דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4154
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לכבוד שבועות - ארויף;l;p-
טייל לייענער וועלן מעגליך רעאגירן:?
טייל:grin:
און אנדערע:x
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע:כעת פה אייוועלט.קאם

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

[align=center]לרגל פרשת יתרו, ועשרת הדברות[/align]

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן: דאס וואס איינער פון די מגיבים האט דא דערמאנט די וואס ליינען שטענדיג בטעם התחתון, והזכיר דברי רז"ה. הנה רז"ה כתב שם שראה כן באיזה ספר שכן המנהג באיזה מקום, והמעז פניו לעומתו, בהערות שערי דמעות לספרו שערי תפלה, כותב עליו כעין האי לישנא (אני מעתיק מזכרון, ואם שגיתי יסלח לי), "ולמה לא הזכיר שמו, אלא ודאי הרוצה לשקר ירחיק עדותו".

דער אמת איז אבער אז עס איז דער הייליגער רמ"ע מפאנו בסוף ספר מאה קשיטה:

רז"ה שרייבט שמעתי ממגידי אמת שבאיזה עיר בפולין המנהג כן, איז נישט מסתברא אז ער קומט פון דער רמ"ע (נישט אז דער בעל הדמעות איז גערעכט)


כ'האב דעמאלט געשריבן מזכרון במהירות, יעצט נאכן איבערקוקן, וויל איך זיך מער מסביר זיין.

די מאה קשיטה פון רמ"ע איז צום ערשט געדרוקט געווארן - בשמו - אין מונקאטש בשנת תרנ"ב.
אויב איז די שמועה וואס רז"ה ברענגט, תלוי אין דעם, וואלט עס געדארפט זיין על פי א כתב יד.
ווי אויך וואלט געווען א טעות וואס ער ברענגט בפולין.

אבער דער אמת איז אז דער רוב פונעם מאה קשיטה, איז שוין געדרוקט געווארן בשנת שפ"א, אין סאלוניקי, אונטערן נאמען לקוטי מנחם .
דארט שטייט אויפן שער אז דער מחבר איז ר' מנחם בן יעקב הלוי, הנקרא מוהר"ר מענדיל לעלוויר.
זעה דא מער דערוועגן.

שער ק' פונעם לקוטי מנחם איז גענומען פון מאה קשיטה סי' ק'. דאס איז דער סימן וועגן טעמי עשרת הדברות, וואו עס שטייט אויך אז אונזער מנהג איז אלעמאל צו ליינען בטעם התחתון. זעה בילד
לקוטי מנחם.png
לקוטי מנחם.png (56.36 KiB) געזען 1083 מאל


ולא רחוק הדבר אז 'מגידי אמת' וואס האבן דאס געזעהן על שם ר' מענדיל לעלוויר [לעלוב'ער], האבן מעיד געווען אזוי איבער א מנהג באיזה עיר בפולין.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2020 11:50 pm
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
אויב מ'מעג מאכן אזא מענין לענין, נאך אסאך זוכענישן בין איך געקומען צום אויספיר אז די נושא פון סמבטיון און אלעס ארום איז די סאמע פארנעפלסטע טעמע בשייכות מיט יהדות; כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיינער וואס ווייסט אפילו פערטלוועגס.
עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2
קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?
איך האב נאכנישט געזען די גאנצע ספר, בל"נ ווען איך וועל עס ענדיגען ליינען וועל איך שרייבען אויב איך האב דארט געטראפען עפעס אינטרעסאנט.

אויף די קושית העולם פארוואס טרעפט מען נישט די סמבטיון היינט צוטאגס, האב איך געטראכט א פשוטע תירוץ אז די גמרא רעדט נאר פון יענע צייט, עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז שוין פילע יאר האט עס אויפגעהערט ציען שטיינער (וכמו דמה דאי' שם בגמ' שקבר אביו מעלה עשן כל השבוע חוץ משבת, י"ל בפשטות שכבר הפסיק לפני הרבה שנים).
ברוך שכיוונתי לדעתך - כ'האב שוין אויך פונלאנג געטראכט דעם תירוץ. טייכן האלטן זיך אין איין פארקירעווען, ס'איז בכלל נישט קיין קשיא אויב מ'טרעפט נישט היינט א טייך וואס איז געווען אמאל. ופרשת ונהר יוצא מעדן יוכיח.

גאר אינטערעסאנט איז די גירסא פונעם שאילתות (בראשית, שאילתא א) איבער דער מעשה פון ר' עקיבא און טורנוסרופוס, אז ווען ר' עקיבא האט אים געזאגט אז דער סמבטיון איז א הוכחה אויף שבת, האט טורנוסרופוס צוריקגע'טענה'ט אז ער גלייבט אויך נישט אינעם עקזיסטענץ פונעם סמבטיון... לויט דעם איז יענערצייט אויך נישט געווען באוואוסט וואו דער טייך געפינט זיך, נאר חז"ל האבן אזוי געהאט מקובל.

"אמר ליה אף בנהר הזה איני מאמינך, שאיני יודע את מקומו."
איך קלער בנוגע דעם, אז דער מושג פון א sand boil אדער סיי וועלכע פארעם פון גייזערס איז וואויל באקאנט, און ביי די סארט געשעענישן איז א אפטע ערשיינונג אז געוויסע צייטן איז עס אקטיוו און אנדערע צייטן שלאפט עס. ממילא אזא ערשיינונג אויך א קליינעם פארנעם ארום פארשטיפטע שבטים, אין פארווארפענע בערג, מעג ווערן אויסגעלאזט אויך היינטיגע טעג.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

נאך א קרישקעלע צוצולייגן, אויסער די תרגום ירושלמי און תרגום יונתן וואס מען פלעט זאגן, פלעגט מען צולייגן א רייע פיוטים אויף אראמיש אויף יעדן דיבור באזונדער. די פיוט האט מען גערופן "דיברא", ווארשיינליך צוליב דעם ערשטען ווארט דערפון: דיברא קדמאה, דיברא תניינא וכו'.

עס איז דא אין אוה"ח א ספר געדרוקט מכת"י פון איינער פון די ראשונים "פירוש אלפביטין", וואו ער איז מפרש די אראמישע פיוטים, ער שרייבט דארטן:
" וירד משה - ונחת משה כו׳". "נהגו לתרגמו תחילה בתרגומו של אונקלוס ואחר כן מתרג׳ אותו בירושלמי, וכן כל פסוק ופסוק כסדר הכת׳ במחזור". און דערויף ברענגט ער דעם " אלפביטא" דערויף - דער פיוט ארכין, וואס מען זאגט נאכדעם.
די זעלבע שפילט זיך אפ ביי די אנדערע פסוקים, ביז נאך די עשרת הדברות.

אין מחזור ויטרי איז געדרוקט א סעריע דיברות פון רבי מאיר ש"ץ מיט תרגומים אויף אלע 10 דברות.

און אצינד צו וואס איך וויל צוקומען, אין מנהגי מהרי"ל שטייט בשם מהרא"ק: מהרא"ק - בשבועות אומרים הדיברא אקדמות מיליןאחר סיום פסוק ראשון דקריאת התורה, שהוא בחודש השלישי.

און אזוי אויך שטייט אין די הגה: במגנצ"א א"א שום דיברא, רק יום ראשון אקדמות מילין בסיום פסוק בחדש השלישי.

האמיר אלזא א קלארער מקור איז די פיוט "אקדמות" איז א חלק פון די פיוטים אויף אראמיש, פונעם תורגמן.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

די דברות פון רבינו משולם, אין פי' רבי יהודה החסיד
Picture1.png
Picture1.png (31.87 KiB) געזען 263 מאל
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אקדמות - תרגום.jpg
אקדמות - תרגום.jpg (59.63 KiB) געזען 159 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”