ס'ווייזט וויאזוי דער מענטש פילט זיך.

ווען מ'קוקט אויף אסטראלאגיע, חכמת הכוכבים, קען מען פארשטיין אז דער מענטש לערנט זיך אויס די וועלט נישט דוקא פון געשעענישן וואס קומען פאר ארום אים, אמת טאקע אז געשעענישן לערנען אים אויך אויס די וועלט, אבער די השפעה פון די פלאנעטן ארבעטן היפש מיט צו לערנען דעם מענטש וואס דער וועלט איז.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נשמה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:25 pm
יישר כח נשמה, מיר האבן הנאה פון יעדעס ווארט!

קום נאר אריין אפטער דא...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווי איך האב שוין געשריבן, אז ווי עס קוקט מיר אויס - יעצט שרייבנדיג די שורות - איז היפש חשבון פון די אמאליגע אסטראלאגן, געלאפן ארום די פלאנעטן. און יעדע מזל איז געווארן אפאר מאל איינגעטיילט לויט די פלאנעטן. ס'איז געווארן איינגעטיילט לויט 'בעלי השלישיות', און לויט 'פנימ'ער', א מזל איז געווארן צעטיילט אויף דריי פנימ'ער. לויט 'גבולים'. און לויט 'תשיעיות', תשיעיות מיינט אז מ'האט צעטיילט די דרייסיג מעלות פון א מזל אויף ניין חלקים, יעדע חלק איז שלש מעלות ושליש, 3.333333333333333. און אויך האט מען עס צעטיילט אויף 'שנים עשר'. דאס איז צוויי און האלב מעלות.

צום ביישפיהל טלה. איז די ערשטע חלק פון א טאג אונטער מזל טלה האט מען אהינגעגעבן פאר 'שמש', אז ס'איז אונטער די כוח פון שמש, און די צווייטע חלק פון טאג פאר 'צדק'. און די ערשטע חלק פון די נאכטפאר צדק, און די צווייטע חלק פאר שמש. און אלע פיר און צוואנציג שעה האט מען פארשטאנען אז ס'איז אויך אונטער שבתאי וואס איז זיך משתתף. און דאס איז ' בעלי השלישיות'.

פנימ'ער - ברענגט דער אבן עזרא פון דעת חכמי מצרים ורוב חכמי הגוים על זה הדרך. די ערשטע פנים - צעהן מעלות - איז אונטער מאדים, די צווייטע אונטער שמש, די דריטע אונטער צדק. און לויט 'חכמי הודו' איז די ערשטע פאר מאדים, צווייטע פאר שמש, דריטע פאר נוגה.

ר' חיים ויטאל ברענגט עס אויך. אין א לעצטענס ארויסגעגעבענע כתב יד.

און נאכדעם האט מען צעטיילט די מזל לויט גבולים. - לויט חכמי מצריים והבבליים - די ערשטע זעקס מעלות איז אונטער צדק. נאכהער די קומענדיגע זעקס איז אונטער נוגה. קומענדיגע אכט, כוכב. די קומענדיגע פינף, מאדים. די קומענדיגע פינף, שבתאי. און לויט בטלמיוס לויפן די גבולים אנדערש. דער אבן עזרא שרייבט: והגבולים שהזכיר בטלמיוס אין לסמוך עליהם, כי הוא אמר כי מצאם ככה בנוסחא קדמונית. והנכון גבולי מצרים כי הם מנוסים.

און אויך האט מען ווייטער צעטיילט לויט 'תשיעיות'. און לויט 'שנים עשר'. און נאכדעם האט מען פון דעם אויסגערעכט (אויסגערעכנט! דאס איז געווען וואס זיי האבן געטון. גערעכנט און גערעכנט און גערעכנט...) פארשידענע פאקטן.

איז לאמיר רעדן פון צדק. די הייליגע גמ' שרייבט אויף צדק: צדקן במצוות.

קודם לאמיר אראפשרייבן אויף איינמאל וואס ער שרייבט זענען די נאטורן פון צדק. ער שרייבט אזא צוואנציגנאטורן. ובחלקו מתולדת האדם, היקר, והצדק, והשלום, והאמונה, והצנע לכת, ושם טוב, ונדבת הלב, וחופש הנפש, ולדבר אמת, ולעמוד בברית, ויהיו פניו שוחקות, ואהבת הטוב ושנאת הרע, והכלל ישנא כל דבר שאיננו כחוק ומשפט, ואוהב לדבר הרבה, ומבקש שיודוהו בני אדם, ורוב מחשבתו לבקש ממון ולקבץ אותו, ולבקש לנצח כל דבר רק בדרך ישר, ודעת התורות והדינין, ופתרון החלומות, ולשמש בבתי כנסיות, גם יורה על הבנים ובני הבנים, והכלל הוא יורה על מזל טוב וחן וכבוד.... והכלל הוא יורה על אדם שיש לו נפש טובה ויצר טוב ועין יפה...

דער אבן עזרא שרייבט אז צדק איז משפיע די נאטורן פון יקר, צדק, שלום, אמונה, הצנע לכת. 'אמונה' מיינט ער לכאורה טראסט. גלייבן וואס יענער זאגט. און די זעלבע 'זיין באגלייבט פאר אנדערע'. אדער 'אמונה' מיינט ער אויך גלייבן אין וואס א יוד דארף גלייבן. הצנע לכת מיינט ''טון גוטע מעשים פאר'ן צוועק און נישט אז מ'זאל דערפון וויסן'. די ענין פון שלום, אז א מענטש זאל וועלן נאכלויפן שלום, ליב האבן שלום, זיך נישט וועלן ארומקריגן, דאס קומט פון צדק. (אדער אויךפון צדק...)

און נאך שרייבט דער אבן עזרא אז די נאטורן וואס קומט פון צדק איז ' שם טוב' א גוטען נאמען. פון דעם קען מען אפשר זעהן אז ווען מ'רירט אן די נושא פון 'שם טוב' וועקט עס אויף די נאטורן פון 'צדק'. כתר שם טוב עולה על גביהן. און נאכדעם שרייבט ער 'נדבת הלב'.

נדבת הלבמיינט אז דאס הארץ איז מסכים צו געבן פון זיך. כל אשר ידבנו לבו תתנו את תרומתי. די נדבת הלב פון א יוד צו וועלן טון גוטס, צו וועלן טון חסד, די נקודה פון 'נדבת הלב' איז א נאטור וואס איז זיך משפיע פון צדק. ווי די גמ' זאגט "צדקן במצוות".

און ער שרייבט ווייטער 'חופש הנפש'. דאס פרייהייט פונעם נפש. יעצט, נדבת הלב, און חופש הנפש, איז זייער וויכטיג ווען עס קומט צו טרעפן די נקודה פון 'צדקן במצוות', ווייל זיי קומען ביידע פון די זעלבע פלאנעט. תנועות וואס טוען מעשי המצוות, אבער ס'האט נאכנישט אין זיך די 'נדבת הלב' און די 'חופש הנפש' איז נאכנישט דאס 'צדקן במצוות'.

לויט דעם איז טון עבירות, פארקערט ווי צדקן במצוות, נישט אזאך וואס קומט אזוי פון 'נדבת הלב וחופש הנפש'.

און ער שרייבט ווייטער: לדבר אמת, די רצון צו זאגן דעם אמת קומט פון צדק. לעמוד בברית, די רצון זיך צו האלטן אין א אפמאך קומט פון צדק. און וואס מיינט פאר אונז יודן 'לעמוד בברית'? פון דעם זעט מען ווי וויכטיג עס איז נישט צו צעברעכן א אפמאך. ווייל די נאטור פון נישט ברעכן א אפמאך, א ברית, קומט פון די זעלבע שורש וואס איז אויך משפיע אמת און די אלע אנדערע יודישקייט זאכן.

ויהיו פניו שוחקות. און צדק איז משפיע א שמייכלדיגן ליכטיגן פנים.

אוודאי וועט נישט יעדער וואס האט צדק אין זיך , דאס אויסנוצן לטוב. אבער די גמ' זאגט נאך אלץ 'צדקן במצוות'.

און ער שרייבט ווייטער: אהבת הטוב ושנאת הרע. דאס ליב האבן גוטס, און פיינט האבן דעם רע, דאס קומט פון די נאטורן פון צדק. והכלל ישנא כל דבר שאיננו כחוק ומשפט. צדק איז משפיע די איינזערישקייט. איינזערישקייט קומט אויך פון צדק. פון דעם קען מען זיך ווייטער ארויסלערנען אז סדר, פונקטליכקייט, חוק ומשפט, קומט פון די זעלבע מקור וואס קוועלט אויך 'אהבת הטוב ושנאת הרע'. דערפאר קען זיין ווייזט סדר אויף ערליכקייט. און צעפלויגנקייט קעןברענגען...

אוודאי דארף מען געדענקען אז אלעס קומט פון אויבן צום מענטש. און אז נישט דער מענטש שאפט דאס.

אוהב לדבר הרבה. האט ליב צו רעדן אסאך. פון צדק קען אויך ארויסקומען נאטורן וואס איז לאו דוקא 'יצר טוב'. די מקור איז - ווי ער שרייבט - יצר טוב, אבער פון 'נדבת הלב און חופש הנפש' קען אויך ארויסקומען אזא "זאג מיר נישט וואס צו טון, איך וויל לעבן פריי".

