פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק אלע פאר די פידבעק!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר ששת אלפים
תגובות: 6011
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זאגט נאר רב הבל, ווען גיבט איר ארויס א בוך??

זעמיר אין פאר מעות קדימה..
כבוד המנהל, איר האט דאך שוין דעם פאספארט! נו ווען פאהר מיר??
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הבל איט איז

זאג פאר ראמני אז פיש מיט פלייש איז א סכנה און קען אים צוברענגען צו א פריצייטיגע פלוצלומע טויט...
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אטע די 'רעאקציע' איז פאסיג
אטעטשמענטס
Screenshot_20231022-150050.png
Screenshot_20231022-150050.png (243.87 KiB) געזען 3260 מאל
א געשפעט האב איך
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די ארגינעלע ביכל גייט זיך נאך קענען פארקויפן?.... הבל האט שוין אנדעקט די סמעטענע...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צווייטע טייל



די גאר שטארקע אריינבליק אין ראמני'ס יארן איז צו פארדאנקן דאס וואס דער סענאטאר האט זעלבסט געזאמלט גאר אסאך מאטריאל אין לויף פון די יארן מיטן פלאן אליינס צו שרייבן און פובליצירן זיינע מעמוארן אבער אין די ענדע האט ער אויפגעגעבן אויף זיין פלאן און אלעס געגעבן פאר קאפינס מיט וועם ער שוין נאנט פאר לאנגע יארן און וועלכע באלאנגט צו די זעלבע רעליגיע ווי ער

לויט ווי קאפינס שרייבט האט ראמני באקומען פריוואט די שטיצע פון מער פון א טוץ רעפובליקאנע סענאטארן איבער זיין קריטיק אין ריכטונג פון טראמפ און דאס רעכנט אריין סענאטאר מיטש מעקאנעל

ווי ער פארציילט האט מעקאנעל אים ביי אין פאל געזאגט: דו ביזט גליקליך אז דו קענסט זאגן אפן וואס עס ליגט דיר אויפן געוויסן און דורכאויס די ערשטע טראמפ אימפיטשמענט האט אים מעקאנעל געזאגט אז די קאנגרעס אימפיטשמענט מענעדזשערס (וועלכע האבן געדינט ווי די פראקורארן) האבן אים איבערציגט אין זייער קעיס (מעקאנעל האט אבער געשטימט צו ריינוואשן טראמפ)

מעקאנעל געהילפן זאגן אז דער סענאטאר געדענקט נישט קיינע פון די צוויי עפיזאדן

קאפין פארציילט אויך אז ראמני האט אין די לעצטע יארן אנטוויקלט פריינטלכע באציאונגען מיט פרעזידענט ביידען וועלכע קלונגט אים אפט זיך אידענטיפיצירנדיג: א גוטן! עס איז דזשאו

דורכאויס איינע פון די געשפרעכן האט אים ראמני געגעבן ראט ווי אזוי אויסצוקוקן ווייניגער פארעלטערט און אים געמוטיגט צו מאכן גרעסערע טריט ביים גיין און נישט שלעפן מיט די פיס

אין איין פאל האט אים דער פרעזידענט גערופן אן קיין ספעציעלע אישו צו דיסקוסירן נאר בלויז צו באגריסן און אויסדרוקן ווי שטארק ער שעצט אים

איבער מייק פענס האט ראמני זיך אמאהל אויסגעדרוקט אז ער באטראכט די ערנסטע ברענד מיט וואס מייק פענס פארקויפט די טראמפ סיקא געדאנקנגאנג אלס אומגעשמאק

קאפינס דעקט אויך אויף אז ראמני האלט ביי זיך אין באדע צימער א זייפל וועלכע האט איינגעקריצט א שפעט אויפשריפט איבער טראמפ

איבער זיין אנאליז אויף זיך זעלבסט זאגט ראמני אז ער ווערט באשולדיגט צו זיין אומאויטענטיש אבער אין די ווארהייט איז ער דאס וואס ער איז ערקלערנדיג אז ער איז אן אויטענטישע פערזאן וועלכע קוקט אויס אומאויטענטיש (פארשטאנען, ריכטיג?)

