ספורי צדיקים לחג הפסח
ווי באקאנט האט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע זייער שטארק געוואלט פאהרען קיין ארץ ישראל. פון הימעל האט מען דאס נישט צוגעלאזט. און א געוויסע יאהר האט ער נאכאמאהל פרובירט צו פארען קיין ארץ ישראל. אינמיטען זיין נסיעה, וואס איז פינקט אויסגעקומען פאר פסח, האט ער וועגען געוויסע שטערונגען געדארפט פארבלייבען אין דער שטאט קאנסטאנטינאפעל.
דארט אין יענע שטאט, האט מען נישט געוואוסט פונ'ם גרויסקייט פון דעם הייליגען בעל שם טוב. צוליב דעם האט איהם קיינער נישט ספיציעל באמערקט, אין ער האט נישט באקומען קיין איינלאדענונג צום סדר. דער הייליגער בעל שם טוב איז בכלל נישט געווען באזארגט. ער איז רואיג געגאנגען אין בית מדרש און זיך געזעצט לערנען.
די גרויסע צדיקת אדל וואס איז מיטגעפארען מיט'ן הייליגען טאטען, איז יא געווען באזארגט, ווייל דער יום טוב פסח איז שוין באלד דא, און עס איז נישט דא ווי איינצושטיין. אפילו קיין פרוטה איז אויך נישט געווען צו קענען איינקויפען אויף יום טוב. זי האט זיך זייער שטארק צעוויינט.
זי האט גענומען איר פאטער'ס העמד צום טייך אויסצוואשען, טראכטענדיג אז כאטש א ריין העמד זאל זיין אויף יום טוב. בשעת זי האט געוואשען דעם בגד, האט זי מתפלל געווען צום רבונו של עולם, אז זיי זאלען געהאלפען ווערען.
עס איז אדורך געגאנגען א גביר און באמערקט ווי זי וויינט, האט ער איר געפרעגט: "וואס האט מיט אייך פאסירט?". האט זי פארציילט זייער גאנצע פארלעגענהייט, ווי אויך וועגען דעם גרויסקייט פון איר הייליגען טאטען.
דער גביר האט איר בארואיגט, זאגענדיג: "ביי מיר וועט איר זיין אויף יום טוב, און עס וועט אייך גארנישט פעלען", אויך האט ער איר איבערגעגעבען זיין אדרעס.
דער צדיקת אדל איז באלד געלאפען אין בית מדרש פארציילען איר פאטער אז זיי האבען שוין ברוך השם ווי צו זיין אויף יום טוב.
ערב פסח איז דער בעל שם טוב מיט זיין טאכטער אריבער צום גביר אין שטוב. דער גביר האט איהם זייער פריינטליך אויפגענומען. ער האט איהם געוויזען ווי זיין שלאף צימער געפינט זיך. דער הייליגער בעש"ט איז זיך געגאנגען אביסעל צולייגען.
עס איז שוין געווארען שפעט און מען האט שוין געדארפט גיין אין שוהל דאווענען. דער גביר איז אריין אין צימער, אויפצווועקען זיין גאסט. ווי ערשטוינט איז ער געווען, זעהענדיג ווי אינמיטען שלאף גיסען זיך טייכען טרערען פון זיינע הייליגע אויגען.
א וויילע שפעטער האט זיך דער הייליגער בעש"ט אויפגעכאפט, און מיט א ברען געזאגט: "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו". דערנאך זענען זיי געגאנגען צום דאווענען.
מען איז אהיים פון שוהל פרייליך. דער בעש"ט האט געפירט דעם סדר אויף גאר א הייליגען שטייגער. דער עושר האט פארשטאנען אז דא זיצט פאר איהם א גרויסע צדיק.
ווען מען איז אנגעקומען צו די ווערטער "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו", האט דער הייליגער בעש"ט זיך זייער שטארק צופייערט. מיט גרויס פרייד האט ער דאס איבערגע'חזר'ט עטליכע מאהל.
ווען זיי האבען געענדיגט די הגדה האט זיך דער בעש"ט אנגערופען: "ברוך השם אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפען און ער האט איבערגעדרייט טרויער צו פרייד". ער האט אנגעהויבען דערציילען וואס דא האט פאסירט.
דא אין קאנסטאנטינאפעל, האט אמאהל געוואוינט דער טערקישע קעניג. ער איז געווען א אוהב ישראל. זיין יועץ איז געווען א יוד מיט'ן נאמען ר' משה. קיין זאך האט ער נישט געטוהן אהן זיך דורכרעדען מיט איהם.
ווען דער קעניג איז געשטארבען, האט זיין זון איבערגענומען דער מלוכה. דער זון איז אויך געווען א אוהב ישראל. אויך ער האט גארנישט געטוהן אהן דער עצה פון זיין ראטגעבער ר' משה.