ומבקש שיודוהו בני אדם. ער באגערט אז מענטשן זאלן מודה זיין אז עס איז אזוי ווי ער האלט. דאס איז לאו דוקא א גוטע מידה. עס ווענד זיך ביי וואס. און עס ווענד זיך וויאזוי. אבער ווען מיר לעבן אויף אזא דרך אז מ'פיהלט אז מ'וויל אז מענטשן זאלן מודה זיין אז דער וועג אין וועלכע מיר גייען איז דער אמת, קומט דאס פון צדק. דאס הייסט אז ווען א מענטש איז ביים אמת, וויל ער אז מענטשן זאלן מודה זיין צו זיין וועג. ווייל אמת מיט ביקוש אז מ'זאל מודה זיין דערצו קומט פון די זעלבע פלאץ.

רוב מחשבתו לבקש ממון ולקבץ אותו. רוב פון זיינע געדאנקען זענען ארום וועלן און זאמלן געלט. מאכן געלט! קומט אויס אז דאס ענין פון גיין נאך געלט פאר אנדערע יודן קען אויך העלפן ערוועקן די ענין פון צדק. נישט נאר בעבור ס'האט אין זיך די ענין פון 'צדקן במצוות', נאר פשוט דאס עצם זוכן געלט איז שוין מעורר דער סארט נקודה אינעם נפש. און אז מ'נוצט עס אויס צום גוטן, איז דאס מעורר דעם טוב פון די סארט נאטורן.

לבקש לנצח כל דבר רק בדרך ישר. מ'וויל אויספירן יעדע זאך אבער אויפ'ן גראדן וועג. די נאטור פון א מענטש אויסצופירן בדרך ישר. נישט אויף א וועג פון 'די ציהל הייליגט די מיטלן', נאר 'בדרך ישר', דאס קומט פון צדק. פארשטייט זיך אז ס'ווענד זיך ווען און וואו.

איז עכ"פ קען מען זען פון דעם אז אסאך נאטורן פונעם איינזער קומען אויךפון צדק.

דעת התורות והדינין. די נאטור אין א מענטש צו וועלן וויסן וויאזוי השי"ת וויל אז מ'זאל זיך פירן, און וויאזוי ער וויל אז מ'זאל טון. די ענין פון קענען געזעצן קומט פון צדק. פילאזאפישע געדאנקען קענען קומען פון צדק. פתרון החלומות. לשמש בבתי כנסיות

צי א מענטש האט די נאטורן פון צדק נאטורליך, דאס ווענד זיך וואו צדק איז געווען. אויב עס איז מזרחימן השמש דאס מיינט אז ס'שיינט שוין אויף נאך פאר די זוהן האט אויפגעשיינט, דאס מיינט מזרחי. דאן איז עס מער בכח, דער אבן עזרא ברענגט א חשבון. איך קווענקל צי איך זאל עס שרייבן, ווייל איך קלער אז נאר ווען עס קומט צו וויסן די נאטורן פון א מענטש, איז כדאי אולי צו אריינקוקן אין א נאטאל טשארט, אבער נישט אויף צו קוקן עתידות. איך ברענג עס נאר אז מ'זאל אזוי שפאקולירן וועגן די נאטור, ווי שטארק א פלאנעט איז אין די נאטור, אבער נישט אלץ א מזל.

1) ווען שבתאי, צדק אדער מאדים, איז צוזאמען מיט די זוהן ממש, דאס מיינט אז ס'איז נאר אפגערוקט ווייניגער ווי זיבעצן חלקים: יורה על כל טוב בכל הדברים.

2) פון ווען ס'איז תחת השריפה, דהיינו ביז זעקס מעלות ווייטער פון די זוהן. און ס'איז מזרחי, אין לו כוח כלל. (וואס מיינט 'אין לו כוח כלל'? מן הסתם אז ס'האט נישט דאס ריכטיגע שטארקייט אין נאטור.

3) פון ווען ס'איז תחת השריפה ביז פופצן מעלות ווייטער פון די זוהן. קומט צעביסלעך צוריק די כוח מער און מער. ווי וויייטער אלץ מער.

4) פון פופצן מעלות ביז ווען ס'איז במבט שישית מיט די זוהן, באקומט עס מער און מער כוח, און במבט שישית, אז יהי' הכוכב בתקפו הגדול

5) פון מבט שישית ביז מבט רביעית, ידל כוח זריחתם. האט עס נישט די שטארקייט אין נאטור.

6) פון מבט רביעית ביז עס שטעלט זיך אפ און עס גייט אנהייבן צוריקצוגיין, עומד לחזור אחורנית. הולך ודל.

7) ווען עס שטעלט זיך אפ. אז יתש כל כוחו.

8) ווען עס איז חוזר אחורנית ביז ווען עס קומט אן קעגן די זוהן. אין לו כוח כלל.

9) ווען עס איז קעגן די זוהן.

10) פון ווען עס גייט אוועק פון קעגן די זוהן ביז עס שטעלט זיך אפ צו גיין גראד. אז יראה לו מעט כוחו.

11) ווען עס שטעלט זיך אפ צו גיין גראד. אז ישוב כל כוחו אליו

12ׂ) פון ווען עס שטעלט זיך אפ צו גיין גראד ביז עס איז ווייט פון די זוהן צ' מעלות אז ידל מעט כוחו

13) פון צ' מעלות ביז עס איז ווייט פון די זוהן מבט שישית. לא נשאר לה רק פחות משלישית כוחה

14) פון דארט ביז עס ווען עס איז ווייט פון די זוהן נאר פופצן מעלות, אז לא נשאר לה כוחה

15) פון פופצן מעלות ביז תחת השריפה.

16) פון תחת השריפה ביז דבוק אין די זוהן.

עכ"פ, ווען עס איז מזרחי, און עס איז מבט שישית, איז עס בתקפו הגדול. יעצט, וואס איז אויב עס איז דא א מבט רביעיתצווישן חמה און צדק. אויף מבט רביעית זאגט דער אבן עזרא הכוכבים בהיותם על מבט רביעית, כשני אנשים המבקשים כל אחד שררה לעצמו. דאס מיינט אז די נאטור פון די זוהן איז דאך דער דעת, און בינה, פון א מענטש, די הדר און יופי און גבורה פון א מענטש. און בקש מעלות גבוהות, און דאס איז אנדערש ווי די ענין פון זוכן שלום. איך וויל עס אפלערנען אז ווען זיי זענען אין מבט רביעית, זענען זיי אין א קאנפליקט. עפעס אז ווען עס קומט צו די נאטורן פון די זוהן, ווען עס קומט צו די אופן וויאזוי דער מענטש ווייסט די וועלט, וויאזוי ער פארשטייט די וועלט, אין יענע חלק פארגעסט דער מענטש אריינצונעמען די נאטורן פון צדק, כך נראה לי. דער מענטש "פארגעסט" צו צאמשטעלן די נאטורן פון חמה צוזאמען מיט די נאטורן פון צדק. דאס איז ווען ס'איז במבט רביעית.

אזא מענטש וועט מצד חמה, מצד דעת ובינה, וביקש מעלות גבוהות, פארגעסן, לעמוד בברית. צו אנהאלטן שלום. אדער אז ס'זאל זיין א אמת'ע דעת. ער וועט יא זוכן געלט, ווייל סיי חמה און סיי צדק האבן ליב געלט. חמה איז אהבת העושר, און צדק איז אוהב לקבץ ממון. אבער דארט ווי ס'קען זיך מאכן א סתירה, וועט זיין צוויי דרייווערס.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

מיין - יעצטיגע - בליק וואס איך באקום פון 'ראשית חכמה' פונעם 'אבן עזרא' איז, אז אויף א נאטאל טשארט האט מען אלץ גאנץ א שטארקער עיקר געזוכט די ' חמה', די זוהן. און געכאפט ווי אפגערוקט די פלאנעטן זענען פון די זוהן. און לויט דעם האט מען אפגעמאכט די שטארקייט פון יעדן פלאנעט. מ'האט אויך געקוקט אויף נאך און נאך זאכן, אבער ווי ווייט די פלאנעטן זענען פון די זוהן איז א שטארקע זאך געווען.

מ'האט אויך אפגעמאכט ווי גוט אדער שלעכט, שטארק אדער שוואך א פלאנעט איז, אויךלויט וויאזוי זיי זענען געווען ביחס צו אנדערע פלאנעטן. צום ביישפיהל ווען מ'האט זיך גענומען צו די פלאנעט מאדים, האט מען געקוקט, וועלכע פון די פלאנעטן האבן שייכות צו מאדים, און וויאזוי זיי האבן שייכות צו מאדים. איז עס דורך התחברות, אדער מבט שישית, מבט שלישית, מבט רביעית, אדער נוכח. לויט דעם ווערט מאדים מאדיפיצירט.

און מ'האט אויך געקוקט צו ס'לויפט שנעלער ווי געווענליך, וואס דאס האט געמיינט א שטערקערע כוח. מ'האט געקוקט צו ס'שיינט מער. מ'האט געקוקט צי ס'איז בביתו. צום ביישפיהל ביי מאדים האט מען געקוקט צו ס'איז אין מזל טלה אדער עקרב, וואס דאן איז עס בביתו. און אזוי נאך זאכן. און לויט דעם געשאצט די כוח וואס עס האט, און צי עס האט א גוטע כוח, און צי פארקערט.