אינעם בוך הערט מען פון ראמני איבער זיין באזוך אין מאר-א-לאגא אין 1995 למספרם געדענקט ער ווי טראמפ'ס טאכטער טיפעני איז נאך דאן געזיצן אין א קינדער בענקל און ווי טראמפ האט זיך בארימט צו אים איבער די עכט גאלדענע געשיר וועלכע האבן באשיינט די טיש און טראמפ האט אים געזאגט אז די פריערדיגע אייגנטומער האבן עס פארגעסן און איבערגעלאזט אין די רעזארט

ראמני זאגט אז ער האט פארדעכטיגט אז די עסצייג איז נישט עכט פון ריין גאלד נאר איבערגעדעקט מיט גאלד אבער ראמני האט דאן זיך פארצייכנט גאר גוטע איינדרוקן איבער די באזוך און אז ער האט גאר שטארק געגליכן טראמפ וועלכע האט אים שטארק אונטערגעהאלטן און באוויזן אויפצוהייטערן זיין שטימונג און אביסל ארויסשלעפן פון די דרוק פונעם קאמפיין וועלכע איז דאן געווען אין איר סאמע ברען

ראמני זאגט אז 4 יאר שפעטער האט ער אנערקענט וויפיל ער האט געגרייזט מיט אפשאצן די טראמפ כאראקטער און די צוויי האבן געענדיגט זייערע באציאונגען ווען טראמפ האט אים דערנידערט ביים פארשלאגן די אויסערן סעקרעטאר אמט אין אויסטויש פון ראמני'ס דעקלעראציע אז טראמפ איז געוואלדיג און וועט זיין א געלונגענע פרעזידענט

ראמני זאגט אויך אז טראמפ איז עקסטרעם פארזיכטיג ווען עס קומט די אריינאטעמען שעדליכע רויך אדער צו ווערן אנגעשטעקט דורך סיי וועלכע אומגעזונטע סובסטאנץ

ער פארציילט ווי אזוי ער האט פרעזענטירט טראמפ מיט א געבורטסטאג קוכן און טראמפ האט אראפגענומען יעדע ליכטל באזונדער און עס אויסגעבלאזן האלטנדיג ווייט אפגערוקט פון זיך אז די רויך זאל נישט קומען אין זיין ריכטונג

דאס פארציילט ער אינעם זעלבן בוך וועלכע שילדערט זיינע אייגענע פאביעס איבער טויט ווי דערמאנט אינעם ערשטן טייל און אצינד קען מען אויסברייטערן מיט עטליכע ביישפילן פון די ערנסטע זיכערהייט פארשריפטן וועלכע ער פאלגט שטרענג אויס זיכער צו מאכן אז ער שטארבט כמות כל האדם און נישט דורך עפעס ספעציעל פיינפול

ראמני טוט זיך ערליך איינבונדן ביים פארן אין אן אויטאמאביל, ער שטייט ווייט פון צווייטע האנט רויך און שמירט זיך מיט זון זאלב, פאלגט שטרענג אויס די אנווייזונגען פון זיין דאקטאר שוין פאר די לעצטע 30 יאר איבער יין מעניו, און איבער נידריגע דאזע אספירין

דער "סענאטאר וויל זיין געזונט" פארט ארום אויף א ביציקל פאר א האלבע שטונדע טעגליך און ווען זיין דאקטאר האט אים אינפארמירט אז ער קען נאכלאזן פון די נידיגע פעט דיעטע און אז מען האלט היינט מער אז צוקער איז פון וואס מען דארף שטיין וויי האט ראמני געשפורט פארראטן און געפרעגט מיט שרעק:"וויפיל מאנאטן, מ'שטיינס געזאגט יארן, האב איך פארלוירן מיט די איינרעדעניש אז אייז קרעם איז אן אומשעדליכע אדיקציע?!

ווען מען פרעגט אים איבער ווי לאנג ער פלאנט צו לעבן און פארוואס עס איז אים אזוי וויכטיג זאגט ער אז די ענטפער איז 120 און אז אזויפיהל גייט זיך נישט אפשפילן אין די צייט אז ער וויל דא זיין עס מיטצוהאלטן (אלעס פאר אביסעלע נייגער) אבער ער אנערקענט אז עפעס אין אים זאגט אים אז ער גייט נישט אנקומען אפילו נאנט דערצו

אויסער די קאר עקסידענט וועלכע ראמני איז אריבער ווי געשריבן אין די ערשטע טייל זענען מעגליך פארהאן נאך פאקטארן צוצושרייבן צו זיין טויטליכע אבסעסיע אריינגערעכנט אן אויסלענדישע רייזע מיט א צייט צוריק

