בלאט 1פון 16

הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2020 10:03 pm
דורך דאך שאצער
וויסט איינער פון זיינע ניגונים
געהערט אז עס איז דא הערליכע סחורה
איז דא ווי מען קען עס באקומען=הערן

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: מיטוואך אפריל 29, 2020 11:13 pm
דורך ס'קען זיין
דאך שאצער האט געשריבן: וויסט איינער פון זיינע ניגונים
געהערט אז עס איז דא הערליכע סחורה
איז דא ווי מען קען עס באקומען=הערן


יא ס'איז אמת ער האט הערליכע ידישע ניגונים (אויסער דעי וואס ער מאכט אמאל ליצנות אין מאכט נאך האנטיגע ניגונים וואס דאס איז א עקסטערע שמיס ) א שאד אז די וועלט איז נישט זוכה ס'זאל ארויס קימען . גראדע קען איך ים פין די נאנט אויב ביסטו באמת אינטערעסירט קען מען זיך פארבינדן

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:55 am
דורך ס'קען זיין
https://www.dropbox.com/s/bbr7lre0ud4wh ... 7.wma?dl=0
איר מיינט זיכער נישט דאס
אבער אין די יעצטיגע מצב קען דאס קיינעם נישט שאטען

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:02 am
דורך אלטער
יאפ אז מ'רעדט שוין פון דעם הרב קעפעטש, דארף געזאגט ווערן אז דער איז פיינע נייעס פאר ווער ס'האט עם שוין געהערט רעדן... ווי אזוי ער צולייגט א ניגון מיט אלע מטעמים

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:10 am
דורך ס'קען זיין
אלטער האט געשריבן: יאפ אז מ'רעדט שוין פון דעם הרב קעפעטש, דארף געזאגט ווערן אז דער איז פיינע נייעס פאר ווער ס'האט עם שוין געהערט רעדן... ווי אזוי ער צולייגט א ניגון מיט אלע מטעמים



אפשר קען איינער ברענגען א גיטע דרשה פין אן איבער נגינה

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:12 am
דורך אלטער
כ'מיין אז זיינע דרשות ווערן נישט ריקאדירט...

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:12 am
דורך חושב מחשבות...
ער ארבעט אויף א סידי פון זיינע אידישע אייגענע פארפאסטע לידער שוין א לאנגע צייט, ער האט שיינע סחורה און חידושים, איך ווייס נישט ווען ער פלאנט עס ארויסצוגעבן.

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:15 am
דורך אלטער
פאר ווער ס'האט עם שוין געהערט און אנערקענט וואס ער זאגט... גלייב איך אז ס'וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו הערן זיינע סחורה

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:14 am
דורך שטומפיג
ער פארדינט טאקע אן אשכול פאר זיך.

א שטיקל אינטראו אויף דעם מענטש, פאר ווער ס'קען אים נישט:
ער איז א טאלאנפולע אינגערמאן פון מאנסי וועלכער איז שוין באזעצן פארשידענע שטעלעס אין די עולם החינוך (איך מיין אז כהיום איז ער אין יאוואזנא ישיבה), ער האט א אומפארגלייכבארע טאלאנט אין די נשמה-שפראך פון נגינה.
אומאפיציעל טוט ער אביסל גראמען ביי חתונות און ווי אויך רופט מען אים אויפצוטרעטן ביי צוזאמקומען, מלוה מלכה'ס, שבת התוועדות'ער וכדומה. (זיינע הפלא'דיגע דרשות זענען א שמועס פאר זיך, אבער געהערט נישט אינעם עולם הנגינה).
ער איז אמערסטענס באקאנט פאר זיינע דרשות מלא ליצנות קעגן די גוי'שע סטייל נגינה וואס האט זיך אריינגעכאפט ביים היימישן ציבור, ער רעדט דערפון אסאך, בעיקר צו בחורים. זיין פאפולערסטע אייגנשאפט איז אז ער בעהט איינעם פון די מסובין צו געבן א פסוק אדער ווערטער און ער מאכט אויף דעם א ניגון לויט די היינטיגע סטייל צו צייגן אז ס'איז אין בהם ממש און אזעלכע ניגונים קען מען ארויסשארן פון די ארבל יעדע מינוט. ווי אויך נוצט ער פסוקים וואס ברענגען א שמייכל, כדי להגדיל הליצנות, א שטייגער ווי "והיה הנגע ירקרק או אדמדם טמא יקרא" אדער "והיית משוגע ממראה עיניך אשר תראה".
ועל כל אלה האט ער שוין פארפאסט פילע הערליכע ניגונים (טענער) און געשריבן אסאך קונצליכע אידישע גראמען ארויפגעלייגט אויף פריערדיגע אדער פריש-פארפאסטע טענער.
זיינע ווערק זענען ממש אין כדוגמתם, סיי די ווערטער, סיי די אופן וויאזוי זיי שטימען אויף די טאן און ווער רעדט נאך אויב ער זינגט עס מיט זיין קול נעים איז עס ממש א שלימות.