די הייליגע גמ' זאגט: האי מאן דבמאדים יהי גבר אשיד דמא. אז ווער עס איז געבוירן אונטער די השפעה פון מאדים, וועט זיין א מענטש וואס וועט פארגיסן בלוט. א"ר אשי אי אומנא אי גנבא אי טבחא אי מוהלא. האט רב אשי געזאגט אדער א דאקטאר, אדער א גנב, אדער א שוחט, אדער א מוהל. די ענערגיע פון מאדים, קען ווערן גענוצט וויאזוי מ'איז בוחר. אמר רבה אנא במאדים הואי, האט רבה געזאגט איך בין געבוירן אין מאדים. אמר אביי מר נמי עניש וקטיל, האט אביי געזאגט "דער הער שטראפט ווער ס'איז עובר אויף זיינע רייד".

לאמיר אביסל שרייבן וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף מאדים. ער שרייבט אזא דרייסיג זאכן. איך וויל נאכאמאל ארויסברענגען אז איך שרייב עס נאר אז מ'זאל מער וויסן די נאטורן פון א מענטש בבחינת די 'טבע' וואס מ'דארף אויסארבעטן. והאדם לא נברא אלא לשבר את הטבע. אבער נישט אז מ'זאל קוקן דערמיט די מזל און די עתיד פון א מענטש, אדער די עתיד פון די וועלט. וואס אויף דעם שטייט דאך 'תמים תהי' עם ה' אלוקיך, ואל תחקור אחר העתידות.

מאדים חם יבש שורף מזיק ומשחית. הייס טרוקן ברענט שעדיגט און פארניכטעט. כל דבר שאיננו על מתכונתו ומשפטו. מאדים ווייזט אויף יעדע זאך וואס גייט ארויס פון פלאץ.

ובחלקו מתולדת האדם המהירות, והגבורה, והניצוח, והחוזק, והמריבה, והקטטה, והחמס, והכעס, ודבר חרפות וקללות, וכזב ומלשינות, וזנות, ועזות פנים, ולא יעמוד על ברית, ושבועות השקר, ולהתיר כל אסור שבתורה, והגניבה, וכל מעשה רע ואכזריות, ויגיעה רבה, וללכת ממקום אל מקום, ולהכנס בסכנות, ולענות בני אדם, ולהכות, ולאסור, ולשבות, ולקחת הממון, ולחתור בקירות, ולפתוח הדלתות, ולגלות כל דבר נסתר. והכלל כולו רע ואין בו טוב.

מהירותמיינט ער שנעלקייט, ווי שנעל מ'פירט אויס א זאך. זריזות אדער עצלות קען האבן צוטון מיט מאדים. עס קען אויך האבן צו טון מיט שבתאי, לויט וויאזוי שבתאי האט זיך געפינען, אבער עס קען אויך האבן צו טון מיט מאדים. גבורה, מיינט ער לכאורה די שטארקייט וואס א מענטש ווייזט ארויס, די שטארקייט וואס א מענטש פילט אין זיך צו טון, ווי אויך מיינט אויס די מידה פון גבורה אנדערש ווי רחמנות. ער מיינט אויך התגברות. זיך קעגן שטעלן. אנדערש ווי מורא האבן און צוריקציען.

ניצוחמיינט ער לכאורה באזיגן. געווינען. אויספירן. דאס זענען פיזישע ענערגישע כוואליעס וואס טרייבן. חוזק, שטארקייט. ווי פעסט א מענטש פירט אויס זיין זאך, ווי פעסט א מענטש האלט זיך ביי זיין זאך. די אלע זאכן ביז אהער זענען ארום די פיזישע ענערגיע פון מאדים. אבער נאכדעם רעדט ער אויך פון נאך זאכן וואס קומען ארויס דערפון. מריבה, קריגעריי, זיך קריגן, פארקערט ווי שלום. קטטהמיינט ער אויך זיך קריגן. ס'קומט אויס פון דעם אז 'זיך קריגן' מוז נישט דוקא האבן צו טון ווייל ס'איז דא וואס זיך צו קריגן, ס'קען האבן מיט צופיל מאדים אין זיך. ער טרעפט נאר וואו עס אויסצוגעבן. חמס, רויב, בארויבן. שפעטער שרייבט ער: גניבה.

כעס. זיך רעגן. די כוח פון כעס, און וויאזוי כעס דרוקט זיך אויס קען קומען פון מאדים. קומט אויס אז אין א געוויסן זין, זריזות מיט כעס קומען פון איין פלאנעט. די כוח פון כעס, קומט פון מאדים. די כוח פון כעס, די שורש דערפון, איז א וויכטיגע זאך אין די אנגיין פון א מענטש בעולמו. ס'קען זיין אז אנשטאטס זיך רעגן, קען מען אריינלייגן די ענערגיע אין מעשים. און טון שנעל.

דבר חרפות וקללות וכזב ומלשינות
. מאדים קען אויך שאפן די ענין פון רעדן די שאנדע פון מענטשן און פון זאכן, שעלטן, ליגנט, און מלשינות. דאס מיינט אז די כוחפון מהירות, זריזות, שטארקייט, קען אויך ווערן גענוצט אומריכטיג. זנות. עזות פנים. די כוח פון עזות קען קומען פון מאדים.

ולא יעמוד על ברית. זיך נישט האלטן צו א אפמאך קען קומען פון מאדים. מאדים איז פארקערט ווי בושת פנים. ושבועות השקר. שווערן פאלש. להתיר כל אסור שבתורה. צו מתיר זיין יעדע זאך וואס די תורה לאזט נישט. כעס קען ברענגען צו די ערגסטע. היום אומר לו עשה כך, וכו'. וכל מעשה רע ואכזריות. שלעכטע מעשים, אכזריות'דיגע מעשים, קענען קומען פון מאדים. כדי צו צעברעכן די טבע פון מאדים, דארף מען טון פארקערט ווי די טבע

ויגיעה רבה, זיך אסאך פלאגן. דאס גרייטקייט פון א מענטש זיך צו פלאגן און פלאגן און פלאגן, דאס קען קומען פון מאדים. מ'האט די ענערגיע. וללכת ממקום אל מקום, גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, דהיינו: נישט איינרוען. זיך נישט האלטן אין איין פלאץ. ולהכנס בסכנות, זיך ארייצולאזן אין סכנות. אפשר איז אין דעם נכלל דאס ענין פון נעמען א ריסק.

לענות בני אדם, פייניגן מענטשן. להכות, שלעגעריי. שלאגן קען קומען פון מאדים. ולאסור, איינשפארן. ולשבות, פאנגען. ולקחת ממון, נעמען געלט, אדער צונעמען געלט. לחתור בקירות, לפתוח הדלתות, ולגלות כל דבר נסתר. גרובן ווענט, עפענען טירן, און צו אנדעקן יעדע באהאלטענע זאך. ער ענדיגט "כולו רע ואין בו טוב".

אבער שפעטער און במשך זיין ספר שרייבט ער יא אז מאדים האט אין זיך 'טוב', ס'האט אין זיך גוטע חלקים. גוטע נאטורן. עס ווענד זיך וואו עס שטייט.

עס ווענד זיך אויך לויט די חינוך וואס מ'באקומט. עלטערן און ארומיגע, זענען מחנך דעם קינד וויאזוי צו נוצן זיינע כוחות. די דור איז מחנך וויאזוי צו נוצן די כוחות.

מאדים ביתו טלה ועקרב, בית שנאתו איז שור ומאזנים. כבודו גדי, קלונו סרטן.

ווען מאדים געפינט זיך אין טלה אדער אין עקרב, האט עס מער כוח. ווייל עס איז אינדערהיים. עס קען זיך אויס. עס האט אלעס צוגעשטעלט. הכוכב בביתו, דמות האדם בביתו. אזוי ווי א מענטש וואס איז ביי זיך אינדערהיים. און אין עקרב האט עס נאך מער כוח. אזוי שרייבט דער אבן עזרא.

ווען מאדים געפינט זיך אין שור, אדער אין מאזנים, געפינט זיך עס נישט דאס פלאץ. ווי איינער וואס שלאגט זיך מיט זיך אליין. דאן וועט מאדים נישט זיין דאס. ווייל שור און מאזנים זענען נוגה'דיגעמזלות. די וואס האבן השפעה אויף די צוויי מזלות איז נוגה. און נוגה איז אנדערש ווי מאדים. נוגה איז רעדן שיין, תאוה, אהבה.

ווען מאדים געפינט זיך אין גדי, דאן געפינט זיך עס גאנץ גוט. הכוכב בבית כבודו, כאדם בגודל מעלתו. דאס מערסטע א שטאפל פאר'ן זיין אינדערהיים.

