חסידישע ישוב אין אינדיאנא

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 am
ס'איז אומגלויבליך אגב, דער ציבור דא כאפט נישט אז אין דריי יאר האט זיך געבויט א ישוב מיט קרוב צו הינדערט קינדער אין די מוסד, א ביהמ''ד, א מקוה טהרה, א מקוה, א בנין בית רחל, א בנין פאר אינגלעך, א זאל, א חסד קאך פאר אידן אין שפיטאל אין אינדענאפאלס, ס'איז אויט אויף דיס ווארלד, ביי מיינע עטליכע באזוכן דארט בין איך ממש ארויס פון די גלייזן,

כ'מיין ס'וואלט געווען א שטיקל געדאנק צו מאכן א עקסקלוסיוו פאר אייוועלט אינטערוויו צו עפענען א שטיקל פענסטערל פאר די ליינער דא בנושא הישוב,

דער עולם איז אינטערעסירט דערינען?
וויפיל קינדער לערנען אין יעדע קלאס? ווייל 100 קינדער מיינט בערך 50 אינגלעך, דאס מיינט 5 קינדער א קלאס. עס קען היבש וואקסן אי"ה, איך בין סתם נייגעריג (אפשר מוף איך אהין?)
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע:אינטער די שטיגן

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

ממי_שאמרו האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 1:16 am
דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 am
ס'איז אומגלויבליך אגב, דער ציבור דא כאפט נישט אז אין דריי יאר האט זיך געבויט א ישוב מיט קרוב צו הינדערט קינדער אין די מוסד, א ביהמ''ד, א מקוה טהרה, א מקוה, א בנין בית רחל, א בנין פאר אינגלעך, א זאל, א חסד קאך פאר אידן אין שפיטאל אין אינדענאפאלס, ס'איז אויט אויף דיס ווארלד, ביי מיינע עטליכע באזוכן דארט בין איך ממש ארויס פון די גלייזן,

כ'מיין ס'וואלט געווען א שטיקל געדאנק צו מאכן א עקסקלוסיוו פאר אייוועלט אינטערוויו צו עפענען א שטיקל פענסטערל פאר די ליינער דא בנושא הישוב,

דער עולם איז אינטערעסירט דערינען?
וויפיל קינדער לערנען אין יעדע קלאס? ווייל 100 קינדער מיינט בערך 50 אינגלעך, דאס מיינט 5 קינדער א קלאס. עס קען היבש וואקסן אי"ה, איך בין סתם נייגעריג (אפשר מוף איך אהין?)
ס'איז צוזאם געשטעלטע קלאסן

ס'איז דא היבש מער מיידלעך ווי אינגלעך
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 am
ס'איז אומגלויבליך אגב, דער ציבור דא כאפט נישט אז אין דריי יאר האט זיך געבויט א ישוב מיט קרוב צו הינדערט קינדער אין די מוסד, א ביהמ''ד, א מקוה טהרה, א מקוה, א בנין בית רחל, א בנין פאר אינגלעך, א זאל, א חסד קאך פאר אידן אין שפיטאל אין אינדענאפאלס, ס'איז אויט אויף דיס ווארלד, ביי מיינע עטליכע באזוכן דארט בין איך ממש ארויס פון די גלייזן,

כ'מיין ס'וואלט געווען א שטיקל געדאנק צו מאכן א עקסקלוסיוו פאר אייוועלט אינטערוויו צו עפענען א שטיקל פענסטערל פאר די ליינער דא בנושא הישוב,

דער עולם איז אינטערעסירט דערינען?
נו אדרבה
-----
איצט פארשטיי איך שוין ווי די קומסט אן צו 1500 מייל א וואך
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5534
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

א אינטערוויו מיט וועם?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

ברעקינג:

אין פריידיגע אנטוויקלינגען איבער הילף פאר חולי ישראל ומשמשיהן, האט זיך געגרינדעט א נייע "ביקור חולים דסענטערוויל" אינעם היימישן חסידישן ישוב אין סענטערוויל אין אינדיאנא.