צווישען די יועצים איז געווען א גוי'שע אנטיסעמיט, וואס האט נישט פארגינט אז א יוד זאל זיין אזוי גרויס. כסדר האט ער געזוכט עצות איהם שלעכטס צו טוהן.
איינמהאל, איז איהם אייגעפאלען א פלאן. ער האט געזאגט אז עס וואלט געפאסט אז דער קעניג זאל ארומגיין אין דעם גאנצען לאנד, כדי אז יעדער זאל אנערקענען דער נייע מלך, און איהם באגריסען.
דער יועץ האט אויסגערעכענט אז דער קעניג זאל אנקומען צום יודישען געגענט פונקט פסח ביינאכט, ווען אלע יודען זיצען ביים סדר. אזוי וועלען זיי נישט באגריסען דעם קעניג. און דער יועץ וועט קענען אויספירען זיין בייזען פלאן.
דער קעניג איז טאקע ארויס אויף א שפאציר. ווען ער איז אנגעקומען צו די יודישע גאס, האט ער געזעהן אז די יודען קומען איהם נישט אנטקעגען. ער האט זיך זייער געוואונדערט.
דער יועץ האט זיך גלייך אנגערופען: "קוק ווי די יודען זיצען ביי זיך אין דער היים, און זיי פראווען גרויסארטיגע סעודות, און פון דיר מאכען זיי זיך גארנישט וויסענדיג".
דער קעניג איז טאקע זייער באליידיגט געווארען, און געפרעגט דעם גוי'שע יועץ: "ווי אזוי דארף מען יעצט באשטראפען די יודען פאר דעם?".
דער יועץ האט אויסגענוצט דעם געלעגענהייט און געזאגט צום קעניג: "דיין גוטע יועץ ר' משה העצט זיכער אהן די יודען, איהם דארף מען הענגען, און אלע יודען דארף מען פארטרייבען פון דעם שטאט".
דער קעניג האט זייער געפעלען די עצה, און באלד איבערגעגעבען זיין זיגעל רינגעל צום יועץ, אויסצופירען זיין רשעות'דיגע אקציע.
ווען דער קעניג איז אהיימגעקומען, האט ער פארציילט פאר זיין אלטע מאמען וואס עס איז דא געשעהן. ווען זי האט דאס געהערט, האט זי אויסגעבראכען אין א ביטער געוויין און געזאגט: "ווייסטו דען נישט אז די אלע וואס הייבען זיך אהן מיט די יודען האבען א ביטערען סוף? ווייסטו דען נישט וואס עס האט פאסירט מיט עמלק, המן, סנחרב, און נבוכדנצר, און אלע וואס האבען פרובירט צו טשעפענען מיט די יודען? די יודען זענען א גוט פאלק. דאס איז זיכער געווען א בלבול פון דיין שלעכטען יועץ".
שפעט אינמיטען נאכט, האט דער קעניג געשיקט רופען ר' משה. ער האט איהם פארציילט דער גאנצער מעשה, און געבעטען א עצה, ווי אזוי מען דרייט זיך ארויס פון דער שלעכטע גזירה, נאכדעם וואס ער האט שוין ארויסגעגעבען דעם רינגעל צו דעם שלעכטען יועץ.
ר' משה האט זיך נישט פארלוירען, טראכטענדיג אז היינט איז דאך "ליל שימורים". דער באשעפער וועט זיי זיכער נישט פארלאזען. נאך אפאהר מינוט טראכטען, האט ער זיך אנגערופען: "מארגען אינדערפרי, ווען דער יועץ וועט אנקומען, זאל מען איהם גלייך באפאלען אז ער האט גע'גנב'עט דער קעניגס רינגעל".
אזוי איז טאקע געווען. מען האט געפונען דעם רינגעל ביים גוי'שע יועץ. מען האט נישט געמאכט קיין פארשונגען, נאר מען האט איהם באלד געהאנגען. אזוי זענען די יודען געראטעוועט געווארען פון א ביטער גזירה.
דער בעל שם טוב האט געענדיגט זיין ערציילונג און געזאגט: "ווען איך האב געוויינט אינמיטען שלאף איז דאס געווען צוליב דעם קטרוג וואס האט געהאנגען אויף כלל ישראל. ברוך השם אז מען האט גע'פועל'ט א ישועה".
יום טוב אינדערפרי, ווען ר' משה איז אהיים געקומען, נאכדעם וואס מען האט געהאנגען דעם רשע, איז ער פונקט אדורך געגאנגען דעם הויז פון דעם גביר. ווען דער הייליגער בעל שם טוב האט איהם דערזעהן, האט ער ארויסגעשריגען פון פענסטער: "גוט יום טוב ר' משה. יא, דער אייבערשטער האט געברענגט א ישועה צו זיין פאלק, און דו ביסט געווען דער גוטער שליח. אמת, "לעושה נפלאות גדולות לבדו כי לעולם חסדו".