זיך צעלאכט פון א תגובה
דערפאר איז געווידמעט דעם אשכול, מיטצוטיילן מיטן פארברענגן ציבור פון וואס איהר האט געלאכט...
תקנות: איהר מיזט האבן זיך צולאכטואידך פרישע זיל חמור
(קלאצי, שוין דא אזא אשכול?)
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שמארטיקל האט געשריבן: צומאל ליינט מען אין אן אנדערע אשכול, ווי נייעס וכדו', אינמיטן אזוי אומגערישט שרייבט איינער א גוטס און מען געט זיך א צולאך... מ'וויל נישט אריינהאקן אינמיטן די שמועס, אדער ליינט מען עס שוין עטליכע טעג שפעטער און ס'קומט שוין נישט אריין.
דערפאר איז געווידמעט דעם אשכול, מיטצוטיילן מיטן פארברענגן ציבור פון וואס איהר האט געלאכט...
תקנות: איהר מיזט האבן זיך צולאכטואידך פרישע זיל חמור
(קלאצי, שוין דא אזא אשכול?)
פייערקרעקערס האט געשריבן: א ברייטע קאוטש וואס מ'קען אויפהייבן די פוס
להודיע האט געשריבן: נעכטן הער איך פון אזא סארט חכם, פון די ראשי מערכת ישראל, אז די אדימיניסטרארן ארבעטן דאך כידוע אינאיינעם מיט די ליבעראלע גאווערמענט בעד בצע כסף צו אפ'שמד'ן און אויס'הרג'נען אלע אונזערע קינדער. דעריבער האבן זיי ספעציעל אויסגעשטעלט דעם סיסטעם אז די קינדער קומען נישט אין חדר און מען שיקט זיי אהיים אלע סארט פארפעסטעטע נישט ארגאנישע עסן אז זיי זאלן ווערן אינפעקטירט מיט אלע שעדליכע באצילן און מחלות און דערנאך וועט מען שטאפן די קינדער מיט וואקסינען וחוזר חלילה.
דאס איז נישט קיין הלצה, דער איד האט עס געזאגט מיט'ן גרעסטן ערנסטקייט נעבעך.
יעקב99 האט געשריבן: מהצדיקים נראה וכן נעשה
אלטער האט געשריבן: קענסט אהער לייגן דעם גאנצן אשכול...
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: שמארטיקל, איך בין מוחה. די אנגענומענע טראדיציע דא איז אז ווען אימער מ׳שטויסט זיך אן אין א גוט, ציטירט מען ס׳גאנצע מעשה מיט א הילכיגן קאצקע פאר געלעכטער. צו ס׳איז דריי פיר בלאט צוריק, אפילו ס׳האלט שוין נאך 6 דורות גרינע מענטשעלעך ברצופות.
Programming האט געשריבן: אויב דו נוצט קאלינס' מאדעל, דארפסטו צאלן ליפ-שטייער, זאגן ווי באזארגט דו ביסט, און דאן וואוטן פאר טראמפ עניוועי...
דריידל האט געשריבן: זיי ווילן זעהן טאמער די וואס האבן געפיילט פאר אנעמפלאימענט זענען טאקע אנעמפלאיט
כאניש וואס צו טון האט געשריבן: א גוטער איינפאל פון אוזער שמארטי'נען,
ס'מיר געפאלן אז דער ערשטער לאך אין דעם אשכל איז געווען פון מיינס א תגובה, וואס איך האב גראדע געמיינט גאנץ ערנסט.. בכלל נישט געכאפט אז מ'קען דערפון א לאך טון..
אשרי חלקי!
לכאורה האט געשריבן: דערפאר דארפסטו מיר נאכנישט פארשפרייטן דא א שלש סעודות ריח... רעכן דיך מיט די מענטשן וואס האבן א געהעריגן חוש הריח ב"ה
ליבלעך האט געשריבן: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=42535&p=2200880&sid=cd4060293c7ecd26c3122cd2a3c308ca#p2200880
לכאורה האט געשריבן: יישר כח פאר אלע שמייכל ברענגער
אפשר איז כדאי צו ציטירן די גאנצע שמייכלדיגע תגובה, ווייל איך גלייך נישט צו דרוקן אויף 'לינקס', אויס זארג אז איך וועל פארלירן חשבון פון געליינטע און אומגעליינטע אשכולות..