די לעצטע עטליכע וואכן שיקט מען שוין פאקטיש עסן פעקלעך פאר עטליכע שפיטעלער לענגאויס די סטעיט'ס אין אינדיאנא און ארום, און די לעצטערע טעג איז געשריבן געווארן קאנטראקט אויף א הערליכע לאקאל אויף מעין סטריט אין סענטערוויל אינדיאנא, ווי עס גייט באנוצט ווערן פאר א ביקור חולים קיך, צו קאכן און באקן עסן פאר אידן אין שפיטעלער, און מעגליך אויך אלס לאקאלע דעלי און טעקאוט פאר די משפחות פונעם אידישן ישוב אין די געסט וואס באזוכן דעם ארט.

פאריגע וואך סוף וואך פ' פנחס איז גע'כשרט געווארן דאס ארט, וואס איז פארדעם געווארן באנוצט אלס א גוישע בעקעריי, עס איז אויפגעפרישט געווארן די מערסטע מעגליך, און א חשובע רב פון ניו יארק איז אראפגעקומען כשרן דאס גאנצן פלאץ, אז ס'זאל שוין קענען וואס גיכער פאקטיש אריין אין באנוץ.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 am
ס'איז אומגלויבליך אגב, דער ציבור דא כאפט נישט אז אין דריי יאר האט זיך געבויט א ישוב מיט קרוב צו הינדערט קינדער אין די מוסד, א ביהמ''ד, א מקוה טהרה, א מקוה, א בנין בית רחל, א בנין פאר אינגלעך, א זאל, א חסד קאך פאר אידן אין שפיטאל אין אינדענאפאלס, ס'איז אויט אויף דיס ווארלד, ביי מיינע עטליכע באזוכן דארט בין איך ממש ארויס פון די גלייזן,

כ'מיין ס'וואלט געווען א שטיקל געדאנק צו מאכן א עקסקלוסיוו פאר אייוועלט אינטערוויו צו עפענען א שטיקל פענסטערל פאר די ליינער דא בנושא הישוב,

דער עולם איז אינטערעסירט דערינען?
וואס הייסט א בנין בית רחל? דאס איז די נאמען פון די מיידל שולע, אדער דו רעפערירסט איר נאר אזוי?

איך פראביר פשוט צו פארשטיין די אטמאספער דארט.

אויכעט בין איך נייגעריג, זענען די דארטיגע תושבים אינטערעסירט אז די יישוב זאל שטארק וואקסן און מאסן זאלן אהין מופן, אדער זיי גלייכן צו בלייבן לעבן אויף א באשיידענע פארנעם?

איך פערזענלעך וואלט געגליכן דאס צווייטע, איך מיין אז דאס איז עכט די ריכטיגע וועג פון נייע ישובים, 50 משפחות דא, 30 משפחות דארט, אא״וו.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

אני-הק' האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:00 am
פאריגע וואך סוף וואך פ' פנחס איז גע'כשרט געווארן דאס ארט, וואס איז פארדעם געווארן באנוצט אלס א גוישע בעקעריי, עס איז אויפגעפרישט געווארן די מערסטע מעגליך, און א חשובע רב פון ניו יארק איז אראפגעקומען כשרן דאס גאנצן פלאץ, אז ס'זאל שוין קענען וואס גיכער פאקטיש אריין אין באנוץ.
וועלכע רב וועלכע הכשר?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

וויפיל משפחות וואוינען דארט און וויאזוי האבן זיי געלט, ס'דא דארט עשירים?
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8471
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אני-הק' האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:06 am
דל ואביון האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:55 am
פארפלאמטער האט געשריבן: מיטוואך מארטש 29, 2023 4:10 pm
איך הער אז עפעס שרעקליך גייט פאר דארטן, מיט א קינד וואס די דאקטורים ווילן אויסשאלטערן?

איך ווייס נישט קיין פרטים, אדרבה אויב האב איך א טעות ביטע אויסבעסערן.
נישט אויסגעשאלטערט למעשה, אבער ליידער פאריגע וואך אויפגעשטעלט פון די שבעה
ליידער איז שוין געשטעלט א מציבה...
די קינד איז אוועק אין ניו יארק, און ליגט אין ניו יארק. אבער די שפיטאל אין אינדיאנא האט נישט געוואלט ממש אויספלאגן כדלהלן.

