מען קען זיך שוין זעצן צום סדר: דער הייליגער אמרי חיים זי"ע האט זיך אמאהל אנגערופן, מיט זיין הייליגער עניוות: "עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, אז א מענטש דארף זיך מקדש ומטהר זיין און זיך צוגרייטן צום הייליגן יום טוב. איך אבער מיט וואס האב איך זיך צוגעגרייט צום הייליגן יום טוב פסח".
א וויילע שפעטער האט ער אויסגעפירט: "איין זאך בארואיגט מיך, ווייל איך האב געגעבן געלט פאר ארימערלייט אויף מעות חטים. יעצט וועלן זיי זיך קענען זעצן צו א לעכטיגן סדר. מיט דעם זכות קען איך זיך אויך זעצן צום סדר.
דצ"ך עד"ש באח"ב: אין די צייטען וואס די רשעים פלעגן יעדע יאהר אויסטראכטן אויף די יודן בלוט בלבולים (אז די יודן באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט אין זייערע מצות), האט מען אמאהל געצווינגען די יודישע רבנים זיך צו טענה'ן מיט די גלחים, און אויפווייזען ווער עס איז גערעכט. האבן זיך די גלחים אנגערופען: "מיר האבן אן אפענע באווייז אז דאס אלעס איז אמת און די יודן באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט, ווייל זיי זאגן אין די הגדה ווערטער מיט ראשי תיבות: "דצ"ך", - וואס דאס מיינט: "דם צריכים כולנו"! (מיר אלע דארפן האבן בלוט) האבן די רבנים אויף דעם צוריק געענטפערט: "טאקע, די ווערטער זענען ראשי תיבות, אבער זיי מיינען פונקט דאס פארקערטע פון די רייד פון די גלחים! די ווערטער מיינען: "דצ"ך" - "דברי צוררנו כזב" (די רייד פון אונזערע פיינד זענען ליגענד). "עד"ש" - "עלילת דם שקר" (די בלוט בלבול איז שקר), "באח"ב" - "בני אברהם חלילה בזאת" (קינדער פון אברהם אבינו מעגן דאס נישט טוהן, צו עסן בלוט)...
דצ"ך עד"ש באח"ב אין די צייטען וואס די רשעים פלעגן יעדע יאר אויסטראכטן אויף די יודען בלוט בלבולים אז די יודען באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט אין זייערע מצות, האט מען אמאהל געצווינגען די יודישע רבנים זיך צו טענה'ן מיט די גלחים, און אויפווייזען ווער עס איז גערעכט. האבן זיך די גלחים אנגערופען: "מיר האבן אן אפענע באווייז אז דאס אלעס איז אמת און די יודען באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט, ווייל זיי זאגן אין די הגדה ווערטער מיט ראשי תיבות: "דצ"ך", - וואס דאס מיינט: "דם צריכים כולנו"! (מיר אלע דארפן האבן בלוט) האבן די רבנים אויף דעם צוריק גענטפערט: "טאקע, די ווערטער זענען ראשי תיבות, אבער זיי מיינען פונקט דאס פארקערטע פון די רייד פון די גלחים! די ווערטער מיינען: "דצ"ך" - "דברי צוררנו כזב" (די רייד פון אונזערע פיינד זענען ליגענד). "עד"ש" - "עלילת דם שקר" (די בלוט בלבול איז שקר), "באח"ב" - "בני אברהם חלילה בזאת" (קינדער פון אברהם אבינו מעגן דאס נישט טוהן, צו עסן בלוט).
כל מקום שאין מכניסים בו חמץ עס ווערט דערציילט אז איינמאל אין די נאכט פון בדיקת חמץ איז דער הייליגער "אהבת ישראל" זי"ע ארומגעגאנגען אין שטוב מיט גרויס התרגשות, זייענדיג מקיים די מצוה פון בדיקת חמץ, און זיין פנים האט געפלאמט מיט א אור פון קדושה וטהרה. ווען ער האט געענדיגט בודק חמץ צו זיין, האט ער זיך אנגערופן צו הרב החסיד המפורסם ר' מרדכי חָנָה: "נו, יעצט זאלסטו בודק זיין די חמץ וואס ליגט ביי מיר אין הארצן." מיינענדיג ברוב ענותנותו די 'עבירות' פונעם אהבת ישראל. ר' מרדכי חנא האט זיך אבער נישט פארלוירן, און האט גלייך געענטפערט מיטן מאמר המשנה: "כל מקום שאין מכניסין בו חמץ אין צריך בדיקה", אז אין א יעדע פלאץ ווי מען ברענגט דארט נישט אריין קיין חמץ דארף מען נישט בודק זיין...
וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משבח און דער וואס פארמערט צו דערציילן אין די געשעהנישן פון יציאת מצרים דער איז געלויבט, אין דער אמת'ן וואס האבן אונז זיך יעצט צו פרייען מיט דעם וואס אונזערע עלטערן זענען דעמאלט געראטעוועט געווארן, אונז זענען דאך יעצט אין א ביטערן גלות? מ'קען דאס געבן צו פארשטיין מיט א משל, א ארעמאן וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין שטיקל ברויט אין מויל צו נעמען און ער איז געווען א עם הארץ ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאהלן פאר א רבי'ן זאל מיט אים לערנען, האט זיך זיין מזל איבער געדרייט און ער איז זייער רייך געווארן, די ערשטע זאך האט ער זיך געדונגען א רבי'ן א תלמיד חכם זאל אים אויסלערנען די הייליגע תורה און ער האט ברוך השם שטארק מצליח געווען סיי אין לערנען און סיי אין רייכקייט, און יעדע'ס יאר ווען ס'איז אנגעקומען דער טאג וואס ער איז רייך געווארן האט ער געמאכט א יום טוב און געדאנקט דעם הייליג'ן באשעפער פאר די גרויסע חסדים וואס ער האט מיט אים געטוהן, ס'איז אריבער א שטיקל צייט און דער רעדל האט זיך צוריק געדרייט און ער איז נעבעך צוריק ארעם געווארן אזוי ווי פריעהר, אבער ווען ס'איז אנגעקומען דער טאג וואס ער פלעגט מאכן דעם יום טוב האט ער זיך ווייטער געפרייט אפילו ער איז שוין צוריק ארעם געווארן, האבן אים מענט'שן געפרעגט צו וואס פרייסטו דיך יעצט? האט ער זיי גענטפערט מיין געלט האב איך טאקע פארלוירן אבער די חכמת התורה וואס איך האב באקומען דורך מיין רייכקייט איז געבליבן אין מיר, איז די זעלבע מיט אונז, מיר פרייען זיך יעצט מיט יציאת מצרים אפילו אונז זענען יעצט ווייטער אין גלות ווייל דורך יציאת מצרים האבן מיר זוכה געווען צו קבלת התורה וואס דאס וועט אונז קיינמאהל נישט פארלאזן און מיט דעם וועלן מיר אייביג בלייבן, איז וועגן דעם וכל המרבה לספר ביציאת מצרים אפילו אין דעם פינסטערן גלות דערציילט ער די ניסים פון יציאת מצרים איז הרי זה משבח, איז ער געלויבט ווייל ער ווייזט אז ער ווייסט און ער פארשטייט די שמחה וואס מ'דארף האבן וועגן קבלת התורה און עול מלכות שמים. (דברי שאול)
מאכן ד' כוסות מיט מילך ערב פסח איז געקומען א איד צום גאון ר' יאשע בער בריסקער זי"ע מיט א שאלה צו ער מעג יוצא זיין די ארבע כוסות מיט מילעך? פרעגט אים דער רב צו ער איז חלילה קראנק זאגט ער ניין נאר די יאהר איז פאר מיר זייער טייער די וויין איך קען מיר נישט ערלויבן צו טרינקען אזא טייערע משקה, האט אים דער רב געזאגט אז על פי דין קען מען יוצא זיין מיט מילעך און אזוי אינמיטן באגלייטנדיג צו די טיר האט אים דער רב אריין געשטופט אין האנט פינעף און צוואנציג רובל, און דער איד האט נישט געוואלט נעמען און ער זאגט פאר'ן רב איך בין נישט געקומען נאך א נדבה איך בין געקומען נאר פרעגן א שאלה, אבער דער רב האט גאנץ גוט פארשטאנען אז ער האט נישט אינדערהיים קיין געלט און ער שעמט זיך צו נעמען די געלט האט אים דער רב געזאגט איך בארג דיר עס איך געב דיר נישט קיין נדבה ערשט דעמאלט האט זיך יענער געלאזט איבער רעדן פון רב און ער האט גענומען די געלט, ווען דער איד איז אוועק האט די רעבעצן געפרעגט דעם רב אויף וויין צו די ארבע כוסות איז דאך צוויי אדער דריי רובל אויך גענוג צו וואס האסטו אים געדארפט געבן גאנצע פינעף און צוואנציג רובל? האט דער רב איר גענטפערט פון זיין שאלה האב איך פארשטאנען אז ער האט נישט אינדערהיים קיין זופ און פלייש אויך נישט, ווייל ווען ער וואלט יא געהאט וואלט ער נישט געקומען פרעגן אזא שאלה צו מ'מעג טרינקען מילעך צו די ארבע כוסות ווייל מילכיג'ס מיט פליישיג'ס טאר מען דאך נישט, האב איך אים שוין געגעבן געלט ער זאל האבן מיט וואס איינצוקויפן אויף יום טוב.