כ'האב זיך געוואונדערט פון ווי איך קען די שטימע, ביז ער האט זיך גענומען זינגען 3:20... אינטערוויו: "מִזְמ֥וֹר לְדָוִ֑ד", גרויס פרייד הערשט אין קראון הייטס, ווען עס איז געמאלדן געווארן די פרייליכע בשורה איבער די געבורט פון א בן זכר ביי הרב החסיד ר' דוד הורוויץ הי"ו, גאנצע "פיר און צוואנציג יאר" נאך די חתונה א' פנחס פ״ד בעל שמחה הרב דוד הורוויץ https://www.yiddish24.com/interviews/12/109995
איך האב לעצטנס געכאפט אז דער וויזניצער תנועה פארן ספירה ציילן און בשעת הגדה ש''פ, איז פשוט די ערשטע פאל פונעם ניגון השתטחות להרבי הצמח צדק. די מסורת אין וויזניץ איז אז דער צמח צד''י''ק (צו אפשר א צווייטער פון די גזע) איז אמאל פארבייגעגאנגן א קרעטשמע/שענק, און האט ארויסגעהערט וויאזוי די פויערן זינגען דעם שטיקל, און עס איז אים געפאלן, איז ער אריין צו די פאלאכן און האט פון זיי אפגעקויפט דעם ניגון כנהוג... (דוכט זיך מיר אז אויף דעם ניגון גייט אויך מיט דעם סיפור, אז האט געבעטן דעם פויער צו פארגעסן דעם שטיקל, וכך הוה, נאכן פארקויפן האט דער פויער זיך שוין מער נישט געקאנט דארמאנען וויאזוי עס גייט וכו') אבער למעשה דוכט זיך מיר, אז דאס איז נישט מער ווי פראסט דער ניגון ההשתטחות וואס דער רבי דער צמח צדק פלעגט צו זינגען ווען ער איז געגאנגען צום ציון פון די מוטער פריידא, וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר די לעבן פון איר טאטן דער הייליגער בעל התניא, ביים מחלוקת און הקפדה פון דער רבי ר' ברוך'ל ממעזיבוש כידוע וכמבואר בס' בית רבי, עס איז מיר נאר א שטארקע פלא וויאזוי דער ניגון איז פארוואגלט געווארן צו די מארמאראשע פויערן אזש קיין וויזניץ... לכאורה איז עס נישט קיין קשיא וויל די ציון פון דעם טאכטער פון בעל התניא איז אויפן פעלד, און ווען איין פויער איז פארביי געגאנגן אמאל דעם בית החיים אין ליאדי האט ער געהערט דעם תנועה פונעם צמח צדק, ווען ער איז אהיים געקומען קיין בוקאווינא האט ער עס אויסגעלערנט זיינע חברים און פון דארט... פאלג מיר א גאנג... וואס באדערט מיר נאר זייער איז אז דער ניגון ההשתטחות פונעם צ''צ איז א מורא'דיגע קאפ ניגון מיט אבנארמאלע איידעלע סטרונעס, א ניגון התעמקות המחשבה וגדלות המוחין, מלא דביקות, און די גנבים די ''פויערן''... האבן עס טאקע פארדרייט פאר א פויערישן וואלגארן תנועה, אדרבה העט נאר אמאל וויאזוי מען זינגט עס אין וויזניץ... שוין והמבין יבין.