אפשר דארף מען אראפרייסן די כח היחיד קאמפיינערס ווייל זיי זענען איינגעשלאפן
דערוילעם האקט. איך רעד אפילו ווען כח היחיד זאל ווען קענען אנגיין אליינס
איך האב נישט קיין טענות אויף קיינעם אין קיינער קומט מיר נישט גארנישט, נאר די די מציאות איז( וויאזוי עס קוקט מיר אויס עכ"פ) אז כח היחיד האט געסטאפט ווען יחדיו איז געבוירן געווארן ממילא איז עס אן אחריות
אפשר דארף מען אראפרייסן די כח היחיד קאמפיינערס ווייל זיי זענען איינגעשלאפן
דערוילעם האקט. איך רעד אפילו ווען כח היחיד זאל ווען קענען אנגיין אליינס
איך האב נישט קיין טענות אויף קיינעם אין קיינער קומט מיר נישט גארנישט, נאר די די מציאות איז( וויאזוי עס קוקט מיר אויס עכ"פ) אז כח היחיד האט געסטאפט ווען יחדיו איז געבוירן געווארן ממילא איז עס אן אחריות
בינעך אייך מודיע אז ס'האט נישט. כח היחיד האט נישט געהאט קיין לאנג טורם פלאן. -איך רעד וואס איך ווייס.
אגב, אז מען רעדט דא אזויפיל איז כדי אנצווואונטשען א הארציגע מזל טוב פאר איינער פון די ראשי העומדים בראש 'יחדיו', הרב __ ווייס הי"ו וועלכע האט חתונה געמאכט זיין קינד פארגאנגענע וואך (יא, אין אנשי ספרד) און מען האלט נאך בתוך שבעת ימי המשתה.
א גוטן טייערע אידן. איך בין א איד וואס האפט צו ווערן אנגעטראגן שידוכים בקרוב ! ווי מאנכע פון דעם אשכול, איז מיין מיינונג אז די חתונה תקנות זענען א קליינע הילף אנטקעגן דעם ריזן פראבלעם וואס ברענגט אונטער דאס לעבן פאר אלע מיטל יעריגע מיטל פארדינער, כאטש איך שעץ די וואס טוען כאטש וואס מ'קען. אין מיינע אויגן האבן פיל מער אויפגעטון די איינצעלנע מחותנים וואס שוין מיט א שיינע פאר יאר צוריק האבן זיי מיט שטארקייט זיך דערוואגט צו זאגן פאר זייערע מחותנים אין פנים אריין "מיר קויפן נישט קיין פורניטשער" עס איז נישט אין מיין בודשעט ! זיי האבן דאס נישט געזאגט מיט א כוונה "איינצופירן תקנות" נאר פשוט בהכרח געטון צו דער זאך, און היינט איז דאס שוין גאנץ א נארמאלע ערשיינוג, כאטש ביי א קליינע פראצענט. דעריבער האב איך מיר פאר בערך א האלב יאר צוריק פארשריבן א בערך'דיגן מהלך וואס איך וויל מיך אויסנעמען מיטן מחותן בעפארן שידוך. אבער לבי נוקפי, אז וויבאלד איך בין נאך קיינמאל קיין מחותן נישט געווען, און מאנכע זאגן מיר "איך קום שוין פון דארט" הייב נישט אן מיט די מעשיות. פון די אנדערע זייט איז מיין עקספיריענס אז זאגן דעם לויטערן אמת מיט א שטארקייט שלאגט ווארצלען ! וויל איך הערן דעם מיינונג פון די אידן וואס האלטן שוין דארט, איך וועל אייך מעתיק זיין דא דעם צעטל און וואס זאגט איר דערצו?
