Re: אומאן ראש השנה תשפ''א לאור המצב
או יאמר א שטורעם אין א גלעזל וואסער
והאחרון הכביד: אייוועלט תש20
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
KOLAK האט געשריבן: דאנקע
להודיע האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ברסלב 2020;
מ'טענה'ט זיך, מ'שרייט צוריק, מ'לאזט זיך נישט פארשעמט ווערן...
הערטס מיר גוט אויס, די אלע ניקס דא אויף דיפענס מאוד רעפרעזענטירן בכלל נישט דאס וואס מיר קענען ברסלב לדורותיהם
כ'רעד נישט פון די חלק אז ס'איז א אומזינסטע קאמפלעקס, גורליע אויפן אקסל אפעקט, קיינער לאכט נישט קיינער מיינט ענק נישט, מ'זאגט א ווערטל וזהו. די הימל פאלט נישט אראפ. כ'רעד אויך נישט פון די חלק אז אייער ווילדע רעאקציעס איז פשוט און גראד פרי אינטערטעימענט פאר כלל קוראי אייוועלט, אדרבה גייטס אן...
כ'רעד בלויז פון דעם אז אפילו עטס זענטס מחליט בהחלטת זאב וכבש אז יעדער מיינט ענק אינטערצירייסן און יעדער איז נאר דא אפצילאכן פון ענק, וואלטן ענק אלץ טרייע ברסלב'ער חסידים דאס געזאלט אננעמען באהבה ובשמחה און נישט צוריקענטפערן. גענוי אזוי ווי אנ"ש האבן לדורותיהם געשוויגען...
ביודעי ומכירי קאמינא, דורכגעווייקטע ברסלבער אינגעלייט וואס ליינען דא אויף אייוועלט און הייבן נישט אן צי פארשטיין. וואס עטס. ווילטס.
במילא זאלט עטס נאר וויסן אז עטס זענטס פון עפעס א אנדערע ברסלב וואס מיר קענען בכלל נישט, (וואס אגב זענען בכלל נישט געווען ביים בעלארוסע גרעניץ.)
א גמר חתימה טובה
ס'איז ענדערש אייוועלט 2020, ווי יעדע נארישע אשכול און יעדע סאבדזשעקט ווערט פארוואנדלט אין א געשלעג מיט פערזענליכע סענטימענטן. מ'טענה'ט זיך, מ'שרייט צוריק, מ'לאזט זיך נישט פארשעמט ווערן...
ס'איז דער מנהג המקום, ואין משנים ממנהג המקום.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ברסלב 2020;

בפשיטות האט געשריבן:סטאוו יא פיטא האט געשריבן: ברסלב 2020;
כבוד הרב סטאוו..
קודם כל ווער איך משוגע פאר דיין פעדער.. די שרייבסט ווי א פראו!!
צום פוינט.. קענענדיג פונדענאנט א שיינע טייל פון די ברסלב'ע געמיינדע וואלט איך נישט מודה געווען בכל דבריך, אבער א מודה במקצת בין איך זיכער יא מיטן נקודה אז א דורכגעווייקטע ברסלבער אינגערמאן וואס גייט אין רבי'נס וועגן וואלט עס גאדארפט מקבל זיין באהבה ובשמחה אין שווייגען. אין אודאי נישט קומען דא אין מאכן וויכיחים. אין אויב יא דארף ער וויסן קלאר אז דאס איז אויסדריקלעך סתם אינטערטעימאנט פאר די ליינער..
אבער למעשה ליינעדיג די פריעדיגע צענדליגער בלעטער, אין זייענדיג היבש מלומד אין די ברסלבער שפראך, וואס איז לכולו עלמא א טריט פאראויס פון אלע חסידות'ער בזמנינו, בינעך נישט אזוי זיכער אז זייערע סיפורים וועלן אזוי נתקבל ווערן אל הקוראי אייוועלט, אין נאכדערצו אויב האט איינער געטוהן אביסל געוואקטע שריט איבערצוגיין א גרעניץ וכדומה האט עס א שטארקע שאנס שארף פארדאמט צו ווערן כדרכו של אייוועלט2020.
אדרבה בליק אביסל דורך די פריעדיגע בלעטער, אדער ברענג גאר ארויף דא א סיפור התקרבות אין העמיר זעהן אויב דער עולם העט נישט שרייען "עקסטרעמיזאם" אויף היי לעוועל.