ווען מאדים געפינט זיך אין מזל סרטן, דאן געפינט זיך עס זייער נישט. ס'ווערט פארוואסערט. ס'קען זיך נישט אויסדרוקן. סרטן איז אזוי אנדערש ווי מאדים.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען דאס קלענסטע מכשול פון מיינע הענט און פון קיינעמ'ס הענט. אז מ'זאל זיך אפהיטן נישט צו אריינפאלן אין זאכן וואס עס איז נישט ישר בעיני ה'. ולה' הישועה בזכות הצדיקים
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

אויף די קעפל פון די אשכול שטייט Sun Sign Astrology. די נאטור פון מענטשן לויט וועלכע מזל די זוהןאיז געשטאנען בשעת'ן נעמען דעם ערשטן אטעם. מיר ווייסן אז די נאטורן פון א מענטש האט נישט צו טון נאר מיט די זוהן, עס האט מיט אין וועלכע מזל די לבנה איז געשטאנען, און וואו מאדים איז געשטאנען. אבער לאמיר רעדן פון די נאטורן פון די זוהן.

די גמ' אין מס' שבת קנו, שרייבט האי מאן דבחמה, יהי גבר זיותן, יהי אכיל מדיליה, ושתי מדיליה, ורזוהי גליין, אם גניב לא מצלח.

דער וואס איז אונטער חמה, וועט זיין א מענטש וואס שיינט. (ער קומט אזוי שטארק ארויס אז מ'זעט זיין גאנצע פראכט און שיינקייט,) ער וועט עסן פון זיין אייגנס, און טרונקן פון זיין אייגנס, (א געוויסע סארט אייגנקייט, יוניק) און זיינע סודות וועלן זיין אפן. (א אפענע מענטש) אויב ער גנב'ט, וועט ער נישט מצליח זיין.

מ'זעט פון דעם אז לויט די פלאנעט, אדער לויט די נאמען פון די פלאנעט, איז די נאטורן וואס קומען ארויס דערפון.

ווי רש"י ערקלערט, פארוואס וועט אזא מענטש זיין א שיינעדיגע מענטש? ווייל די זוהן קומט ארויס מיט זיין גאנצע שיין . כשמש המאיר.

פארוואס וועט ער עסן פון וואס עס באלאנגט פאר אים? אזוי ווי די זוהן וואס נעמט נישט צו די נאכט פון די לבנה. ער שיינט נישט באנאכט.

פארוואס וועלן זיין זיינע סודות אפן? אזוי ווי די זוהן וואס יעדער זעהט עס זייער קלאר.

לאמיר אביסל שרייבן וואס דער 'אבן עזרא' שרייבט איז די נאטורן וואס זענען אונטער די השפעה פון חמה.

ער שרייבט ' ובחלקה הנפש המרגשת'. ס'מיינט לכאורה די נפש וואס פילט און רעאגירט צום לעבן ארום. ווען מ'קוקט אויף א ניי געבוירן קינד, זעהט מען די נפש המרגשת. שפעטער שרייבט ער אז חמה איז ממונה אויף דעת, בינה, הדר, יופי, גבורה, ובקש מעלות גבוהות, ואהבת העושר. ומדבר יותר מדאי, ובמהירות, ורב התאווה. ומן האומנות - צורפי הזהב והכסף ומעשה הנזר. גם יורה על התורות והחוקים וחיבור הקהל...

דעתמיינט ער - לכאורה - דא, די וועג וויאזוי מ'ווייסט זיך, און מ'ווייסט די וועלט. יעצט, עס ווענד זיך וואו די זוהן איז בשעת מ'ווערט געבוירן. אויב די זוהן איז אין מזל טלה, איז די דעתפונעם מענטש, די וועג וויאזוי דער מענטש ווייסט זיך, און ווייסט די וועלט, איז לויט מזל טלה. די וועלט רעדט צום מענטש אזא סארט טלה שפראך. די דעתפונעם מענטש ווערט געפילטערט לויט די מזל.

די סיבה פארוואס א שור איז א שור. איז ווייל זיין דעתאיז אזוי.

און ער שרייבט אז חמה איז ממונה אויף די נאטור פון בינה. איז אויך די זעלבע זאך. יעדע מענטש האט בינה, אבער לויט וואו די זוהן איז, אין וועלכע מזל עס איז, לויט דעם איז די בינה פון א מענטש. דאס מיינט אז א חמה בקשת האט א אנדערע סארט בינה נאטור, וואו א חמה בדגים. ער פארשטייט אנדערש די וועלט.

און נאכדעם שרייבט ער, הדר, דאס מיינט לכאורה די וועג וויאזוי דער מענטש קומט ארויס צו די וועלט, און ברענגט ארויס פון זיך זיין שיינקייט. א מענטש ברענגט ארויס פון זיך דאס בעסטע און דאס שענסטע. און דאס מיינט הדר, און דאס מיינט לכאורה אויך די נאטור יופי.

דאס מיינט אז איינער וואס איז געבוירן אין מזל סרטן, האט א אנדערע הדר ויופי, ווי דער וואס איז געבוירן אין מזל מאזנים. יעדער האלט אז דאס איז זיין הדר ויופי, לויט די מזל אין וועלכע "זיין" חמה איז געשטאנען, און דאס האט לכאורה מיט בינה ודעת. די שיינקייט נעמט א מענטש לויט וויאזוי א מענטש פארשטייט און ווייסט די וועלט.

און אויך שרייבט ער די נאטור פון ' גבורה'. דאס איז לכאורה די וועג וויאזוי א מענטש שטארקט זיך ארויסצוקומען אין די וועלט. די נאטור פון גבורה וואס קומט פון חמה, און די נאטור פון גבורה וואס קומט פון מאדים, און די נאטור וואס קומט פון שבתאי, זענען דריי אנדערע סארטן גבורה.

די גבורה נאטור וואס קומט פון חמה, מיינט ער לכאורה די שטארקייט דשאסט צו ארויסקומען, זיין, און אנגיין. די גבורה וואס קומט פון מאדים, מיינט מלחמה. און די גבורה וואס קומט פון שבתאי מיינט אזא כעס וואס מ'פילט ווען מ'ווערט געשטערט.

און נאכדעם שרייבט ער: בקש מעלות גבוהות. דאס מיינט די נאטור אין א מענטש אנצוקומען און דערגרייכן אין לעבן. יעדע מענטש וויל דערגרייכן. אבער יעדער נוצט זיין מזל וויאזוי צו דערגרייכן.

חמה בטלה וויל דערגרייכן דורך זיך שטופן. און חמה בשור וויל דערגרייכן דורך זיך באפעסטיגן און רוקן אין א זייט ווער ס'שטייט אין וועג, חמה בתאומים וויל דערגרייכן דורך אריינכאפן צו טון פון א ברייטע קאלירפולער אויסוואל. וכו'. עכ"פ, יעדער האט די ביקש מעלות גבוהות, נאר יעצט ווענד זיך וואו חמה איז, און וועלכע פלאנעטן, אדער הייזער העלפן, אדער שטערן. וכו'

נאכדעם שרייבט ער ' אהבת העושר'. ליב האבן צו זיין רייך. ומדבר יותר מדאי, ובמהירות. רעדן צופיל, און שנעל, ורב התאווה, און תאווה איז ביי אים א סאך. דאס מיינט אז ווען חמה איז שטארק שולט אויף א מענטש, צום ביישפיהל, א ארי' איז אונטער חמה. און ביי א ארי' קען מען טאקע זעהן די אלע זאכן. מ'קען זעהן אז ער רעדט צופיל, און שנעל, און רב התאווה.

אויך שרייבט ער אז ס'ווייזט אויף תורות, חוקים, חיבור הקהל. דאס מיינט אז די וועג וויאזוי לערנט אויס אנדערע, שטעלט געזעצן, און נעמט צאם א געמיינדע. ווען א מענטש שטעלט זיך אויף א רעדן א דרשה פאר א ציבור, קומט ארויס זיין חמה. ער ברענגט זיך ארויס.

יעצט, לויט דעם, ווען מיר זעען חמה אין א נאטאל טשארט, איז עס די אופן וויאזוי די דעת, בינה, יופי, הדר וגבורה, ארבעט אין אים. די גאנצע מענטש ארבעט לויט דעת. חמה איז א שטארקע עיקר.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא מכשול מתחת ידינו.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די גמ' אין מסכת שבת דף קנו זאגט האי מאן דבכוכב נוגה, יהי גבר עתיר, וזנאי יהי. מ"ט משום דאיתיליד ביה נורא. ווער ס'איז אונטער די השפעה פון כוכב נוגה, וועט זיין א רייכער מענטש, און א זנאי. איז פארשטייט זיך אז ס'מיינט נישט אז דער מענטש איז מוכרח צו זיין א זנאי. אזוי ווי ביי מאדים איז דער מענטש נישט מוכרח צו זיין פארקערט ווי די רצון השי"ת.

אין ברייתא דשמואל הקטן: נוגה ממונה על החן, והחסד, והאהבה, ועל התאוה, ועל החמדה, ועל פרייה, ועל וולדי אדם, ועל וולדי בהמה, ועל פירות הארץ, ועל פירות האילן.

דער אבן עזרא שרייבט אויף נוגה. מתקן הנפש המתאווה ופרי' ורבי'. די נפש המתאווה ווערט בעסער פון נוגה.

ער שרייבט אזוי: ובתולדת האדם, הנקיות, והאהבה, והלעג, והשחוק, והשמחה, והרקוד, ודיבור יפה והאהבה, והזנות, ולשחוק בקוביא, והנדיבות, ורוב התאווה לכל דבר, ולהשבע בשקר, ואהבת השכרות, ורוב המשגל שהוא כדרך התולדת, וחוץ התולדת. ואהבת הבנים, ואהבת השוקים, והכלל אהבת הצדק ובתי עבודת השם. והוא יורה על כל מאכל ומשקה.

אויף יודיש. אין די חלק פון נוגה זענען די מענטשליכע נאטורן פון ריינקייט, ליבשאפט, חוזק מאכן, געלעכטער, פרייליכקייט, טאנצן, רעדן געשמאק און ליבליך, זנות, געמבלן, געבעדיגקייט, רוב תאווה צו יעדע זאך, שווערן פאלש, ליב האבן שיכרות, רוב המשגל, ליבשאפט צו די קינדער, ליבשאפט צו די גאס, אדער מארק פלאץ, ליבשאפט צו צדק, און בתי עבודת השם, (ואורח צדיקים כאור נוגה) און עס ווייזט אויף יעדע סארט עסן און טרינקען.

פונקט ווי נוגה ווייזט אויף ריינקייט פונקט אזוי ווייזט עס אויך אויף ליבשאפט צו שיכרות. ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן אז די זעלבע פלאנעט וואס ווייזט - לויט וויאזוי דער אבן עזרא ברענגט - אויף זנות, ווייזט אויך אויף אהבת הצדק ובתי עבודת השם. זעהט אויס אז עס ווענד זיך וויאזוי מ'נוצט עס.

ווען מיר זעען אז פלאנעט כוכב איז בדיבוק מיט נוגה, קענען מיר פון דעם וויסן אז די חכמה און דיבור פונעם מענטש לויפט צוזאמען מיט די שפע פון נוגה. עס ווענד זיך וויאזוי מ'ארבעט עס אויס. אבער אזא מענטש האט ליב ווערטלעך, און חוזק מאכן. לאכט אסאך. און האט ליב ווען מ'רעדט צו אים באופן שמחה. אבער מ'דארף אויך געדענקען אז אזא מענטש וועט יא מער אכטונג געבן אדער גרינגער אכטונג געבן וויאזוי ער לאכט וכו', ווייל כוכב איז ממונה אויף 'סור מרע', זיך אפקערן פון שלעכטס. ותן לחכם ויחכם עוד וואס ס'קומט אלץ ארויס פון אזא דיבוק. און וויאזוי מ'קען עס נוצן לטובה.

ווען מ'זעהט א מבט רביעית צווישן שבתאי און נוגה. א מבט רביעית מיינט דאך כשני אנשים כל אחד מבקש שררה לעצמו. יעדע פון די צוויי ווילן האבן די שררה ביים מענטש. דאס מיינט - לויט ווי איך שטעל מיך פאר - אז די השפעה פון שבתאי רעכנט זיך גארנישט מיט די השפעה פון נוגה. דער מענטש האט א קאנפליקט צווישן די ביידע. ווען ער וויל זיך אפזונדערן פון מענטש, אדער זיך רעגן אויף מענטשן, אדער ער איז בדאגה ובפחד, אדער ער זעצט זיך טראכטן וויאזוי צו דינען השי"ת, איז ווייניג אריינגעמישט דערין די השפעה פון נוגה. (חוץ אויב דער מענטש ארבעט זיך אויס) וכן ווען ער איז אין די השפעה פון נוגה, וועט ער גאר ווייניג האבן אין זיך די השפעה פון שבתאי.

אזא מענטש וועט צומאל (מצד נוגה) זיין פרייליך, און לאכן, און טאנצן, און רעדן ליבליך און שיין, מאכן ווערטליך, און זיין ריין... און צומאל (מצד שבתאי) וועט ער זיך אפזונדערן פון מענטשן, זיך האלטן צו וואס ער האט געזאגט, און זיך זארגן, און נישט קערן וויאזוי ער גייט אנגעטון. ס'איז א קאנפליקט וואס געשעט אין אים.

די נאטורן פון נוגה איז וויכטיגע נאטורן אין א מענטש.

נוגה בדיבוק עם מאדים קען מאכן אז דער מענטש זאל האבן שטארקע תאווה. ווייל מאדים געט די שנעלקייט פאר א מענטש, און נוגה איז דאך תאווה. אבער די אלע זאכן קען מען זיך אויסארבעטן בעזרת השי"ת. והאדם לא נברא אלא לשבר את הטבע. רבי ר' אלימלך זי"ע זאגט, אז די מזל איז כדי צו וויסן וואס צו אויסארבעטן. אבער עס ווענד זיך אין די חינוך. עס ווענד זיך ווי פרי מ'הייבט זיך אן אויסצוארבעטן. ווי שפעטער פאדערט מער מסירת נפש.

ווען נוגה איז אין די ערשטע הויז, וועט דער מענטש האבן מער גליסטעניש צו זאכן. והכל ברא הקב"ה לכבודו להיטיב לבריותיו.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשול מתחת ידינו אז מ'זאל נישט אריינפאלן אין זאכן וואס נישט דאס איז וואס הקב"ה וויל פון אונז.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די גמ' אין מסכת שבת דף קנו ע"א זאגט: האי מאן דבכוכב, יהי גבר נהיר וחכים, משום דספרא דחמה הוא. אז ווער עס ווערט געבוירן אין די צייט וואס 'כוכב' איז שולט, וועט אויסוואקסן א קליגער מענטש.

אין ברייתא פון שמואל הקטן: כוכב ממונה על החכמה, ועל ההשכל, ועל הבינה, ועל הדעת, ועל המדע, לפתוח כל פיתוח, ולחשוב כל מחשבת בכל מלאכת אומנות, ועל הכתב, ועל כל לשון. אין יודיש (לויט וויאזוי איך פארשטיי עס): כוכב איז ממונה, 'ממונה' מיינט לכאורה די מלאךוואס איז ממונה אויף כוכב, ערגעץ האב איך געזען שטיין אז ס'איז מלאך מיכאל, אבער ס'שטייט אז ס'איז א מלאך.

עכ"פ כוכב איז ממונה אויף חכמה, שכל, פארשטאנד, דעת, קונה זיין וויסנשאפט, און אלע סארטן קריעטיוויטעט, און אויף שריפט, און אויף שפראך.

דער אבן עזרא אין זיין ספר 'ראשית חכמה' ברענגט ער: ובחלקו מתולדות האדם, הדיבור, והמחשבה, והמוסר, והחכמה, וחכמת הכוכבים, והנחוש, וכל מיני כשוף, ודבר צחות, ודקדוק הלשון, ומהירות הדיבור, ודעת ההגדות, ועשות חרוזים, ודעת הסודות הנסתרות, והנבואה, והרחמנות, והיקר, וסור מרע, ודעת הניגונים, ואהבת כל דבר קטון, ומשא ומתן, ומריבות בדברים בלא מעשה יד, וכל מיני ערמה ומרמה, ומכתב שטרות פסולים, וידו נכונה בכל אומנות, ורב תאווה לכל מעשה, וקבוץ ממון ופזורו, והשתנות תולדתו כפי תולדת כל האדם.

אין יודיש: די נאטורן פון א מענטש וואס זענען אונטער די פלאנעט כוכב איז דאס רעדן, בכלל דאס רעדן, און ווי אויך אלעס ארום די וועג וויאזוי א מענטש רעדט. און אלעס ארום די וועג וויאזוי א מענטש טראכט. זאגן קריטיק (מוסר), חכמה. און ווי געשליפן קלאר א מענטש רעדט. און ווי שנעל א מענטש רעדט. וויסן וואס מ'שמועסט (נייעס). מאכן גראמען. וויסן באהאלטענע סודות. (ער מיינט צו זאגן אז ווען די השפעה פון כוכב איז שטארק, ווייסט מען מער סודות,)

נבואה, דאס האט אויך צו טון מיט כוכב. די מידה פון רחמנות האבן קומט אויך פון כוכב. וועליו (יקר, אפשר אז אזאך האט א וועליו, די שאץ פון אזאך). זיך אפטון פון שלעכטס קומט אויך פון כוכב. דאס מיינט אז די אופן וויאזוי כוכב איז געשטעלט, קען מען וויסן וויאזוי די 'סור מרע' (און די אנדערע זאכן וואס ער רעכנט אויס) זענען ביי דעם מענטש

וויסן ניגונים קומט אויך פון כוכב. דאס מיינט אז די כוח הנגינה קומט פון כוכב, לויט כוכב. נגינה האט מיט כוכב. און ליב האבן קליינע זאכן. דאס ליבשאפט צו מינוטשערס, קומט פון כוכב. משא ומתן האט מיט כוכב. די אופן וויאזוי א מענטש האנדלט אין משא ומתן, האט מיט כוכב.

זיך קריגן מיט ווערטער אן הענט, קומט פון כוכב. אלע מיני פאפעריי, און שרייבן געפעלשטע שטרות האט מיט כוכב.

אויב כוכב איז גוט אהערגעשטעלט איז מען ווערסעטייל, דאס מיינט אז מ'האט רעכטע הענט ביי יעדן פאך. און כוכב איז משפיע אז מ'גלוסט צו טון אלעס וואס פעלט זיך אויס צו טון. מ'איז פראקטיש. יעדער האט כוכב, אבער לויט ווי כוכב איז גוט, אזוי ארומער האט מען מער די השפעה דערפון.

צאמנעמען געלט און אויסגעבן האט מיט כוכב. און ער לייגט צו אז ס'ווענט זיך אין די נאטורן פון די מענטש.

סך הכל ווען מיר זעען כוכב, ווייזט דאס אויף איינע פון די אלע זאכן. לאמיר זאגן אז מיר זעען א מבט רביעיתצווישן מאדים און כוכב, און א מבט רביעית מיינט דאך: כשני אנשים כל אחד מבקש שררה לעצמו. דאס מיינט אז די השפעה פון אלעס וואס קומט פון מאדים, וויל זיך נישט רעכענען מיט סייוועלכע השפעה עס קומט פון כוכב. אין אזא צייט קען מען טון זאכן אן טראכטן, ווייל מאדים געט די כוח המהירות ואכזריות, ס'שטופט די כעס, און אויב ס'האט נישט אין זיך די השפעה פון כוכב, מיינט דאס אז מ'קען טון זאכן און דורכטראכטן די קאנצעקווענצן.

פארוואס טוט עס הקב"ה? ווייל צומאל פעלט זיך אויס אז א מענטש זאל אפלאזן וואס ער ווייסט, און פארשטייט, און ער זאל טון א געוויסע פעולה. אבער מ'דארף דאך האבן ביי יעדע זאך 'חכמה', ואין אדם נברא אלא לשבר את הטבע...

מ'דארף געדענקען צו אכטונג געבן, נישט צו חקר'נען נאך עתידות, תמים תהי' עם ה' אלוקיך. מ'זעט אז די גמ' רעדט פון די השפעה פון מזלות אויף די טבע בני האדם, ביז די גמ' זאגט אז ווער עס ווערט געבוירן אונטער מזל מאדים האט א ברירה צו ווערן א מוהל אדער א שוחט, (אדער א רבי...), אבער זאגט אין פסחים דף קיג מנין שאין שואלין בכלדיים שנאמר תמים תהי' עם ה' אלוקיך. אז אויסרעכענען עתידותצי מ'וועט מצליח זיין צי נישט, זאכן וואס האט נישט מיט די עצם השפעה, דאס נישט.

און אין שולחן ערוך יורה דיעה קע"ט סעיף א' זאגט ער: אין שואלין בחוזים בכוכבים ולא בגורלות. רעדט ער ווארשיינליך פון קוקן עתידות, דער אבן עזרא רעדט אויך פון 'גורלות', און קוקן 'גורלות' קען עכט אריינגיין אין די כלל פון תמים תהי' וכו'. (די גורל הטובאיז וואס זיי רופן היינט: Fortune) און דאס איז לכאורה אזאך וואס גייט עכט אריין אין 'אין שואלין בחוזים בכוכבים ולא בגורלות') ווייל דאס איז נישט אז מ'קוקט די נאטור פון דער און דער מענטש, נאר מ'קוקט צי מיין מזל קליקט מיט יענעם. און וויאזוי ס'גייט קליקן.

איי וועסטו פרעגן פארוואס דער אבן עזרא רעדט פון דעם? יש לומר אז זיי פלעגן עס דארפן פאר גוי'אישע שואלים, ווי קעניגן וכדומה. אדער באופן המותר. צום ביישפיהל צו וויסן צי ס'גייט רעגענען.

דאס הייסט אז חוץ פון וויסן די נאטורן פון מענטשן, איז דא וועגן וויאזוי זיי זאגן אז מ'קען וויסן עתידות. צום ביישפיהל: ווען א קינד גייט געבוירן ווערן. וויפיל יונגלעך איך גיי האבן. וויפיל מיידלעך. און אזוי נאך און נאך זאכן. און דאס האט מען געפרעגט. מ'האט געפרעגט 'עתידות'.

מ'האט געפרעגט: ווען גיי איך עולה לגדולה זיין. דאס איז א טיפערע חכמה ווי סתם קוקן די נאטורן.

"איך האב געטראפן א מענטש אין דעם און אין דעם צייט, איז דער מענטש גוט פאר מיר, אדער ער קען זיין שלעכט פאר מיר?" "איך וויל טון א געשעפט. איז דאס געשעפט גוט פאר מיר, אדער איך גיי דערלייגן."

אויב וואלט געווען אסור צו קוקן נאטורן, פארוואס דערמאנט נישט דארט די גמ' אז א מענטש טאר נישט קוקן וועלכע מזל ער איז געבוירן. לכאורה אויב מ'קוקט וועלכע נאטורן מ'האט, קען מען זיך דאך ראטעווען פון שלעכטע מעשים. נאר עס קוקט אויס אז דאס זענען צוויי זאכן. ס'איז דא די נאטורן, און ס'דא דאס ענין פון פרעגן 'גורלות', און תוס' אין מסכת שבת דף קנו עמוד ב' שרייבט אז חוזין בכוכבים און גורלות זענען די זעלבע זאך. חוזין בכוכבים מיינט 'גורלות' לגבי דעם ענין פון 'תמים תהי'...'

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין שום מכשול פון אונטער אונזערע הענט מתוך רחמים גמורים וחסדים גלויים.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »


נשמה, דו ביסט סופער!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די גמ'אין מסכת שבת דף קנו עמוד א, האי מאן דבלבנה, יהי גבר סביל מרעין, בנאי וסתיר, סתיר ובנאי, אכיל דלא דיליה, ושתי דלא דיליה, ורזוהי כסיין, אם גנב מצלח. יודיש: אז ווער ס'איז אונטער די פלאנעט לבנה, וועט זיין א מענטש וואס ליידט, בויט און צעווארפט, צעווארפט און בויט. עסט און טרינקט וואס איז נישט זיינ'ס, און זיינע סודות זענען באהאלטן, אויב ער גנב'ט וועט ער מצליח זיין.

דער אבן עזראשרייבט: ובחלקה מתולדת האדם, רוב המחשבת ושיחת הנפש עם חסרון הדעת. ורב השכחה. ורוב פחד ותמימות הלב. וגילוי הסוד. ואהבת השמחה והניצוח. ודעת הכישוף, ודעת ההגדות, והכזב והמלשינות. ורוב האכילה. והכלל שהוא נוטה עם כל תולדת. והוא יורה על שנות הגמול.

דער אבן עזרא שרייבט אז די נאטורן וואס קומען פון 'לבנה', זענען דאס מערהייט פון מחשבות און שיחת הנפש, אזעלכע וואס האבן נישט אין זיך 'דעת'. געדאנקען און שמועסן פונעם נפש, וואס האט נישט אין זיך 'דעת'. די 'לבנה' פראדוצירט 'מחשבות', און שיחת הנפש. שיחת הנפש מיינט וואס מ'רופט געפילן. רויע געפילן. רצונות וואס מוזן נישט מאכן סענס. פרימיטיווע געפילן. חלומות. נפש!

ווען מ'לאזט די געפילן לויפן אן דעם וואס מ'זאל דאס פרובירן אז דאס זאל האבן אין זיך דעת.

און נאך שרייבט ער: רב השכחה. דאס מיינט אז 'שכחה' קומט פון לבנה. אזוי שרייבט ער. קען זיין ווייל שכחה קומט פון חסרון הדעת. און אויך דאס מערהייט פון פחד און תמימות הלבקומט פון לבנה. ס'איז דא מענטשן וואס זייער לבנה איז אין די ערשטע הויז, זעט מען עס אויף זיי מער. די נאטורן פון לבנה נוצט נישט 'דעת'. ער שרייבט: חסרון הדעת.

ס'דא מענטשן וואס זייער כוכבאיז במבט שלישית מיט לבנה. דאס מיינט אז זייער חכמה און זייער קאמוניקאציע, האט זיך תמימות הלב. ס'האט אין זיך וואס מ'רופט: נפש. און דאס האט אין זיך א בענעפיט, ווייל אזא מענטש איז קאנעקטעד צו געפיל. אנדערש איז א מענטש וואס האט א מבט רביעית חמהמיט לבנה, אזא מענטש, זיין בינה ודעת איז באזונדער פון געפיל. אזא מענטש זאגט מען געווענליך אז ער דארף זיך מער קאנעקטן צו זיין געפיל. אדער אז ער נוצט נאר געפיל, אבער נישט קיין דעת.

ווען א מענטש האט א מבט נוכח צווישן כוכבאון לבנה. מיינט דאס דאך: כשני אנשים נלחמים זה עם זה בחזקה. ווי צוויי מענטשן וואס שלאגן זיך שטארק יעדער מיט דער וואס איז אקעגנאיבער. אז דער מענטש וועט עווענטואל מוזן נוצן ביידע. קען זיין אז צומאל נוצט ער מער כוכב, אדער מער לבנה, אבער וויבאלד ביידע שלאגן זיך בחזקה איינער מיט'ן צד שכנגד, מוז דער מענטש מאכן מער און מער באלאנס. יעדע מאל ער נוצט 'כוכב' קומט לבנה טענה'ן אז ער זאל נוצן לבנה. און יעדע מאל ער נוצט לבנה, קומט כוכב טענהן אז ער זאל נאר נוצן ריין לאגיק.

נאך א ביישפיהל: ווען א מענטש האט א מבט רביעיתצווישן מאדיםאון לבנה. מיינט דאס כשני אנשים כל אחד מבקש שררה לעצמו. ווי צוויי מענטש וואס יעדער פון זיי וויל אז מ'זאל נאר טון לויט אים. קומט אויס: אז דער מענטש קען טון מאדימ'דיגע זאכן, זיך קריגן און טיילן פעטש, אן ארייננעמען לבנה, נעמליך די געפיל, די שיחת הנפש, אינעם באשלוס זיינע צו נוצן הענט. און דער זעלבער מענטש קען צומאל נאר זיין געפיליש, און גארנישט טון קיין פעולות.

יעצט, ווען א מענטש האט א מבט שלישיתצווישן מאדיםאון לבנה. וואס א מבט שלישיתמיינט דאך: כשני אנשים תולדתם שווה. ווי צוויי מענטשן וואס טיילן די זעלבע נאטור. אזא מענטש וועט אלעמאל נוצן געפיל ווען עס קומט צו מאדימ'דיגע טבעיים, אבער קיינמאל נישט נוצן בלויז געפיל.

א מבט רביעיתאיז שווערער אויסצוארבעטן. אבער ס'האט מער בענעפיטן. ווייל א מבט רביעית, יעדעס מאל דער מענטש איז צום ביישפיהל אין כעס, מוז ער בהכרח נאר נוצן מאדים. און ער רעדט זיך קיינמאל נישט איין אז ער האט אויך גענוצט לבנה, געפיל. (כך נראה לי טעארעטיש)

גילוי הסוד. דאס נישט זיין באהאלטן און פארמאכט, קומט פון לבנה. אבער אויך דארף מען קוקן אין וועלכע מזל לבנה איז. די גמ' זאגט 'ורזוהי כסיין', אז ער באהאלט א סוד, פרוביר איך דאס שפעטער צו פארענטפערן.

אהבת השמחה, והניצוח. ליב האבן צו זיין פרייליך, ליב האבן פרייליכע זאכן. קומט פון לבנה. און אויך 'ניצוח'. פאראייביגן. אדער אויספירן.

וויבאלד 'לבנה' איז אזעלכע 'שיחת הנפש' וואס האבן נישט דוקא לאגיק, און זעט אויס אז ס'דא חלקים אין כישוף וואס מ'האט זיך אויסגעלערנט דוקא דורך 'געפיל' וואס האט נישט אין זיך 'דעת'. ס'דא חלקים אין כישוף וואס האט מיט 'חכמה', אבער ס'איז דא וואס האט מיט אזא לבנה'אישע ענערגיע.

די זעלבע זאך איז מיט וויסן די נייעס. 'דעת ההגדות', וואס ס'איז דא א חלק פון וויסן וואס מ'שמועס, וואס קומט פון חכמה, און ס'איז דא וואס קומט דייקא פון דשאסט געפיל בחסרון שכל.

און אויך שרייבט ער אז לבנה שאפט די נאטורן פון 'כזב' און מלשינות. ליגנט. ווייל ליגנט נעמט זיך פון גיין מיט געפיל אן שכל.

און אויך רוב האכילה. דאס מערהייט פון די נאטורן פון עסן, קומט פון לבנה.

והכלל שהוא נוטה עם כל תולדת. לבנה בייגט זיך לויט אלע נאטורן.

וויאזוי שטומט דאס וואס דער אבן עזרא שרייבט, מיט דעם וואס די הייליגע גמ' זאגט: אז ווער ס'איז אונטער די פלאנעט לבנה, וועט זיין א מענטש וואס ליידט, בויט און צעווארפט, צעווארפט און בויט. עסט און טרינקט וואס איז נישט זיינ'ס, און זיינע סודות זענען באהאלטן, אויב ער גנב'ט וועט ער מצליח זיין. קען מען אפשר זאגן אזוי ווי פאלגנד.

חמה שרייבט דאך דער אבן עזרא איז משפיע דעת. און מ'קען זאגן אז לבנה איז אויך משפיע די נאטור פון 'דעת', אבער נישט אזוי ווי דער זוהן וואס איז משפיע א נאטור צו האבן א אייגענעםדעת. נאר 'לבנה' איז משפיע אזא 'דעת' וואס ווערט אזוי אראפגענומען, גע'גנב'ט, און אויפגעכאפט פון די ארומיגע. און דערפאר האט עס מער אזא 'חסרון הדעת'. ווייל ס'איז נאר א מקבל אזא אויבערפלעכליכע דעת.

און דערפאר איז אזא איינער א מענטש וואס ליידט. ווייל וויבאלד ער האט נישט זיין אייגענעם דעת, און עס ווענד זיך נאר אין די ארומיגע, און ווען די ארומיגע זענען נישט משפיע, ווערט די דעת קלענער, און זאכן ווערן צעווארפן און אויס. און פון ווען זאכן ווערן צעווארפן און אויס ליידט מען. מ'בויט זיך גאנצעטע בנינים אויף די געפילן וואס מ'פילט, איך גיי דאס טון, און איך גיי יענץ טון, איך בין שוין גרויס, און איך פיהל גוט, עס גייט זיין, אבער עס לאזט זיך אויס מיט א 'סתיר'. בנאי וסתיר, סתיר ובנאי. אמת טאקע אז צומאל גנב'ט זי אראפ דעת, ווי דער אבן עזרא שרייבט 'ודעת ההגדות', וויסן די נייעס, אבער דאס איז נאר 'גענומען פון יענעם', און דערפאר ליידט מען ווען ס'ווערט קלענער.

די גמ' זאגט: ורזוהי כסיין, אז זיינע סודות זענען באהאלטן. און דער אבן עזרא שרייבט אז איינע פון די זאכן איז: וגילוי הסוד, אז לבנה איז אזא נאטור וואס איז מגלה סוד. נו, וויאזוי שטומען ביידע? נאר קען אפשר זיין אז ביידע רעדן פון צוויי אנדערע סארט סודות. דאס וואס די גמ' זאגט 'ורזוהי כסיין' אז זיינע סודות זענען באהאלטן מיינט מען די אייגענע טיפערע באהאלטענישן. ווייל עס פעלט אויס 'דעת' כדי ארויסצוברענגען די סוד צו זיך אליין, און נאכדעם צו אנדערע. און דאס וואס דער אבן עזרא שרייבט: וגילוי הסוד, אז לבנה שאפט אזא נאטור וואס איז מגלה סוד, מיינט מען אזא אויבערפלעכליכע סוד. וואס קומט מחמת חסרון הדעת.

אזוי ווי די טערעפיסטן ווייסן, אז כדי צו מגלה זיין וואס עס טוט זיך אינעם נפש, דארף מען אריינברענגען דארט דעת. אז דער מענטש זאל אלייין וויסן זיינע אייגענע סודות.

און מיט דעם קען מען זאגן פשט אינעם פסוק (ישעי' ל כו) והיה אור הלבנה כאור החמה, ואור החמה יהיה שבעתיים כאור שבעת הימים. אז ס'מיינט נישט נאר די גשמיות'דיגע לעכטיגקייט פון די לבנה, נאר דאס מיינט די נאטור וואס לבנה איז משפיע וועט זיין א ריכטיגע דעת פונקט ווי די זוהן איז היינט. און דער זוהן וועט משפיע זיין נאך מער דעת.

און אין ברייתא פון שמואל הקטן: לבנה ממונה על מפתחי שמים וארץ, וערב הוא לכל הבריות להעמידן לרעה ולטובה. דאס מיינט אז לבנה האלט דאך אין איין ארומלויפן. איז אין איין חודש, איז עס משפיע מערערע סארט ענערגיעס צו יעדע מענטש. ווייל אמאל איז עס במבט נוכח צום חמה, און א פאר טאג שפעטער במבט ידידות מיט צדק, און ווייטער א וואך שפעטער במבט רביעית צו עפעס א אנדערע פלאנעט- מזל. און דאס מיינט: וערב הוא לכל הבריות להעמידן לרעה ולטובה. דער הייליגער באשעפער האט א פונקטליכען חשבון מיט יעדעם. און נאך ווי. ווייל יעדער עקפיריענסד אלעס אנדערש.

ביי איינעם איז דארט וואו עס איז גוט, און ביי איינעם איז עס במבט רביעית מיט עפעס. ווייל צום ביישפיהל א מענטש וואס זיין לבנה איז געשטאנען פופצן מעלות אין מזל סרטן, און ווען די לבנה איז פופצן אין מזל מאזנים, איז במבט רביעית מיט דארט וואו עס איז געשטאנען זיין לבנה ווען ער איז געבוירן. אבער פאר א צווייטן וואס זיין לבנה איז געשטאנען פופצן אין מזל ארי', איז עס גאר במבט שישית.

