איך דארף א גוטע קאללינג קארד
איך דארף אסאך מאל רופן אויסלאנד פון מיין סעלפאון און פאר דעם דארף אך האבן א קאלינג קארד.
שוין יארן וואס איך נוץ א קאמפאני וואס האט שוין מיין טעלעפאן אריינגעלייגט אין זייער סיסטעם. ווען איך רוף פון מיין היים טעלעפאן אדער פון מיין סעלפאן, ווען איך קאל זייער נאמבער, דארף איך אפיללו נישט אריינלייגן מיין קארד נאמבער, זיי האבן עס שוין ביי זיך און דער סיסטעם זאגט מיר גראד אז איך קען אריינלייגן דעם נומבער וואס איך וויל רופן.
ווען איך קאל פון ערגעץ אנדערש, דעמאלס דארף איך אריינלייגן מיין קארד נאמבער און א פין.
דער פראבלעם איז אבער, אז שוין א שיינע שטיק צייט וואס זייער סיסטעם טויג נישט, כמעט יעדעס מאל איך רוף איז עס שרעקליך אומקלאר, איך קען נישט הערן יענעם און יענער קען מיך נישט הערן. איך האב זיי שוין גערופן מער ווי איין מאל און זיי זאגן אלץ אז זיי וועלן עס פיקסן. אמאל מאכט זיך טאקע אז עס ארבעט יא גוט, אבער רוב מאל ארבעט עס נישט.
וויל איך יעצט וויסן וועלכע נאך קאמפאניס האבן דעם סארט סערוויס, אז איך זאל קענען רופן פון מיין סעלפאן? ספעציעל וויל איך וויסן ווי איך קען דאס האבן אזוי אז זיי זאלן שוין האבן מיין נאמבער און איך זאל קענען גראד רופן אן אריינלייגן א קאלינג קארד נאמבער און א פין. אבער דאס איז שוין די צווייטע זאך. דער עיקר וויכטיגע זאך איז אז דער ליין זאל זיין קלאר. איך זאל קענען עכט רעדן. יענער זאל מיך הערן און איך זאל יענעם הערן.
ווער קען דא העלפן?