מיט יארן צוריק איז ראמני אויפגעשטיגן אויף א פליגער קיין לאנדאן וואו ער איז געפארן פאר א ביזנעס רייזע אין עימיצער פון די פליה מאנשאפט וועם ער האט קיינמאהל פריער נישט באגעגנט האט אים באמערקט און יענע איז געווארן ווייס ווי קאלעך און אנטלאפן פון דארט זיך ווארפנדיג פאר שרעק

מען האט איר געפרעגט וואס האט איר אזוי צושטורעמט האט זי פארציילט אז א נאכט בעפאר האט זי געזעהן אין חלום א מאן וועלכע האט אויסגעקוקט גענוי ווי ראמני און ווי אזוי יענער ווערט דערשאסן צום טויט אין הייד פארק

ראמני האט געהערט איר געשיכטע און געלאכט אומבאקוועם און פרובירט צו פארגעסן דערפון אבער ווען ראמני האט זיך עטליכע טאג שפעטער געטראפן ביים אריינגאנג צו יענע פארק האט ער באמערקט א געזעמל פון מענטשן וואס גרופירן זיך דארט און ער האט געהויבן פיס און אנטרינען פון דארט

ווי געשריבן אינעם ערשטן טייל האט ראמני באקומען ווארענונגען אז מענטשן קענעם אים זוכן צו שעדיגן אום יונואר 6 למספרם און ער האט מיטגעטייטל די אינפארמאציע מיט סענאטאר מעקאנעל

פרוי ראמני האט זיך געבעטן צו איר מאן צו פארבלייבן אין יוטא ביז נאך וואס די וואלן ווערן באשטעטיגט אבער ער האט אוועקגעמאכט אירע זארגן אלס איבערגעטריבן זאגנדיג אז ער וועט זיין אין ארדענונג און איר פארשפראכן זיך גאר שטארק צו היטן יענע טעג און אז ער וועט נישט גיין איינקויפן אינעם לאקאלן קראם אדער אפצונעמען זיינע וועש פון די קלינער'ס זייענדיגע אין וואשינגטאן

ער האט געמאכט די קעיס אז אויב ער ווערט געשאסן וועט זי קענען הייראטן צו א יונגערע מער געראטענע מאן און ער וועט זיך געפונען אויף א גוט פלאץ וזה וזה נהנה

ער זאגט אז ביי זיך אין הארץ האט ער גראדע געהאט א שלעכטע פארגעפיהל אבער געשפורט א דראנג אהינצוגיין און אויספיהרן זיינע פליכטן און אדרעסירן זיינע קאלעגן איבער די ליגנס פארשפרייט דורך טראמפ און ווי פאלש זיי זענען

ער האט געארבעט לאנגע טעג אויף זיין רעדע און געווען אויסן עס צו לופטערן אויף די סענאט מיקראפאן

ראמני שילדערט זיין רייזע צום קעפיטאל אין יענעם היסטארישן טאג ווען ער איז געווען צופרידן פון די פאליצייאישע באגלייטונג אבער נערוועז ארויסגעבליקט פון פענסטער קלערנדיג צו זיך אז אויב עימיצער וויל אים שיסן וועלן זיינע באגלייטער נישט קענען טוהן צופיל עס אפצוהאלטן

ראמני האט אנגעהויבן זיין טאג מיט א זיצונג מיט אריזאנא סענאטאר מארק קעלי און דאן א מיטינג מיט די פארזיצער פון די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע

ער איז דאן אראפ צו די קעלער פון די געביידע צו גיין אפנעמען זיין צווייט וואקסין דאזע און ווען ער האט זיך באגעגנט מיט א גרופע דזשורנאליסטן האט ער זיי פארזיכערט אז די וואל אויסגאנג גייט ווערן באשטעטיגט אפגעזעהן סיי וועלכע פרואוו עס צו שטערן

ער פארציילט אז ביי זיך אין הארץ איז ער ווייט נישט געווען זיכער מיט זיין באהויפטונג וואוסנדיג איבער די פלענער פון סענאטארן קרוז און האולי

נישט לאנג דערויף האט מען אנגעהויבן די פארמאלע פראצעדור אויפן פלאר אבער סענאטאר קרוז און קאנגרעסמאן פאול גאסאר האבן בלאקירט דאס באשטעטיגן די אריזאנא וואל רעזולטאטן

