Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
צד השוה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד השוה »

אנגעהויבן ליינען, אבער איך זעה דאס דארף מען בעסער לערנען.

לאמיר האפן מען טרעפן דער צייט פארדעם. שכח!
https://torahanytime.com/lectures/286168

ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע

ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

צד השוה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:54 pm
אנגעהויבן ליינען, אבער איך זעה דאס דארף מען בעסער לערנען.

לאמיר האפן מען טרעפן דער צייט פארדעם. שכח!
אין בית המים. אזוי האט שמואל געזאגט.
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

@נשמה גיי נעם א קאווע...
עניוועי א ריזיגן שכויח איך האב אנגעהויבן ליינען אבער געזען אז מען דארף א קלארע קאפ
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

נשמה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:55 pm
צד השוה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:54 pm
אנגעהויבן ליינען, אבער איך זעה דאס דארף מען בעסער לערנען.

לאמיר האפן מען טרעפן דער צייט פארדעם. שכח!
אין בית המים. אזוי האט שמואל געזאגט.
נאר פון אנהייב קען מען.
שפעטער ברענגסטו אסאך דברי תורה.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען מ'ליינט אפ א נאטאל טשארט, דארף מען מאכן א בילד פון דאס גאנצע מיט איינמאל. צו האבן א בילד וויאזוי אלעס האט רילעשאנשיפ צו אלעם. צום ביישפיהל אזא מענטש וואס איז אויף דעם נאטאל טשארט, איז ווארשיינליך גאנץ א קלוגער פרייליכער מענטש, וואס האט ליב, און וויל שטארק, אייגענע פרייהייט און שטענדיגער טויש. האט ליב צו רעדן אסאך מיט חברים. אבער קען ווערן אביסל שבתאי'דיג, דהיינו: פארמאכט, צוריקגעהאלטן, און אביסל גערעגט. אזא סארט. אבער נאר אביסל. און קען האבן פחדים צו ווייטער אנגיין אין לעבן. עס פאלט אים ביי פילאזאפישע געדאנקען.

א זיבענער.

איך האב עס אויסגערעכנט ווי פאלגנד: חמה איז במבט רביעיתצו שבתאי. מבט רביעית מיינט דאך כשני אנשים כל אחד מבקש שררה לעצמו. דאס מיינט אז ס'איז דא ווען דער מענטש וועט זיך נאר אומגיין מיט 'חמה', אדער נאר מיט 'שבתאי'. חמה איז די ביקוש מעלות גבוהות, די בינה ודעת יופי וגבורה פונעם מענטש. און שבתאי איז די "צאמגעצויגענע אויגן ברעמען" וואס קוקן שטרענג.

אבער דער מענטש וועט דאך נישט זיין צו שטארק שבתאי'דיג, אפילו פון צייט צו צייט, ווייל שבתאי איז במבט שלישיתמיט נוגה. נוגה געט דאך א ליבליכקייט פאר א מענטש. הגם נוגה איז אין די אכטע הויז, וואס די השפעה איז נישט פליסיג. "כאדם שנפלה עליו אימה ופחד", אזא השפעה ווי פארפרוירן פון שרעק. אבער דאך עפעס געט עס. און שבתאי איז אין די צוועלפטע הויז, וואס די צוועלפטע הויז איז אויך די השפעה נישט פליסיג מחמת ס'איז ווי איינגעשפארט. כאדם בבית האסורים.

אבער חמה איז אין די צענטע הויז, כאדם בשלטנותו ובגדולתו ובאמנותו, אין די צענטע הויז קומט עס ארויס מיט'ן גאנצן השפעה. "איך האב עס אין די האנט", און יורנס זיצט ממש בשכינות מיט חמה. אזא מענטש האט ליב צו באקומען ברייטערע דעת מחמת דעם יורנס, און נאכדערצו ווען יורנס איז במבט שישית מיט פלוטו אזא מענטש זוכט שטארקדאס ענין פרייהייט און ער האט א שטארקע רצון דערצו. נאך דערצו ער איז א דלי. חמה דרוקט זיך נישט געהעריג אויס אין דלי. ס'איז בבית שנאתו.

יעצט, וויבאלד חמה איז במבט רביעית מיט שבתאי, איז דער מענטש צומאל מער פרייליך. ווייל חמה וויל נישט האבן אין זיך די השפעה פון שבתאי. אבער טאקע וועגן איז שבתאי אויך גובר. ס'איז דאך ווי צוויי הערשערס. יעדער וויל זיין די זאך.

יעצט, כוכב איז במבט שישית מיט צדק. כוכב איז אין די צענטע הויז, און צדק אין די צוועלפטע הויז. עס פאדערט עבודה אראפצושלעפן די השפעה פון צדק. ווייל ס'איז אזוי ווי פארשלאסן. אבער עס איז דאך צדק. און כוכב איז במבט שישית מיט אים. מבט שישית איז כשני אנשים מבקשים אהבת זה את זה. די השפעה פון כוכב זוכט צו זיין אזוי ווי די השפעה פון צדק "רעדן שיין, און אויפריכטיג". און די השפעה פון צדק זוכט צו האבן חכמה אין זיך.

אין געפיל איז אויך דער מענטש גאנץ פרייליך ווייל לבנה איז במבט שלישית מיט צדק. הגם לבנה איז אין די אכטע הויז. און די השפעה קומט נישט אראפ לייכט און שמייכלדיג, נאר ווי פארפרוירן פון שרעק.

יעצט, מאדים איז "מתבודד". די פלאנעטן האלטן דאך אין איין לויפן. למשל אזא מענטש ווי דא, וואס זיין מאדים איז געווען בשעת זיין געבורט 22 מעלות אין דגים. יעצט יעדעס מאל ווען די לבנה וועט זיין 22 מעלות אין גדי, וועט עס האבן א מבט שישית השפעה אויף זיין מאדים ענערגיע. אין זיין ענערגיע פון וועלן טון זאכן שנעל, וועט ווערן אריינגעשפרענקלט לבנה ענערגיע. און עס וועט אים אויסלערנען צו לעבן מיט געפילן אויך.

און די זעלבע ווען חמה וועט זיין צום ביישפיהל 22 מעלות אין קשת. וועט דער מענטש פילן אז די שפע פון דעת איז אנדערש ווי זיין אנגייענדיגע מעשים.

ווען מ'רעדט צו אזא מענטש, וועט ער צוריקענטפערן פריינדליך. חוץ אויב ער איז אין די שפע פון שבתאי וואס וויל נישט אז חמה זאל האבן סיי וועלכע שררה. וועט ער אויך רעדן פריינדליך, אבער אביסל ווייניגער. ווייל ווי געשמועסט איז שבתאי במבט שלישית מיט נוגה.

לבנה איז 29 מעלות אין קשת. איך האב געמאכט אז מ'זאל עס נישט באמערקן, ווייל איך בין נישט זיכער צו ס'איז נישט קיין שאלה צו מאכן א לבנה אויף אזא אופן. לבנה אין קשת געט אויך אזא זיבענערישקייט. אש. זכר.

דער מענטש האט א מזל הצומח תאומים. רוח. זכר. כוכב. האט ליב צו רעדן.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז עס זאל נישט ארויסקומען א מכשול פון אונטער אונזערע הענט. ואין לך יפה מן הצניעות.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

א גוטן הרב נשמה.

כ'האב געליינט אייערע ארטיקלען מיט אינטערעס.

איין זאך, איר האט געשריבן אז איך וועל נישט טרעפן קיין ניסן וואס איז נישט ציניש.

געס וואט.. כא געטראפן איינס אזאנס.

האלטסט יענער טריפט סתם ארום אויף מיר?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 4:35 am
א גוטן הרב נשמה.

כ'האב געליינט אייערע ארטיקלען מיט אינטערעס.

איין זאך, איר האט געשריבן אז איך וועל נישט טרעפן קיין ניסן וואס איז נישט ציניש.

געס וואט.. כא געטראפן איינס אזאנס.

האלטסט יענער טריפט סתם ארום אויף מיר?
ב"ה

א ניסן מיינט איינער וואס איז געבוירן אין מזל טלה. קען זיין ער איז געבוירן שפעט אין חודש, נאך אפריל צוואנציג, איז ער איז א שור. די מזלות האט נישט מיט די גוי'אישע חדשים. עס האט מיט געוויסע תקופות וואס דעמאלטס זעט מען בחוש השכל אז ס'טוישט זיך מזל.

'מזרחי' שרייבט אז א טלה איז בטבע ציניש. יעצט וואס מיינט ער צוזאגן 'ציניש'? ס'מיינט לכאורה אז דער מענטש קען אזוי אוועקמאכן אז איינער "רעדט סתם שטותים". "עה, ווער יענער, איך קען אים גוט, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט". אוועקגעמאכט. "זיי מיינען צו מאכן געלט, וואס מיינסטו..."

די ווארט 'ציניש' לייגט זיך גוט ארויף א טלה.

אבער, נישט אלע נאטורן וואס מ'זאגט אויף א טלה, מוז ארויסשטארן אז מ'זאל דאס באמערקן. ס'קען זיין ס'איז בכוח. ער קען דאס אויך גוט. די אלע זאכן וואס מ'זאגט אויף מזלות, ס'מוז נישט זיין אז ס'זאל זיך אזוי אנזעהן. ס'איז צומאל אזוי בכוח. איינע פון די קאלירן וואס איז אריינגעמישט אין די נאטור.

ווען דו מישט אריין די טבע פון 'ציניש', און עס מישט זיך אויס מיט די אנדערע גוטע נאטורן פון א טלה. ווי 'אוהב צדק'. זעט מען עס כמעט נישט.

און איך וויל דיר זאגן נאך, אז לאמיר זאגן אז זיין 'כוכב' איז אין מזל דגים. זיין לבנה איז אין מזל מאזנים. מזל הצומח איז אין סרטן. וכן הלאה. וואס דאס נעמט אסאך אוועק פון די 'צינישקייט'.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר שרייבן נאך א נאטאל טשארט.

איך רעד פון קוקן אויף די טשארט און עס אליין אפלערנען, און עס געדענקען ווי א בילד. אזוי ווי מ'געדענקט אז מיר האבן געזען א ביהמ"ד, דארט איז געווען צוויי מענטשן וואס האבן געלערנט א שיעור צוזאמען בחברותא באהבה גמורה אויף איין מהלך ממש. כאטש זיי זענען צוויי מענטשן. און זיי האבן גערעדט מיט א דריטן צו איינעם וואס איז געזיצן א פאר בענק ארויפצי, וואס איז אויך מיטגעגאנגען מיט דעם מהלך. און מיט די אלע האבן זיך שטארק גע'טענה'ט צוויי חברה יעדער מיט א אנדערע טענה. דאס איז געווען איין שיעור.

חוץ מזה איז געווען נאך א פאר מענטשן אין א אנדערע ווינקל. וואס האבן פארגעלערנט א אנדערע שיעור.

יעדע טשארט ווייזט וויאזוי די חלקי הנפש קומען זיך אויס איינער מיט'ן אנדערן. עס פארענטפערט די פראגע: וואסאיז ביים מענטש אפגעטיילט אלץ באזונדערע קאמפעניס, און פון דעם ווייסט מען וואס דער מענטש דארף צאמברענגען. מ'רופט דאס 'כולל זיין די מידות איינס אינעם צווייטן'.

דא - ביי דעם טשארט וואס איך ברענג גאנץ אונטן - איז ווי פאלגנד: חמה מיט נוגה זענען בדיבוק. איך גיי יעצט נישט אריין אין דעם וואס דער אבן עזרא ברענגט אז 'נוגה' איז תחת השריפה, ווייל ס'איז גאר נאנט צו חמה. איך וועל אפלערנען אז די בינה ודעת פונעם מענטש - וואס איז א תאומים - לויפט אויפ'ן נוגה'ישן דרך, וואס נוגה איז אויך אין תאומים. דהיינו: די דעת לויפט בדרך שחוק ושמחה אהבה תענוג ודיבור יפה. און די זעלבע די נוגה לויפט אויך נישט אוועק פונעם דעת פונעם מענטש, צוצוקומען דורך נוגה צו מעלות גבוהות. עס גייט קיינמאל נישט ארויס פונעם בינה ודעת. מער אזא זיבענערישע סארט דעת.

ביידע 'חמה ונוגה' זענען במבט שלישית צו נפטון. דאס געט אזא דעת וואס האט אין זיך ביקוש השלום והדמיון. וואס זיי זאגן אלץ אויף נפטון. אזא ניינערישקייט. און מאדים איז במבט נוכחאון שלאגט זיך מיט נפטון. אזא אכטערישקייט וואס קומט צומאל אריין אינעם בילד. וואס דאס מאכט נאכנישט מאדים פאר א באזונדערע קאמפעני. ווייל ווי איך האב שוין געשריבן איז מבט נוכחנישט א אפגעטיילטע זאך אינעם מענטש. וווייל סוף סוף מוזן זיי זיך אויסקומען. און ווי אויך איז מאדים במבט שישית מיט חמה. אבער מאדים איז יא במבט רביעיתמיט לבנה וואס איז אגב א עקרב'דיגע לבנה. און לבנה באלאנגט צו די אנדערע שיעור ביים אנדערן עק ביהמ"ד וואס האט נאך אפאר חברים צו זיך ווי שפעטער דערמאנט זייערע נעמען, צדק און יורנס.

מאדים במבט רביעית מיט לבנה מייט אז צומאל וועט דער מענטש טון מאדימ'דיגע זאכן, און זיך רעכענען מיט שיחת הנפש פון לבנה. און די זעלבע פארקערט.

קומט אויס אז ווייל מאדים איז במבט רביעית מיט לבנה, און לבנה איז במבט שישית מיט צדק, און מיט יורנס. און חמה - ביי דעם מענטש - פארטראגט זיך מיט מאדים. אבער לבנה נישט. דאס שאפט צוויי באזונדערע שררות אינעם מענטש. ווען ער נוצט חמה, נוגה, און מאדים, און נפטון און פלוטו, און שבתאי, נוצט ער נישט די טבע פון לבנה, צדק או יורנס. ער קען זיך אויסלערנען צו אריינברענגען אין די אויבנדערמאנטע, דאס ענין פון געפיל. אבער דאס פאדערט עבודה.

לאמיר מער מרחיב זיין.

די ביידע 'חמה ונוגה' און די נפטון פלוטו שבתאי סוויטע איז איין קאמפעני אין דעם מענטש וואס וויל האבן די שררה. און נאכדעם איז דא די חלק טבע הלבנה און אירע אליאירטע נעמליך צדק ויורנס, וואס וויל אויך האבן די שררה און נישט ארייננעמען די 'חמה נוגה וכו' אין די נאטור זייערע. די חשבון איז ווייל לבנה איז במבט רביעית צו נפטון. און ווי שוין געשמועסט במבט רביעית צו מאדים. עס איז די געפילן, די תמימות ופחד הלב, ורוב מחשבת ושיחת הנפש, פלאס צדק און יורנס, וואס זענען אפגעטיילט פון די אנדערע חלקי הנפש.

ווייל דער זעלבער לבנה איז במבט שלישית מיט יורנס, און יורנס איז אויך במבט רביעית צו 'חמה ונוגה'. קומט אויס אז יורנס איז נאר גוט מיט די אנדערע קהילה. אבער באלאנגט נישט צו די 'חמה ונוגה וכו' שררה.

איז נאכאמאל, די לבנה איז במבט שישית מיט צדק, און צדק איז במבט שישית מיט יורנס. וואס צדק במבט שישית מיט יורנס איז? אלע טבעיים פון צדק ווערט ארויסגעפירט פון סיי ווער און וואס דער מענטש פילט אז ס'שטעלט אהין א באנק וואס זאל אים נישט לאזן אויספירן.

יעצט לאמיר מער אויסשמועסן דעם פלוטו מיט שבתאי, וויאזוי זיי באלאנגען צו די דעת פונעם מענטש. חמה ונוגה זענען במבט נוכח מיט פלוטו. און פלוטו איז במבט שלישית מיט שבתאי. דאס געט א געוויסע נאטור צו א מענטש. דאס מיינט אז דער מענטש קען האבן א אינערליכע קריג צווישן די אויבנגעשמועסטע דעת, און צווישן דשאסט טון וואס ער וויל, יכולת. אבער פלוטו אלץ מבט נוכח מיינט נאכנישט אז זיי געהערן פאר די אנדערע שררה. נאר זיי זענען וואס טיילן דיעות אינערהאלב די חמה-נוגה רעגירונג.

קומט אויס אז ס'ווערט קלארער אז דער מענטש האט אין זיך צוויי חלקי הנפש פון איין זייט איז דא די חמה ונוגה, וואס זענען בדיבוק גמור באהבה גמורה און שיידן זיך נישט. און זיי האבן אין זיך די נאטורן פון נפטון. און אפילו אויב פלוטו - וואס איז גאנץ צוריקגעהאלטן, ווייל עס האט אין זיך די נאטורן פון שבתאי - קומט פארפירן אקייגן דעם נוגה'דיגן דעת, און דאס מאכט דעם מענטש צו וועלן טון פון מאל צו מאל אן זיך רעכענען מיט 'דעת', אבער מיט דעם אלעם, קען מען דאס נאך באלאנסירן.