וזה לשון קדשי בס"ד בעזרתו ית' לזכור בעת שיעזור הקב"ה בשידוך הגון למסור כ"ז להשדכן. כמובן צריכים לזכור שהכל מהשי"ת ואולי וועט גארנישט העלפן אך צריכים לעשות וואס מ'קען וצריכים להיות רעדי אז די מחותן או מחותנסטע זאלן מיך אנקוקן ווי א ח' או קארגער או עקשן, כי זה גייט אדורך אפילו ווען עס זעהט אויס ווי א שטורעם ווינט, אך החובות גייען נישט אזוי שנעל דורך. וצריכים לזכור מאוד אז בשעת הבהלה עם 1000 דאגות אינם מרגישים הלאָך, אך אח"כ יעדע מסי"נ צו שפארן קומט צוניץ, גם נעשה עקסעל שיט עם היודענע (ואולי נראה זאת להמחותן) מן הרבה קלייניגקייטן וואס מ'זאגט דערויף אז דעי פאר הונדערט וועט שוין נישט אויסמאכן ונראה וויפיל עס מאכט אויס. גם נזכור : צו עס זאל זיין א געשמאקע שמחה איז תלוי אין השי"ת, צו באפריינדן און זיך דערפרייען מיט די מחותנים איז גוט ווי מער שמייכלעך און דברי קירוב ואולי קצת ווערטלעך מתוך אהבה וחיבה, וגם נתפלל עם קאפיטל תהלים, אבער געלט ? אפשר אויב ער (און די מחותנסטע וכל המסתעף, חתן כלה און אלע מיינע קינדער וכו') געבן תקיעת כף אז נאכדעם וועט יעדער זיין ליבליך און בשמחה לוינט זיך צו צאלן, אבער לע"ע האלטן זיי נישט דערביי אונטערצושרייבן. געדענקען: די ערשטע רוגזה איז די בעסטע רוגזה, וכלל זה נכתב מיט בלוט. ולכאו' צריכים לדבר עם המחותן בעצמו און אביסל פארגלעטן עם הקדמה קצרה מהמצב אצל רוב אחב"י, ואח"כ להתנות בכל תוקף כדלהלן. גם לזכור: הבושה והמסי"נ, של לומר כ"ז להמחותן והמחותנת, הם א צענטל לכל היותר פון זיך ווענדן צו נאך און נאך גמח'ן און קרובים און אפן בעטן פאר הילף, ואח"כ הבושה והסטרעס פון נישט קענען נאכקומען די חובות. ולכאו' כדאי לקנות להחתן איזה מתנה קטנה כגון קטורת על קלף ולכתוב ווארימע בריוול אין די זייט עם הכרת הטוב האיך שלא הלך אחר שקר החן והבל היופי ויָדע שהחתונה עיקרה לבנות בית בתורה וקדושה וטהרה. ואולי באיזה אופן גם להמחותנים וכו', ואלו הן הזכרון דברים להתנות בעזהשי"ת, ויה"ר שלא יאמר פינו דבר שלא כרצונו ית' 1) אלע תקנות קיט"ל זענען שייך, אך נאר לחומרא של שפארן, אך בכמה ענינים עוד יותר 2) בשום אופן בכלל נישט קיין פוירניטשער נאר פון אייקיע וכדו' פשוט חת"כ זאלן האבן ווי צו זיצן שלאפן און פלאצירן וכו' נישט קיין שום סטיילס, אפי' נישט קיין העד בארדס. (איך גרייט ספענדן צייט אויפצופיקן און אויפשטעלן הפורניטשער) 3) ננסה עד כמה דאפשר ליתן דירה לחתן כלה לא יותר מחודשיים קודם החתונה, כי למה נשלם רענט לחנם ואם זה יגרום ליקח פורנישטד מה טוב ומה נעים, אדרבה זאלן זיי אליינס אויך נישט צאלן אזוי סאך אנפאנג. (נקודה זו צריכים לשאול מאותן שכבר יש להם עקספיריענס) 4) יעדע זאך וואס איז נישט קלאר ווי אזוי מ'פירט זיך איז דער כלל "דאס ביליגסטע וואס איז נאך אין כלל פון נארמאל" , אך התקנות המפורטים כאן הם אפי' אויב עס הייסט נישט נארמאל. 