יונתן קארל וועלכע ערשיינט אין די טעג מיט זיין בוך האט פובליצירט אן אודיא אין וועלכע טראמפ זאגט אז ער האט זיך געוואלט אנשליסן מיט די פארזאמלטע וועלכע האבן געשטורעמט די קעפיטאל און זיי בארואיגט
ער זאגט אז ער וואלט געוואלן זייער ווארעם אויפגענומען דורך די מאסן אבער די סיקרעט סערוויס האט אים אפגעהלאטן פון עס טוהן
וואס?! דו ביזט געגאנגען צו מאר-א-לאגא ווייל טראמפ עסט נישט?!
מעקארטי:
יא, ער איז ערנסט צוקלאפט און אנטמוטיגט
טשעיני דעקט אויף צום ערשטן מאהל אז מעקארטי האט איר געזאגט 2 טאג נאך די וואלן אז טראמפ ווייסט אז די שפיל איז פארטיג אבער דארף אריבערגיין די שטאפלען פון פארדייאונג און זיך צוביסלעך בארואיגן און זי שרייבט אז הערנדיג די ווערטער האט זי געטראכט צו זיך אז די פראצעדור פון זיך בארואיגן נעמט אריין דאס שיקן מעסעדזשעס אויף טוויטער אין קעפיטאל בוכשטאבן
זי דעקט אויך אויף די אידענטיטעט פונעם קאנגרעסמאן וועלכע האט באצייכנט טראמפ אלס ארענדזשע יאשקע שרייבנדיג אז עס איז געווען ווען מען האט געזאמלט אונטערשריפטן פון קאנגרעס מיטגלידער וועלכע שטעלן זיך אקעגן דאס באשטעטיגן די וואל רעזולטאטן
מעמעבערס זענען געשטאנען אין די ליניע און ווען עס איז געקומען די רייע אויף קאנגרעסמאן מארק גרין האט זיך אנגערופן מיט א פארלוירענע מינע: "דאס איז וואס מיר טוען פאר די ארענדזשע יאשקע"
איבער דזשארדען שרייבט טשעיני אז אים האט נישט צופיל געקימערט די אפיציעלע פראצעדור וואס עס פאדערט ווען מען וויל באקעמפן וואל רעזולטאטן און אז עס האט אים נישט שטארק אינטערסירט די מעגליכע לעגאלע פראבלעמען פון די וואלן און אנגעבליך זיך אויסגעדרוקט אז די איינציגסטע זאך וואס איז רעלעוואנט איז צו זיגן
טשעיני האט אוועקגעשטופט זיין היינט און אים באזידלט מיט געמיינע אויסדרוקן זאגנדיג אז ער איז דער וועלכע האט געפירט צו די געפאר
ווען זי אינאיינעם מיט אירע קאלעגן זענען שפעטער אין איילעניש געווארן עוואקואירט האט זי זאפארט אנגעהויבן געשפרעכן מיט האקים דזשעפריס איבער די וויכטיגקייט פון אימפיטשן טראמפ
אין יונואר 13 למספרם איז טשעיני געווען איינס פון 10 רעפובליקאנער וועלכע האבן געשטימט צו אימפיטשן טראמפ און קורצליך דערויף האט זי ערהאטן א א מעסעדזש פון פרעזידנט בוש: ליז, די סופליי פון קוראזש איז זייער נידריג אין די טעג, א דאנק פאר דיינס, דו האסט ארויסגעוויזן עכטע פירערשאפט און איך איך בין איבערראשט, זעץ פאר. אונטערגעשריבן 43
טשעיני שרייבט אז ביים אפצייכענען אין קאנגרעס די ערשטע יארטאג פון די קעפיטאל איבערפאל זענען בלויז ערשינען צוויי רעפובליקאנער און דאס זענען געווען ליז טשעיני און איר פאטער
זיי שרייבט אז נאכן זיך אראפזעצן האבן זיי באמערקט די ליידיגע זיצן אויף די רעפובליקאנע זיייט און טראץ וואס זיי האבן גוט געוואוסט וואס עס גייט פאר אינערהאלב די פארטיי האט זיי עס אבער שטארק צושטורעמט ביים בייוואוינען מיט די אייגענע אויגן
איר פאטער האט קאמענטירט מיט א טרייסלנדיגע שטימע ווען זיין קאפ שאקלט זיך אז עס איז איין זאך צו הערן דערוועגן אבער מיטצוהאלטן לעבעדיג ווי די רעפובליקאנע חלל קומט צום אויסדרוק אין אזעלכע שטארקע טערמינען איז א צווייטע סארט ערפארונג