און די זעלבע איז מאדים, וואס שלאגט זיך פון א אנדערע עק מיט דעם נוגה'דיגן דעת, ווייל עס שלאגט זיך מיט איינע פון זייערע פארבינדעטע. צו וועלן זיך רעגן, אן טראכטן וואס דער סארט דעת האט צוזאגן, אדער אפילו וואס פלוטו-שבתאי האט צוזאגן, קען מען דאס נאך אלץ באלאנסירן, ווייל א מלחמה אינעם מענטש איז נאך דער מענטש אין בארירונג מיט די כוחות. און מאדים איז אויך במבט שישית מיט חמה.

אזא קינד ציהט האר אן זיך רעכענען מיט דעת, אבער מ'לערנט עס אויס. אזא בחור שלאגט פלוצלינג צאם א אנדערע בחור, אבער מ'לערנט עס אויס וויאזוי צו באלאנסירן די אינערליכע מלחמה זה כנגד זה.

אבער לבנה, ושותפו יורנס, וצדק, דער קאמפעני, די שלאגן זיך ווער עס זאל האבן די שררה. און דאס מאכט שוין יא א טיילונג. מער ווי א מבט נוכח.

קומט אויס פון דעם אז דער מענטש האט אין זיך צוויי הערשאפטן. איינס איז אזא זיבענערישע סארט דעת, און אין דעם איז אויך אריינגערעכנט די קעגנער. וואס דאס איז איין אפטיילונג. און נאכדעם איז דא די לבנה, צדק ויורנס, וואס דאס איז די אנדערע רבי.

אזא מענטש פון איין זייט וויל ער זיין ערליך און בשלום מצד צדק, און פון די זעלבע זייט איז ער אזוי לבנה'דיג, דהיינו געפיליש. און דאס גייט מיט'ן גאנצן יורנס. און פון די אנדערע זייט רעכנט ער זיך נישט מיט צדק, און נישט מיט לבנה. נאר וויל גיין מיט דעת-נוגה און נישט גיין לויט צדק.

מיר האבן נאכנישט בארירט כוכב.

כוכבוואס איז אין תאומים איז יא גאנץ פאר זיך. און במבט שלישית צו מזל הצומח, וואס דאס געט פאר'ן מענטש צו טראכטן וואס ער טוט. ווייל די מזל הצומח איז היבש דאס גאנצע צוגאנג פונעם מענטש צו די אלץ און אלעמאל. נישט ממש. פארשטייט זיך. דא איז דא אנדערע פלאנעטן אויך.

וואס וועט אזא מענטש זיין אין די אניאגראם? פארשטייט זיך - טעארעטיש - א זיבענער. חמה, נוגה, אין כוכב אין תאומים. א זיבענער וואס האט ליב צו פילאזאפירן. ווייל חמה כוכב אין נוגה זענען אין ניינטע הויז. און דאס געט אזא פינעווערישקייט צו די גאנצע פיקטשער, און יעדע זיבענער האט אין זיך אויך פינף. אויף די ניינטע הויז שרייבט דער אבן עזרא אז ס'ווייזט אויף 'אמונה ולעבוד את ה'. און די מאזנים מזל הצומח געט נאך אזא פאליש צו די גאנצע זיבענערישקייט. זיך אויסצוקומען מיט מענטשן.

אזא זיבענער קען אויך צומאל אפלאזן די זיבענערישע דעת און גיין צו צדק-לבנה. די איינזערישקייט. און האט אויך אין זיך אכטערישקייט מצד די פלוטו-שבתאי, און די מאדים.

שבתאי אין מאדים זענען אין די עלעפטע הויז. די עלפטע הויז איז די שייכות פונעם מענטש צו מענטשן וואס העלפן אים. מאדים איז אין מזל ארי', אש. זכר, וואס געט נאר צו צו די זיבערישקייט. צדק איז אין די פערטע הויז וואס ווארפט אזא זעקסערישקייט. ווייל די פערטע הויז איז מער אזא זוכונג פאר זיכערקייט. נישט ווייל דער מענטש זוכט זיכערקייט, נאר ווייל דער מענטש באנוצט זיך מיט זיכערע טעריטאריע.

איינמאל מ'האט פאר זיך אזא בילד. און סך גרינגער צו דילן מיט די מענטש. ווייל מ'האט פאר זיך אלע כוחות. בעזרת השי"ת. ס'איז נישט שווער זיך פארצושטעלן וואס עס וואלט געדרוקט פאר אזא סארט מענטש. יעדער מענטש קען זיך אויסארבעטן. אבער מער ווייניגער דארף אזא מענטש אויסלערנען זיין זיבענערישע בינה ודעת, אז ס'איז דא אזא זאך ווי געפילן, ווי לבנה, און ס'איז דא אזא זאך ווי צדק. ארייננעמען אין די בינה ודעת די ענין פון צדק. והכל על מקומו יבוא בשלום. מ'דארף כולל זיין איינס אינעם צווייטן. און אויך אין די געפילן, אין די רוב מחשבת ושיחת הנפש, דארף מען אריינלייגן דעת. צדק אן דעת? אם יש דעת, יש הבדלה. צדק איז הבדלה פון רע און בוחר זיין בטוב. אבער מ'דארף האבן דערצו דעת.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אטעטשמענטס
oifgetracht2.pdf
(216.97 KiB) געווארן דאונלאודעד 55 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לאמיר דא שרייבן נאך א נאטאל טשארט. און מיר דארפן געדענקען 'תמים תהי' וכו', נישט צו חקר'נען עתידות. און ווי אויך זאגן חז"ל אז מ'זאל נישט קוקן די מזל, כלומר: וועלכע מזל ס'וועט זיין א גוטע מזל אז אין יענע מינוט וועט מען מצליח זיין. נאר מיר דארפן בעטן השי"ת. דאס אלעס. אזוי ווי מיר האלטן אין איין בעטן צום ביישפיהל: סימן טוב ומזל טוב יהא לנו! דאס אלעס. מיר זענען מאמינים בני מאמינים. און יודן זענען העכער די מזל. ווי דער אבן עזרא הייבט אן זיין ספר ראשית חכמה: ראשית חכמה יראת ה', כי היא המוסד, כי כאשר לא יתור אדם אחר עיניו ולבו למלאות תאוותו, אז תנוח החכמה בקרבו, ועוד, שיראת ה' תשמרנו מחקות שמים ומשטרים כל ימי חייו, ובהפרד נשמתו מגויתו, תנחילנו יש וחי לעולם. אז יראת ה' וועט אפהיטן מחקות השמים כל ימי חייו.

ווען מיר קוקן אויף א נאטאל טשארט, ווילן מיר וויסן וועלכע כוחות עס ווירקט ביים מענטש, און די 'שררות'. 'שררות' מיינט א מבט רביעית. שררות מיינט וועלכע כוחות ווילן אז אנדערע כוחות זאל נישט האבן קיין שררה ביים מענטש. וועלכע כוחות שלאגן זיך צווישן זיך אויף די שררה. און וויאזוי אלע כוחות פארטראגן זיך איינער מיטן צווייטן. זענען זיין אין גוטן? ווי גוט? זענען זיי אין קאנפליקט? קאנפליקט מיינט א מבט נוכח.

לאמיר קודם קוקן אויף חמה וואס איז אין די צענטע הויז.

און יעדע פלאנעט וואס איז אין די צענטע הויז, מיינט אז דער מענטש קען זיך זייער גוט באנוצן דערמיט. די לשון פון די אבן עזרא אויף די צענטע הויז איז: כאדם בשולטנתו, ובגדולתו, ובאמנותו. ווי א מענטש וואס קען גאר גוט דרייווען, זיצט ביים רעדל. דא ביים דעם נאטאל טשארט איז חמה, און נוגה, און פלוטו, אין די צענטע הויז. דאס מיינט אז די נאטורן פון חמה, און די נאטורן פון נוגה, פילן זיך ביים מענטש ווי זיין רעכטע האנט.

דא איז חמה בביתו. ווייל די בית פון חמה איז מזל ארי'. און דא איז חמה בדיבוק מיט די קו חצי השמים. מעלת הרום. דאס מיינט אז דער מענטש וויל מצליח זיין.

מיר האבן נאר געליינט יעצט צוויי דריי פלאנעטן, מיר דארפן אויך קוקן צי דער מענטש האט אנדערע שררות וואס שלאגן זיך אויף די שררה מיט אט די פלאנעטן, אדער אנדערע פלאנעטן וואס מישן אריין זייער נאטור אין די פלאנעטן. און דא ביי דעם טשארט זעען מיר אז 'נפטון' (וואס איך געדענק, וויפיל איך האב אויפגעכאפט, איז מער ווייניגער די ענין פון זיין צופרידן מיט דמיון, אזעלכע מחשבת דמיון. פון דעם קומט קריעטיוויטעט.) איז במבט רביעית מיט חמה. דאס מיינט אז ס'קען זיך מאכן אז אנשטאטס דער מענטש זאל וועלן אנקומען צו בינה ודעת און צו מעלות גבוהות און צו עשירות. זאל ער אריינפאלן אין 'נפטון'. ווייל נפטון וויל האבן שררה און וויל נישטאז חמה זאל האבן שררה. דאס איז אזא דרייער'ישקייט וואס דער דרייער קען אריינפאלן צום ניינער. אדער א ניינער וואס דארף זיך שטארקן צו "דרייערן". ווייל ער וויל אריינפאלן אין ענדערש ליגן אין דמיון, ווי איידער טון צום זאך. און נפטן איז במבט נוכח מיט מזל הצומח. דאס קען אויך מאכן אז דער מענטש זאל ענדערש וועלן זיין רואיג און בשלום, ווי איידער טון צום זאך.

מ'זעט אויך אז דער 'נפטון' איז במבט שלישיתמיט פלוטו. וואס דאס מיינט אז דער מענטש וויל נישט אזוי שטארק אז ס'זאל גיין זיין וועג. מצד פלוטו. ער וויל מער אז ס'זאל זיין שלום. ווייל פלוטו [רצון] איז במבט שלישית מיט נפטון [שלום, ניינערישקייט]. און פלוטו איז במבט שישית מיט מזל הצומח. דאס מיינט אז דער מענטש גייט זיך אום אין לעבן מיט אזא פלוטו וואס איז אזא נפטונ'דיגע פלוטו. אבער מצד חמה וויל ער מצליח זיין. אזא דרייערישקייט וואס קען אריינפאלן אינעם ניינער.

יעצט דער פלוטו וואס טיילט נאטורן מיט נפטון, איז במבט רביעית מיט לבנה.

דאס מיינט אז די נפטון-פלוטו אפטיילונג אינעם מענטש, איז ביז די "אפיס" וואו לבנה רעגירט. (לבנה איז 23 מעלות אין שור) דארט וואו לבנה קומט אריין אינעם מענטש, דהיינו ווען ס'קומט צו געפילן, צו רוב מחשבות און שיחת הנפש, רוב פחד און תמימות הלב, דארט וויל נישט הערשן דאס גאנצע השפעה פון נפטון-פלוטו. ווען עס קומט צו געפילן, וועט דער מענטש נישט אזוי קוקן אויף זוכן שלום, אדער אפילו אויף שטארקע רצונות. און די זעלבע פארקערט, ווען עס קומט צו מאכן שלום, וועט דער מענטש נישט קוקן אויף געפילן. א ניינער?

יעצט, דער פריערדיגער לבנה וואס איז במבט רביעית צו די נפטון-פלוטו מאשינערי. דער לבנה איז אויך במבט רביעית צו נוגה. דאס מיינט אז ווען עס קומט צו נוגה'דיגע ענינים, ווי צו ביישפיהל רעדן שיין צו מענטשן, מאכן חוזק פון מענטשן און פון זאכן, געבן פון זיך, טרינקען וויין, ווען ס'קומט צו די זאכן, וועט דער מענטש אויספלאגן די ענערגיע פון לבנה. אז לבנה זאל דא קיין שררה נישט האבן, נישט האבן קיין ווארט אריינצורעדן. מ'רעכנט זיך נישט מיט געפיל, ווען עס קומט צו רעדן שיין צו א מענטש. אזא דרייערישקייט. אדער ניינערישקייט.

מ'רעכנט זיך נישט מיט געפיל ווען עס קומט צו מאכן א ווערטל. און ווען עס קומט צו אהבה, ליב צו האבן איינעם, רעכנט מען זיך נישט מיט געפיל.

און די זעלבע פארקערט, ווען עס קומט צו געפיל, רעכנט מען זיך נישט מיט נוגה'דיגע ענינים. מ'זאגט יענעם וואס מ'האט צו זאגן, אפילו אויב עס נישט שיין גערעדט. יעצט ווען פון די צוויי שררות געווינט? ווענד זיך ווער ס'איז יעצט שטערקער.

אבער ווען איינער פון די צוויי געווינט, איז אדער אדער. ווי מער געפיל, אלץ מער ארויס פון נוגה'דיגע ענינים. אבער מעגליך אז דא וויבאלד נוגה איז אין די צענטע הויז, און לבנה איז נאר אין די זיבעטע הויז, קען זיין אז ביי דעם מענטש איז נוגה שטערקער.

ס'קומט אויס פון דעם, אז ווען ס'קומט צו געפיל, צו רוב מחשבת ושיחת הנפש, רוב פחד ותמימות הלב, רעדט מען מיט א אנדערע סארט מענטש ווי א נוגה'דיגע מענטש. זאגט וואס ער האט צו זאגן.

ווי שטארק איז די כוח פון נוגה ביי דעם מענטש? מיר זעען אז שבתאי איז במבט שלישיתמיט נוגה. דאס מיינט אז דער מענטש איז שוין נישט אזוי נוגה'דיג, ווי נוגה וואלט ווען געווען אן טיילן נאטור מיט שבתאי. קומט אויס אז נוגה ביים דעם מענטש, איז חוץ פון דעם וואס לבנה וויל זיך נישט רעכענען מיט זיינע נוגה'דיג איידיעס, זענען די נאטורן פון שבתאי אריינגעמישט אין נוגה, און דאס מאכט שוין אז דער מענטש זאל נישט זיין אזא 'גוטער'. אזא 'בעל תאווה'. כאטש ער איז א ארי', וואס א ארי' האט אין זיך תאווה.

חוץ פון די פלאנעטן, האט דער מענטש דריי "חברה" וואס זענען זיך מדבק באהבה גמורה איינער מיט'ן צווייטן, און ארבעטן ממש אינאיינעם ביי יעדע געלעגנהייט וואו זיי פעלן אויס. די זענען: יורנס, צדק, און מאדים. וואס פארא טבע שאפט אזא צאמגיסונג? אזא 'ממסך'?

איז מאדים ביי דעם מענטש, א 'מאדים'? איז צדק, א 'צדק'? מ'קען גרינג פארשטיין אז ווי שלעכט קען שוין א מענטש זיין ווען זיין גאנצע אכזריות, זיין גאנצע רצון זיך צו קריגן, זיין גאנצע רצון צו רויבן, שעלטן, איז צאמגעגאסן מיט צדק. איז צאמגעגאסן מיט די נאטורן ווי אהבת הטוב ושנאת הרע. איז צאמגעגאסן מיט שלום. אזא מענטש איז נישט אזוי שלעכט. א ניינער? אדער אפשר א דרייער וואס האט אויך אין זיך ניינערישקייט?

און מיט די צוויי פלאנעטן, מאדים און צדק, איז צאמגעגאסן די טבע פון יורנס. יורנס געט די כוח פון אוועקריקען יעדע זאך וואס לאזט נישט דער צאמלעבעניש מצליח זיין. אבער מיט יורנס אינאיינעם, איז דא א שבתאי וואס וויל האבן דעם ברעטל. וויל האבן דאס ווארט אויפן נפש. און וויל נישטאז צדק-מאדים-יורנס, זאל האבן שררה. און די זעלבע פארקערט. צדק-מאדים-יורנס, וויל נישט אז שבתאי זאל האבן שררה.

ווייל מיט דעם אלעם איז שבתאי נישט מסכים. שבתאי איז במבט רביעית מיט צדק-מאדים-יורנס.

אז מצד שבתאי זאל דער מענטש ענדערש ווי טון צום זאך, זאל ער ענדערש מאכן התבודדות אין א הייל, און דאגה'ן, און פחד'נען, און לעבן אליין פאר זיך. אבער שבתאי איז דא נישט ממש א שבתאי מיט'ן גאנצן שטארקייט, ווייל עס איז אריינגעגאסן אין אים נוגה. אבער נאך אלץ לאזט עס נישט די 'צדק מאדים יורנס' סגול, צו טון וואס עס זייער וואונטש צו טון. דער מענטש וועט נישט זיין צו א שטארקע שבתאי, ווייל די שבתאי ביי דעם מענטש איז נוגה'דיג.