די מעשה איז געווען אזוי:
א לעכטיג קינד איז געבוירן ביי משפחת (-) פון שטעטל ס.
גלייך נאכן געבורט האבן די עלטערן באקומען די בשורה אז דאס קינד איז געבוירן מיט א הארץ פעלער. ב"ה א זאך וואס מ'קען היילן מ'קען לעבן מיט דעם יארן לאנג.
ס'איז געבליבן אז מ'וועט דארפן מאכן א הארץ סערדזשערי. אבער מ'וועט מוזן ווארטן ביז די קינד ווערט איין יאר. ביזדערווייל האט מען אריינגעלייגט א ספעציעלע מאשינקעלע אין הערצעלע, און דאס קינד איז אהיים לחיים ולשלום און זיך אנטוויקלט געהעריג.
אדורך עטליכע חדשים, און דאס קינד האט באקומען ווייניג לופט, צוליב דאס קליינע מאשינקעלע וואס האט נישט מיטגעוואקסן מיטן קינד וואס האט שוין געדארפט מער לופט צו אטעמען. און ער האט ליידער געכאפט א סטראוק, און מ'איז אריין אין שפיטאל (כמדומה לי אין אינדיניאפילעס).
אזוי ווי ס'איז געווען עטליכע מינוט וואס דאס קינד האט נישט געהעריג געהאט אקסעדזשין, און די שפיטאל האט געטוהן וואס איז אין זייער יכולת, די מצב איז געווארן סטעבילייזט, אבער דאס קינד איז געבליבן פארשלאפט (אויסער איין מאל וואס מ'האט געזעהן זיין הענטעלע רוקט זיך).
נאך א שטיק צייט האט די שפיטאל געזאגט אז זיי ווילן מאכן א טעסט אויפן קינד'ס מח אויב די מח איז יא אויף, אדער די מח איז אויך פארשלאפן.
די עלטערן האבן נישט מסכים געווען בשום אופן, זאגנדיג אז ס'מאכט ביי זיי נישט קיין חילוק, ווייל זיי וועלן נישט מסכים זיין אויסצופלאגן אפי' דאס מח איז אינגאנצן נישטא (אפי' ביי די גוים טוט מען יא אזוי).
די שפיטאל האט זיך מער נישט געוואלט ספראווענען מיט דאס קינד, וואס זיי קענען שוין גארנישט מער טוהן, האבן זיי גענומען די עלטערן אין קארט, אז זיי ווילן מאכן די טעסט.
די עלטערן האבן געפייט דערויף, און די עלטערן האבן געוואונען, די קארט אין אינדיאנא האט געפסקנ'ט, אז מ'דארף קינדער באלאנגען פאר די עלטערן און מ'דארף ריספעקטירן זייער באשלוס איבער זייערע קינדער.
די שפיטאל האט שוין אבער נישט געוואלט ווייטער האלטן דאס קינד ביי זיך, האט מען אריבערגעטרענספערט דאס קינד אין א ספעציעלע האום (סאנשיין) אין די גלילות פון וועסטשעסטער ניו יארק, ווי דאס קינד האט זיך אויפגעהאלטן מיט מאשינען אונטער די געטרייע אויפזוכט פון די ספעציעלע געלערנטע שטאב, און פארשטייט זיך אויך די עלטערן.
נאך ממש א קורצע תקופה, האט דאס קינד אנגעפאנגען צו אטעמען שווערער און שווערער, און ביז איין טאג איז עס אויסגעגאנגען כמעט אויף די מאמע'ס האנט... אבער מ'האט שוין גארנישט געקענט טוהן.
א שווערע פארלוסט פאר די עלטערן, משפחה, קרובים וידידים, תושבי שכונת ס., וכל בית ישראל.
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, קיינמאל מער וויסן פון קיין צער, ובא לציון גואל בב"א.

יישר כח פארן אויסקלארן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
כוונה
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 9:19 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוונה »

אני-הק' האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 5:00 am
ברעקינג:

אין פריידיגע אנטוויקלינגען איבער הילף פאר חולי ישראל ומשמשיהן, האט זיך געגרינדעט א נייע "ביקור חולים דסענטערוויל" אינעם היימישן חסידישן ישוב אין סענטערוויל אין אינדיאנא.