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 4:16 am
דורך שטומפיג
דאך שאצער האט געשריבן: וויסט איינער פון זיינע ניגונים
געהערט אז עס איז דא הערליכע סחורה
איז דא ווי מען קען עס באקומען=הערן

איך קען א שיינע פאר פון זיינע ניגונים איך ווייס נישט וויפיל ס'זענען מפורסם.
אין די זמירות "טוב להודות" זענען דא 4 פון זיינע ניגונים, א חלק פון זיי (אפשר אפילו אלע, נישט זיכער) קען מען אויך הערן אויף די סידי וואס קומט אינאיינעם מיט די זמירות.

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:54 am
דורך ס'קען זיין
שטומפיג האט געשריבן:
דאך שאצער האט געשריבן: וויסט איינער פון זיינע ניגונים
געהערט אז עס איז דא הערליכע סחורה
איז דא ווי מען קען עס באקומען=הערן

איך קען א שיינע פאר פון זיינע ניגונים איך ווייס נישט וויפיל ס'זענען מפורסם.
אין די זמירות "טוב להודות" זענען דא 4 פון זיינע ניגונים, א חלק פון זיי (אפשר אפילו אלע, נישט זיכער) קען מען אויך הערן אויף די סידי וואס קומט אינאיינעם מיט די זמירות.



איך קען אויך זייער אסאך פין זיינע סחורה דעי וואס ס'איז געדריקט אין זמירות טוב להודות אין פין די גאר שוואכע וואס ער האט ארויס געגעבן

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 11:57 am
דורך ס'קען זיין
חושב מחשבות... האט געשריבן: ער ארבעט אויף א סידי פון זיינע אידישע אייגענע פארפאסטע לידער שוין א לאנגע צייט, ער האט שיינע סחורה און חידושים, איך ווייס נישט ווען ער פלאנט עס ארויסצוגעבן.


האלעווי וואלט ער געארבעט אויף דעם ! די פאקט איז אז ביז דערווייל ווי פיל איך ווייס ארבעט מען גארנישט אויך דעם

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:01 pm
דורך ס'קען זיין
אלטער האט געשריבן: כ'מיין אז זיינע דרשות ווערן נישט ריקאדירט...


ס'איז יא דא רעקארדירטע דרשות איך וויסן פאר קאר ! איך האב פשוט נישט געהאט קיין הצלחה צו לייגן מיין האנט אויף דעם

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:01 pm
דורך מצב כללי
וואס איז טאקע די פשט?

א היימישער אינגערמאן מיט אזויפיל טאלאנט אין נגינה פארוואס הערט מען נישט מער פון אים?

אפשר זאל ער ארויסגעבן א קאסעטע מיט זיינע ניגונים מען זאל זעהן וואס הייסט א חסידישע קאמפאזיציע

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:47 pm
דורך שטומפיג
ס'קען זיין האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
דאך שאצער האט געשריבן: וויסט איינער פון זיינע ניגונים
געהערט אז עס איז דא הערליכע סחורה
איז דא ווי מען קען עס באקומען=הערן

איך קען א שיינע פאר פון זיינע ניגונים איך ווייס נישט וויפיל ס'זענען מפורסם.
אין די זמירות "טוב להודות" זענען דא 4 פון זיינע ניגונים, א חלק פון זיי (אפשר אפילו אלע, נישט זיכער) קען מען אויך הערן אויף די סידי וואס קומט אינאיינעם מיט די זמירות.