מאדים געט דאך די טון, די מהירות, אבער דא וויל שבתאי אזא ווערטל צוויי, און שוין. עכ"פ נישט די טון פון צדק ומאדים.

ווער געווינט? ווענד זיך ווער ס'איז שטערקער.

מאדים, און צדק, און יורנס, זענען אין די ניינטע הויז, לויט ווי איך געדענק ווייזט דאס אויף לעבן אין פילאזאפיע. זוכן עבודת השם. וואס שבתאי וויל נישט אז זיי זאלן האבן שררה, נאר וויל אז ס'זאל ענדערש גיין אויף זיין וועג. שבתאי זוכט אויך עבודת השם. אבער אויף אזא "התבודדות" צאמגעצויגענע וועג.

כוכב איז אין מזל סרטן, דאס מיינט אז דער [אויפגעטראכטער] מענטש דא, זיינע מחשבות איז געפיליש. לבנה'דיג. די מזל סרטן איז לבנה'דיג. און דער מענטש איז נאך ארי' א סרטן. ווייל חמה און נוגה זענען אין ארי' וואס איז מער אש ווי געפיל, אבער מאדים און צדק זענען שוין אין א געפילישע מזל. די לבנה איז אין שור. דאס געט אזא סובסטאנץ פאר'ן מענטש. שור איז עפר.

יעצט, ווען איך וואלט ווען געזען אזא מענטש, וואלט איך פארשטאנען אז דו ווילסט מצליח זיין, אבער די רצון צו דמיון, און שלום שטייט דיך אין וועג. געדענקט איר? נפטון איז במבט רביעית צו חמה.

און ווען עס קומט צו דיינע געפילן, דיין לבנה, ווילסטו נישט נוצן די טבע פון נוגה. רעדן שיין, אהבה. סאו, מ'זאגט דיך אז דו זאלסט זיין געפיליש, אבער אויב ביי דיר מיינט געפילן, לבנה, דאן לאזטו דיך אפ פון 'נוגה'.

און דער מענטש האט אויך אזא נוגה'דיגע שבתאי (נוגה איז במבט שלישית מיט שבתאי, כשני אנשים תולדתם שווה) וואס אט דער שבתאי איז במבט רביעית מיט 'מאדים צדק יורנס'. דאס מיינט אז אין דער צייט וואס 'צדק מאדים יורנס' זאגט פאר'ן מענטש: טו, זאגט שבתאי, ענדערש שפאר דיך איין אליין אין א שטיבל.

ס'דא אסאך זאכן וואס וואלטן געקענט שטערן אזא מענטש פון מצליח זיין. נפטון וואס איז במבט רביעית מיט חמה, אן במבט נוכח מיט מזל הצומח. וואס נאך? שבתאי וואס איז במבט רביעית מיט מאדים וצדק און יורנס. שבתאי האלט צוריק. עיכוב.

אזא מענטש קומט צו טערעפי, און פארציילט אז צומאל פאלט אריין ער ווייסט אליין נישט וואו. און ער איז וועגן עפעס נישט מצליח. עס גייט נישט. און דאס קומט סיי פון נפטון, און סיי פון שבתאי. וואס מ'דארף זיך שטארקן.

איך וואלט געזאגט אז אזא מענטש איז מער א ניינער וואס דארף גיין צום דרייער. בקיצור

והשם הטוב עוזר ויעזור.
אטעטשמענטס
מזלות.pdf
(156.17 KiB) געווארן דאונלאודעד 52 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווי איך האב שוין געשריבן אז - לויט וויאזוי איך וויל זאגן - איז דער עיקר וויאזוי מ'ליינט אפ א נאטאל טשארט, ליינט מען עס אפ אליין! מ'נעמט אפיר דאס קריעטיוויטעט, און מ'ליינט עס אליין אפ.

איך גיי נישט אריין וועגן ליינען וואס זיי שרייבן, וואס דאס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך.

לאמיר נעמען א טשארט וואס איך ברענג גאנץ אונטן. און איך באצי מיך צו דעם דאזיגן טשארט. אז אויב מ'וועט ליינען יעדע זאך באזונדער, וועט מען נישט באקומען א בילד פון די גאנצע זאך אינאיינעם. אויב מ'וועט ליינען וואס 'דיבוק חמה מיט כוכב' מיינט, און וואס 'כוכב במבט שישית מיט נפטון מיינט' און וואס 'חמה במבט שישית מיט צדק' מיינט. און אזוי ווייטער יעדע זאך עקסטער, איז עס אזוי ווי מ'נעמט שטיקלעך פאזל און מ'וויל ארויסהאבן א בילד.

ווען מ'נעמט שטיקלעך פון א פאזל, און מ'קוקט אויף יעדע איינע עקסטער, קען מען ארויסהאבן א בילד? מ'קען נישט. א בלויע שטיקל, א גרינע שטיקל, א פינקע שטיקל. מ'דארף צאמשטעלן אלעס אינאיינעם, דאן קען מען זען דעם בילד.

אפצוליינען דעם טשארט, דארף מען נעמען חמה, און זען אז ס'איז בדיבוק מיט כוכב. און יעצט ווייסן מיר אז יעדעס מאל דער מענטש נוצט זיין 'כוכב', וואטעווער די נאטורן פון 'כוכב' זענען. איז יעדעס מאל ווען ער נוצט עס, מוז ער נוצן אויך חמה. ווייל זיי זענען בדיבוק. 'הכוכבים הדבקים כשני אנשים מתחברים'! און אויך דארף מען ארייננעמען אין קאפ אז ווען ער נוצט כוכב, איז עס אויף א אופן פון די ערשטע הויז! דאס איז די וועג וויאזוי ער נוצט 'כוכב', און אויך די וועג וויאזוי ער נוצט חמה, ווייל חמה איז אויך אין די ערשטע הויז. הכוכב במזל הצומח, כמו הנולד שיצא מבטן אמו, און הדבר ההוא בשעתו. די ערשטע הויז מיינט אז דער מענטש נוצט דאס מיט א פרישקייט אגאנצן צייט. דאס איז די וועג וויאזוי ער גייט צו צו יעדע זאך.

און 'כוכב' איז במבט שישית מיט 'צדק'.

דאס מיינט אז יעדעס מאל וואס דער מענטש נוצט 'חמה', ער נוצט זיין דעת, די אלע נאטורן וואס 'חמה' מיינט אלץ, נוצט ער די נאטורן פון 'צדק'. און צדק איז אין די פערטע הויז. דאס מיינט אז דער אופן וויאזוי דער מענטש פילט זיינע צדק'דיגע נאטורן איז 'הכוכב בבית הרביעי כאדם בבית אבותיו או בקרקעו, פעסט געשטעלט, פארזיכערט, דארט פילט ער זיך פארזיכערט. וויאזוי ער פילט עס? כאדם בבית אבותיו או בקרקעו.

און ווייל כוכב און חמה איז במבט שישית צו נפטון, וועט דער מענטש, יעדעס מאל ער נוצט 'כוכב' אדער 'חמה' אדער 'צדק', וועט ער אויך נוצן 'נפטון'. די שלום מאכן. די 'ס'איז גוט אזוי ווי ס'איז'. וואס זיי זאלן נאר זאגן אויף 'נפטון'

אבער 'נפטון' פילט זיך נישט אזוי שטארק ביי אים. ווייל ס'איז אין די צוועלפטע הויז. הכוכב בבית שנים עשר, כאדם בבית האסורים. ער פילט כאילו ס'איז עפעס העכער פון אים, און זיך נאכנישט געעפנט.

יעצט, כוכב און חמה זענען במבט שלישית צו פלוטו. פלוטו מיינט אסאך זאכן. בערך מיינט עס אז דער מענטש וויל שטארק, power force. שליטה, ר' שרגא פליישמאנס יכולת! איז 'פלוטו'. דאס מיינט אז אזא מענטש וועט שטארק וועלן די ענינים פון 'חמה און כוכב' און זייערע מיטגייער. גאנץ א powerful דעת. פלוטו איז אין די צענטע הויז

יעצט, מיר דארפן אויך געדענקען אז חמה און כוכב זענען אין מזל שור. אלעס וואס 'שור' מיינט. פעסט-אראפגעשטעלט, זוכט תענוג. איז גאנץ צוריקגעצויגן. און מיר דארפן ווייטער האלטן קאפ אויף די אליאירטע.

יעצט, לייגן מיר אוועק דעם קבוצה, און מיר גייען צו לבנה. אבער איין מינוט, דער קבוצה איז נאכנישט גאנץ, מיר דארפן ארייננעמען אין קאפ, אז פלוטו איז במבט נוכח צו צדק. דאס מיינט אז הגם פלוטו איז במבט שלישית צו כוכב און חמה, און חמה כוכב זענען במבט שישית צו צדק, וואלסטו געקענט מיינען אז אויב אזוי איז פלוטו גוט מיט צדק, ניין זאג איך דיר. ס'איז אבער דאך דא א געשלעג צווישן פלוטו און צדק. דאס מיינט אז דער מענטש וועט אגאנצן צייט האבן א אינערליכע געשלעג צווישן אויספירן וואס ער וויל, אפילו אויב ס'גייט אביסל ארויסקאלירן פון 'צדק', אדער ענדערש זאל ער מער נוצן 'צדק' און זיך אפלאזן פון 'פלוטו'.

ס'איז אזוי ווי ראובן איז גאר נאנט צו שמעון מיט יעדע זאך, שמעון זוכט זיך אויסצוקומען מיט לוי, און דערפאר וועט ראובן זיך אויך אויסקומען מיט לוי. ראובן און שמעון טיילן די זעלבע נאטורן ווי יהודא, אבער לוי קריגט זיך שוין מיט יהודא.

יעצט לאמיר דאס אוועקלייגן, און גיין צו לבנה. לבנה איז 13 מעלות אין טלה. איך האב אויסגעמעקט די 'לבנה', מ'זעט נאר די דעגרי.

לבנה, וואס איז אין מזל טלה. זיי האבן אזא סארט צוריקשפרינג. ווער ס'האט עס שוין געזען לייוו, ווייסט וואס איך מיין. לבנה אין מזל טלה, געט אזא סארט זיסע חוצפה. און דא איז לבנה אין די ערשטע הויז. דאס מיינט אז דאס איז די וועג וויאזוי דער מענטש גייט זיך אום אין לעבן. וכו', די אלע זאכן וואס די ערשטע הויז מיינט אלץ.

יעצט, אט דער לבנה'לע איז בהתדבקות מיט יורנס.

וואס דאס טוט איז, דאס קען אפשרשאפן קאפ וויי פאר די מחנכים און פאר'ן מענטש אליין. ווייל אזא מענטש, רוב פון זיינע מחשבות ושיחת הנפש, ווילן נישט פילן קיין באגרעניצונגען. יעדעס מאל יענע עריע פילט א באגרעניצונג, בום! איך וויל ארויסקומען און שטער מיך נישט! מ'דארף עס מחנך זיין אז ס'זאל לויפן על פי התורה הק'. זיך אויסצולערנען וואס דאס מיינט עכטע פרייהייט פון אויסדרוק.

דער 'לבנה' האט א מבט נוכח פון 'מאדים' און דער 'מאדים' איז אין די זיבעטע הויז. פונקט אקעגן איבער די מזל הצומח. וואס דאס מיינט אז יעדעס מאל ער וויל צוגיין צום לעבן מיט 'לבנה' וואס איז בדיבוק מיט יורנס, קומט אריין א שטארקע קעגנער און זאגט: ניין, נוץ מיך, נוץ מאדים, שלאג דיך. אדער סיי וואס פאר א נאטורן מאדים מאכט נוצן.

אבער

אבער מ'דארף געדענקען אז מאדים איז דא אין בית שנאתו. ווייל 'מאזנים' האט "פיינט" מאדים. און מאדים האט "פיינט" מאזנים. "פיינט" מיינט אז מאזנים איז די פארקערטע ענערגיע ווי מאדים. די מזל מאזנים איז גוט, וויל באלאנסירן, קוקט ארויס פאר שלום. און הכוכב בבית שנאתו כאדם המתקוטט עם עצמו. ער וויל נישט עכט. ער שלאגט זיך מיט זיך אליין. דא איז ווען מ'זאגט פאר א מענטש: דו שלאגסטעך מיט דיך אליין, ווייל דאס איז וואס ער פילט.

אבער מיט דעם אלעם, איז מאדים אקייגן די מזל הצומח, און ס'איז דא א קאנפליקט צווישן מאדים און לבנה. הכוכבים בהיותם על מבט נוכח, כשני אנשים נלחמים זה עם זה בחזקה.

פיין, האב מיר ארויס וויאזוי די מאדים, די כוח פון שנעלקייט, און לבנה שלאגן זיך. אבער מ'דארף געדענקען, אז לבנה איז אין מזל טלה. די בעל הבית פון מזל טלה איז מאדים. איז דער מענטש האט אזא אינערליכע מלחמה. צי ער זאל גיין מיט געפיל, צי ער זאל גיין מיט כוח וביד חזקה.

מאדים איז אין די זיבעטע הויז, דאס מיינט אז דער מענטש איז גרייט דאס צו נוצן. הכוכב בבית השביעי, כאדם מוכן למלחמה. דאס איז די וועג וויאזוי ער פילט זיין מאדים. ער פילט זיין מאדים ענערגיע, ווי איינער וואס איז גרייט צו פירן קריג. מ'קען עס באמערקן אויף מענטשן. נאך סך פאר ער האט מיט וועם זיך צו קריגן, איז ער שוין אנגעפאנצערט. דאס איז וויאזוי ער פילט עס, און אזוי נוצט ער עס.

לאמיר אפיר נעמען די פריערדיגע 'כוכב חמה צדק נפטון פלוטו' קבוצה, מיט וואס מ'האמיר אנגעהויבן אונזער אנאליז. און לאמיר יעצט אריינעמען אין קאפ אז 'צדק' איז במבט רביעית מיט מאדים. הכוכבים בהיותם על מבט רביעית, כשני אנשים המבקשים כל אחד שררה לעצמו.

די כוכב חמה נפטון צדק פלוטו קבוצה, איז אזא גאנץ כמעשה'דיג 'שלומ'דיגע' סארט. אבער דער מענטש האט מאדים וואס וויל נישט אז צדק זאל האבן די שררה. און וויל נישט אז 'פלוטו' וואס איז איינע פון די חברים מיט די חברים פון צדק. זאל האבן שררה.

אזא מענטש, ווען עס קומט צו מאדים, קוקט נישט צו שטארק אז ער זאל נוצן force אז ס'זאל גיין די וועג וויאזוי ער וויל אז ס'זאל גיין. אויב מאדים איז במבט שישית אדער שלישית אדער גאר התדבקות מיט פלוטו, דאן האט דער מענטש א מאדים איינס און אזאנס. שווער צו בייקומען. אבער דא פארווייניגערט עס די ענערגיע שליטה. נישט צו שטארק. ווייל דער מענטש וועט טאקע נוצן power force, אבער וועט נישט אריינעמען מאדים אלץ א צוהעלפער. און ווען ער נוצט מאדים, וועט ער נישט נוצן זיין פלוטו.

אזא קינד, קען צומאל ווערן נאר 'לבנה אדער מאדים'. און ארויסגיין פון 'צדק' וכו'. מ'דארף אים דערמאנען אז ער האט אויך צדק אין זיך. די יצר טוב. דער אבן עזרא שרייבט אויף צדק, יורה על יצר טוב. מ'דארף אלע כוחות נוצן, בכל לבביך, בשני יצריך.

יעצט, לאמיר דאס אוועקלייגן און גיין צו נוגה. נוגה אין דגים. אבער עס איז אין די צוועלפטע הויז. נישט געהעריג געעפנט. פארשפארט. דאס איז וויאזוי דער מענטש פילט עס. יעצט, דער נוגה איז במבט שלישית מיט שבתאי, דאס מיינט אז אזא נוגה איז שבתאי'דיג. מער צוריקגעהאלטן. שוין גערעדט דערפון, און אזא שבתאי איז נוגה'דיג. נישט אזוי פאר'דאגה'ט.

יעצט, יעדעס מאל מיר זעען אזא קינד. דארפן מיר האלטן קאפ אויף די בילד וויאזוי אלעס קומט זיך צאם. אזא קינד איז גאנץ powerful. מזל הצומח איז טלה. אבער מ'דארף געדענקען פון צדק וואס מ'קען ארויפארבעטן. און ווען אזא קינד נוצט נאר מאדים, ווייסן מיר אז לבנה, וואס איז א טלה'אישע לבנה. קען אביסל נוצן אלץ קעגנער. "נוץ אויך געפיל ווען דו ווילסט זיין שלעכט". נישט ווייל ס'איז געפיל, נאר ווייל ס'איז קעגן מאדים.

מ'דארף אויך האלטן קאפ אז לבנה איז במבט רביעית מיט פלוטו. און דער זעלבער לבנה איז במבט רביעית מיט צדק. דאס מיינט אז ווען עס קומט צו געפיל, צו די לבנה'דיגע יורנס, וויל עס נישט קוקן נישט אויף צדק, אבער אויך נישט אויף פלוטו. אבער יא אויף יורנס.