ראמני האט דאן נאכגעפלאגט זיינע קאלעגן אויפן וועג צו א צימער ווי סענאטארן האבן אנגעהויבן דעבאטירן זייערע מיינונגס פארשידנהייטן און ער האט דערווייל נישט געהאט געהערט איבער טראמפ'ס רעדע, די מארש צום קעפיטאל אדער די פארזוכן פון די קעפיטאל פאליציי צו עוואקואירן די אריינדרינגער (די סענאט אפטיילונג איז נישט אויסשטאפירט מיט טעלעוויזיע סקרינס)

אום 2:08 האט ראמני באקומען א טעקסט מעסעדזש פון זיין געהילף קריסטאפער מאראלעטי וועלכע איז געווען אין פארבינדונג מיט די קעפיטאל פאליציי און ער האט איינגעמאלדן פאר זיין אויבערהאר אז די פראטעסטירער קומען נענטער און אז עס איז לעבעדיג אינדרויסן

מאראלעטי האט רעקאמענדירט פארן סענאטאר צו גיין צו א פענסטערלאזע צימער וועלכע ער נוצט אפט זיך אנצולעהנען דורכאויס אפשטימונגען וועכלע ציען זיך אריין אין די שפעטע נאכט שטונדן

ראמני האט שנעל אנאליזירט די צושטאנד אויסרעכענענדיג ווי לאנג עס וועט אים געדויערן צו מאכן די וועג פון צוויי שטאק ארויף ביז יענע צימער און באשלאסן אז ווילאנג די געפאר איז נישט באלדיג דארף ער נישט אהינלויפן און ער וועט ענדערש בלייבן טוהן זיין ארבעט

א מינוט שפעטער האט ער באקומען א פרישע מעסעדזש: זיי זענען אויף מערב זייט און איבערגעקראכן צוימען

ער שרייבט אז זיין ארדענעלין האט אנגעהויבן טאנצן האסטיגער און ער האט אנגעהויבן גיין אין ריכטונג פון די טיהר ערווארטנדיג צו טרעפן אויף די צווייטע זייט מאסן רעפארטער און סענאט געהילפן פארזאמלט

ער האט לאנגזאם געעפנט די שווערליכע טיהרן און צו זיין וואונדער געפונען אן אומגעווענליך שטילע קארידאר וועלכע האט עדות געזאגט איבער ערנסטע גערודער וועלכע קומען פאר נישט ווייט פון דארט

ער האטגעמאכט אלינקס און אנגעהויבן שפאנען אין ריכטונג פון די צימער וואו ער האט זיך געוואלט פארשטעקן און מיטאמאהל באמערקט ווי א קעפיטאל פאליציי אפיציר קומט צו לויפן אין זיין ריכטונג און געשריגן אז דער סענאטאר זאל זארפאט צוריק אריינגיין אינעם גרויסן צימערזאגנדיג אז ארט איז ער מער פארזיכערט

ער האט זיך פלינק ארומגעדרייט און אנגעהויבן צו לויפן צוריק צום צימער וואו ער האט זיך אריינגעשלייכט און דאן מיטגעהאלטן ווי אזוי עטליכע סיקרעט סערוויסעס אגענטן יאגן זיך אריין און פירן בליץ שנעל ארויס וויצע פרעזידענט מייק פענס פונעם צימער

אין יענע מינוט האט אויסגעבראכן א פושטענדיגע כאאס אינעם צימער ווען יעדע וויילע האט א צווייטער געברענגט שרעקעדיגע אפדעיטס איבער וואו די איבערפאלער זענען שוין און פאליציי אפיצירן זענען ווילד ארומגעלאפן אין פאניק פארקנאקנדיג די טיהרן און טרייבנדיג די סענאטארן טיפער אריין אינעם צימער ביז ווילאנג מען טרעפט א וועג זיי צו עוואקואירן צו זיכערהייט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום מאנטאג אקטאבער 23, 2023 5:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:00 pm


מיט יארן צוריק איז ראמני אויפגעשטיגן אויף א פליגער קיין לאנדאן וואו ער איז געפארן פאר א ביזנעס רייזע אין עימיצער פון די פליה מאנשאפט וועם ער האט קיינמאהל פריער נישט באגעגנט האט אים באמערקט און יענע איז געווארן ווייס ווי קאלעך און אנטלאפן פון דארט זיך ווארפנדיג פאר שרעק

מען האט איר געפרעגט וואס האט איר אזוי צושטורעמט האט זי פארציילט אז א נאכט בעפאר האט זי געזעהן אין חלום א מאן וועלכע האט אויסגעקוקט גענוי ווי ראמני און ווי אזוי יענער ווערט דערשאסן צום טויט אין הייד פארק

