עצות מער נישט צו באקומען ראבא קאל רופן
צייט שטיפער האט געשריבן: איך וויל פרעגן די הנהלה, מעג איך עפענען א אשכול וואס זאל אריבערגעפירט ווערן אין אקטועלע, וואס דארט זאל מען קענען אויסשמועסן איבער שריט וואס זענען מותר און קענען געטוהן ווערן אפצושטעלן די קאל'ס?
עס זאל זיך אנהייבן מיט דעם תגובה
בארואיגט-אייך האט געשריבן: א גוט יאר דאס איז אייער באליבטן בארואיגט-אייך פון אייוועלט.
דאס ראבא קאל'ס מגיפה מיין איך מעג אין עס דארף אין עס וועט זיך ענגיגן.
די לעצטע פאר טעג האב איך געמאכט שטארקע ריסערדש אלעס איבער דעם אין מע איז אונגעקומען גאר ווייט, אינקלאד:
ווער עס געבט די נומער'ס.
וועלעכע קאמפאני קאלט ארום.
פון ווי האבן די בני ארץ ישראל אונזער נומער.
וויפל פארצענט מענטשן געבן געלט פאר אזאנעכע אקציע.
וויפל קאסט ארום צו שיקן א קאל פאר כלל ישראל.
פון ווי קאלן ארום די לאקאלע ארגענעזאציע ווי מוסדות, הצלה.
אין מיט די לעגאלע חלק דערפון ווי:
וואס זענען די געזעצן.
וואס הייסט פארלעצט דאס געזעצט.
וואס זענען די נאכווייען פון א פארלעצער.
קען מען דאס בכלל סטאפן.
קען מען לעגאל זיך אראפ סיינען אין אויב מע קאלט נאכאמאל קלאגן.
קען מען עפעס טאן פאר א ארגענעזאציע וואס קאלט ארום.
קען מען עפעס טאן פאר א קאפערעט קאמפאני וואס געבט מיין נאמבער.
ווער מעג יא אין ווער מעג נישט.
איז דא א וועג צו וויסן פון ווי סע קומט.
אין צו על פי תורה מעג מען עס סטאפן.
איז עס בכלל שייך צו סטאפן.
איך ווארט אויף א דעת תורה וואס מע האט אונגעפרעגט, אין אויב די מע קען גיין ווייטער וועל איך דא שרייבן אלעס די קלארסטע וואס שייך.
עס איז נישט מער ווי נארמאל אז א פראבלעם וואס פלאגט דעם גאנצן חרדישן ציבור זאל קענען אויף א נארמלן אויפן ווערן מסודר בע"ה
און אויף דעם איז געקומען אנטווארט
לכאורה האט געשריבן: פרוביר
פרוביר איך טאקע דא אויס,
דא וועט זיין אן אשכול נישט פאר קיין שעלטערייען, מעשה שהי'ת, מיינונגען און אנדערע קאפ ווייטאגען, אנטקעגן אדער פרא (היינט גייט דאך שוין אלעס פרא ווס. אנטי) ראבא קאל'ס.
דא וועט בלויז געלופטערט ווערן שריט וואס מען קען און מען מעג טוהן, צוריק צוהאלטן פון באקומען ראבא קאל'ס, אידישע און להבדיל גויאישע, געשעפטן, צדקה צוועקן און אנדעירע אנבאטן.
און אזוי אויך אפדעיט'ס איבער אויסגעהאלטענע שריט וואס איז גענומען געווארן, און אויב עס האט געארבעט.
ביטע ביטע! נישט פארדרייען דעם אשכול.