אזא קינד וואלט געווען גאנץ טשאלענדשינג. אבער אמעזינג. ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו האנדלן מיט אזא קינד.

באשעפער ביסט אזוי זיס. אינטערעסאנט, דו טוסט, און דו באשאפסט, און שוין. מה רבו מעשיך... כי אראה שמיך, מעשה אצבעותיך...

וואס וואלט אזא איינער געווען אינעם אניאגראם? א זעקסער? פארוואס? ווייל ער איז טשאלענדשינג? ווארשיינליך א אכטער מיט א ניינער פליגער. וואס דארף גיין צו צוויי. נישט צו צוויי, צו צדק וואס וויל נישט אז לבנה זאל האבן שררה.

קומט אויס פון דעם אז ס'איז דא צוויי קבוצות אינעם מענטש. נוגה און שבתאי האט נישט קיינערוואס זאל זיך שלאגן מיט זיי, און נישט וועלן אז זיי זאלן האבן די שררה. אבער די אנדערע האבן יא.

אזא קינד קומט אקעגן געפיליש. מ'קען באמערקן אז ער האט אין זיך אזא urge זיך צו שלאגן פאר זיינע רעכטן. ער האט זייער שטארק ליב פרייהייט פון ווארט, פרייהייט פון שיחת הנפש. איז גאנץ 'נפטון'דיג'. גאנץ צוריקגעהאלטן ווען עס קומט צו נוגה'דיגע ענינים. דארף זיך דערמאנען אז ביי געפיל אדער מאדים דארף ער אויך נוצן צדק. די מזל פון אברהם אבינו לויט די מהרש"א. דארף זיך אויסלערנען צו טראנספארמירן יכולת.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אטעטשמענטס
איין קבוצה.pdf
(144.72 KiB) געווארן דאונלאודעד 33 מאל
צווייטע קבוצה.pdf
(104.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 27 מאל
מזלות אייוועלט.pdf
(143.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 26 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען מ'קוקט אויף דעם נאטאל טשארט, דארף מען פרובירן אויסצורעכענען וויאזוי דער געוויסער נפש לויפט.

אזא מענטש ערשיינט גאנץ לעבעדיג (מזל הצומח אין מזל קשת) און רעוואלוציאנעריש. (א דלי). שלאגט זיך מיט זיין אייגענע דעת. (יעדע דלי שלאגט זיך מיט זיין אייגענעם בינה ודעת, חמה בדלי איז בבית שנאתו) אבער דאך גאנץ צוריקגעהאלטן פאר זיך (שבתאי בדיבוק עם מזל הצומח, ובבית ראשון). איז א גוטער מענטש. זוכט צו זיין גוט, זוכט צו זיין ערליך. (צדק בבית העשירי, וגם במבט שישית עם מזל הצומח) האט גאר שטארקע גיסטע טוישונגען (פלוטו דיבוק עם לבנה). רעדט שטארק (כוכב דיבוק עם פלוטו) און גאנץ ליבליך און געשמאק, (לבנה במבט שישית עם נוגה) (אמאל מער אמאל ווייניגער. אמאל שבתאי, און אמאל נוגה, ווייל נוגה איז במבט רביעית עם שבתאי) זאגט שטארק זיינע מיינונגען. (כוכב בדיבוק עם פלוטו) האט א גוטן באלאנסירן קאפ. (כוכב בדיבוק עם לבנה, ובמבט שישית עם נפטון) טראכט טיף (שבתאי בדיבוק עם נקודת הצומח), און האט ליב צו טראכטן. פארשטייט צום נפש פון א מענטש (כוכב דיבוק עם לבנה). האט ליב צו מאכן געלט. (חמה איז אין די צווייטע הויז...) האט ליב צו לערנען און זאגן עצות פאר מענטשן. (מאדים, נוגה, נפטון בבית השלישי) האט נישט צו שטארק ליב ווען מ'בלאקירט אים זיין פרייהייט, (יורנס במבט שלישית עם מזל הצומח) אבער מיט א באלאנץ. האט ליב צו קאנטראלירן (פלוטו בבית הראשון)

חמה - וואס איז א דלי - איז דא, פאר זיך. חמה איז מתבודד. חמה האט נישט וואס מישן זיך אריין אין איר. חמה איז פריי. אמנם אז ס'האט צו זיך miner aspects, אבער ס'האט נישט צו זיך די געהעריגע major aspects. עס ווענד זיך ווי שטארק דער מענטש וועט נוצן חמה.

חמה איז דא 6 מעלות אין מזל דלי. יעצט, יעדעס מאל די לבנה קומט אן 6 אין מאזנים שאפט עס א מבט שלישית. און יעדעס מאל לבנה קומט אן 6 אין עקרב שאפט עס א מבט רביעית. אבער יעדעס מאל. און קיינער שטערט נישט די השפעה.

דאס הייסט אז די בינה ודעת וביקוש מעלות גבוהות, די יופי והדר וגבורה, די אלע נאטורן פון חמה, שפילן זיך אויס אינגאנצן. ווען נוגה וואלט געווען א "נאנטער" פריינד וואס האלזט ארום חמה, א דיבוקמיט חמה, וואלט חמה זיך נישט אזוי אויסגעדרוקט. אבער דא, אזא מענטש, האט מער א ריינערע חמה נאטור.

און יעדע מאל נוגה שאפט א געוויסע מבט מיט חמה, נוגה האלט דאך אין איין ארומלויפן, איז יעדעס מאל עס שאפט א מבט מיט חמה, איז עס א שטערקערער ריינערער אויסדרוק, ווייל ס'האט נאר דעם השפעה. אבער מ'דארף געדענקען אז עס ווענד זיך וויפיל דער מענטש נוצט בכלל חמה. דא איז חמה איינס פאר די לעצטע.

יעצט, וואס וועט געשען ווען פלוטו וועט דערגרייכן חמה? דהיינו: ווען פלוטו וועט דערגרייכן 6 מעלות אין דלי? וועט חמה זיך גאר שטארק אויסדרוקן. און קיינער פון די ארומיגע פלאנטען וועלן עס שטערן. השי"ת זאל העלפן אז אלעס זאל אייביג דורכגיין בשלום.

דאס געט הסבר צו פארשידענע ערשיינונגען אין נפש.

חמה איז דא במבט שלישית צו אמצע השמים. דאס מיינט אז דער מענטש וועט זוכן צו דערגרייכן.

לאמיר גיין צו לבנה. לבנה דא איז 17 מעלות אין מזל גדי. לבנה אין מזל גדי, איז בבית שנאתו. דאס מיינט אז די נאטורן פון לבנה ביי דעם מענטש וויל נישט עכט עקזיסטירן. דער מענטש וויל נישט האבן געפילן און די אלע אנדערע נאטורן פון לבנה. ער וויל זיך ארויסנעמען פון עקזיסטענץ. כאדם המתקוטט עם עצמו. אזא מענטש לערנט אויס אנדערע "מ'דארף אקצעפטירן געפילן..."

לבנה איז בדיבוק מיט פלוטו. וואס מיינט עס? יעדעס מאל עס קומט אריין א שיחת הנפש, א מחשבת הנפש, וואס האט אין זיך חסרון הדעת, ארבעט עס שטערקער. סאו, די גיסטע טוישט זיך שנעלער און שטערקער. עס ווערט שטערקער ארויסגעברענגט. פחדים ווערן ארויסגעברענגט שטערקער. מיט מער force. שמחה און ניצוח ווערט ארויסגעברענגט שטערקער. די אלע נאטורן פון פלוטו. וואס זיי האבן בדרך נסיון פארשטאנען אז פלוטו האט אין זיך. אזוי ווי זיי האבן פארשטאנען בדרך נסיון וויאזוי די גוף ארבעט געזונט. וויבאלד געפילן האלטן זיך אין איין טוישן, איז דא דא שטארקע גיסטע טוישונגען.

פלוטו בדיבוק מיט לבנה, שאפט אזא "וואס גייט פאר מיט אים? ער האט שטארקע געפילן..."

די עצה איז אויסצולערנען וויאזוי צו לאזן די געפילן קומען און גיין, און נישט דוקא טון וואס ס'זאגט. עפעס אזוי. וויאזוי צו דילן מיט געפילן. #DBT.

לבנה איז דא אין די ערשטע הויז. (אבער כוכב און שבתאי און פלוטו אויך) דאס מיינט אז דער עיקר וויאזוי דער מענטש אינטעראקט מיט די וועלט איז דורך די נאטורן. אלעס פון די וועלט ווערט באנומען דורך די נאטורן. די ערשטע הויז ווייזט "אשר יש במחשבת האדם". עס ווייזט וואס דער מענטש טראכט, וואו זיין קאפ ליגט אלץ.

דער לבנה איז אויך בדיבוק מיט כוכב. א גדי'אישע כוכב . דאס מיינט אז די נאטורן פון כוכב לויפט לויט די נאטורן פון לבנה. און דאס זעלבע די נאטורן פון לבנה לויפט דורך די נאטורן פון כוכב. וויפיל געפיליש אזא מענטש איז, וויפיל לבנה ער ערלויבט זיך, וועט די נאטורן פון זיין כוכב לויפן לויט דעם. ער וועט רעדןמיט געפיל. און זיין הארץ וועט נישט אוועקלויפן אינגאנצן פון חכמה, פון לאגיק. און עס קומט נאך צו אז אט דער כוכב איז במבט שישית מיט נפטון. וואס דאס געט א פיינעם דמיון צום גאנצן זאך.

יעצט, דער לבנה איז במבט רביעית מיט יורנס. וואס מיינט עס? עס מיינט אז דער מענטש זוכט נישט קיין פרייהייט ווען ער באגייט זיך מיט לבנה'דיגע נאטורן. טאקע, ס'קען צומאל געבן אזא לאז אפ לבנה און לויפן צו פרייהייט. און זיך נישט רעכענען מיט געפיל. אבער ווען ס'איז אין געפיל, ווען ס'נוצט לבנה, וועט עס נישט אנטלויפן דערפון. וועט עס נישט זוכן פרייהייט. מיט דעם אלעם וואס ס'האט שטארקע געפילן.

יורנס איז במבט שלישיתצו מזל הצומח. דאס מיינט אז די וועג וויאזוי דער מענטש גייט זיך אום אין דער וועלט, איז דאס זוכן פרייהייט. עס זוכט די פרייהייט אין די וועלט. אבער נישט ווען עס זיצט אין געפיל.

נוגה איז במבט רביעית צו מזל הצומח. דאס מיינט אז אזא מענטש וועט נישטזוכן די 'נוגה'דיגע נקודות ווען עס קומט צו זוכן וואס צו טון אין די וועלט. אבער ווען עס קומט צו לבנה, צו געפילן, וועט עס יא זוכן פריינדשאפט מיט נוגה. ווייל לבנה איז במבט שישית עם נוגה) עס וועט רעדן געשמאק וכו'. אבער נישט ווען עס קומט צום סתם, זיך צו באגיין אין די וועלט. וועט עס דוקא נישט זוכן אהבה שחוק נדיבות וכו'.

חוץ מזה איז נוגה במבט רביעית מיט שבתאי. און שבתאי איז בדיבוק מיט מזל הצומח, מיט די נקודה העולה מן הארץ. אזא מענטש ערשיינט צוריקגעצויגן, און ווי ער שטארקט זיך צו באזיגן יעדעם, און גאנץ גערעגט. און שטיל פאר זיך. פאר'דאגה'ט. און פארטראכט. און ער "פארלאנגט" פרייהייט ווען עס קומט צו נוצן זיין שבתאי. ווייל שבתאי איז במבט שלישיתמיט יורנס.

ס'קען זיך מאכן אז דער זעלבער מענטש זאל פלוצלינג שמייכלן און מאכן ווערטליך, און אפילו טאנצן. ווייל ער גייט אריבער פון שבתאי צו נוגה.

אזא מענטש האט גאנץ א שטארקע תאווה. ווייל נוגה איז בדיבוק מיט מאדים. אבער דאס איז נאר ווען ער לאזט זיך אפ פון שבתאי. ווייל שבתאי איז במבט רביעית אויך מיט מאדים. דער אבן עזרא ברענגט אז נוגה איז מבטל די כעס פון מאדים. און מאדים איז אויך במבט רביעית מיט מזל הצומח. דאס מיינט אז ס'זוכט נישט די נקודות פון מעשה ווען עס קומט צו סתם.

מ'דארף אבער אויך האלטן קאפ אז צדק איז במבט שישית מיט שבתאי. און דאס דרייט איבער די נאטורן פון שבתאי צום גוטן. נאך דערצו ווען צדק איז אין די צענטע הויז, אזוי ווי דא ביי אונז.

אבער צדק איז במבט רביעית מיט לבנה און פלוטו. דאס מיינט אז כדי צו נוצן צדק, מוז ער זיך אפלאזן פאר א רגע פון לבנה ודעימיה. אין זיין לבנה עקזיסטירט נישט קיין צדק [בטבע]. ער דארף ארבעטן אויף אמונה. בעסער געזאגט: זיך קאנעקטן צו צדק.

אזא זיבענער מיט א זעקסער פליגל. והשם הטוב עוזר ויעזור
אטעטשמענטס
zurech.pdf
(130.73 KiB) געווארן דאונלאודעד 36 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיט די חכמה פון כוכבים ומזלות קענען מיר קלערן געוויסע ערקלערונגען אין געוויסע ערשיינונגען וואס קומען פאר.

לאמיר אביסל רעדן פון Synastry charts. איך רעד פון פרובירן עס צו אפלערנען לויט'ן אבן עזרא. איך רעד נישט פון ליינען וואס זיי האבן צו זאגן, וואס דאס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך. איך גיי נישט דא אריין אין דעם.

סינעסטרי מיינט וויאזוי די אופן וויאזוי מיינע מזלות זענען געשטאנען, איז ביחס צו וויאזוי יענעמ'ס מזלות זענען געשטאנען. צום ביישפיהל ווען מיין לבנה איז פופצן מעלות אין מזל סרטן, און זיין לבנה איז פופצן אין מזל גדי, איז מיין לבנה במבט נוכח צו זיין לבנה. און ס'פילט זיך טאקע אזוי שטייענדיג נעבן יענעם. ווען מיין חמה איז במבט שישית צו יענעמ'ס נוגה האט מיך יענער ליב און איך ווייס נישט פארוואס. למה זה מצאתי חן בעיניך? השי"ת האט געוואלט אז ער זאל מיך ליב האבן.

Synastry Charts מיינט אויך ווען צוויי מענטשן קומען זיך צאם און האבן א רילעשאנשיפ, אדער צוויי מענטשן וואס טרעפן זיך נאר צאם און זיי האבן זיך ליב אדער פיינט.

ס'געט אסאך ענטפערס צו פארשידענע געפילן וואס מענטשן פילן ווען זיי אינטעראקטן איינער מיט'ן צווייטן. מזלות איז די וועג וויאזוי דער הייליגער גוטער באשעפער פירט זיין וועלט, פלאי פלאים. ויודו שמים פלאך ה'. יעדער מענטש ווערט געבוירן אין איין געוויסע רגע, וואס יענע מזל פון יענע רגע טוט אנטשיידן בלי מספר כחול הים, וויאזוי זיינע יחסים מיט אומצאליגע מענטשן קענען אלץ לויפן. קען א מענטשליכע מוח דאס אויסרעכענען. מ'רעדט פון יעדע רגע מיט יעדע מענטש וואס מ'גייט טרעפן. דאס איז דעזיגנירט מיט א כוונה מיוחדת פון פאראויס. גארנישט לויפט נישט ארויס פון חשבון. גארנישט! וואו מ'לויפט, לויפט מען אלעמאל אריין אין א געוויסע חשבון, לויט די וועג וואו מ'איז געלאפן. אבער אין א חשבון בלייבט מען. הפלא ופלא.

לאמיר נעמען א טאטע מיט א קינד. און לאמיר פארשטיין וויאזוי זייערע אינטעראקשענס לויפן. און מ'דארף געדענקען אז מיר גלייבן דאך אז פונקט אזוי ווי דער אויג פון א מענטש און אזוי נאך און נאך זאכן, איז אויסגערעכנט אויפן האר, אזוי איז אויך אויסגערעכנט אויפן האר די רגע ווען א קינד זאל געבוירן ווערן. הקב"ה מאכט נישט קיין טעות. ער קען אבער יא אויסשטעלן זאכן לויט די טעותים וואס מענטשן האבן געמאכט, כדי זיי צו פאררעכטן און שטעלן אויפן ריכטיגן פלאץ פאר די טובה פון די מענטשהייט. אבער ער ווייסט וואס ער טוט. ווען א קינד ווערט געבוירן ווייסט ער פונקטליך וואס עס ערווארט. מ'דארף אבער יא מתפלל זיין און בעטן אז דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז דאס קינד זאל געבוירן ווערן אין א גוטע מזל כידוע.

