בערני סאנדערס זאגט היינט אז די שאנסן אז ער זאל לויפן פאר פרעזידענט אין 2024 למספרם זענען זייער זייער שמאל און אז מען זאל ענדערש ערווארטן אז עימיצער אנדערש זאל טראגן די פראגרעסיווע פאן פאראויס
נתנא' רעקיטש האלט אז אויב ביידן געווינט וועט דאנעלד טראמפ זיין דער רעפאבליקאנער קאנדידאט אין 2024.
(ביידן אליינס איז אנגענומען אז עס איז גאר שטארק מעגליך אז ער וועט נישט לויפן פאר ריעלעקשן, און אויך האלט מען אז נישט קיין חילוק ווער עס וועט געווינען אין 2020 איז דא א גרויסע טשענס אז די וויצע פרעזידענט קאנדידאט פון די דעמאקראטן אין 2020 וועט זיין די פרעזידענט קאנדידאט אין 2024.)
איך לאך שוין נישט, ווייל איך הער עס אין מקוה (ווען ס’נאך געווען אפען) פון יענער וואס מישט די וואסער.
דער עולם כאפט נישט דא ווי מאכטפול טראמפ איז, די סיילענט מעזשאריטי איז פונקט אזוי שטארק ווי אין 2016. די מידיע טרייט אנצידרייען א מצב כאילו טראמפ איז שוואכער מיט תירוצים אהער אדער אהין.
ביידן איז עקשעלי גאר א שוואכער קאנדידאט בכלל, ער איז אביסל העכער אין די פאולס וועגן דער עולם איז עימאושענעלי דיסטערבט פון די ווירוס וואס גייט פאר. געב אפאר וואכן און טראמפ איז בעק אן סטעיטש, און ביידן וועט מאכן סליפי ראליס מיט אפאר חברה העכער די 45!
גוט ארויסגעברענגט, צו ביידן גייט געווינען אדער צו נישט, ווייסט ווייסט נאר די ממליך מלכים ולו המלכה, אבער על פי דרך הטבע, צו זאגן, בעיסט אויף די פאולס און די אויבן דערמאנטע פאקטן, אז ביידן גייט זיכער געווינען איז פאלש...!
פאלגענד שטעל איך ארויף א ליסטע פון פאטענציאלע קאנדידאטן פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע, באגלייט מיט א שטיקל ביאגראפיע און עטליכע קורצע אנעקדאטן אויף יעדן קאנדידאט.
דאס איז געבויט מיט די הנחה אז טראמפ וועט געווינען ווידערערוויילונג, כאטש וואס עפ"ר איז עס אקטועל אפילו ער געווינט נישט. די נעמען זענען געשריבן אן קיין ספעציעלן סדר, חוץ פון די ערשטע פאר קאנדידאטן.
מארקא רוביא.) סענאטאר פון פלארידע. ער האט גענאסן פון ברייטע נאפאלגערשאפט אין די 2016 פארמעסט, אבער האט זיך ארויסגעצויגן דערפון, צוליב מאנגל אין שטימען. זיין הויפט מעלה דאן, איז געווען זיין יונגקייט און פרישקייט, א זאך וואס ער פארמאגט שוין נישט דאס מאל.
ריק סקאט.) געוועזענער גאווערנער, און איצטיגער סענאטאר פון פלארידע. א פריער טראמפ שטיצער. געווען אין די ביזנעס סעקטאר רוב פון זיין לעבן, א מולטי מיליאנער. האט עקספיריענס אין פירן סוקסעספולע קאמפיינס.
ראן דעסענטיס.) גאווערנער פון פלארידע. שטארק טראמפ פריינטליך. פאפולער אין זיין סטעיט, צווישן רעפובליקאנער און דעמאקראטן צוגלייך.
קריס קריסטי.) געוועזענער גאווערנער פון ניו דזשערזי. אומסוקסעספול געלאפן פאר פרעזידענט אין 2016. ער האט א מויל ווי קיינער אנדערש, כאטש וואס געוויסע קוקן דאס אן אלס שלעכטיקייט. זיין טאלאנט וועט אים דארפן גוט דינען, כדי ס'זאל נאך ווערן עפעס פון אים.
דזשאש האולי.) סענאטאר פון מיזורי. דער יונגסטער סענאטאר פון אמעריקע. ווערט געזען אלס גאר שטארקע שטערן ביי די קאנסערוואטיווער באזע. ער איז אמביציעז און קעמפעריש געשטימט.
דאן קרענשאו.) קאנגרעסמאן פון טעקסאס. אין 2012, דינענדיג אלס נעיווי סיעל, איז ער שווער פארוואונדעט געווארן, און איז זינט דאן בלינד אויף איין אויג. ער איז לעצטנס היבש פאפולער, און ווערט פאררעכנט צווישן די ערנסטע קאנדידאטן. דער בולט'דיגער פעלער, געבט אויך פיל צו צו זיין העלדישן אנזען.
טאם קאטאן.) סענאטאר פון ארקענסאו. שטרענג קאנסערוואטיוו. יונג און ענערגיש. מאכט אפשר נישט גענוג א באזעסענעם איינדרוק.
רענד פאול.) סענאטאר פון קענטאקי. דער איינציגער אמת'ער ליבערטעריען אין סענאט. ער וועט מסתמא ממשיך זיין דעם דרך אבותיו, און לויפן פאר פרעזידענט, כאטש זיינע שאנסן זענען ערגעץ אין די געגנט פון זערא.
מעט געיטס.) קאנגרעסמאן פון פלארידע. פאפולער צווישן רעפובליקאנער. גאר שטארק געטריי צו טראמפ, און שטאלצירט דערמיט ביי יעדע געלעגנהייט.
סערא פעלין.) געוועזענע גאווערנער פון אלאסקא. דזשאן מעקעין'ס 2008 מיטלויפערין. באליבט ביי קאנסערוואטיוון. זי פירט שוין א מלחמה מיט די מידיא, נאך פון לאנג בעפאר ס'געווען אין סטייל. טראמפ'ס ערשטע און וויכטיגסטע אינדארסמענט אין 2016. זי ווייסט גאר גוט וויאזוי אויפצוהייטערן אן עולם. איר קאנדידאטור קען שפילן א שטארקע ראלע. כאטש די שאנסן אז זי זאל בכלל לויפן זענען זייער קליינע.
טים סקאט.) סענאטאר פון סאוט קאראליינע. אן אפריקאנער אמעריקאנער. געטריי צו זיין פארטיי און צום פרעזידענט.