געליינט די בלוט בלבול אין ראגוזא אין די שרייבער, עס איז איינס אין דער וועלט!!! קוקט אויס גע'גנב'עט פון עפעס א פארצייטישער צייטונג.. דעי פארצייטישע זאפט וואס גיסט זיך דערפון...
ייש"כ די מעשיות שטארק צוניץ געקומען דעם פארגאנגענעם פסח, חוה"מ געהאט וואס צו דערציילן פאר די קינדער ביי די סעודות.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
Ban Mazel האט געשריבן:
איך האב עס שוין איינמאהל געלייגט אויף א אנדערע פלאץ מיט א אנדערע ניק, איך לייג עס איבער ווייל דא איז די פלאץ פאר דעם. עלילת דם אין ראגוזא די שטאט ראגוזא
....
און די אידן האבן פרייער אבגעאטעמט! כן יאבדו כל אויבך ה'
איך האב עס שוין איינמאהל געלייגט אויף א אנדערע פלאץ מיט א אנדערע ניק, איך לייג עס איבער ווייל דא איז די פלאץ פאר דעם. עלילת דם אין ראגוזא די שטאט ראגוזא כן יאבדו כל אויבך ה'
ווי עס איז באקאנט פלעגט דער סאטמאר רבי זי"ע מצמצם זיין מיט די אורחים ביים סדר נאכט, און טראץ דעם וואס יעדן שבת און יו"ט פלעגן עסן ביים רבי'ן אין שטוב(אין זיין ביהמ"ד פון זיין דירה)ארום פופציג זעכציג אורחים, אבער ווען עס איז געקומען פסח ביינאכט ביים סדר, פלעגט דער רבי אליין האבן די רשימה און האט מצמצם געווען די צאל אורחים, און ווער עס האט געוואלט האבן די זכי' צו זיין ביים רבי'נס סדר האט געדארפט בעטן רשות פון רבי'ן אליין צו זיין ביים סדר. געווען איז דאס אין די בראשית יארן פון אמעריקא, ווען די אורחים זענען עפ"י רוב געווען יתומים מאב ואם ר"ל, וועמען זיי האבן פארלוירן אין די קריג, זיי זענען געבליבן בלי משען ומשענה, די פלעגן עסן ביים רבי'ן שבתים און ימים טובים, דער רבי זי"ע פלעגט צו זארגן פאר זיי ווי א טאטע פאר א קינד, אבער, ווי געזאגט, דוקא פארן סדר פסח ביינאכט פלעגט דער רבי בעטן די אורחים זיי זאלן זיך זוכן ערגעץ וואו זיך מסדר צו זיין אויף יו"ט. עפ"י רוב פלעגט דער רבי פרעגן די אורחים אויב זיי האבן נישט קיין אנדערע קרובים וואו צו זיין אויף פסח. איז געווען דעמאלטס א בחור א יתום מאב ואם וועלכער איז געקומען בעטן פון רבי'ן אז ער וויל זיין ביים רבי'נס סדר נאכט. "וואו ביזטו געווענליך יעדן יו"ט?" האט אים דער רבי געפרעגט. "איך גיי מזמן לזמן צו א קרוב אין די איסט-סייד", האט דער בחור געענטפערט. "נו, אפשר גייסטו אויף פסח אויך צו דעם קרוב?" האט דער רבי געזאגט פאר דעם בחור. האט דער בחור אזוי געטאן ווי דער רבי האט אים געהייסן, און ער האט זיך איינגעארדענט צו זיין די ערשטע טעג פסח ביי דעם קרוב אין די איסט-סייד. עס איז געקומען ערב יו"ט און דער רבי איז דורכגעגאנגען די ליסטע פון די אורחים, דער רבי זי"ע האט זיך פלוצים דערמאנט פון דעם בחור וואס ער האט אים געהייסן זיין ביי זיינס א קרוב אין די איסט-סייד, דא האט דער רבי זיך דערמאנט, אז דער פאטער פון דעם בחור איז געווען פון די גרויסע קעגנער אויפצונעמען דעם רבי'ן אלס רב אין די שטאט סאטמאר, דאס האט פארן רבי'ן נאכמער וויי געטאן, אז ער האט אפגעזאגט דעם בחור פון צו זיין ביי אים ביים, סדר, דער בחור וועט דאך אוודאי קלערן, אז די סיבה פארוואס דער רבי וויל אים נישט האבן, איז צוליב דעם וואס דער רבי פירט חשבונות אלס נקמה וועגן זיין טאטנס מעשים. עס איז שוין געווען ערב יו"ט נאכמיטאג, דער רבי האט געהאט גרויס עגמת נפש אז ער האט ח"ו וויי געטאן פאר דעם בחור, "וואסערע שמחת יו"ט וועט שוין דער בחור האבן, נאכדעם וואס איך האב אים אוועקגעשיקט", האט דער רבי זי"ע געזאגט פאר זיינע מקורבים. דער רבי האט געוואוסט אז עס קומען אריבער יו"ט בייטאג אידן פון דער איסט-סייד צום דאווענען אין רבי'נס ביהמ"ד, וועט