טייערע ליינער, צי וואלט השי"ת נישט געקענט אויסשטעלן אז א קינד זאל געבוירן ווערן אין אזא מינוט וואו ער וועט זיך פארשטיין מיט'ן טאטען אויף א גאר נאנטן אופן? ווער אזוי גוט ווי דער אייבערשטער קען אויסשטעלן זאכן? ווער האט אויסגעשטעלט די גוף פון א מענטש אויף אזא וואונדערליכן אופן, ווער?

וואלט א קינד געבוירן אין א מזל וואו ער פארשטייט זיך מיט'ן טאטע אפילו א האר מער ווי ער פארשטייט זיך יעצט וויאזוי ער איז יעצט, וואלטן דאך זאכן געלאפן גאר גאר אנדערש. אז מ'באנעמט וואס דאס מיינט ווען מ'פארשטייט זיך. נאר אלעס איז אויסגערעכנט.

ווען א קינד וואלט זיך פארשטאנען מיט זיין טאט'ן גאר נאנט, וואלט נישט אריינגעקומען אינעם טאטן [אדער מאמען] אזויפיל אומריכטיגע קריטיק אויפן קינד. זאכן וואלטן געפארן סך לייכטער און גלאטיגער. דאס קינד וואלט נישט צופיל געפילט א ווידערשטאנד צום טאטנ'ס ערליכקייט. דער טאטע וואלט קיינמאל נישט קריטיקירט דעם קינדס ווילדקייט. ווייל ער וואלט עס פארשטאנען.

די ווארט 'טבע' מיינט נישט אז ס'איז אן א חשבון. אלעס וואס השי"ת טוט, אלעס מוז האבן א חשבון. מיט פיש און מיט שפינען און דאס גלייכן, קען דער אייבערשטער מאכן א טבע וואס זאל אויסזעהן ווי "אן א חשבון, אבי געמאכט". אבער עכט, איז מעגליך אז ס'איז אבי? ווען איז די רגע וואס תנועה'ט אז ס'זאל ווערן דעם 'צופאל'? אז ביז א געוויסע פונקט איז אלעס געווען אויסגערעכנט מיט א חשבון, און ווען געשעט די צופאל?

אבער ביי א מענטש איז זיכער אז ס'לויפט מיט א חשבון. ווייל פונקט אזוי ווי א גאר קלוגער בוי מייסטער וועט זיכער מאכן אז ס'צעפאלט אים נישט זיין טייערע בנין מיט א אומריכטיגן געבוי וואס קען עס צעווארפן. און א מענטש וואס איז נישט אויפן האר ממש געשטעלט אינעם ריכטיגסטן מזל, קען מאכן א חורבן אין די וועלט און ארומרוקן גאר וויכטיגע יסודות. און ס'קען דען זיין אז השי"ת זאל צולאזן אז א מענטש זאל געבוירן ווערן אן א חשבון? נאר, אלץ איז מען אין א חשבון.

ווי מער מ'זעט ווי פונקטליך די וועלט מוז לויפן אז ס'זאל בכלל קענען זיין א וועלט, מוז מען צוקומען אז א מענטש האט זיכער א חשבון פונקטליך. און אפילו א געבורט וואס געשעט פרי, ווייל מ'האט דאס צוגעאיילט, איז אויך אויסגערעכנט. ווייל דער וואס האט באשלאסן צו מאכן דעם באשלוס צו מאכן אז דאס קינד זאל געבוירן ווערן פריער, איז אויך אונטער א מזל פון פאראויס! פארקערט, דאס איז א ראי' אז אלעס לויפט מיט א חשבון. און א מענטש קען נאר טון וואס מ'ערלויבט פון הימעל.

מיך וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען א Synastry chart צווישן טאטע מיט'ן קינד, אדער מאמע מיט'ן קינד, און ס'זאל אלעס זיין גוטע אספעקטן צווישן זיי ביידע. דאס וואלט מיר געווען א חידוש. ווייל פול מאל זעה איך דאס פארקערטע, און איך וואונדער מיך "רבש"ע הייליגער באשעפער פארוואס? צי זעסטו נישט וואס דא גייט געשען? צי זעסטו נישט אז זיי גייען זיך אזויפיל דארפן אויסרייבן, טאטע..." אבער השי"ת ווייסט בעסער. און לאמיר חזר'ן "פון הימעל געשעט נישט א טעות".

דער זעלבער באשעפער וואס האט באשאפן א אויג און אלע אברים אז זיי זאלן לויפן מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט, האט אויך באשאפן די מזלות פון א טאטע מיט א קינד, מיט א כוונה מיוחדת. און ניין, נישט ווייל ער האט נישט געהאט א ברירה, ער האט שוין נישט פארנומען - כביכול - אזויפיל חשבון, האט עס געמוזט מיטגיין. נישטא אזאנס. השי"ת איז נישט א מענטש וואס קען נאר אויסרעכענען ביז א געוויסע גבול, און נאכדעם כאפט ער צאם דאס איבעריגע וואס איז שוין צו שווער, צו קאמפליצירט צו מאכן שטומען, און "האסטו". ניין. אלעס איז מיט די זעלבע רואיגע פונקטליכע חשבון.

ס'איז דא אסאך מאל ווען דעם טאטנס כוכב איז פונקט אקעגן איבער דעם קינדס חמה. און דאס קען אפשר מאכן אז דער טאטע זאל זיך אלעמאל קריגן מיט דאס בינה ודעת יופי וגבורה וביקוש מעלות גבוהות פונעם קינד און דאס קריטיקירן. אפילו אויב ער זאגט עס נישט ארויס, איז אבער זיין אדיטוד דאס. ווייל אפילו אויב דאס קינד טוט גארנישט, סתם אזוי קומט די כוכב פונעם טאט'ן און זאגט "קריטיקיר". כשני אדם נלחמים זה עם זה בחזקה. און דאס קינד? דאס קינד וועט אויך וועלן קריטיקירן זיין טאטע.

האט וועגן דעם השי"ת געהייסן: כבד את אביך ואת אמיך? ווייל ער האט געוואוסט די שוועריגקייטן פון זיך פארטראגן? האט וועגן דעם שלמה המלך געזאגט אין משלי: חנוך לנער על פי דרכו? וועגן די טבעיים וואס קענען זיין אזוי שווער צו צאמשטעלן.

די זעלבע ווען מאדים איז קעגן מאדים. וועט יעדער קריטיקירן דעם אנדערנס וועג פון טון זאכן. אבער, צי האט השי"ת דאס באשאפן מיט כוונה, טאקע ווייל ער וויל אז מ'זאל קריטיקירין און מחנך זיין א קינד. וואלט מען זיך אינגאנצן פארשטאנען, וואלט געווען חינוך?

ווען לבנה איז קעגן לבנה קען אויך געשען אז איינער זוכט דעם אנדערן צו אונטערדריקן. אונטערדריקן יענעמס וועג פון פילן, פון שיחת הנפש. וכו'.

וואס געשעט ווען א מענטש טרעפט איינעם וואס זיין נוגה איז פונקט במבט שלישית מיט יענעמ'ס נוגה? דאס קען זיין א ערקלערונג פאר ליבשאפט צווישן צוויי מענטשן. וואס געשעט ווען א מענטש טרעפט איינעם וואס זיין מזל הצומח איז פונקט דארט ווי זיי נוגה איז? ליבשאפט. אבער פארוואס האב איך יענעם אזוי ליב, פארוואס?

ווייל די מזלות!

איך גיי נאכנישט זאגן אז אייביג איז דאס די תירוץ, אבער יא אז דאס קען זיין א תירוץ אויף אזויפיל געפילן וואס האבן נישט קיין אנדערע הסבר נאר דאס. און ווען מ'קוקט דאס נאך, זעט מען אז אזוי איז עס טאקע. דערפאר האב איך יענעם ליב, און דערפאר קען איך יענעם און יענעם נישט פארטראגן. און ווער טוט עס? השי"ת אליין! ער מאכט אז דעם זאלסטו ליב האבן, און דעם זאלסטו דארפן ארבעטן צו ליב האבן. און אזוי ווייטער. דעם זאלסטו היינט ליב האבן, און מארגן פיינט האבן, און א פאר וואכן שפעטער צוריק ליב האבן. עס איז דא איינער וואס פירט די וועלט מיט א חשבון.

לויט די מזלות קען זיך מאכן אז מיר זאלן קריטיקירן איינעם, און יענער האט באמת גארנישט געטון. ס'איז פאלש! ס'קומט סתם ווייל דיין צדק איז אקעגן יענעמ'ס צדק. און דערפאר האלטסטו אז נישט דאס איז די וועג צו זיין ערליך, נישט דאס איז די וועג וויאזוי מ'האט אמונה.

ס'דא זייער אסך מאל ווען קינדער האבן טענות אויף די טאטע מאמע, און ס'איז נאר ווייל דיינע מזלות שטייען פונקט אזוי במבט שנאה צו זיי. און דאס אלעס.

די Synastry חשבונות, זענען טיפערע חשבונות. ס'איז נישט אייביג וואס מ'זעט.

וואס געשעט ווען דעם טאטנס כוכב איז במבט רביעית מיט די לבנה פונעם קינד? "וואס ביסטו פארנומען מיט נארישע שטותים וואס איז פול מיט חסרון הדעת? קענסט מיר זאגן, פארוואס רעדסטו נאריש? וואקס שוין אויס, ווער שוין קלוג". און דאס קינד פילט אז זיין טאטע האט אים נישט ליב. סאיז נישט אמת. דיין טאטע האט דיך ליב. ס'איז נאר ווייל דו זעסט וויאזוי ער וויל זיין לאגיש און נישט אקצעפטירן דיין שיחת הנפש, דיינע געפילן.

אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.

וואס קען מען זיך ארויסלערנען דערפון? די קאמפלעקסיטי פון די יחסים צווישן מענטשן.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5440
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »



הפלא ופלא!
סתם א לייק איז נישט גענוג.
יעצט קען מען אריין גיין מער באריכות מיט דוגמאות?
למשל נעמען די פריערדיגע נאטאל טשארטס, און זען ווער וועט יא/נישט קליקן מיט וועם וכדו'.

יישר כח פארן שרייבן דא כסדר.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אונטן האב איך אטעטשט א 'סינעסטרי גריד'. דאונלאוד עס, וועסטו פארשטיין פון וואס איך רעד.

ווען מיר קוקן אריין אין די 'סינעסטרי גריד' וואס איך אטעטש דא, קענען מיר זען אז ס'איז דא פלאנעטן וואס זענען במבט שלישית (טרייענגל). סאיז דא במבט שישית (א סטאר). ס'איז דא וואס זענען בחיבור (איין קליינע באלי). און ס'איז דא במבט רביעית (א באקס). און ס'איז דא נוכח (צוויי קליינע באליס).

מיין ביישפיהל איז פון צוויי מענטשן וואס שמועסן זיך צונויף, און נישט פון מאן און ווייב.

אין יעדע יחס קען זיך מאכן א געפיל פון מבט רביעית, ווען ביידע פילן "מיין וועג איז ענדערש די וועג צו גיין". און א געפיל פון מבט נוכח, ווען ביידע פילן "איך שלאג מיך דירעקט מיט די וועג וויאזוי דו גייסט, איך וויל עס טוישן" און א געפיל פון מבט שלישית, "די וועג וויאזוי איך וויל גיין, איז די זעלבע וועג וויאזוי דו ווילסט גיין". און פון מבט שישית, "איך וויל מיך פארטראגן מיט די וועג וויאזוי דו גייסט". און פון התדבקות "מיר גייען ממש אינאיינעם".

אין א יחס האלט אין איין ארויפקומען געוויסע אנדערע כוחות. סיי ביים אויבערשטן, דער וועם זיינע פלאנעטן זענען אויסגעשטעלט אויבן, וועם מיר וועלן רופן 'אברהם', און סיי ביים זייטיגן וואס מיר וועלן רופן 'זונדל'.

לאמיר זאגן אז א שמועס הייבט זיך אן ווען זונדל, דער 'זייטיגער', ברענגט ארויף לבנה'אישע געשפרעכן. "רוב מחשבת ושיחת הנפש עם חסרון הדעת. רוב פחד ותמימות הלב".

יעצט, נישט אלעס אין אברהם, דער 'אויבערשטער', איז אינגאנצן מסכים צו די סארט דיעות. ווייל סיי זיין 'חמה' און סיי זיין 'מאדים' און ווי אויך זיין 'מזל הצומח' פילט אז ס'איז ענדערש צו אדער מער נוצן בינה ודעת, אדער מער טון צום זאך. ווי איידער אזעלכע סארט לבנה'אישע דיעות. סאו ווען זונדל שמועסט מיט אברהם אזעלכע סארט שמועסן, קען ער פילן ביי זיך אז אברהם וויל ענדערש לויפן ווי הערן: "ביסט ברוגז אויף וואס איך זאג?"

אבער נישט אלעס אין אים איז נישטמסכים דערצו. ווייל זיין צדק פילט יאגוט דערמיט. מצד זיין 'צדק' פילט ער אז ממש דאס איז ער.

סאו, עס ווענד זיך יעצט וועלכע כוח איז יעצט דאס שטערקסע ביי אברהם. אויב צדק איז וואס נוצט זיך יעצט ביי אים, דאן וועט דער שמועס ווייטער פארזעצן מיט אהבה. "דיינע שמועסן מאכן מיר זיין א בעסערע מענטש". אבער אויב די שמועס וועקט אויף חמה אדער מאדים, דאן וועט ווערן א קאנפליקט.

דאס איז ווען זונדל רעדט לבנה'איש.

אבער, ווען אברהם, דער 'אויבערשטער' הייבט אן רעדן לבנה'איש, איז זונדל, דער 'זייטיגער' זייער מסכים דערצו. ווייל זיין כוכב איז במבט שישית, און דאס וועקט אויף זיין כוכב. און דאס וועקט אויף זיין נוגה וואס איז בהתדבקות. און ווי אויך זיין צדק. און זיין מזל הצומח. ער פילט ביי זיך "ס'איז געשמאק און קלוג צו רעדן אזוי. ס'מאכט מיך פילן גוט".

ווען אברהם וועט אנהייבן רעדן פון 'טון צם זאך' דהיינו: מאדים, וועט ווי געשמועסט זונדל'ס לבנה נישט מסכים זיין דערצו. (מבט רביעית צווישן אברהמ'ס מאדים און זונדל'ס לבנה). "בארואיג דיר..." אבער זיין כוכב, און זיין מזל הצומח, יא. (מבט שלישית צווישן מאדים און כוכב. און מבט שישית צווישן מאדים און מזל הצומח) סאו, עס ווענד זיך וואס עס צינד אן ביי זונדל'ן.

קומט אויס פון דעם אז ווען אברהם רעדט פון טון, איז די בעסטע ווען ער אפעלירט צו זונדל'ס כוכב, און צו זיין מזל הצומח. קען זיין אז אברהם האט זיך 'אינטואיטיוו' אויסגעלערנט אז ווען איך רעד אזוי און אזוי מאך איך אים טון צום זאך.

אבער ווען זונדל רעדט פון טון, דאן וועט זיך אברהם שלאגן מיט אים בחזקה מצד זיין כוכב. "טון זאכן וואס האט נישט קיין לאגיק?". ווייל זונדלס מאדים איז נוכח אברהמ'ס כוכב. "לויף נישט, וואו שפרינגסטו, טראכט פאר דעם..."

ס'איז אפשר נישט נעגעטיוו, ווייל אפשר האט זונדל ליב אז אברהם מאכט אים טראכטן פארן טון.

ווען ביידע רעדן עניני צדק. אועקלויפן פון רע, ליב האבן טוב, זיך ליב האבן ווייל מ'דארף זיין בשלום, אהבת האמת. אדער צו וויסן וואס צו טון ריכטיג. אויב צדק איז וואס פירט שטארק דעם שמועס, און צדק איז וועקט זיך אויף ביי ביידע. דאן פירט זיך די שמועס זייער גוט. ווייל ביידע'נס צדק איז מקושר צו ביידנס לבנה'ס. לבנה איז רוב מחשבת ושיחת הנפש.

ווען אברהם וועט רעדן א נוגה'דיגע שמועס, "איך האב דאס ליב, איך האב יענץ ליב, עניני שמחה ושחוק, וכו'" איז זונדל נישט אינגאנצן מסכים דערצו, ווייל זיין חמה איז במבט רביעית צו אברהמ'ס נוגה. "ענדערש ווי ארומלאכן, דארף מען נעמען דאס לעבן מיט מער דעת..." אבער עס ווענד זיך צי דער שמועס האט אין זיך ענינים וואס וועקן אויף די חמה פון זונדלן.

אויב עס וועקט נישט אויף די חמה פון זונדלן, און נאר די נוגה זיינע, אדער אפילו אויך צדק. דאן פארט עס מיט א געוואלדיגע אהבה. זונדל פילט "ווען איך שמועס אזא שמועס מיט אברהם, פיל איך מיך ווי א צדיק..." ווייל ס'איז דא א מבט שלישית צווישן ביידע נוגה'ס. און ביידע פארשטייען צום זעלבן ווערטל. ביידע לאכן פון די זעלבע זאכן.