ראמני האט געהערט איר געשיכטע און געלאכט אומבאקוועם און פרובירט צו פארגעסן דערפון אבער ווען ראמני האט זיך עטליכע טאג שפעטער געטראפן ביים אריינגאנג צו יענע פארק האט ער באמערקט א געזעמל פון מענטשן וואס גרופירן זיך דארט און ער האט געהויבן פיס און אנטרינען פון דארט

זאג עם אז ערליכע אידן זענען שוין ארויס פון הייד פארק

היינט איז עס אייוועלט.....
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 12:19 pm
מקעי קאפינס גרייט זיך צו ערשיינען אום אקטאבער 24 למספרם מיט א ביאגראפיע ביכל איבער יוטא סענאטאר מיט ראמני וועלכע גרייט זיך צו רעטייערן ביים ענדע פונעם איצטיגן סעסיע

קאפינס האט באקומען צענדליגע אינטערוויוס מיט ראמני אין די לעצטע 2 יאר, פריוואטע אימעילס און טעקסט מעסעדזשעס און א פענסטער אריין אין די לעבן און שאפן פון א מאן וועלכע איז געגאנגען פון זיין די פירער פון די רעפובליקאנע פארטיי ביים באקומען די פרעזידענט נאמינאציע ביזן זיין א פירנדע פיגור צו קעמפן אקעגן די געוועזענע פרעזידענט און היינטיגע פראנט ראנער דאנאלד טראמפ

קאפינס דעקט אויף אינטערסאנטע דעטאלן איבער די פערזענליכע כאראקטער פון ראמני שרייבנדיג אז עס האנדלט זיך פון עימיצער ווועלכע איז טיף פארזינקן און שווערע געדאנקן און איינער וואס דערלעבט נישט צו האבן צופיל פארגעניגן פון זיין רייכטום און גוטע מזל

ראמני פרעגט זיך נאכאנאנד פארוואס עס איז אים באשערט צו האבן אזא גוטע לעבן און פארכט זיך אז איין טאג וועט עס ווערן צוגענומען פון אים און אז ער וועט שטארבן א ווילדע און טראגישע טויט

דער סענאטאר טוט זיך זעלבסט קריטיקירן פאר זיינע שריט און ליידט פון שולד געפילן און אבסעסיעס וועלכע גרעניצן זיך מיט OCD

עס לאזט זיך שפעקולירן אז די פאביעס פון א גרויזאמע טויט וועלכע נעסטן אין ראמני'ס קאפ זענען די רעזולטאט פון טראומא וועלכע ער איז אריבער מיט יארן צוריק ווען ער האט זיך געטראפן אויפן שוועל פון טויט נאך א שרעקליכע קאר אינצידענט אין פראנקרייך וואו ער איז געווען אויף א מיסיאן מיסיע צו שטופן די פארשפרייטונג פון זיין מארמאן רעליגיע

די בוך ציטירט פון ראמני אז ווען ער געווען איינע פון די געסט ביי א שפיל געלאדנט דורך איר אייגנטומער ראבערט קרעפט האט ער דארט געטראפן דאנאלד טראמפ און טראץ וואס זיי זענען נישט געווען איבריג באקאנט צווישן זיך האט טראמפ געשפורט גענונג באקוועם צו טראכטן הויך רעדנדיג צו ראמני'ס זוהן דזשאש איבער די מעגליכקייט זיך אפצוטיילן פון פרוי טראמפ

ראמני פארציילט אויך אז דורכאויס די שטורמישע 2016 למספרם רעפובליקאנע פרעזידענט פריימערי פארמעסט איז געווען א פונקט ביי וועלכע ער האט באטראכט א פלאן צו לויפן אויף איין טיקעט מיט סענאטאר טעד קרוז

ראמני איז נישט געווען קיין אנהענגער פון קרוז וועם ער באצייכנט אלס דעמאגאג און געפארפול אבער עס איז אים געווען גענוג וויכטיג צו פארזיכערן אז טראמפ באקומט נישט די נאמינאציע

נאכן אנערקענען אז די פלאן וועט נישט האבן צופיל סוקסעס האט ער עס אפגעווארפן און אנגעהויבן ארבעטן אז סענאטארן קרוז און מארקא רוביא זאלן פארעמען א פאראייניגטע טיקעט אויף וועלכע רוביא זאל לויפן אלס וויצע קאנדידאט אבער די צוויי זענען נישט איינגעגאנגען דערויף

