פרייזן אין ק"י גראסעריס
גענוג איז גענוג! גענוג געווען מיט די רוצחישע פרייזן אין קרית יואל גראסעריס, בפרט אין צייטן פון א ריסעשאן, און בפרט ווען די הוצאות פון פסח זענען גענוג אפילו מיט נארמאלע פרייזן.
עטליכע ביישפילן פון די לעצטע פאר טעג וואס איך האבן אליינס געזען
1)
יאגורט - א קליינע שאכטעלע דזשעי. דזשעי. יאגורט דעלאקס
קרית יואל, 1.09
מאנסי (ספעשל) 50 צענט
2)
זילבער פאפיר, 200 פוס
קרית יואל, רעינאלד
9 טאלער
מאנסי, ספעשל, דיימאנט
4.50
3)
ברויט
קרית יואל
איבער 3 דאלאר א גאנצע ברויט
מאנסי
א פונט ברויט פאר 1.09
וואס קומט אויס בערך 2.50 א גאנצע ברויט
וכהנה וכהנה, די ליסטע איז צו לאנג
דא גייט ארויס א מעלדונג פאר אלע גראסעריס
אין קרית יואל, אז אייערע געטרייע קאסטומערס
וועלן מער נישט שווייגן. איר וועט אונז קענען
נאכלויפן קיין מאנסי מיט אלע מעקסיקאנער
דעליווערי טראקס מיט אפענע בעק טירן.
זייט'זשע געזונט און שטארק.