"יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פארנומענער שדכן
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 12:42 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארנומענער שדכן »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:28 pm

די כלה האט געזאגט פאר די עלטערן אז זי גייט נישט אינטער די חופה אויב זי האט נישט די 15 אלפים'דיגע קלייד
ווידער שרעקליך
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9102
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

פארוואס טאקע איז די פראיעקט געגאנגען שלאפן?
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

דריידל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:22 pm
אנטשולדיגט פאר'ן אויפוועקן דעם אשכול פון טיפן שלאף, אבער איך דארף ארויסברענגען מיין ווייטאג.
לעצטענס איז געווען א שמועס ביי אונז אין שטוב איבער שפארן ביים חתונה מאכן, האט איינער דערציילט אז פלוני אלמוני וואס ארבעט שווער פאר פרנסה (ער איז א באס דרייווער) און זיין ווייב ארבעט אויך צו פארדינען אפאר עקסטרע דאללער וואס פעלט זיך אויס צו קענען אויסהאלטן א אידישע שטוב מיט קינדער, האט חתונה געמאכט אין פרדס. נו, איז דאך גוט.

אבל דא עקא! ווי מ'גיבט איבער האט די כלה'ס חתונה קלייד געקאסט אזא נישטיגע 15 אלפים! יא, $15,000 אמעריקאנע דאללער!

איך האב ממש געפלאצט. ווי קען מען זיין אזוי צעדרייט? די קלייד זאל קאסטן מער ווי די גאנצע חתונה נאכט?

נעבעך
ווי קומט עס אריין דא אינעם נושא אדער אינעם אשכול?!
גייסט זיך דא נעמען אויסרעכענן צער גידול בנים פון קינדער מיט אישוס?!

חתונה תקנות איז פאר געזינטע עלטערן און געזינטע חתן כלה, יוצא דופן מעשות איז נישט מעלה ומריד פאר די ציל דא.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9745
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: "יחדיו ירננו" - חתונה תקנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קו ירוק האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 12:19 am
דריידל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 11:22 pm
אנטשולדיגט פאר'ן אויפוועקן דעם אשכול פון טיפן שלאף, אבער איך דארף ארויסברענגען מיין ווייטאג.
לעצטענס איז געווען א שמועס ביי אונז אין שטוב איבער שפארן ביים חתונה מאכן, האט איינער דערציילט אז פלוני אלמוני וואס ארבעט שווער פאר פרנסה (ער איז א באס דרייווער) און זיין ווייב ארבעט אויך צו פארדינען אפאר עקסטרע דאללער וואס פעלט זיך אויס צו קענען אויסהאלטן א אידישע שטוב מיט קינדער, האט חתונה געמאכט אין פרדס. נו, איז דאך גוט.

אבל דא עקא! ווי מ'גיבט איבער האט די כלה'ס חתונה קלייד געקאסט אזא נישטיגע 15 אלפים! יא, $15,000 אמעריקאנע דאללער!

איך האב ממש געפלאצט. ווי קען מען זיין אזוי צעדרייט? די קלייד זאל קאסטן מער ווי די גאנצע חתונה נאכט?

נעבעך
ווי קומט עס אריין דא אינעם נושא אדער אינעם אשכול?!
גייסט זיך דא נעמען אויסרעכענן צער גידול בנים פון קינדער מיט אישוס?!

חתונה תקנות איז פאר געזינטע עלטערן און געזינטע חתן כלה, יוצא דופן מעשות איז נישט מעלה ומריד פאר די ציל דא.
גוטע קשיא. טאמער האסטי א בעסערע אשכול, ביטע צייכן צו.

איז אבער אזוי. מ'קען מאכן חתונה תקנות, ביליגע זאלן, גמ"ח פאר הלוואות א.א.וו., אבער די שורש פון די פראבלעם האט מען נישט בארירט. דהיינו, דאס וואס אסאך מענטשן רעדן זיך איין אז אונז דארף מיר לעבן ווי פארצייטישע פריצים. און איך רעדט אפילו איינער וואס קען עס אפארדן. סתם אוועקווארפן אפגעהארעוועטע שווער פארדינטע געלט אין מיסט? אזוינע זאכן דארף זיין אראפגעקוקט ביי יעדע רעכטדענקעדע מענטש. און דא איז נישט קיין אויסנאם פאל. ביי איינעם איז עס די כלה קלייד, ביי א צווייטער די שטריימל, ביי א דריטער די מוזיק, ביי א פערדער די דירה וכו' וכו'.

בקיצור, תקנות זענען ווי א שפיטאל ביים צעבראכענע בריק.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”