טעות לעולם חוזר, אפשר בין איך זיך טועה אבער אויבן אויף איז דאס מיין בליק. איך האב א שטיקל הסבר פארוואס ס'איז אזוי, אי"ה אין א צווייטער געלעגענהייט.
נאכמאהל א תגובה פון סטאוו איז א מחי' צו לעזן... א גמר חתימה טובה
שיעלע בהמה האט געשריבן: ווילסט זיך בעסער מסביר זיין וואס דו מיינסט מיטן שרייבן אז ברסלב איז א טריט פאראויס פון אלע חסידותער בזמנינו
-----
נאכדעם איז א שמוס פאר זיך אויב סאטמאר/נייטרא/קראסנא/צעהלים/ווין/שאפראן זענען בכלל חסידותער
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שיעלע בהמה האט געשריבן: ווילסט זיך בעסער מסביר זיין וואס דו מיינסט מיטן שרייבן אז ברסלב איז א טריט פאראויס פון אלע חסידותער בזמנינו
-----
נאכדעם איז א שמוס פאר זיך אויב סאטמאר/נייטרא/קראסנא/צעהלים/ווין/שאפראן זענען בכלל חסידותער
כ'וויל דיר ענטפערן. אבער כ'מיז קודם וויסן אויף זיכער אז דו פרעגסט ווייל דו ווילסט טאקע פארשטיין און נישט סתם ווייל ס'שמעקט דיר נישט (ובכן וועט קיין שום הסבר נישט מעלה ומוריד זיין סייווי, טו פארוואס סתם ציען א ויכוח? אויב ווילסטו טאקע פארשטיין זיי געווארנט אז דו וועסט ווארשיינלעך ווערן א ברסלבער... איך האב דיר געווארנט)
אלט מאנרא האט געשריבן:ברוינע באנאנע האט געשריבן:גרינוויל תושב האט געשריבן:גרינוויל תושב האט געשריבן: ברוך השם, מיין ברודער איז היינט אנגעקומען קיין אומאן פון בעלארוס
קוק וואס כ'האב געשריבן ערב יו״ט
יעצט מעג מען שוין וויסן וויאזוי ער האט עס געמאכט?
געהערט א גאנצע חברה זענען געפארן דאריך די וואסער פון בעלארוס בלא דרך פארשטייט זיך.....
שיעלע בהמה האט געשריבן:בפשיטות האט געשריבן:שיעלע בהמה האט געשריבן: ווילסט זיך בעסער מסביר זיין וואס דו מיינסט מיטן שרייבן אז ברסלב איז א טריט פאראויס פון אלע חסידותער בזמנינו
-----
נאכדעם איז א שמוס פאר זיך אויב סאטמאר/נייטרא/קראסנא/צעהלים/ווין/שאפראן זענען בכלל חסידותער
למשל זיי זענען גרייט צו טוען פאר זייער רבי אסאך מער ווי סיי וועלכע אנדערע חסיד וואלט געטוען פאר זיין רבי.
-----
איך רעדט פון גור/בעלזא/וויזניץ וכדומה להם.
בדרך כלל, פון וועלכע פלאץ קומט עס? פון א געזונטע?
(כרעד פון איינער וואס שטאמט פון א צווייטע סארט בעקגראונד און קומט פון געזונטע עלטערן)
נאך א נקודה, וואס איז ברסלב דיך מחייב? אפאר הויעכע טעג א יאר פון רייסן פון זיך שטיקער?
איך כאפ אסאך ענדערש התפעלות פון איינער וואס שטייט אויף יעדן טאג פון יאר אן קיין אויסנאם 5:30, און איז נישט אויף קיין ליל שישי'ס אדער חצות בימי השובבים.. ודי
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:שיעלע בהמה האט געשריבן:בפשיטות האט געשריבן:שיעלע בהמה האט געשריבן: ווילסט זיך בעסער מסביר זיין וואס דו מיינסט מיטן שרייבן אז ברסלב איז א טריט פאראויס פון אלע חסידותער בזמנינו
-----
נאכדעם איז א שמוס פאר זיך אויב סאטמאר/נייטרא/קראסנא/צעהלים/ווין/שאפראן זענען בכלל חסידותער
למשל זיי זענען גרייט צו טוען פאר זייער רבי אסאך מער ווי סיי וועלכע אנדערע חסיד וואלט געטוען פאר זיין רבי.
-----
איך רעדט פון גור/בעלזא/וויזניץ וכדומה להם.
בדרך כלל, פון וועלכע פלאץ קומט עס? פון א געזונטע?
(כרעד פון איינער וואס שטאמט פון א צווייטע סארט בעקגראונד און קומט פון געזונטע עלטערן)
נאך א נקודה, וואס איז ברסלב דיך מחייב? אפאר הויעכע טעג א יאר פון רייסן פון זיך שטיקער?
איך כאפ אסאך ענדערש התפעלות פון איינער וואס שטייט אויף יעדן טאג פון יאר אן קיין אויסנאם 5:30, און איז נישט אויף קיין ליל שישי'ס אדער חצות בימי השובבים.. ודי
דער ודיצים סוף פון דיינע ווערטער זאגט מיר שוין אלעס.
איני רואה די למבין או די למשכיל רק דל כפשוטו דל הדלות בדלותו
אויפן שפיץ גאפל, פון דיין תגובה זעהט מען אז איר האט נאך נישט באטראטן דעם שוועל פון ברסלב, ניטאמאל בטעות, אלץ איינער וואס האט שייכות קיין ברסלב אבער דאך נישט קיין עמטליכער ברסלבער, אלץ איינער מיט א אנדערע בעקגראונד און קומט פון געזינטע עלטערן (אזוי געזינט אז ניטאמאל שפיר איך זיך געטשעלענדשט ווען א צווייטער זאגט מיר אז זיין וועג איז מיט א טריט פאראויס ווי מיינס... ודי) אלס איינער וואס האט שוין בודק געווען און נאכגעגאנגען פון דערנאנט מערסטנס מהלכים און דרכים אין חסידות'ער איבער די גארער וועלט, קען איך דיר זאגן בברירות אז נישטא נאך א פלאץ וואס איז אזויפיל מחייב ווי ברסלב. נישטא נאך א פלאץ וואס איז מורה דרך דעם מענטש צים קלענסטן פרט אין זיין טאג טעגליכע לעבן ווי אין ברסלב.
איז קלאר אז דיינע קלארע תגובות דא זענען געשריבן מחמת חסרון ידיעה, און דערפאר ענדיג איך דער שמועס דא. גח"ט
----
געהאקט, בין איך שוין צימישט.
לכאורה האט געשריבן: בלויז א דערמאנונג: דער אשכול איז בלויז אפן צו הערן די איבערלעבענישן פון אונזערע חברים וואס האבן געמאכט דעם שווערן וועג מהכא להתם און צוריק
אלע אנדערע שמועסן און זינלאזע דעבאטעס, באלאנגען בכלל נישט אויף אייוועלט
גרינוויל תושב האט געשריבן: מיין ברודער איז אריין אן א סטעמפ, ארין געשווערצט דורך די וואלד און די וואסער, פאר אפאר הינדערט דאלער האט ער באקימען נאך ראש השנה א אוקריינישע סטעמפ און ער איז געהעריג צוריק אריין געגאנגען אין בעלארוס
KOLAK האט געשריבן: שלא מן הענין
וויזוי הייסט די ספר הזכרונות פון ר' יעקב חיים ז"ל?
KOLAK האט געשריבן: אבער דעם האב הורוויץ'ס נסיעה / תפיסה קען איינער אהערברענגען?
גמח"ט ושנת גאולה וישועה
maybeeynot האט געשריבן:גרינוויל תושב האט געשריבן: מיין ברודער איז אריין אן א סטעמפ, ארין געשווערצט דורך די וואלד און די וואסער, פאר אפאר הינדערט דאלער האט ער באקימען נאך ראש השנה א אוקריינישע סטעמפ און ער איז געהעריג צוריק אריין געגאנגען אין בעלארוס
צי וואס האט ער געדארפט די סטעמפ בעלארוס וואלט אים נישט אריין געלאזט אנדעם?
ברוינע באנאנע האט געשריבן:maybeeynot האט געשריבן:גרינוויל תושב האט געשריבן: מיין ברודער איז אריין אן א סטעמפ, ארין געשווערצט דורך די וואלד און די וואסער, פאר אפאר הינדערט דאלער האט ער באקימען נאך ראש השנה א אוקריינישע סטעמפ און ער איז געהעריג צוריק אריין געגאנגען אין בעלארוס
צי וואס האט ער געדארפט די סטעמפ בעלארוס וואלט אים נישט אריין געלאזט אנדעם?
צי וואס האט ער געדארפט ציריק גיין קיין בעלארוס?