ער שוין שיקן א שליח צום בחור ער זאל קומען אויף די צווייטע סדר נאכט. עס האט דעמאלטס געוואוינט אין די איסט-סייד הרה"ח ר' ליפא יאקאבאוויטש, ער איז געקומען ערב יו"ט פארנאכטס צום רבי'ן קיין וויליאמסבורג, צום דאווענען מערבית און הערן הלל פון רבי'ן, נאכן דאווענען ביים "גוט יו"ט" זאגן פארן רבי'ן, האט דער רבי געבעטן פון ר' ליפא'ן: "דו גייסט דאך יעצט אהיים קיין איסט-סייד, טו מיר א טובה און גיי אריבער צו דעם בחור צו זיין אכסניא און זאג אים, אז מארגן ביינאכט זאל ער קומען צו מיר צום סדר". ר' ליפא האט געטראכט ביי זיך, אז עס ווערט דאך שפעט און אויף היינט נאכט איז דאך שוין סייווי נישט קיין נפקא מינא, האט ער געענטפערט פארן רבי'ן "אפשר קען איך אים דאס זאגן מארגן צופרי, ווייל איך האב נאך א לאנגן וועגן אריבער צו גיין די בריק, און איך וויל נאך אניאגן צו עסן דעם אפיקומן פאר חצות, און סייווי איז עס דאך פאר היינט נאכט שוין נישט נוגע". "איך וואלט דיך געבעטן, אז פונדעסטוועגן זאלסטו גיין צו אים נאך היינט נאכט פארן סדר, ווייל עס איז מיר זייער שווער זיך צו זעצן צום סדר, ווען איך ווייס אז א איד האט אויף מיר א שווער הארץ, בעט איך דיך, דו זאלסט אים דאס נאך היינט נאכט פארן סדר פארשטענדיגן, און אזוי וועט דער בחור אויך האבן א שמחת יו"ט". (זכר צדיק לברכה)
דער סדר פון 'איטשע שיכור' געמאכט א גרויסע רושם אין הימל. דער הייליגע חוזה פון לובלין זצ"ל האט איין יאר נאכן סדר געשפירט א מורא'דיגע דערהויבענקייט, און הייליגקייט, פון הימל האט מען אים אבער אנטפעלעקט אז דער סדר פון 'איטשע' פון לובלין האט נאך געמאכט אסאך א גרעסערע רושם אין הימל ווי זיין סדר, דער חוזה איז געווארן זייער פארוואונדערט, ווייל ער האט נישט געקענט קיין שום איד אין לובלין מיט דעם נאמען ר' איטשע, וואס ער זאל זיין א איד מיט אזאלכע הויעכע מדריגות אז אין הימל זאל זיין סדר מאכן נאך א גרעסערע רושם פון זיין סדר. אינדערפרי האט דער הייליגער חוזה געבעטן פון זיינע חסידים אז זיי זאלן ארום גיין אין שטאט און אויף זוכן אלע ר' איטשע'ס און זיי אהער ברענגען, ווען מען האט געברענגט צום חוזה אלע ר' איטשע'ס האט ער נישט געזעהן ביי קיינעם פון זיי אז איינער זאל זיין אזא בעל מדריגה וואס פון אים האט מען גערעדט אין הימל, האט דער חוזה ווייטער געפארשט צו עס איז נישט דא נאך א איד מיטן נאמען ר' איטשע דא אין שטאט, האט מען אים געזאגט אז יא! עס איז דא א איד וואס הייסט איטשע ער וואוינט ביים עק פון שטאט, ער איז א שיכור, ער טרינקט יעדן טאג, האט דער חוזה באפוילן אז מען זאל אים אהער ברענגען. ווען איטשע שיכור איז אנגעקומען צום חוזה, האט דער חוזה גלייך געזעהן אז עס לייכט א קדושה אויף זיין פנים, האט אים דער חוזה געזאגט: איך בין אויף דיר גוזר אז די זאלסטמיר דערציילן וויאזוי די האסט געפירט דיין סדר נעכטן נאכט. האט ר' איטשע אנגעהויבן שטארק צו וויינען זאגענדיג אז ער זעהט אז דער רבי זעהט שוין סייווי מיט וואספארא נידריגקייט ער האט געפירט זיין סדר, ער האט זיך זייער געשעמט צו זאגן וואס עס האט פאסירט, אבער וויבאלד דער חוזה האט אויף אים גוזר געווען אז ער מוז דערציילן האט ער דערציילט ווי פאלגענד: איך האב זייער ליב צו טרינקען וויין, און צו שיכור'ן, און טאקע דערפאר רופט מען מיר 'איטשע שיכור', ערב פסח האט זיך מיין ווייב געבעטן ביי מיר אז אזוי ווי אין אלע אידישע שטובער זיצען די טאטעס מיט זייער משפחות און פירן די שיינע סדרים, זאל איך דאס יאר נישט טרינקען, און אויך פירן א סדר מיט מיינע קינדער, איך האב איר צוגעזאגט אז איך וועל מיר איינהאלטן פון טרינקען. אבער ווען עס