ווען אברהם וועט רעדן עניני חכמה, ריין חכמה, וועקט עס אויף ביי זונדלן אזא "זיי נישט אזוי ערנסט, מאך א ווערטל אויך..." ווייל זיין נוגה איז במבט נוכח מיט אברהמ'ס כוכב. אבער ס'מוז נישט זיין נעגעטיוו אזא מלחמה, ווייל קען זיין אז אברהם זוכט אז איינער זאל אים אביסל פרייליך מאכן, און זונדל זוכט אז איינער זאל אים מאכן קלוגער.

אויב די שמועס האט אין זיך בלויז עניני שבתאי, פארט עס א מחי'. ביידע רעגן זיך אויף די וועלט, און ביידע זארגן זיך צוזאמען. וכו'. ווייל שבתאי איז במבט שישית איינער צום אנדערן. יעדעמ'ס שבתאי פילט: איך וויל לויפן לויט דיין שבתאי.

אויב אברהם נעמט זיך שמועסן יורנס. "איך דארף טויש!" דאן וועט זונדל האלטן אז מ'דארף ענדערש גיין מיט נוגה.

ווען אברהם נעמט זיך רעדן פלוטו'דיג. יכולת'דיג. קריכט זונדל אריין אין כוכב. און האלט אז "ניין, מ'דארף ענדערש טראכטן.

בקיצור, עס ווענד זיך וואס פאר א נקודה ביידע פון זיי פילן אז א געוויסע שמועס האט אויפגעוועקט. ווילאנג ביידע האלטן אז די רעדע דא איז פון שבתאי, אדער צדק, אדער ריין נוגה, אבער נישט חמה. פארט עס גוט.

אבער ווען אברהם הייבט אן פילן אז זונדל רעדט יעצט סתם 'שיחת הנפש', קען זיין חמה, אדער מאדים, עס וועלן אוועקפירן צו זיין ריכטונג.

ביידע מזל הצומח'ס זענען במבט שלישית. מזל הצומח איז גאנץ א שטארקע פאקטאר ווען ס'קומט צו יחסים. ווייל סוף סוף איז דאס די וועג וויאזוי ביידע באגייען זיך צום וועלט.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אטעטשמענטס
סינעסטרי גריד א.pdf
(58.2 KiB) געווארן דאונלאודעד 30 מאל
אוועטאר
קריספי חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:13 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קריספי חלה »

איז דא ערגעץ אודיאו שיעורים אין דעם ענין?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מבט רביעיתמיינט ווען ס'איז דא ניינציג מעלות צווישן צוויי פלאנעטן. (זעקס מעלות פאר דעם און זעקס נאכדעם ווערט נאך גערעכנט פאר א מבט, אזוי "פסק'נט" דער אבן עזרא)

ווען מיר זעען א 'מבט רביעית' אויף א נאטאל טשארט, וויאזוי דארפן מיר דאס זעהן אויף א מענטש? וויאזוי שפילט זיך דאס אויס אין די נפש פון א מענטש?

איך קלער יעצט אזוי.

ביי דעם נאטאל טשארט וואס איך אטעטש דא, האט דער מענטש א מבט רביעיתצווישן 'לבנה' און 'שבתאי'.

(מ'דארף אבער אויך געדענקען אז דער לבנה פון וואס מיר רעדן דא איז במבט שלישיתמיט מאדים. און דער שבתאי פון מיר רעדן דא איז במבט שלישיתמיט צדק. סאו רעכן אויס, אויף למעשה, וויפיל לבנה איז עס? און וויפיל שבתאי איז עס?)

וואס מיינט עס? וויאזוי שפילט זיך אויס אויפן מענטש?

דער אבן עזרא שרייבט " מבט רביעית כשני אנשים כל אחד מבקש שררה לעצמו". קומט אויס אז יעדעס מאל ווען דער מענטש עקספיריענסד 'לבנה', ער עקספיריענס זיין 'נפש', געפילן, שיחת הנפש, וואס איז דא אין ' מזל עקרב'. וועט ער נישט פארגעסן די כוח פון 'שבתאי'.

למשל

ער וועט שמועסן מיט איינעם א נפשיות'דיגער שמועס, אבער ער וועט פילן אין זיך אז ער קען זיך אינמיטן שמועס אפהאקן און אפזונדערן פון די מענטשהייט ארום און ארום. (ביי אונזער פאל, וועט ער זיך, נישט צו ווייט אפזונדערן, ווייל שבתאי איז במבט שלישיתמיט צדק. צדק איז א פריינטליכער פלאנעט.)

ווען לבנה איז במבט שלישיתמיט שבתאי, וועט דער עצם אופן פון אזא שמועס, פון גילוי הלב, לויפן שבתאי'דיג. ס'וועט האבן אין זיך די שבתאי'דיגער נאטור. אזא סארט צוריקגעהאלטנקייט וואס איז אריינגעמיש.

אבער אזא פאל ווי דא, וועט זיין לבנה נישטהאבן אין זיך שבתאי'דיגע נאטורן. אבער דער מענטש וועט יא כאילו האלטן קאפ אז "איך האב שבתאי עוועליבל , און איך וועל עס נוצן ווען עס וועט מיר אויספעלן". צום ביישפיהל: ער פילט אז אינמיטן די שמועס פעלט שוין אויס אריבערצוסוויטשן צו שבתאי. און ער וועט געבן אזא ציה צוריק. אריינגעזינקען אין זיינע מחשבות, אפגעלאזט די שמועס.

דאס וועט נישטגעשען ביי איינעם וואס זיין לבנה איז במבט שלישית או שישית או דיבוק מיט שבתאי.

די שבתאי ביי אזא מענטש ווי דא ווערט גענוצט שטערקער, ווייל ס'איז נישט געמישט מיט לבנה. א פלאנעט וואס איז נישט געמישט, דרוקט זיך אויס שטערקער, מער ארגינאל.

ווען צדק איז במבט שלישיתמיט נוגה, וועט דער צדק זיין געמישטמיט נוגה. אבער אויב צדק איז במבט רביעיתמיט נוגה, ווען דער מענטש וועט פילן אז נוגה'ס געלעגנהייט איז געקומען, וועט דער מענטש געבן אזא נוץ נוגה מיט'ן גאנצן געשמאק אירע. א ווערטל מיט'ן גאנצן געשמאק.

אדער וועט דער מענטש, אפילו ווען ער וועט צדק'ן, וועט ער אויך נישט פארגעסן אז מ'קען אויך נוצן אמאל אמאל א נוגה'דיגע נאטור. אבער אויב ביידע זענען צאמגעמישט, לויפט נישט דער נפש אז "איך קען אויך נוצן יענץ". ווייל ער נוצט עס אגאנצן צייט.

די חמה-נוגה דא ביי אונז איז במבט רביעיתמיט שבתאי. איז ווייטער די זעלבע זאך. אזא מענטש, אמת טאקע אז ווען ער נוצט 'חב"ד' וועט ער נישט נוצן גארנישט פון שבתאי. ווייל נאר זיין חב"ד וויל יעצט אפערירן. אבער ער וועט יא קענען געבן אזא לאז אפ דאס גאנצע לאגיק, און דיבור, און קאמוניקאציע, און ביקוש מעלות גבוהות. און געבן אזא ציה אריין צו שבתאי ווען ער פילט אז "יעצט דארף מען נוצן שבתאי"

ער וועט פלוצים ווערן אזוי שבתאי'דיג גערעגט. אדער ווערן פארהוילן אין זיינע געדאנקען צו דערגיין עבודת השם. אדער וועט שבתאי ווערן גענוצט אין די זעלבע צייט, אבער ביי עפעס א אנדערע נושא, און מיט די גאנצע כוח.

אבער ווען חמה איז במבט שלישיתמיט שבתאי, וועט אזוי נישט געשען. אזא מענטש וועט נאר זיין צאמגעגאסןמיט שבתאי.

די צדקדא ביי אונזער משל איז במבט רביעית מיט מאדים. איז ווייטער די זעלבע זאך. אויף אזא מענטש ווייסט מען אז אפילו ווען ער צדק'ט וועט זיך אים כאילו האלטן קאפ אויף מאדים.

"א גוטער מענטש, אבער ער קען זיך אויפרעגן. ווען ער איז וואויל איז ער א מחי', זעסט גארנישט אויף אים נאר ביקוש האמת, און ביקוש השלום. אבער ווען ער רעגט זיך, אדער נעמט זיך טון זאכן ענערגיש, אדער וויל געווינען איינעם, די אלע נאטורן פון מאדים. וואס איז גראדע דא ביי אונז 'וואסעריג' ווייל ס'איז אין דגים. און עס איז אין די בית השתים עשר, איז ער נישט צום דערקענען"

אבער לאמיר נישט פארגעסן אז 'כעס' אדער 'ענערגיע' ביי אזא מענטש איז דאך לבנה'דיג. ווייל מאדים איז במבט שלישית מיט לבנה.

אויך זעט מען א מבט רביעית צווישן לבנה און נפטון. איז פארשטייט זיך אז ווען דער מענטש וועט נוצן 'לבנה', וועט ער נישטנוצן די נאטורן פון נפטון. אבער ער וועט יא אויך האלטן קאפ אויף נפטון.

צום ביישפיהל

צום ביישפיהל: ער וועט אינמיטן רעדן שיחת הנפש ותמימת הלב, אויך האלטן קאפ אויף פארשידענע דמיונות, קריעטיוויטעטן, וואלקענעס. ווייל מבט רביעית מיינט אז ווען דו נוצט איין כוח פון די ביידע כוחות, וויל דער אנדערער כוח ענדערש האבן די שררה. ער שמועסט שיחת הנפש, אבער נפטון זוכט אגאנצן צייט אויך ארבעט, נפטון וויל געוועלטיגן, כאטש וואו.

לאמיר גיין צו נוגה.

מיר זעען דא א מבט רביעיתצווישן נוגהאון מאדים. וואס מיינט עס?

ער שמועסט שיין רואיג ליבליך מיט איינעם, אבער רעגט זיך אין די בעקראונד אויף עפעס. ער שמועסט רואיג, ווייל אין א געוויסע נקודה, נוצט ער יעצט נוגה אבער נישט מאדים. אבער מאדים זוכט א געלעגנהייט איבערצונעמען קאנטראל. און ווען מאדים נעמט איבער, איז עס ווי מער. אמנם דא איז עס אין דגים. און ווי שטארק קען זיך דען מאדים אויסדרוקן ווען עס איז אין דגים.

ווען מיר באגעגענען א מענטש וואס מ'זעט אויף אים אז זאכן ארבעטן ביי אים אין די בעקראונד, אנדערש ווי דאהי. וואס איז עס? גאנץ מעגליך מבטי שנאה.

דער מענטש דא האט אין זיך צוויי קבוצות. צוויי רעגימענטן.

לבנה, מאדים, יורנס, כוכב, חמה. ארבעטן צוזאמען. ווייל לבנה איז במבט שלישית מיט מאדים, מאדים איז בדיבוק מיט יורנס, און יורנס איז במבט שישית מיט כוכב און חמה. (כוכב און חמה זענען גאר נאנט.)

אז מ'נעמט דאס צאם אויף איינמאל, איז דאס א גאנץ א ענערגישער אבער געפילישער בינה ודעת.

די צווייטע קבוצה איז: צדק, פלוטו, וואס זיי זענען במבט נוכח צו נוגה. צדק איז במבט שישית צו נפטון, נפטון איז במבט שלישית צו נוגה. נוגה איז במבט שישית צו שבתאי, שבתאי איז במבט שלישית צו צדק.

פאוערפול, אבער א גוטע נאטור. ווייל שבתאי איז במבט שלישית מיט צדק.

אויף אזא מענטש ווי דער נאטאל טשארט וואלט איך געזאגט אזוי: ער איז זייער געפיליש, און זיינע געפילישע שמועסן זענען גאנץ ענערגיש (לבנה במבט שלישית מאדים, פלאס מאדים בדיבוק עם יורנס). און ער זוכט גאנץ power און שליטה. (פלוטו בבית העשירי)

מער מאל וועט ער זוכן שלום, און רעדן אמת (צדק). אבער ער קען אויך ענדערש אביסל ארויסקאלירן און מאכן א ווערטל. ווייל נוגה איז במבט נוכח מיט צדק. אבער ער איז אביסל איינגעהאלטן ווען עס קומט צו רעדן מיט ליבשאפט צו מענטשן, ווייל זיין נוגה איז דאך במבט שישית מיט שבתאי. אבער נישט צו סך, ווייל דער זעלבער שבתאי איז במבט שלישית מיט צדק.

זייער א קלוגע מענטש (ווייל כוכב איז ווייניגער ווי זיבעצן חלקים נעבן חמה) וואס טראכט אסאך פון מאכן געלט, און האט ווארשיינליך אין באנק. (ווייל זיין חמה וכוכב זענען בבית השני.)

וויאזוי זעט זיך אזא נפש? וואס דארף איך מיך פארשטעלן? איך רעד טעארעטיש. אז מיר זעען א אנדערע מציאות, דארף מען פארשטיין פארוואס.

עס ווענד זיך וועלכע כוחות עס ארבעטן יעצט. אויב חב"ד ארבעט יעצט שטארק, וועט דער מענטש נישט דוקא פרובירן צו זיין צו וואויל און נייס, און געשמאק, און פאזיטיוו. ווייל 'חמה וכוכב' איז במבט שישית צו יורנס, און יורנס איז בדיבוק צו מאדים. מאדים איז מער א גערעגטע פלאנעט. הגם ס'איז א וואסעריגע מאדים, און עס איז אין די צוועלפטע הויז, כאדם בבית האסורים, אבער דאך מאדים.

אבער געפיליש וועט ער זיין. ווייל לבנה איז במבט שלישית צו מאדים. (אבער די לבנה אליין איז אין עקרב, סאו, א גערעגטע לבנה פאר זיך) און זיין מזל הצומח איז אין דגים.

אבער אויב צדק איז וואס ארבעט דא. וועט ער זיין זייער וואויל. ווייל אפילו שבתאי וואס מאכט אז א מענטש זאל עקטן סנאביש, איז במבט שלישית מיט צדק.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין שום מכשול מתחת ידינו
אטעטשמענטס
astrology ivelt.pdf
(163.95 KiB) געווארן דאונלאודעד 21 מאל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קריספי חלה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:57 pm
איז דא ערגעץ אודיאו שיעורים אין דעם ענין?
איך ווייס נישט דערפון.

אז איך רעד שוין.

דער אבן עזרא שרייבט אין זיין ספר 'ראשית חכמה' אויף דעם חכמה. אז עס ווענד זיך צי א פלאנעט איז אין זיין הויז, ביתו, וואס דאן האט עס אנדערע "דינים ומשפטים". אדער בית שנאתו, וואס דאן פילט דער השפעה אז ס'וויל נישט עקזעסטירן כמו שהוא. און עס איז ווייניגער מזיק. אדער בבית כבודו. אדער בית קלונו.

שבתאי: ביתו גדי ודלי. בית שנאתו סרטן ואריה. כבודו מאזנים. קלונו טלה.

צדק: ביתו קשת ודגים. בית שנאתו תאומים ובתולה. כבודו סרטן. קלונו גדי.

מאדים: ביתו טלה ועקרב. בית שנאתו שור ומאזנים. כבודו גדי. קלונו סרטן.

חמה: ביתו אריה. בית שנאתו דלי. כבודו טלה. קלונו מאזנים.

נוגה: ביתו שור ומאזנים. בית שנאתו טלה ועקרב. כבודו דגים. קלונו בתולה.

כוכב חמה: ביתו תאומים ובתולה. בית שנאתו קשת ודגים. כבודו בתולה. קלונו דגים.

לבנה: ביתו סרטן. בית שנאתו גדי. כבודו שור. קלונו עקרב.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

איינער ווייסט אויב ס'איז די ערגעץ ברייטערע שיעורים איבער די נושא?
נשמה טוט גאר א גוטע ארבעט אבער ס'פעלט מיך נאך אסאך אינפארמעישאן צו קענען פארשטיין אלעס וואס ער זאגט, איך דארף קענען די יסודות פון די מזלות
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
Rabbi Chaim
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

נשמה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 7:05 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
דו ביסט א אלול?
ניין, איך בין ניסן.
הו, הו.
וואס איז? י"ד ניסן April 10
בס"ד
לאמיר דא אביסל שרייבן וועגן חודש ניסן. טלה. יסוד האש.

די זאך איז אז איך קען כמעט נישט מענטשן וואס איך ווייס אז זיי זענען דעם חודש. אפשר נאר איינער, צי אפשר אפילו צוויי. אדער גאר דריי. און כדי צו באשרייבן א זאך, האב איך ליב, און איך האלט אז איך דארף, וויסן וואו און וויאזוי צו שרייבן די ריכטיגסטע נקודה אז מ'זאל זיך נישט טועה זיין.

איינער האט שוין דא געשריבן אז כדי צו וויסן "חדשים", דארף מען קענען מענטשן, און וויסן זייער חודש, און נאכדעם אבסטראקטן די צד השווה שבהן.
עכ"פ, לאמיר פרובירן וואס מ'דארף זעהן אויף א מענטש אויב ער איז א חודש ניסן. לויט דעם ספרכמובן.

אויף א ניסן דארפסטו קענען זען א אינערליכער טרייב קראפט צו א ציהל. א אינערליכער קאך צו א ציהל. ער האט א ציהל! און ער ציהלט דערצו. פלענער, חשבונות וויאזוי אנצוקומען. און נאך און נאך. עס קאכט און ער ווירבלט אין אים א ציהל!

איך גלייב אז דו וועסט נישט טרעפן א ניסן זאל זיך אוועקזעצן אויף א שיפל און אפלאזן זיינע פלענער. ער האלט אין איין גיין פון נקודה צו נקודה. אלעמאל האלט ער ערגעץ ביי א געוויסע נקודה. און בכלל האט ער ליב צו טון א זאך שנעל און שוין.

אויב גייסטו מיר טרעפן א ניסן וואס מ'רופט 'פעניאק' אדער 'שטאטער מענטש', קען זיין אז ער איז דורך אין זיינע יונגע יארן זאכן וואס האבן אים געמאכט שטאט. צום סוף דארפסטו זעהן א געוויסע אינערליכער שטרעבונג צו א ציהל. אין אנדערע בעסערע ווערטער: דו דארפסט זען אויף אים ניסן.

אפילו אויב דו וועסט זעהן א רואיגקייט אויף א ניסן, איז עס נאר יעצט, און נאר פון אויבן אויף, עס דאכט זיך דיר אז ער רוהט זיך אפ. אבער נעם צוזאם אלע זיינע צייטן, און עס וועט אויסקומען א בילד וואו ער מישט זיך אריין אין צענטער פון זאכן. מ'זאל זעהן אז ער איז דא. זיי האלטן אז מ'קען זיך נישט באגיין אן זיי. "איך פעהל אויס". און אפשר איז געזונט פאר א ניסן אז ער זאל אזוי פילן.

א סיוןזעהט זיך אן אין צענטער, א ניסןשפירט אז אן אים איז נישטא קיין צענטער. ס'איז מער די אינערליכער שטופ פונעם ניסן צו זיין אינוואלד. און נישט אזוי ווייט די פאקטישער זיין אין צענטער.

א ניסן קענען גוט אנדרייען אז מ'זאל זיי העלפן אויספירן זייערע פלענער. ווייזן ארויס זעלבסט-זיכערקייט, טראץ וואס אינערליך זענען זיי נישט אזוי זעלבסט-זיכער. א סיוןקען אויך אנדרייען, אבער א סיוןטוט עס ווייל ער רעדט און זאגט זיינע דיעות. א ניסןזוכט אנצודרייען.

א ניסן איז נישט אזוי ווייט אז ער האט ליב איינצוטיילן לשם איינטיילן, אזוי ווי א חשון. א ניסןאיז מער די מאגנעטישער כח וואס פירט ארומיגע מאגענעטן אויסצפירן זיינע פלענער.

א ניסן האט ליב זעלבסט-שטענדיגקייט. אבער אסאך חדשים האבן דאס ליב. און איך ווייס נישט וויפיל דאס קען דינען אלץ א סימן פאר א ניסן. עכ"פ, א ניסן האט ליב זעלבסט-שטענדיגקייט.

האט ליב צו זיין דער ערשטער ביי יעדע זאך. האט ליב אנצוגיין אויף א שנעלע ספיד.

ווען ער דארף עפעס רעדן מיט איינעם, האט ער ליב צוצוגיין צום עיקר ענין. און נישט גיין ארום און ארום. זוי זאגט ער.

א ניסן האט אין זיך א הומאר, און אפילו פון זיך אליין קען ער אויך מאכן א דשאוק, אבער קען זיך אפרעדן אפילו ווען אומגערעכט.

א ניסן איז ציניש. דאס מיינט אז עס קומט אין זיי אריין די דיעה אז מענטשן מיינען נישט וואס זיי זאגן, נאר אז מענטשן מיינען זיך אליין, אדער זיי מיינען צו מאכן געלט, און אז זיי מיינען נישט עכט ' לשמה' אזוי ווי זיי פארקויפן. מיט דעם זענען זיי אביסל ענליך צו א חשון.

א ניסן ווערט זייער פארקאכטאין מענטשן וועם זיי קוקן ארויף.

האבן נישט צופיל געדולד. קען אפזאגן מענטשן וואס בעטן עפעס. האט א נטי' צו זיין אנדערש ווי די סיסטעם. זענען ספונטאניש.

די חילוק צווישן א ניסן און א אב איז, ביידע קענען ארויסווייזן א געוויסע פעסטקייט, אזא גאווה. דער אב איז עס מער א גאווה מיט זיין פערזענליכקייט, א ארי'. ביים ניסן איז עס מער מיט זיין רצון צו זיין אין צענטער פון ענינים. ס'א אנדערע סארט.

א ניסן האט ליב צו שלאפן און ער איז עס מודה. און נאר דאן איז ער רואיג. זוי שרייבט ער.

א ניסן איז גאנץ אגרעסיוו. זענען פעסט מיט פיזישע כוח. שלאגן זיך פאר זייערע זאכן. פאדערן, און געבן אויס אסאך ענערגיע. לויפן לויט זייער אייגענעם ספיד און רעכענען זיך נישט מיט די ספיד פון ארומיגע. אזאך וואס קען שטערן די ארומיגע וואס קענען נישט נאכיאגן.

א ניסן קען זיך אפרעדן אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן אין א געוויסע ענין. אינדערצייט ווען עס איז יא דא אנדערע מיט וועם ער קען רעדן. אבער ער איז געבליבן שטעקן מיט איין געוויסע מענטש אז נאר מיט אים וואלט מען געדארפט קענען רעדן דערין. (איך מיין אז דאס שרייבט ער)

א ניסן, אויב ער וויל אז מ'זאל עפעס טון שוין, וויל ער אז מ'זאל עס טון שוין ממש.

א ניסן האב ליב חידושים. און זיי האבן א חשבון מיט יעדע זאך פארוואס עס זאל זיי צוניץ קומען.

האבן ליב נייע זאכן. און קענען באשטיין צו זיין דער ערשטער, צום ביישפיהל, דער ערשטער צו קומען וואוינען אויף א נייעם ישוב.

א ניסן האט נישט ליב זיך צו געפינען נעבן שוואכע מענטשן, אבער נאר מיט שטארקע.

זיי דארפן א גוטע נייע רייץ וואס זאל זיי צוברענגען צו וועלן אנהייבן דעם טאג. צו שפירן אז זיי לעבן.

זענען נישט אזוי שטארק עמפאטיש. כאטש זיי קענען זיך אויסארבעטן דערויף.

זיי האבן ליב אז מ'זאל זיי ליב האבן, אזוי ווי זיי האבן אויך ליב אנדערע.

קענען אריינזאגן עמיצן, אבער האבן גראד חרטה דערויף.

זיי ווערן שנעל געטשעפעט אבער זענען גאר שנעל מוחל. אבער נאר פאר ווער ס'איז ווערד די מחילה, דהיינו, נישט איינער וואס האט בארירט זיין ווערד. זיין 'איגו'.

זיי האלטן חשוב ווער ס'הערט זיי אויס.

זיי האבן א גוט אויג. זיי האבן נישט קיין קנאה צו קיין שום זאך אויף קיין שום אופן. (די נקודה האב איך נישט געוואוסט, ס'האט מיר אויסגעזעהן אנדערש. עלעך עס נאכקוקען)

ער זאגט אז א ניסן האט נישט ליב דעפרעסיע. אדער מיינט ער צו זאגן אז ס'איז זייער נישט גוט פאר אים.

זיי רעגן זיך שנעל אויף, און ווען זיי זענען גערעגט האבן זיי נישט קיין רחמנות. אבער זיי האבן חרטה און עס טוט זיי באנק, אזוי ווייט אז ער שפירט אז עס דרוקט אים פיזיש אין קאפ. עס קען זיי קאסטן א נאכט שלאף, פון חרטה פארוואס זיי זענען געווען אזוי גערעגט.

האבן א הויעכע אינטעליגעץ, און האבן א שארפן שכל.

האבן ענדערש ליב צו גיין מיט לאגיק, ווי מיט געפיל.

פון איין זייט האבן זיי א גוטן זכרון, און פון די אנדערע זייט נישט ווייניג שכחה.

האבן ליב זיך צו לערנען וויאזוי אנצוגיין אין לעבן.

ווילן זיך אנטוויקלן, ארבעטן אויף די מידות וכו', און קענען דערגרייכן גרויסע מדריגות אין חכמה.

אסאך פון ניסנ'ס זענען מנהיגים. (דער שרייבער איז זייער פארנומען ווער ס'האט אין זיך מנהיגות, אדער האט ליב מנהיגים.)

האבן ליב צו מאכן זאכן פונקטליך. יעצט, אויב דו גייסט מיר טרעפן א ניסן וואס איז צעווארפן, גייסטו מיר זאגן אז ס'שטומט נישט? ער מיינט דען צו זאגן אז אלעס וואס ער טוט איז פונקטליך, ער מיינט צו זאגן אז אין געוויסע זאך קומט ארויס דאס פונקטליכקייט.

זענען נישט צו שטארקע אפטימיסטן.

ער זאגט אז א ניסן זאל געדענקען און טון די פאלגנדע דריי זאכן.

א) די אינערליכע מצב רוחניות זאל שטומען מיט די אינערליכע מצב גשמיות

ב) זיך צו קאנצענטרירן אויף וואס מ'טוט, און די אטענשאן זאל נישט זיין צעווארפן.

ג) ענדיגן וואס מ'האט אנגעהויבן.

ביז אהער האמיר גאנץ א גוטע בילד וויאזוי א ניסן דארף אויסצוקוקען.

לויט דעם ספר וועסטו נישט טרעפן א ניסן זיצן מיט די פיס ארויף.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס רעגט זיך נישט.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס לאזט אז ארומיגע זאלן באשליסן זיינע ציהלן, ווען ער אליין האט נישט קיין ציהל.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן מיט ווייניג ענערגיע.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס גייט מיט געפיל אבער נישט מיט לאגיק.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס איז נאריש.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס טשעפעט נישט.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס קען באשטיין זיך צו געפינען נעבן שוואכע לאו ענערגיע מענטשן.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס איז א פיפטע ראד איבעראל.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס זאל אלעמאל מסכים זיין.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס איז נישט ציניש.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס ווייזט נישט ארויס קיין זעלבסט-זיכערקייט. אדער וואס האט נישט ליב קיין זעלבסט-שטענדיגקייט.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן וואס וועט נישט צומאל אנדרייען דעם עולם ארום אים צו העלפן מיט זיינע ציהלן.

וועסטו נישט טרעפן א ניסן א "לעמעלע"

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו, און ער זאל העלפן און אויפרעכטן צעבראכענע יודישע הערצער.
Very interesting
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ס'דא א בוך פון ר' שמעון גרין 'זיך דורכקומען מיט יעדן'. דארט לייגט ער אראפ אז ער צעטיילט כאראקטערס פון מענטשן אויף פיר הויפט סארטן פערסאנאליטיס. די געל, רויט, בלוי, און נאך א כאראקטער וואס ער רופט יו ווי.

איך וואלט נישט געקענט זאגן אז איך קען פונקטליך אנצייכענען וועלכע מזל-פלאנעט עס מאכט וועלכע נאטור. הגם איך וויל יא זאגן (לויט וויאזוי עס וויל זיך מיר יעצט זאגן) אז חמה, און אפשר צוגעלייגט מאדים, איז רויט. ווייל חמה איז די אמביציע צו מצליח זיין. חמה איז די 'ביקוש מעלות גבוהות' און 'אהבת העושר'. צוגעלייגט אביסל מאדים וואס געט די מהירות וכו', וועט עס שאפן די רויטע קאליר. עס ווענד זיך ווארשיינליך אין נאך זאכן.

די געל וואלט איך געזאגט איז מער נוגה, צוגעלייגט אפשר אביסל צדק. נוגה איז די אהבה, לעג, שחוק, שמחה, רקוד, לשחוק בקוביא. אהבת השכרות. דאס שטומט אויף געל. אביסל אריינגעמישט צדק

די בלוי, וואלט איך געזאגט איז צדק. צדק איז די 'לעמוד בברית'. אבער עס קומט אויס אז בלוי האבן אין זיך די כאראקטער שטריך פון וועלן זיין גערעכט. טאקע נישט ווי א יו ווי, אבער דאך "ווילן זיין גערעכט". עכ"פ, בלוי איז מער צדק.

יעצט, יו ווי. און איך שטעל מיך פאר אז דאס איז דער עיקר אויף וואס מ'ערווארטעט צו זען א אנאליז.

איך קלער ביי מיר אז איך בין א געל - יו ווי. די רגע איך האב געזען די וועג וויאזוי ער באשרייבט דעם יו ווי, האט עס מיך געכאפט. ווייל איך האב געזען א באשרייבונג וואס באשרייבט גאנץ עכט וויאזוי עס לויפט א "יו ווי נפש". און די עצות וואס ער געט דארט איז אויך הפלא ופלא און זייער זייער וויכטיג. און איך וואלט געזאגט אז ס'האט מיט געוויסע מזלות-פלאנעטן וואס מאכן עס אזוי.

שבתאי איז לכאורה דער עיקר יו ווי שטריך. (האסט געטראכט אנדערש?)

שבתאי איז וואס מאכט אז מ'זאל זיין צוריקגעצויגן, ווייניג רעדן, אסאך טראכטן, וועלן קלאר וויסן זאכן, פערפעקשאניזם, עקשנות. לעמוד על דיבורו. לפתות בני אדם = קאנטראל. פחד, דאגה. אוודאי איז עס נישט נאר שבתאי, און מקען זאגן אז ס'איז אויך אביסל צדק. ווייל צדק האט זיך די ביקוש צו 'חופש הנפש'. די ביקוש צו בלייבן גערעכט. אדער אפילו פלוטו. אבער א שטארקע שפיץ איז שבתאי.

מאדים אליין שאפט נאכנישט א יו ווי. כך נראה לי. מאדים אליין איז א מענטש וואס איז סתם א פליקער.

אינצווישן די עצות געט ער דארט א מהלך וויאזוי צו אכטונג געבן נישט צו טשעפענען. און וויאזוי צו אכטונג געבן נישט צו קאנטראלירן. און איך קלער אז יורנס אדער צדק אדער ביידע צוזאמען, און לייג צו פלוטו, ווען א מענטש האט א נאטאל טשארט וואס האט א פראמינענטער יורנס, אדער פלוטו, אדער גאר אזא צדק יורנס פלוטו, אזא מענטש, אזא קינד, וויל האבן אייגענע אטאנאמיע.

און ווי מער מ'טיילט איין פאר אזא קינד, אלץ שווערער קען עס חלילה ווערן. און מ'דארף אכטונג געבן. עיין שם וויאזוי צו באהאנדלן די זאך. ווייל די גאנצע זאך וואס אזא קינד זוכט איז 'פרייהייט' און אייגענעם קאנטראל. און ווען עס קומט צו פאלגן די תורה הקדושה איז דאס נישט די זעלבע זאך אינעם נפש! ווייל יעדער ווילפאלגן. אבער "פוץ דיין שיך", דאס איז נאכנישט 'תורה'. "קויף דעם און דעם תפילין בייטל" איז נאכנישט 'תורה'. מ'דארף אכטונג געבן.

און מיין הסבר איז אז ווי מער אזאמענטש ווערט קאנטראלירט, און מאניפולירט, אלץ מער וועט עס זוכן ארויסצוגיין און טון דוקא אנדערש ווי מ'האט אים געזאגט. און איך וואונדער מיך אז דאס האט נישט מיט שלעכטע מידות, נאר דאס האט מיט דעם אז א "יו ווי" וואטעווער, מיט דעם וואס ער ווערט קאנטראלירט, אדער מאניפולירט, פארלירט ער באמתזיין 'זיך'. ער פארלירט זיין נפש. ער פארלירט זיין אינערליכע גיידענס.

דאס מיינט אז נישט ווייל "ס'פאסט אים נישט" דערפאר וויל ער דוקא נישט ארויסטראגן די גאביטש ווען מ'האט אים געזאגט "טראג ארויס די גאביטש" נאר ווייל די רגע ער הערט צום ביישפיהל "מאך דיין פיאות" דארף ער זיך אפלאזן פון זיין וועג וויאזוי ער גייט אום אין די וועלט, און ער פארלירט באמתטרעק. כך נראה ליה השתא בעת כתבי השורות הזאת

פונקט אזוי ווי א מענטש קען שווער דרייווען א קאר, ווען מ'זאגט אים אגאנצן צייט "טו אזוי, און מאך אזוי", ער פארלירט זיין אייגענע סענס וויאזוי צו דרייווען. דערפאר וויל ער עס נישט הערן, און נישט נאר וועגן ער האט ליב צו מאניפולירן.