איך קען אויך זייער אסאך פין זיינע סחורה דעי וואס ס'איז געדריקט אין זמירות טוב להודות אין פין די גאר שוואכע וואס ער האט ארויס געגעבן

איך מיין אז די מעסעדזש פון "עליות און ירידות" איז בכלל נישט אוועקצומאכן, און ס'האט אסאך גוטע ליינס,
די קונצליכע קאמפאזיציע פון "זיסער פון האניג" מיט אזויפיל גראמענדע שורות איז א שטארקע חידוש,
און די "דא וואוינט א איד" טאהן איז זייער אייגנארטיג און אינטערעסאנט.
נישט אזוי?

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:20 pm
דורך ס'קען זיין
איך וועל נאכאמאל אריין ווארפען מיינע 2 סענט דעי וואס די עולם קען ( ווי למשל דא וואוינט איד ) דאס איז פין די שוואכערע סחורה . ער האט אזעלכע אוצרות וואס מ'קען צידרייד ווערן פין די טיפקייט אין אין קינצלעכע גראמעלעך

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 1:53 pm
דורך א נייע מעשה
ס'קען זיין האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן: כ'מיין אז זיינע דרשות ווערן נישט ריקאדירט...


ס'איז יא דא רעקארדירטע דרשות איך וויסן פאר קאר!

:shock::shock::shock:

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:16 pm
דורך נותן התורה
ס'קען זיין האט געשריבן: איך וועל נאכאמאל אריין ווארפען מיינע 2 סענט דעי וואס די עולם קען ( ווי למשל דא וואוינט איד ) דאס איז פין די שוואכערע סחורה . ער האט אזעלכע אוצרות וואס מ'קען צידרייד ווערן פין די טיפקייט אין אין קינצלעכע גראמעלעך

ווער ס'קען אביסל די משפחה, קאמפיוטער משפחה, זיי האבן אסאך ווילדע עילוי'שע מחות.

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:30 pm
דורך בלייב געזונט
ס'קען זיין האט געשריבן:
אלטער האט געשריבן: כ'מיין אז זיינע דרשות ווערן נישט ריקאדירט...


ס'איז יא דא רעקארדירטע דרשות איך וויסן פאר קאר ! איך האב פשוט נישט געהאט קיין הצלחה צו לייגן מיין האנט אויף דעם

איך האב עפעס א (לכאורה 2 און אהאלב שעה) דרשה וואס ער האט געזאגט ביי מיר אין ישיבה יארן צוריק, איבער חוצפה יסגי, ניגונים, און אויכעט פארפאסט דעי היינטיגע ניגונים אויפן פלאץ... ס'איז מורא'דיג!
כ'האב עס ערגעץ רעקארדירט כ'גיי עס אי''ה אויפזוכן

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:34 pm
דורך קלאָצקאָפּ
וואס איז די מאקסימום סכום תגובות וואס מ'מעג האבן צו קענען שרייבן אין דעם אשכול?

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:41 pm
דורך מצב כללי
געטראכט די זעלבע

עס זעהט אויס ווי אפאר ישיבה בחורים האבן דיסיידעד מען גייט זיך נעמען אויף הרב קעפעטשענס ביינער

קיין איין סענסיבל תגובה דא

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 6:52 pm
דורך טישטוך
זיין פאטער ר' אייזיק שליט"א איז אויך א זעלטענע טיפ, א איד מיט א פארצייטישער חן, ער שרייבט אין די ספרים אויף אידיש פון נר למאור.

אגב, ער פארמאגט א שטריימל פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע און ער האט עס נאך קיינמאל נישט אנגעטון טענה'נדיג אז קיינער איז נישט ראוי עס צו מרגיש זיין ממילא...

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 7:06 pm
דורך פארצייטישער שטריימל
איך האב דא א ליד אויף אמונה פון אים
זייטס ענק מעמיק אין די שורות פאריקטע פאעזיע.....
אמונה לידל.pdf
(64.63 KiB) געווארן דאונלאודעד 779 מאל

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 7:13 pm
דורך צו געזונט
די שטריימל איז מן הסתם אז זיין טאטע האט געמאכט א נייע פאר'ן רבי'ן און געבעטן די אלטע

Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 30, 2020 7:21 pm
דורך שבת פארטי
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן: איך האב דא א ליד אויף אמונה פון אים
זייטס ענק מעמיק אין די שורות פאריקטע פאעזיע.....
אמונה לידל.pdf

ביזט סארקאסטיש, איא?
בעסיק עמעטור גראמען?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: