Re: לופטיגע שמועסן - אוויאציע דיסקוסיעס
Ivelt Cockpit האט געשריבן:בעל מדרגה האט געשריבן:hk675 האט געשריבן:Ivelt Cockpit האט געשריבן: https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p3242817
יישר כח פאר דעם און אלעס וואס דו שרייבסט זייער אינטערעסאנט
איז שייך מיטצוהאלטן ווי אזוי די פיילעט מיט די קאנטראל טאוער רעדן
סתם אזוי מיטצוהאלטן אזא שמועס ?
בשעת ווען מען איז אויפ'ן פליגער פון דעם פליגער ?
איך מעג ענטפערן?...
יא מען קען הערן, אויב זענט איר אין א קליינע פליגער וועט איר הערן, וויאויך זענען דא סייט’ס און עפפ’ס צו הערן, עס איז געמאכט זיך צו לערנען רעדן אויפן רעדיא.
אבער מען דארף זיך קוידן לערנען די שפראך, אז נישט גייט איר נישט פארשטיין קיין איין ווארט...
איך מעג ענטפערן אביסל קלארער?
עס איז דא א סייט https://www.liveatc.net/ וואו מ'קען הערן כמעט אלע ATC קאמיוניקאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן, און אסאך פון איבער די וועלט. (די וועבסייט איז אומזינטס די עפפ קאסט אפאר דאללער).
מען דארף אביסל קענען די שפראך צו פארשטיין, אזויווי @בעל מדריגה זאגט, אבער מיטן הערן אסאך כאפט מען אביסל אויף די שפראך אויך, ווי אויך אז דו וועסט ליינען די סעריעס וואס איך שרייב וועסטו במשך הזמן פארשטיין בעסער וואס מ'רעדט דארט.
איך הער מיך אסאך מאל צו צו די ATC בשעת'ן קוקן אויף https://www.flightradar24.com אזוי קען איך סיי הערן די קאמיוניקעישנס און אויך פונקטליך זעהן צו וועלכע פליגערס די קאנטראלערס רעדן. אסאך מאל איז mind blowing צו זעהן און מיטהאלטן ווי ס'שטייען צוואנציג פליגער און זענען גרייט ארויסצופליען פון JFK אדער LAX, און די קאנטראלער מאנעווירט פונקטליך ווער ס'זאל גיין וואו, און שיקט ארויס איינעם נאכן צווייטן. (די flightradar24 וועבסייט און עפפ זענען אומזינסט, אבער איינער וואס ענדזשויט עס לוינט צו האבן די בעיסיק מעמבערשיפ צו אראפנעמען די עדס וואס שטערן)
בשעת ווען מ'איז אויפן פליגער קען מען אויך נוצן די וועבסייטס אויב האט מען אינטערנעט קאנעקשן, איך מיין אז כהיום איז נישט דא קיין צווייטע וועג. די ערשטע מאל ווען איך בין געפלויגן אלס קינד האט א פלייט אטענדענט מגלה געווען פאר מיין טאטע אז אויף טשענעל 7 (אויף די אור-אלטע ענטערטעינמענט סיסטעם) קען מען הערן ווי די פילאט רעדט צו די קאנטראלערס, און אונז האבן טאקע מיט געהאלטן. די נעקסטע מאל ווען איך בין געפארן האט מען נאך געקענט הערן דורך די סקרין ענטערטעינמענט סיסטעם, אבער היינט איז עס שוין נישט דא.
זייער קלאר.
א גוטע עצה טאקע צו קוקן די פליגער’ס בשעתן הערן די ATC.