Re: פרייזן אין ק"י גראסעריס
איינס איז געווען א הייס וואסער קעסל פאר שבת, איך קען נאך ציען מיט מיין אלטע ביז איך טרעף א גוטע דיעל, און עס איז מיר נישט שווער צו עס גיין טובל'ן...
זייער דיעל איז געווען די כשר'ע פאר כמעט האלב פרייז וואס איז נאכאלץ אפאר דאלער טייערער ווי די נישט כשר'ע.
די צווייטע איז געווען א 8 QT קראק פאט פאר $25 וואס מען קען האבן אייביג ביי טארגעט די זעלבע פרייז פאר א 6 QT וואס איז מיר געניג.
אפי' ביידע זענען גוטע דיעלס פאר ווער עס דארף דווקא די פראדוקט, אבער ווען איך זעה ווען די פרייז פארדעם וואלט איך ביידע נישט אריין געלייגט אין מיין וואגן.
אבער דער עולם האקט שוין די סיבה, צו איך צוריק.