די לעצטע עטליכע וואכן שיקט מען שוין פאקטיש עסן פעקלעך פאר עטליכע שפיטעלער לענגאויס די סטעיט'ס אין אינדיאנא און ארום, און די לעצטערע טעג איז געשריבן געווארן קאנטראקט אויף א הערליכע לאקאל אויף מעין סטריט אין סענטערוויל אינדיאנא, ווי עס גייט באנוצט ווערן פאר א ביקור חולים קיך, צו קאכן און באקן עסן פאר אידן אין שפיטעלער, און מעגליך אויך אלס לאקאלע דעלי און טעקאוט פאר די משפחות פונעם אידישן ישוב אין די געסט וואס באזוכן דעם ארט.

פאריגע וואך סוף וואך פ' פנחס איז גע'כשרט געווארן דאס ארט, וואס איז פארדעם געווארן באנוצט אלס א גוישע בעקעריי, עס איז אויפגעפרישט געווארן די מערסטע מעגליך, און א חשובע רב פון ניו יארק איז אראפגעקומען כשרן דאס גאנצן פלאץ, אז ס'זאל שוין קענען וואס גיכער פאקטיש אריין אין באנוץ.
?Do you have any pictures of the place
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

אויף קול ישוב העולם איז דא א אינטערוויא וועגן די ישוב, גאר אינטערעסאנט.

8454009991
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 am
ס'איז אומגלויבליך אגב, דער ציבור דא כאפט נישט אז אין דריי יאר האט זיך געבויט א ישוב מיט קרוב צו הינדערט קינדער אין די מוסד, א ביהמ''ד, א מקוה טהרה, א מקוה, א בנין בית רחל, א בנין פאר אינגלעך, א זאל, א חסד קאך פאר אידן אין שפיטאל אין אינדענאפאלס, ס'איז אויט אויף דיס ווארלד, ביי מיינע עטליכע באזוכן דארט בין איך ממש ארויס פון די גלייזן,

כ'מיין ס'וואלט געווען א שטיקל געדאנק צו מאכן א עקסקלוסיוו פאר אייוועלט אינטערוויו צו עפענען א שטיקל פענסטערל פאר די ליינער דא בנושא הישוב,

דער עולם איז אינטערעסירט דערינען?
נו מ'ווארט!!

מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

וויפיל היימישע פאמיליעס וואוינען דארט למעשה היינט צוטאגס?

מידער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:57 pm

25-30

User100
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:00 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך User100 »

איז דא א חברה הצלה?
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

רבי יענקב האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:09 pm
מידער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:57 pm
וויפיל היימישע פאמיליעס וואוינען דארט למעשה היינט צוטאגס?
25-30
איז דא ערגעץ א ליסטע פון די איינוואוינער?
אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע:אונטער פרעשור

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מידער »

כ'זוך א קאנטאק אינעם ישוב. איינער?

(אישי אויך גוט)
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

אני-הק' האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:10 am
און יעצט מיט א גוטע זאך
די שטעטל איז ב"ה געוואקסן די לעצטע יאר מיט נאך עטליכע נייע משפחות וואס האבן זיך אריבערגעצויגן.
טאקע נישט געווארן ריזיג, אבער ב"ה עס וואקסט צוביסלעך, כן ירבו.
שוין געווען עטליכע חתונות פון קינדער פון בני העיר וואס וואוינען דארט אין שטאט.
אנפאנג ווינטער הבעל"ט גייט פארקומען די ערשטע חתונה אין אינדיאנא, אין א שיינע זאל בערך צוואנציג מינוט פונעם שטעטל. עס וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע פון ניו יארק (איך מיין אז בחנם, אויב בלייבט מען א גאסט אין שטעטל אויך אויף די שבת שבע ברכות)
די חתונה דארף צו זיין ערגעץ יעצט, אדער שוין געווען
איך האב נאך ביזדערווייל נישט געהערט מער פרטים דערוועגן
אויב איינער ווייסט קען ער לאזן וויסן
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אדם אשר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

די שבת פרשת לך לך איז די באווארפן
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען די חתונה לבית לאוב-קויפמאן, אין א ספעציעל אפגעדיגענעם זאל עטליכע מינוט אוועק פונעם שטעטל.