5) הם השטריימל ואני השפיצל, כמו שהי' התקנה (אף שאולי נתבטל) 6) הם השבת באווארפן והקידוש כמו שעולה על רוחם, ואני ההתנאים (שאקווה בעזהשי"ת שלא לעשות כלל) והשבת שבע ברכות כהעולה על רוחי - ואגלה להם שתנאים יהא כנ"ל במוסגר, ושבת שבע ברכות כמו 50 יאר צוריק אחר הסעודה שבת ביינאכט יבואו געסט למזונות ופירות, וצופרי רק מנין מצומצם לומר שבע ברכות אם אפשר. 7) כל הדזשולערי שיכולים סיזי נעשה סיזי, ואנדערע דאס ביליגסטע וואס הייסט נארמאל, וע"ז קצת נאכפרעגן. 8) נברור איזה בר דעת או מו"ץ שיש לו קצת אמת'דיג קייט ותקיפות שהוא יהי' המפשר אם יש דו"ד. 9) איך קויף א פאלטשן טאשן זייגער, און איך פארגלעט עס נישט מיט קיין ספרים געלט. 10) אבקש מאוד מהחתן ליקח לזינגער איזה יר"ש, ונא שיאמר לי מקודם, היות ואני משלם. 11) איך מאך נישט קיין שום שבע ברכות'ן אינדערוואכן, עס איז נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג און מענטשליך אזויפיל צו מטריח זיין און מבטל תורה זיין (און זיך מבזה זיין מיט ליידיגע טישן, און זיך רעגן אויף אלע קרובים וואס זענען געקומען אזוי פארווע'דיג אדער אינגאנצן נישט), ונתבונן אם רופן צו סאפער מנין. 12) איך שיק נישט קיין אינוועטעישן'ס, דעם נוסח צו הענגען אין ביהמ"ד מאך איך אליינס, און איך געב אים עס אומזינס, ואולי איך שיקן פאר נאנטע ווייט-געווארענע חברים, ווי ? און ? איזה אייגענע נוסח. 13) אולי נעשה גם איזה מעכטיגע קאָט גם בענין סעודת החתונה,
עד כאן הצעטל איך וויל נאר צולייגן א נקודה אז מעגליך האב איך אביסל מער שטארקקייט ווי עווערידש אין דעם ענין וויבאלד איך פערזענליך בין ארומגעלאפן מיט בושות נאך געלט פאר מיין אייגענע חתונה צו קרובים און רחוקים, איך האב צוגעקוקט דעם צער פון מיין טאטן (איך קום נישט פון ארץ ישראל) און איך קען אייך זאגן ווען נישט מיין יודענע וואלט איך אלע מיינע פורניטשער פארברענט, ווער ברויך בלוטיגע מעבל, און טאמער מיינט איר איך בין א יחיד, וויל איך אייך זאגן אז איך האבן מיך דאן באקענט מיט עטליכע אזאלכע חתנים, און לויט מיין אינפארמאציע איז היינט דער מצב אסאך ערגער עכ"פ טייערע אידן וואס זאגט איר צו אזא מהלך, וואס וואלט איר געטאן ווען אייער מחותן נעמט אייך אין א זייט בעפארן שידוך און זאגט אייך כנ"ל, יישר כח פון פראנאויס
הענדימען האט געשריבן:
קלארשטעלונג. איך מיין נישט מיין ווייב נאר געוויסע אין משפחה וואס האבן מורא אז מ'פארשעמט די משפחה
אני הצעיר וויל נאר יוצא זיין פאר מיין אייגענע ווייב און די מחותן /מחתנת די משפחה מיטגלידער וואס זאגן דעות, מיט זיי האב איך ב"ה נישט קיין שום פראבלעם, איך לעב ב"ה וויאזוי איך האלט פאר ריכטיג, און איך שעץ ווייטער די מיינונג פון אלע שוועגערינס, ברודערס שוויגער עלטערן וכו' ועוד וגו' אבער אלסדינג ביי זיי אינדערהיים, ביי מיר אינדערהיים טו איך וואס איז לעניית "דעתי" אויסגעהאלטן בעיני אלקים ואדם. (מ'קען עניוועי נישט יוצא זיין פאר אלע אדם'ס, יעדער נעמט זיך זיינע אדם'ס ביי וועם נושא חן צו זיין, דא אויפן וועלטל זעה איך האב איך שוין עטליכע אדם'ס ביי וועם דאס ענין איז נושא חן)
איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דעם מציאות אז אפט זענען ביידע מחותנים גרייט חתונה צו מאכן ווי נארמאלע מענטשן נאר איינער אין די משפחה פארשטייט בעסער און יענער טוט כל טצדקי וואס ער קען אז מ'זאל מוזן זיין מיר אהערגעשטעלט און באלבאטיש
איך כאפ אים אן מיט ביידע הענט און גיב אים א קוש אין שטערן
ערשט יעצט געזען, איך וואלט אים געקושט אויף די אנדערע זייט........... ממנו ילמדו וכן יעשו כל אחד מישראל!!! ודלא כהעובדא של ר' יארמער רב שאמר המחותן "יעצט קענסטו מיך קושן"...
גרינגער האט געשריבן:
איך האב א געדאנק איך ווייס עס נישט ווי צו ליפטערן איך וועל פראבירן דא, יתכן עס באלאנגט דא. ביים קבלת פנים פלעגן מיט יארן צוריק קומען בחורים און זיי פלעגן זינגען שיינע ווארעמע נגינום, עס פלעגט זיין באמת א זמן וואס מען האט געטאפט די ערנסטקייט אין די ליפטן, זייט בחורים קומען מער נישט צום קבלת פנים (איך מיין שוין פאר בערך 20 יאר) איז דאס פארוואנדעלט געווארן און א מארקעט פלעס, אמאל מאכט זיך יא א משפחה וואס זינגט מער, אמאל גארגעלט זיך איינער אויס און קיינער האט נישט קיין רחמנות אויף אים, בקיצור איך דארף פאר קיינעם נישט זאגן ווי אזוי א געווענטליכע קבלת פנים זעהט אויס א חוץ די עטליכע יוצא מן הכלל'ס, בפרט לעצטענס ווען אסאך הייבן אן די חתונות פרי און עס איז בכלל נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש. אלזא איז מיין עצה, עס איז דא היינט הערליכע אלבום'ס אן מוזיק פון אלטע ווארעמע נגינום וואס חסידישע אינגעלייט זינגען, אז ווען מען צינדט דאס אן פערפעצונאל קען זיך דאכטן אז דער עולם זינגט דא אויפן פלאץ הערלאך שיין, פארוואס זאל מען דאס נישט ניצן צוריק צו ברענגן א שטיקל פנים פארן קבלת פנים.
גאר א גוטע געדאנק.
ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל ביי חתונות פון קרובים האב איך געזעהן א אינטרעסאנטע שינוי פון דא ביי אונז. איך למשל האב קיינמאל פארשטאנען פארוואס מען זינגט סתם לעבעדיגע ניגונים ביי די פרויען קבלת פנים, עס האט נישט קיין הענט און קיין רוקן, מה הפשט? אין ארץ ישראל (אין געוויסע מקומות) זיצט דער מוזיקאנט ביין קבלת פנים און שפילט ווארעמע ניגונים בשעת דער עולם זינגט מיט (געוויסע אויפן מייקראפאן), און די פרויען הערן עס אויך אריין, עס איז א ערנסטע צייט, און אויך שפעטער ווען דער בחור\בדחן זאגט דברי כיבושין איז עס אויך אויפן מייק און די נשים האלטן מיט, פונקט ווי ביים מצוה טאנץ. איך זע נישט פארוואס דאס זאל נישט ווערן א נחלת הכלל בכל העולם כולו, ס'איז אזויפיל בעסער און נארמאלער ברוחניות ובגשמיות!!!