Re: הרה"ג הילל יואל קעפעטש שליט"א
איטשע האט געשריבן:ירקרקות האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:פופציגער האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:
ר׳ יוד, איך ווייס וואס בחורים פארמאגן היינט, און ס׳איז די זעלבע, לאמיר נישט אריינקריגן דא אין קיין איינצלהייטן.
כ׳קען זייער גוט די היינטיגע בחורים, זייער עסדי׳ס, וואס זיי זעהן, און וואס איז פארגעקומען 25 יאר צוריק.
די וואס לעבן אין דענייעל, זענען די ראשיש ישיבות וכו׳.
פאר נארמאלע עלטערן וואס האבן א וואכזאם אויג אויף זייערע קינדער - איז קיין איין ווארט זינע נישט געווען קיין חידוש.
25 יאר צוריק איז געווען טיק טאק?
זיין פראבלעם איז נישט טיקטאק, זיין פראבלעם איז מאוויס.
איך זאג נישט אז טיקטאק איז נישט קיין פראבלעם.
זיין דרשה אין איין שורה ״אונז, מחנכים וכו׳, זעמיר געווען בלינד פאר די לעצטע 25 יאר, און ס׳איז ליידער געקומען די צייט ווען מיר קענען מיר זיך נישט פארהוילן פון די ווי געשריי פון די עלטערן, און מען מוזן עס ברענגן צו דער אויבערפלאך - דעריבער, עלטערן מיר האבן אייך אויסגעהערט, ייא ס׳איז דא א פראבלעם, יעצט, נאט אייך דעם פראבלעם, און געבט אייך אן עצה.״
למעשה, בחורים באקומען די סחורה אין די ישיבה׳ס, אונטער די נעזער פון די מחנכים און משגיחים, אונטער זייערע אחריות, דעריבער, ווייס איך נישט וואס ער וויל פון די עלטערן, ער דארף געבן די דרשה פאר מחנכים און משגיחים.
אבער למעשה איז גוט אז עלטערן זאלן וואוסן וואס קומט פאר אין די ישיבה׳ס.
דערוילעם באזידלט איטשע'ן ווען למעשה זאגט ער דברים של טעם.
ער לייקנט נישט דעם פראבלעם, נאר דעם צוגאנג.
איך האב אויך בחורים, און פון מיין הויז איז נאך קיין שום דיזשיטעל פייל אויף זייער סענסא נישט ארויפגעגאנגען.
בכלל האבן מיינע בחורים באקומען דעם סענסא די לעצטע אין זייער כתה, נאך דעם וואס רוב עולם האט עס שוין געהאט מיט פינף יאר פריער.
אני כשלעצמי האט זיך אלץ געוואונדערט: פארוואס קענען ישיבות נישט מאכן שארפע תקנות אקעגן די כלים?
מען קען נישט? נאך ווי מען קען! מען קען אלעס, מען ברויך נאר האלטן דערביי און זיין אנטשלאסן.
אזוי לאנג ווי עלטערן ווילן שיקן זייערע קינדער אין ישיבות איז יד הישיבות על העליונה.
על כל פנים דער פראבלעם הויבט זיך נישט אן אין די שטובער. פינטעלע.
רוב עולם איז היינט וואך צום סאושעל מידיא פראבלעם, און קינדער האבן נישט קיין צוטריט דערצו אינדערהיים.
נאכמער, קינדער האבן לדעתי ווייניגער צוטריט היינט צו א פשוט'ן קאמפיוטער ווי זיי האבן געהאט מיט 15 יאר צוריק.
אלזא אודאי ברויך מען מאכן אסיפות און וויינען און שרייען, אבער פארוואס טענות צו די עלטערן?
כאמור.
דער פראבלעם איז שוין גוט אלט.
מען האט געמיינט אז דער פראבלעם איז סמארטפוין.
רב קעפעטש איז געוואויר געווארן, אז מיין מאוויס מיט ווידיאוי קליפס, איז דער פראבלעם.
שלום עליכם הרב קעפעטש, כ׳האב עס געזאגט 20 יאר צוריק, אבער אלע מחנכים האבן מיר אויסעגעלאכט.
אגב, דאס איז ״איין״ פראבלעם. דער פראבלעם, איז א תוצאה פון אסאך א גרעסער פראבלעם.
ישיבה׳ס קימערן זיך נישט מיט וואס די בחורים ווילן לערנען [לעצטנס האב איך עס נאכגעהערט פון מיין פאטער וואס האט עס געהערט פון מיין ראש ישיבה, הגרמ״מ שפרן שליט״א, בשעת כ׳האב געלערנט ביי אים]! דעריבער לערנען נישט די בחורים, דעריבער, האט מען מאוויס וכו׳ וגו׳. אבער דעם פראבלעם וואס איז שוין אויך איבער 20 יאר אלט, וויל מען נאך נישט אנערקענען.
פארוואס נישט, ווייל טעכנאלאגיע קען מען באשולדיגן די עלטערן, עסדי קארדס זענען כמובן אויך די עלטערן שולדיג [די תוכן פון די עסדי קארדס באקומען זיי אין ישיבה - נישט אינדערהיים, כמובן].
אבער דער איינער פראבלעם, דער יסוד פון אלע פראבלעמען, מוז מען זיך אליינס באשולדיגן. דאס גייט נישט געשען.
הרב קעפעטש, דרייט אויס דעם דאשיק, און הייבט אן צו רעדן צו די ריכטיגע אוידיענץ.
ס'איז דיר עפעס אריין אין קאפ 20 יאר צוריק צו שרייען עפעס און נעבעך אלע מחנכים האבן דיר אויסגעלאכט, נישט וויסנדיג אז דיין פקחות שטייגט זיי אלע איבער.
און ביסט נאך אלץ סטאק מיט דעם מורא'דיגן געדאנק. נישט מער און נישט ווייניגער, היינט איז אלעס די זעלבע ווי 20 יאר צוריק..