פאלגן איז זייער א גוטע זאך. אבער פאלגן קען אוועקנעמען א מענטש פון זיין אייגענעם חיות. פאלגן השי"ת און פאלגן די תורה הק', אדער פאלגן וואס ערליכע גוטע יודן הייסן טון, דאס ווערט נישט אויפגעכאפט אלץ א שטער צו פרייהייט. פארוואס? ווייל אזא סארט פאלגן, גייט יא צוזאמען מיט 'חופש הנפש'. פארוואס? ווייל די נפש וויל ארויסקומען, און עס קומט ארויס ווען מ'פאלגט נאך די אייגענע געזעצן. יעדער איז דאך א חלק אלוק ממעל.

אין לך בן חורין יותר ממי שעוסק בתורה. קבלת התורה איז קיינמאל נישט צוואנג, והא ראי' אז אין מרדכי ואסתר'ס צייטן האט מען דאס מקבל געווען באהבה. ווייל תורה איז דעזיגנירט צו מקבל זיין פון רצון חפשי. ווייל רצון חפשי איז איינס מיט פאלגן די תורה.

אבער פאלגן סתם אזוי, דאס איז נאכנישט חופש הנפש. עיין שם. ועיין בר' שרגא פליישמאן נ"י.

שוין. והשם הטוב עוזר ויעזור.
אוועטאר
פאזיטיווע ווייבס
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:52 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאזיטיווע ווייבס »

איך האב לעצטנס געהערט אז ס'איז דא אזא זאך, אז עידזשעס לויפן אויך מיט מזל, און יעדע יאר איז דא עפעס א כלליותדיגע גאנג וויאזוי אן עידזש קוקט אויס, און ס'גייט איבער יעדע 9 יאר.

אויב איינער ווייסט מער איבער דעם ביטע זיך אנרופן.
סוף דבר הכל נשמע אלקים ירא ואת מצותיו שמור "כי זה כל האדם"

זיין אן ערליכע איד איז די בעסטע זאך!!!!!!!!!!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאזיטיווע ווייבס האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 11:20 am
איך האב לעצטנס געהערט אז ס'איז דא אזא זאך, אז עידזשעס לויפן אויך מיט מזל, און יעדע יאר איז דא עפעס א כלליות'דיגע גאנג וויאזוי אן עידזש קוקט אויס, און ס'גייט איבער יעדע 9 יאר.

אויב איינער ווייסט מער איבער דעם ביטע זיך אנרופן.
ב"ה

דא רעד איך פון דעם אביסל.

וויפיל איך ווייס איז אז דאס האט צו טון מיט די שטאטע פלאנעטן וואס האבן א השפעה אויף די נאטורן פון מענטשן. וויבאלד עס לויפט דורך מער צייט און מענטשן ווערן געבוירן אין איין סארט פלאנעט-מזל. צום ביישפיהל די אלע קינדער וואס ווערן געבוירן פון יעצט ביז א יאר ארום, זייער פלוטו (די פלאנעט פלוטו) גייט זיין אין מזל דלי, זייער נפטון אין מזל דגים, און זייער יורנס אין מזל שור. און זייער שבתאי איז אויך אין מזל דגים. האבן זיי געוויסע די זעלבע נאטורן.

מ'זעט דאס בחוש, אז יעדע דור איז א אנדערע דור. אין א געוויסן זין, אנדערע סארט מענטשן. יעדע צייט אפשניט ווערן געבוירן - אין א געוויסע צד - אנדערע סארט מענטשן.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען מתחת ידינו דאס קלענסטע מכשול, נאר מיר זאלן אינגאנצן פאלגן ערליכע גוטע יודן, און נאר טון וואס איז אויסגעהאלטן און גוט. ולה' הישועה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

ווען מ'ווייסט פון מזלות, אז א מענטש ווערן געבוירן מיט געוויסע שטריכן לויט די מזל אין וועלכע ער ווערט געבוירן. קען מען מער קלערן אז די סיבה פון נפשיות'דיגע שוועריגקייטן קומען נישט אלץ רעזולטאט פון קעמיקאלן אין מוח, נאר עס קומט פון די געוויסע טבע אינעם מענטש.

צום ביישפיהל OCD קומט פון די נאטור פונעם מענטש. א געוויסע טבעיות, געוויסע כאראקטער שטריכן, מיט וואס דער מענטש ווערט געבוירן, וואס מאכט אז דער מענטש זאל עווענטואל אנטוויקלן OCD. צום ביישפיהל א טבע וואס מאכט אז דער מענטש זאל זיך מער זארגן, און נישט פילן גוט מיט זיך אליין. 'צדק' מאכט אז דער מענטש זאל פילן גוט מיט זיך אליין. עס ווענד זיך וואו צדק איז, אין וועלכע מזל, און אין וועלכע הויז.

OCD האט צו טון מיט געוויסע שטריכן וואס האבן מער די זארג, דאס זיכער מאכן, דאס זוכן פאר זיכערקייט, פחד. אבער האט נישט די געוויסע שטריכן וואס מאכן גוט פילן. די געוויסע שטריכן וואס מאכן אז דער מענטש זאל גיין ווייטער און נישט צוריקקוקען. OCD קען קומען ווייל דער מענטש האט מער צדק, און דערפאר זוכט ער צו זיין מער אויסגעהאלטן.

אמת טאקע אז די טבע האט השפעה אויף די קעמיקאלן אינעם מוח. אבער די קעמיקאלן פונעם מוח קענען נישט אליין אפמאכן וויאזוי זיך אויפצופירן, זיי זענען אונטער די השפעה פון די טבעיות פונעם מענטש.

אמת טאקע אז די געוויסע טבעיות מאכט אז ס'זאל זיין ווייניגער פון א געוויסע קעמיקאל. צום ביישפיהל, ווען חמה איז אין די אכטע הויז, קען זיין אז ס'זאל זיין ווייניגער סערעטאונען. קען זיין. ווייל די אכטע הויז ווייזט אויף פחד.

און אמת טאקע אז ווען דער גוטער קעמיקאל וואלט אויף עפעס א אופן זיך אליין געקענט פארמערן, וואלט דער מענטש נישט געהאט OCD. אבער די קעמיקאלן זענען געבינדן צו די טבע פונעם מענטש. די קעמיקאלן האבן נישט קיין שום אייגענעם כוח. און ווען מ'נעמט א פיל, מאכט מען אז די קעמיקאלן זאלן זיך טוישן און די OCD גייט אוועק ווייל ס'טוישט מאמענטאל די טבע.

קיינער ווערט נישט געבוירן מיט OCD.

א מענטש וואס האט נישט OCD, זיין טבע, מאכט אז ער זאל נישט האבן OCD. און זיין טבע מאכט אז ער זאל אויך האבן מער פון די גוטע קעמיקאלן. איך קלער אז א מענטש וואס האט מער מאדים אין זיך, האט ווייניגער פאטענציאל צו אנטוויקלן OCD.

וואס עס קומט אויס פון מיינע ווערטער איז, אז די געוויסע מענטשן וואס קענען יא אראפגיין פון מעדיקעשאן, קומט ווייל זיי האבן ארומגעארבעט מיט זייער טבע, אזוי אז די OCD און ענגזייעטי זאל זיך בארואיגן, גענוג, אז זיי זאלן קענען אראפגיין פון די מעדיקעשאן.

די זעלבע מיט ADHD. ווען מ'נעמט אן מזלות, קען מען מער קלערן אז די סיבה פאר ADHD האט מיט די טבע פונעם מענטש. אמת טאקע אז אט די געוויסע טבע מאכט אז דער מענטש זאל האבן ווייניגער אדער מער פון א געוויסע קעמיקאל. אבער נישט דערפאר האט ער ADHD, נאר ער האט עס ווייל דאס איז זיין טבע

און דער אייבערשטער העלפט, און זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען חלילה א מכשול פון אונזערע הענט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך שרייב לויט וויאזוי עס קוקט מיר אויס יעצט בשעת איך שרייב די דאזיגע שורות

ווען מיר קוקן אויף א נאטאל טשארט, קען מען זעהן מבט אהבה, דהיינו: דיבוק, שלישית, או שישית, וואס דאס ווייזט אז דער מענטש פילט נישט אז ס'איז דא צוויי מהלכים אין וועלכע ער קען גיין. אנדערש איז ווען מיר זעען א מבט שנאה: רביעית או נוכח, וואס דאס ווייזט אז דער מענטש פילט אז ס'דא צוויי מהלכים אין וועלכע ער קען גיין.

צום ביישפיהל, ווען מיר זעען א מבט שלישית צווישן צדק און שבתאי, מיינט דאס - לויט ווי איך שטעל מיך פאר - אז ווען דער מענטש פילט אז מ'דארף זיין ערליך, מ'דארף זיין בשלום, מ'דארף רעדן אמת, ליב האבן זאכן וואס לויפן לויט חק ומשפט, עניני צדק, וועט עס אבער אייביג לויפן ביי אים צוזאמען מיט די גוטע נאטורן פון שבתאי. דהיינו: מער קאנטראלירט, צוריקגעהאלטן, מער מחשבה, מער וויסן וואס מ'טוט דא, אויסגערעכנט, וכו'.

און די זעלבע ווען דער מענטש פילט אז ער וויל זיך מתבודד זיין פון מענטשן, ער וויל טראכטן, ער וויל זיך זארגן, ער וויל פחד'נען, וועט עס אבער לויפן אין איינקלאנג מיט די נאטורן פון צדק. ער וועט קיינמאל נישט זיין א אנגעבלאזענע גערעגטע מענטש. ער וועט זיין א באלאנסירטער צווישן צדק און שבתאי. קיינמאל נישט צופיל שבתאי, און קיינמאל נישט אויסטערליש צדק. ביידע וועלן טיילן די זעלבע נאטורן.

אויסטערליש צדק מיינט, ווען א מענטש האט נדבת הלב אן עפעס א גרעניץ. אדער ער שמייכלט אן א זעלבסט-קאנטראל, אדער ער האט פיינט רע, אן זען אז מ'קען עס אויך נוצן ערגעץ. עפעס אזוי.

יעצט, א מענטש וואס האט א מבט רביעית צווישן צדק און שבתאי, מיינט דאס אז פון ווען דער מענטש איז געבוירן פילט ער אין זיך אז מ'קען גיין אויף צוויי מהלכים. איך קען אדער זיין זייער צוריקגעצויגן פון מענטשן, זיך זייער שטארק זארגן עד הסוף, גארנישט רעדן צו קיינעם, זיך שטארקן אקעגן יעדעם. טראכטן טאג און נאכט, נוצן מחשבה טאג און נאכט עד הסוף. און אזוי אויך אלע נישט גוטע נאטורן פון שבתאי. ווייל שבתאי וויל ארויסקומען מיט די גאנצע שררה. זיין קאלט און טרוקן עד הסוף

אבער אין די זעלבע צייט, פילט דער מענטש אין זיך אז איך קען אויך, ממש יעצט, קען איך זיין זייער בשלום מיט יעדעם, עד הסוף, זיין זייער וואויל עד הסוף, האבן גאר שטארקע נדבת הלב. גאר שטארקע חופש הנפש. טראכטן אגאנצן טאג וויאזוי צו מאכן געלט. און אזוי ווייטער.

אזא מענטש האט א אינערליכע קאנפליקט. אינערליכע קאנפליקטן קומען פון אט די מבטי שנאה, די מבטי רביעית או נוכח.

וואס טוט דער מענטש? וועלכע וועג קלויבט ער זיך?

לכאורה צעטיילט ער זיין לעבן אויף צוויי. איין חלק אין זיין לעבן וועט ער נוצן נאר צדק, אבער ממש אין די זעלבע צייט וועט ער אויך נוצן שבתאי אויף עפעס א אנדערע חלק אין זיין לעבן. ער וועט זיך זארגן אין די בעקראונד אויף עפעס, און טראכטן דערפון.

די חילוק אויף למעשה צווישן די ביידע סארט מענטשן איז, אז דער וואס האט א מבט שלישית צווישן צדק און שבתאי, וויל קיינמאל נישט נוצן איינע פון די צוויי אינגאנצן עד הסוף. איבעראל נוצט ער די ביידע. ער איז קיינמאל נישט א עכטע טרויעריגע מענטש. א שבתאי מענטש. און ער איז אויך קיינמאל נישט גאר צעלאזט, מיט א חופש הנפש, אדער גאר פאזיטיוו. אדער גאר פילאזאפיש.

אבער דער וואס האט מבט רביעית, בשעת ער צדק'ט ארום, קען ער אין די זעלבע צייט אויך נוצן די כוח המחשבה זיינע סך שטערקער. סך מער שבתאי'דיג. ער קען שמייכלן צו א מענטש, און אויך זיין גאר שטארק אויפגערעגט אויף דעם זעלבן מענטש וועגן עפעס אנדערש. דאס מיינט א קאנפליקט.

ער קען זיין בשלום מיט געוויסע מענטשן, אבער אין די זעלבע צייט האלטן קאפ צו זיין גאר שטארק אפגעזונדערט פון געוויסע אנדערע מענטשן. אזוי שטארק ווי נאר שבתאי קען באווייזן.

א מענטש מיט א מבט שלישית צווישן צדק און שבתאי וויל דאס נישט. חוץ אויב ער פארשטייט אז ס'איז נישט צדק צו זיין א חבר.

די פאוער פון א נאטאל טשארט, איז די פאוער פון קאנפליקט אדער נישט קאנפליקט.

איינער וואס האט א מבט שישית חמה מיט מאדים, איז גאר אנדערש ווי איינער וואס האט א מבט רביעית חמה מיט מאדים. גאר אנדערש.

דער וואס האט א מבט רביעית, וועט צומאל סך שטערקער נוצן מאדים, אן רחמנות, און אן חשבונות, ווי דער וואס האט א מבט שישית מיט חמה.

אבער עכט ווענד זיך אלעס אין חינוך. לויט וויאזוי א מענטש ווערט מחונך. אזוי ווערט אנטוויקלט זיינע כוחות.

והשם הטוב עוזר ויעזור שלא יצא ח"ו שום מכשול מתחת ידינו. אז מ'זאל נישט אריינפאלן דארט ווי אין רוח חכמים נוחה הימנו. מ'זאל בלייבן אמת'ע ערליכע יודן, זיך צו האלטן צו ערליכע יודן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7232
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

לעצטנס האב איך געזען אראפגעברענגט די געבורטס שיין פון הרה"ק פון שינאווא זצ"ל, דער הייליגער דברי יחזקאל. אז ער איז געבוירן כב שבט תקע"ו, בשעה דרייצן, איך נעם דא אן אז ס'איז פאקטיש. (מעגליך אז ער איז געבוירן א צען מינוט פאר איינזע, דאס שטומט מער. אבער דאס איז שוין מיין השערה) דאס זעט מען זיכער אז ס'איז דעמאלטס געווען א אינטערעסאנטע מזל אז דער וואס זאל דעמאלטס געבוירן ווערן, זאל זיין עפעס גאר חשוב.

חמה און כוכב איז אין מזל דגים. דגים זענען זייער געפיליש, און רחמנות'דיג. בכלל זעט מען דא גאר שטארקע יסוד המים, מער ווי אש רוח און עפר.

דער הייליגער דברי חיים שרייבט אויף אים: ובענין הציצית אין דרכי לפלפל בדבר שלא ראו עיני טבעי ואופן המאשין ואולם בני הרב כו האבד"ק שינאווי שלדעתי אינו משנה הדיבור אפילו יהבו ליה כל חללי דעלמא, איז אינטערעסאנט צו זען א מבט שלישית צווישן כוכב און צדק. ווען צדק איז מזרחי פון חמה, וואס דאס ווייזט אויף די תוקף הכוח פון צדק. כוכב איז דאך דיבור, און צדק שרייבט דער הייליגער אבן עזרא אז דאס ווייזט אויך אויף דיבור אמת. אהבת הטוב, ושנאת הרע. אמונה. לעמוד בברית.

ווי אויך איז א מבט שלישית צווישן צדק און די מזל הצומח. דאס ווייזט אז די צוגאנג צום לעבן איז געווען מיט צדק.

מ'זעט אויך א מבט שישית צווישן לבנה וואס איז אין מזל קשת, און שבתאי וואס איז בביתו אין מזל דלי. דאס ווייזט אויף זעלבסט-קאנטראל. אויף מחשבה. דורכגעטראכט.

מ'זעט אויך א מבט שלישית צווישן מאדים און נוגה. וואס דער הייליגער אבן עזרא שרייבט: אז נוגה איז מבטל די שלעכטע מעשים פון מאדים. נוגה יסיר נזק מאדים.

חמה איז בבית התשיעי. וואס דאס ווייזט אויף עבודת השם.

והשם הטוב עוזר ויעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשול מתחת ידינו ח"ו און אז מ'זאל נישט אריינפאלן אין זאכן וואס איז נישט נוחה פאר אמת'ע ערליכע יודן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”