זי זאגט אז גלייך נאך די קעפיטאל איבערפאל האבן גראדע נאכגעפאלגט עטליכע טעג פון עטוואס ליכטיגקייט אין די שרעקליכע פינסטער ווען מיינסטנס רעפובליקאנער זענען גרייט געווען צו אימפיטשן אדער כאטש פארדאמען טראמפ אבער די שטראלן זענען פארשוואונדן ביז א קורצע צייט ווען די שטויב האט זיך געזעצט און קאלעגן האבן צוריקגעזעצט צו זייערע פאליטישע רעכן מאשינען
זי שרייבט אז זי האט זייער גוט פארשטאנען יענעם זארג אבער געטראכט צו זיך אז פילייכט וואלט אזא איינער געדארפט האבן א צווייטע סארט דזשאב
טשעיני שילדערט וואס זי איז אריבער אין פעברואר ווען די פרידאם קאקוס האט פאררופן אן אפשטימונג צו ווארפן טשעיני און מען האט איר שאנטאזשירט פאר עטליכע שטונדן א זיז אל זיך אנטשולדיגן און זי האט געפשורט ווי זי איז צוריק אין שולע
זי האט זיך אנטזאגט און געווארן שארף אטאקירט דורך אירע קאלעגן און ביי איין פאל האט מייק קעלי פון פענסילוועניע זיך אנגערופן אז ער שפורט ווי עימיצער וועלכע האלט זיך אינמיטן פארמעסטן אין די גרעסטע שפיל אין זיין לעבן און אינמיטן קוקט ער ארויף און באמערקט אז זיין כלה זיצט אויף די זייט פון די קעגנערישע ספארט גרופע
די באמערקונג האט געפירט צו א שטורעם פון געשרייען פון די פרויען מיטגלידער וועלכע האבן פארפירט און פארדאמט די קאמענטארן זאגנדיג אז טשעיני איז נישט קעלי'ס כלה
זי האט אים אבער אנגעוויזן אויף די אויסשניצונג פון פרעזידענט רעיגען אויף די וואנט פרעגנדיג ווי אזוי רעיגען און דער ערשטער פרעזידענט בוש וואלטן רעאגירט צו די קעפיטאל איבערפאל
טשעיני שרייבט אז אין אנהויב איז מיטש מעקאנעל געווען קלאר און שטאנדהאפטיג אז טראמפ דארף ווערן אימפיטשד און ווען זי האט אים אנגעפרעגט איבער באריכטן אז ער קלערט פון שטימען צו ווארפן טראמפ האט ער רעאגירט אז ער איז גלייכט זיין פאזיציע
מיט די צייט ווען די סענאט פראצעס איז געלאזט געווארן אין גאנג האט זי אנגעהויבן זארגן אז מעקאנעל הויבט אן וואקלען און אפווייכן פון זיין שטעלונג און שרייבט צו די טויש צו דאס וואס מעקאנעל איז געווארן איבערצייגט אז טראמפ וועט סייווי פארלירן די וואלן טשעיני שרייבט דערויף אז מעקאנעל וועלכע האט געבויעט זיין קאריערע אויף פאליטישע קאלקולאציעס און הונטער די קוליסן מאנעוורעס האט דאסמאהל געגרייזט מיט זיין באשלוס
טשעיני שרייבט אז זי האט איבערצייגט פאול רייען וועלכע איז געווען אמיטגליד אויף די באורד פון פאקס אז מען זאל לופטערן א שאו וועלכע זאל אפוואאפן די ליגנס איבער די וואל רעזולטאטן
עטליכע מאנאטן שפעטער האט זי צוריקגעהערט אז די פראיעקט איז שוין געווען אין אונטערוועגנס און אירע לעצטע פראדוקציע שטאפלען אבער ווי עס שיינט האט עימיצער אין פאקס באשלאסן אין די לעצטע מינוט אז מען זאל נישט פאראויסגיין דערמיט
זי שרייבט איבער די איינלאדענונג וואס זי האט ערהאלטן פון ספיקער פעלאסי זיך אנצושליסן אין די סעלעקט קאמיטע און ווי שווער עס איז איר אנגעקומען אראפצושלונגען דאס שפרון ווי א באזוכער אין א צווייטע פלאנעט ביים ארבעטן מיט דעמאקראטן
א צייט שפעטער איז זי געוואויר געווארן אז פעלאסי'ס שטאב האט שווער געארבעט אפצוהאלטן די ספיקער פון נאמינירן אזא קאנסערוואטיוו ווי טשעיני אין וועם זיי האבן נישט געהאט קיין צוטרוי און זיי האבן צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון די 10 ערגסטע זאכן וואס טשעיני האט אין די פארגאנגנהייט געזאגט איבער פעלאסי