השי"ת פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט, יעדע רגע איז אויסגערעכנט. ווי דער הייליגער רבי רבינו יואל בן חנני' יו"ט זאגט דאס כמה פעמים, ווי ווייט יעדע רגע איז אויסגערעכנט, ודבר בעתו מה טוב.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול פון אונטער אונזערע הענט. אז מ'זאל דאס נאר נוצן וויאזוי די תורה לאזט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

איך האב שוין גערעדט וועגן יורנס נפטון און פלוטו. חכמה בגוים תאמין. דער אבן עזרא ברענגט אויך אראפ וואס זיי זאגן אויף ראש תלי, און זנב התלי, און אויף פארשידענע כוכבי שבת. חכמה בגוים תאמין מיינט אז מ'קען אננעעמען וואס זיי זאגן איז די פאקט. אויך האב איך געזען א קונטרס 'שושנת יעקב' וואס איז געדרוקט געווארן שנת תסו לפ"ק אין אמסטרדם, דארט ברענגט ער אויך אראפ פון זיידי כוחות און השפעה פון פארשידענע כוכבי שבת.

ר' חיים ויטאל זצ"ל אין א יעצטיגע געדרוקטע כתב יד ברענגט אויך אראפ וואס זיי זאגן אויף ראש התלי, און זנב התלי.

זעט אויס אז דאס וואס חז"ל ברענגען אראפ אין מסכת שבת דף קנו. מיינען זיי 'מזל שעות'. ווי רש"י הקדוש שרייבט: מזל שעה, ז' מזלות הן המשמשין את השעות, חנכ"ל שצ"ם, חמה היינו חמה ממש, והוא אחד מן המזלות, וכן לבנה.

אבער חז"ל ברענגען נישט דארט אראפ דעם גאנצן חכמת האיצטגנינות. זיי האבן געוואוסט אז די חכמת האיצטגנינות האט מער ווי סתם מזל שעות. אזוי ווי מ'זעט ווייטער אין די גמ' דארט: אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו: מאי דעתיך, דקאי צדק במערב, מהדרנא ומוקמינא ליה במזרח, והיינו דכתיב מי העיר ממזרח צדק. זעט מען אז זיי ברענגען פריער נישט אראפ נאך זאכן וועגן דעם חכמה, אז ס'ווענד דיך וואו די מזל איז, צי אין מזרח [פון די זוהן], צי אין מערב [פון די זוהן]. ווייל חז"ל גייען נישט צופיל אריין אין דעם חכמה. און מן הסתם צוליב ביטול תורה. ווייל צו רעכענען די אלע חשבונות פון מבט אהבה און מבט שנאה, דויערט אסאך צייט. מ'דארף אסאך צייט אריינלייגן דערין. און מזל שעות האט נישט אין זיך ביטול הזמן.

אזוי ווי מ'זעט אין מדרש: ד"א מהו לא בשמים היא, שמואל אמר אין התורה מצויה באיסטרולוגין, שאומנותן בשמים. אמרו לשמואל, הרי אתה איסטרולוגין וגדול בתורה. אמר להן לא הייתי מביט באיסטרולוגים אלא בשעה שהייתי פנוי מן התורה, אימתי כשהייתי נכנס לבית המים. ווייל ס'איז מטריד. עץ יוסף: באיסטרולוגין. החוזה בכוכבים. מפני שצריכין ליטרד הרבה בחכמה ההיא, כי אי אפשר לבא לחכמת התורה כי אם בהעמיק רק בה. כשהייתי נכנם לבית המים. שאז אסור להרהר בדברי תורה.

פון דעם זעט מען אז די חכמה פון חוזה בכוכבים האבן חז"ל געוואוסט אז ס'איז נישט סתם רעכענען מזל שעות. מזל שעות איז איין פרט. מזל שעות איז נישט מטריד.

און אין תשובת הרשב"א המיוחסות להרמב"ן שרייבט ער: שלא מזל יום ולא מזל שעה גורמים, אלא במבטי כוכבים של שנאה ושל אהבה עכ"ל.

די השפעה פון יורנס איז זיך צו באפרייען פון דרוק. פרייהייט. אויב א מענטש האט צום ביישפיהל כוכב במבט שישית מיט יורנס, וועט זיין חכמה, און די אופן וויאזוי ער קאמיוניקירט, און די אנדערע נאטורן פון כוכב, וועט ביי אים לויפן אויף אזא וועג, זיך צו באפרייען פון אזאך וואס דרוקט אים.

נוגה בחיבור מיט יורנס, אזא מענטש וועט מאכן ווערטלעך, און זיך פרייען, און טאנצן, און האבן נדיבות. תאווה, און שכרות. וכו'. אויף א אופן וואס איז היפש ארויס פון די גדרים.

די היינטיגע וועלט מוטיגט די נאטורן פון 'יורנס'. באפריי דיך. טרעף א איידיע וויאזוי זיך צו באפרייען פון זיין באגרעניצט. קום ארויס פון דיין באקס און שאף עפעס אין די וועלט. זיץ נישט איין רגע אין א בענקל וואס דו קענסט טרעפן א בעסערס דערפון. ס'איז דא אנדערע אויסוואלן. לערן נישט אין א גמ' וואס דו קענסט טרעפן א שענערס. דערלייד נישט קיין פרעשור פון די ווענט פון א באקס, און יעדע קליינע זאך איז שוין א פרעשור און מ'קען זיך דערפון באפרייען.

אין איין ווארט: באפריי דיך פון באגרעניצונגען. אזוי לערן איך עס אפ.

צום ביישפיהל יורנס במבט שלישיתמיט חמה, מיינט אז דער מענטש, זיין דעת, און בינה, און בקש מעלות גבוהות, און אהבת העושר, איז שטארק אנטוויקלט, און היפש גרעסערע ווענטליך ארום און ארום ווי ביי א געווענליכן חמה. דער מענטש גייט ארויס - אין די ענינים - פון די געווענליכע נארמאלקייט. דאס מיינט אז די דעת פון דעם מענטש האט זיך היפש ארויסגעריסן פון אננעמען וואס יעדער מער אין באקס קויפט אפ.

ס'מוז נישט זיין אז דער מענטש איז ענדליך קלוגער, אדער ברייטער. אבער יעדעס מאל ער האט געפילט אז די דעת וואס איז אים עוועליבל איז באקסעדיג, האט ער זיך אויסגעדרייט צו זוכן די פרייהייט. "וואו קען איך שאפן אזא דעת וואס איז מער א פרייע דעת". מוז נישט זיין אז ס'איז אים געווען האנטליך, און ס'קען טאקע זיין אז דער מענטש איז פשוט ארויס אין ספעיס אן טרעפן מיט וואס אנצופילן זיין ביקוש הדעת והמעלות גבוהות. אבער ער קומט זיכער ארויס אלץ א צעעפנטער. וואס איז אונטערשטער שורה אנדערש ווי די נארמאל.

יורנס במבט שלישית מיט מאדים איז א מענטש וואס מהירות, און גבורה, ניצוח, איז שטערקער אנטוויקלט. ווייל יעדעס מאל ער האט געפילט אז א זאג אריין איינעם איז צו באקסעדיג, ער האט געפילט אז ס'איז איינגעהאלטן, האט ער געזוכט די פרייהייט פון ארויסגעבן זיין מאדים.

עס האט מיט חינוך אויך.

א מבט רביעיתצווישן כוכב און יורנס, וועט מאכן אז ווען דער מענטש נוצט חכמה, און די אלע אנדערע השפעות פון כוכב, ווי קריטיקירן, סור מרע, וויסן סודות, ווייסט ער אז דאס איז נישט כדי אים ארויסצונעמען פון סיי וואס פאר א באקס ער זאל זיך פילן צוליב דעם, און צו זוכן סיי וואס פארא פרייהייט. ווען ער פילט אז א געוויסע חכמה באגרעניצט אים, וועט ער דאך בלייבן מיט די חכמה. אוודאי האט ער אויך די השפעה פון יורנס, און ער נוצט עס, אבער ווען ער נוצט עס, ווייסט ער אז דאס איז אנדערש ווי די חכמה. כך נראה לי.

אנדערש איז א מענטש וואס האט כוכב במבט שישיתמיט יורנס, אזא מענטש, ווען ער באקומט די השפעה פון חכמה, אויב ער פילט אז ס'באגרעניצט אים, וועט ער זוכן אזא חכמה וואס באגרעניצט נישט. אזא זאך קען שאפן אזא ADHD נאטור.

א מענטש וואס האט יורנס אין זיין מזל הצומח, אין די ערשטע הויז, אזא מענטש גייט צו צום לעבן מיט אזא "אפענע רעקל" צוגאנג. מאך מיר נישט צו דעם "רעקל" ווייל ס'לייגט מיר אין א באקס.

א מענטש וואס האט שבתאי במבט שישית, אדער שלישית, מיט יורנס, וועט זיין איינגעהאלטן ווען עס קומט צו די פרייהייט זאכן. אבער אויב דער זעלבער יורנס וואס איז במבט שישית מיט שבתאי איז אויך במבט שישית מיט נוגה, אזא מענטש וועט דאך האבן א יורנס'דיגע נוגה. כאטש גאנץ איינגעהאלטן צוליב שבתאי פון די אנדערע עק.

ס'איז דא נאך אסאך אופנים וויאזוי זאכן שטעלן זיך צאם. די חכמה פון אסטרולוגיה דארף מען פשוט נעמען די שפיצן, און אליין טראכטן צו אליין צאמשטעלן 3D בילדער. און טראכטן קען מען דאך נאר דארט וואו עס איז נישט ביטול תורה. איך וויל נאך שרייבן וועגן נפטון און פלוטו.

והשם הטוב עוזר ויעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”