איז געווארן ביינאכט האב איך מיר שוין נישט געקענט מער איינהאלטן, איך האב געבראָכן מייין צוזאג, און זיך גענומען טרינקען, איך האב אזויפיל געטרינקען ביז איך בין איינגעשלאפן אין א טיפע שיכור'דיגן שלאף. נאך לעכט צינדן האט מיין ווייב פרובירט מיר צו ערוועקן פון מיין טיפן שלאף, אבער זי האט מיר בשום אופן נישט געקענט ערוועקן, שפעטער ווען זי האט געזעהן ווי אלע מענער קומען שוין אהיים פון שוהל, יעדער מיט א פרייליכע גוסטע האט זי נאכאמאל פרובירט מיר צו ערוועקן זאגענדיג: איטשע קוק ווי אלע אידישע קינדער הייבן שוין אן דער סדר מיט זייערע משפחות, שטארק זיך און שטיי אויף, לאמיר אויך מאכן די סדר! אבער איך בין אזוי טיף געשלאפן אז זי האט מיר נאכאלץ נישט געקענט ערוועקן, יעדע שעה האט זי נאכאמאל מיר פרובירט צו דערוועקן, אבער עס איז איר נישט געלונגען, ווען זי האט געזעהן אז עס ווערט שוין שפעט האט זי אליין געמאכט די סדר לויט וויסאך זי האט געקענט, און ווען זי האט גענדיגט די סדר האט זי אפגערוימט די טיש און זיך געלייגט שלאפן. נאך חצות ווען די לעכט האבן זיך שוין אויסגעברענט און עס איז געווארן שטארק פינסטער אין שטוב, האב איך מיר אויף געוועקט פון מיין שיכור'דיגן שלאף, און איך האב מיר דערמאנט אז עס איז פסח ביינאכט, און איך בין פארשלאפן דעם סדר צוליב מיין שיכרות, עס האט מיר זייער ווי געטוהן, עס האט מיר אין מיין הארץ ערוועקט גרויס חרטה און צער אויף וואס איך האב דא געטוהן, פארוואס איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן פון טרינקען, אבער אזוי ווי עס איז געווען אזוי פינסטער אין שטוב, איז שוין נישט געווען מעגליך צו פירן דארט די סדר, בין איך ארויס אינדרויסן צו זעהן אויב איך קען נאך גיין צו א שכן און דארט מיטהאלטן ד סדר, אבער עס איז שוין געווען אזוי שפעט אז יעדער איז שוין געשלאפן און איך האב נישט געהאט צו וועם צו גיין. איך בין צוריק אריין אין שטוב מיט א צובראכן הארץ און מיט גרויס עגמת נפש, איך האב אנגעהויבן צו טאפן אויפ טיש צו עס ליגט נאך דארט א שטיקל מצה און מרור, כדי איך זאל כאטש אזויפיל טוהן, און מקיים זיין די הייליגע מצות פון די נאכט, ווייל די הגדה האב איך דאך נישט געקענט זאגן אויסעווענדיג, אבער איך האב גארנישט געפינען אויפן טיש אויסער איין באטל וויין, האב איך אנגעהויבן שטארק צו וויינען, און איך האב גענומען די פלעשל וויין אין מיין האנט, און איך האב זיך געוואנדן צום אייבערשטן מיט טרערן, רבונו של עולם, די ווייסט דאך וואס עס טוט זיך אין די טיפענישן פון מיין הארץ, די ווייסט דאך אז איך האב אינ'אמת'ן געוואלט פירן א סדר ווי אלע אידישע קינדער, נאר וואס זאל איך טוהן אז איך איטשע דער שיכור האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, אבער יעצט האב איך שטארק חרטה, איך וואלט יעצט זייער שאטרק געוואלט פירן א סדר, אבער וואס זאל איך טוהן אז מיין הויז איז פינסטער און איך טרעף נישט מער ווי איין באטל וויין, רבונו של עולם, איך גיי טרינקען דעם פלעשל וויין פארן כבוד פון דיין גרויסןנאמען, און דאס זאל זיין גערעכענט ווי איך וואלט געגעסן די מרור, געטרינקען די ד' כוסות, און מקיים געווען אלע מצות פון די נאכט. מיט גרויס געוויין האב איך אויסגעטרינקען די פלעשל וויין, און איך האב מיר געלייגט שלאפן. אזוי האט ר' איטשע פארציילט פארן חוזה, האט דער הייליגער חוזה פארשטאנען אז אט איז ער טאקע דער ר' איטשע וואס האט געמאכט אזא רושם, אז דאס אויסגעטרונקען די פלעשל וואס ר' איטשע האט אויסגעטרינקען מיט אזא צובראכענע הארץ, דאס האט געמאכט אין הימל נאך א גרעסערע רושם ווי דער סדר פון די חוזה.