א הערליכע שמחה געווען, מיט די באטייליגטע פון פילע זאלן ביי די מענער זייט און די פרויען זייט, קבוצות ידידים חברים און משפחה פון ניו יארק געקומען מיטהאלטן די שמחה, א טייל זענען צוריקגעפארן באלד נאכן שמחה, א מערהייט זענען געבליבן אויף שבת ווי ס'איז געפראוועט געווארן די שמחת השבת שבע ברכות אין אן אפגעדינגענעם באנגעלאו קאלעני.

א ריזן ציבור וואס האט יעצט די ערשטע מאל באטראטן דעם באדן אין סענטערוויל אינדיאנע, דרוקן זיך אויס גרויס איבערגענומענקייט פון דאס באשיידענעם אידישן ווינקל אין רוישיגן אמעריקע, אסאך וואונטשן זיך צו האבן דארט זייער דירת קבע און האפן אז די ישוב וועט בליען ביז ביאת המשיח.
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

גאלדשטײן האט א שידוך געטוהן זעה איך,דארף זײן א יונגע בחור
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

אני-הק' האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 12:33 am
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג איז פארגעקומען די חתונה לבית לאוב-קויפמאן, אין א ספעציעל אפגעדיגענעם זאל עטליכע מינוט אוועק פונעם שטעטל.

א הערליכע שמחה געווען, מיט די באטייליגטע פון פילע זאלן ביי די מענער זייט און די פרויען זייט, קבוצות ידידים חברים און משפחה פון ניו יארק געקומען מיטהאלטן די שמחה, א טייל זענען צוריקגעפארן באלד נאכן שמחה, א מערהייט זענען געבליבן אויף שבת ווי ס'איז געפראוועט געווארן די שמחת השבת שבע ברכות אין אן אפגעדינגענעם באנגעלאו קאלעני.

א ריזן ציבור וואס האט יעצט די ערשטע מאל באטראטן דעם באדן אין סענטערוויל אינדיאנע, דרוקן זיך אויס גרויס איבערגענומענקייט פון דאס באשיידענעם אידישן ווינקל אין רוישיגן אמעריקע, אסאך וואונטשן זיך צו האבן דארט זייער דירת קבע און האפן אז די ישוב וועט בליען ביז ביאת המשיח.
זאל געקאסט גאר ביליג, געדארפט דינגען פאר אפאר טעיג צו איינרישן טאטעל איז עס געווען טייערער פון א לאקאל חתונה
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

yoel2124441100 האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 5:53 pm
גאלדשטײן האט א שידוך געטוהן זעה איך,דארף זײן א יונגע בחור
וואס עפעס
העכער צוואנציג
נישט קיין אלטע בחור אבער אויך נישט קיין יונגע
כלה איז אונטער 18
א שיינעם ציבור פונעם שטעטל (קרובי משפחה פונעם חתן ומחותן) האבן זיך באטייליגט ביים תנאים וואס איז פארגעקומען די וואך אין מאנסי ניו יארק
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 am
ס'איז אומגלויבליך אגב, דער ציבור דא כאפט נישט אז אין דריי יאר האט זיך געבויט א ישוב מיט קרוב צו הינדערט קינדער אין די מוסד, א ביהמ''ד, א מקוה טהרה, א מקוה, א בנין בית רחל, א בנין פאר אינגלעך, א זאל, א חסד קאך פאר אידן אין שפיטאל אין אינדענאפאלס, ס'איז אויט אויף דיס ווארלד, ביי מיינע עטליכע באזוכן דארט בין איך ממש ארויס פון די גלייזן,

כ'מיין ס'וואלט געווען א שטיקל געדאנק צו מאכן א עקסקלוסיוו פאר אייוועלט אינטערוויו צו עפענען א שטיקל פענסטערל פאר די ליינער דא בנושא הישוב,

דער עולם איז אינטערעסירט דערינען?
אדרבה. שטארק אינטערעסירט
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע:אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!

Re: חסידישע ישוב אין אינדיאנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

די וואך אינעם 'באלעבאסטע' אויסגאבע: https://balebusta.com/current

32111 (1).jpg
32111 (1).jpg (336.38 KiB) געזען 348 מאל
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”