ראמני האט דאן געשיקט א סעריע פון אימעיל'ס צו דזשאן קעסיק אפעלירנדיג אז ער זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט צו ערמעגליכן פאר א צווייטן איבערצוקומען טראמפ אבער יענע פארזוכן איז אויך געווען פרוכטלאז

ער פארציילט אויך אז ווען עס איז געקומען צו די 2020 למספרם קאסמפיין האט אפרע וויינפרי אים פארגעשלאגן צו שאפן א פאראייניגטע טיקעט אז די צוויי זאלן לויפן אינאיינעם און פארמיידן א טראמפ ווידערערוויילונג אבער ער האט עס אפגעווארפן גלויבנדיג אז עס וועט בלויז העלפן טראמפ

ראמני האט שפעטער פלאנירט צו לויפן אלס אינדעפענדענט אקעגן טראמפ און פאר א צייט געקלערט עס צו טוהן אפילו אן קיין ערנסטע שאנסן און בלויז צו באקומען א שאנס צו שטיין ביי א דעבאטע מיט טראמפ

עס איז אים געגאנגען אין לעבן צו קענען צימבלען טראמפ מיט איין ספעציפישע פראגע וואס האט אים געהאמערט אין קאפ טאג און נאכט און דאס איז פארוואס טראמפ האט פארגעשלאגן פאר ווירוס אנגעשטעקטע צו נוצן בליטש

ראמני איז געווען אויס מענטש אז די וועלט האט געלאכט פון די רעקאמענדאציע און געגאנגען ווייטער אין א צייט וואס לויט אים איז דאס געווען די באמערקונג פון טראמפ וועלכע איז געווען די סאמע מערסט אידיאטיש וואס ער האט נאר אמאהל געהערט

ער זאגט אז יעדע מאהל ווען טראמפ מאכט עפעס א מער שטארקערע אדער קלוגערע ארגומענט איבער סיי וועלכע טעמע טוט ער (ראמני) נאטורליך רעאגירן זאגנדיג: דערמאן מיר נאר איבער די קלאראקס

פון צייט צו צייט ווען ער דערמאנט זיך דערפון קען ער שפילן ווי ער צוהיסט זיך און אלארמירן זיינע ארומיגע מיט א שטקידננדיג געמאכטע שטימע: (מען זאל אים דרינגנד ברענגן) "קלאראקס"

פארלאפענע אפריל למספרם האט ראמני גערעדט מיט סענאטאר דזשאו מענשין און אים געמוטיגט צו עפענען אינאיינעם א נייע פארטיי אונטערן נאמען "שטעל אפ די נארישע"

אום יונואר 2 2021 למספרם הסאט סענאטאר ענגוס קינג אנפארטרויעט ראמני אז ער האט ערהאלטן אינפארמאציע פון א הויכראנגיקע פענטאגאן באאמטער אז די רעגירונג האלט אן אויג אויף אנליין אקטיוויטעטן צווישן רעכטע אקטיוויסטן מיט פלענער דורכצופירן געוואלדטאטן אין וואשינגטאן די סי אום יונואר 6 למספרם און אז ראמני קען מעגליך זיין איינע פון די ציהלן אויף וועם זיי וועלן לאקערן

קינג איז געווען באזארגט איבער ראמני'ס זיכערהייט און געפורט פאראנטווארטליך אים צו ווארענען פון פאראויס און ראמני האט געשיקט א טעקסט מעסעדזש צו סענאטאר מיטש מעקאנעל און אויף פארציילט איבער א פלאן פון די גרופעס אונטערצוצינדן מעקאנעל'ס היים און געוואלט וויסן אויב מעקאנעל איז גענוג באוואוסטזיניג אן גרייט צו נעמען די נויטיגע זיכערהייט מאסנאמען אבער מעקאנעל האט איגנארירט די מעסעדזש

ראמני ווערט ציטירט אינעם בוך רעדנדיג איבער סענאטארן דזשאש האולי און טעד קרוז וועם ער האט גאר שארף קריטיקירט נאך די קעפיטאל איבערפאל זאגנדיג אז זיי האבן געהאט א ראלע און געהאלפן פירן דערצו

אינעם אינטערוויו צום שרייבער ערקלערט ער זיין אויפברויז ספעציפיש צו די צוויי זינט ער האלט אז האולי איז דער קלוגסטער מאן אין די סענאט און אז קרוז איז נישט צופיל אונטערשטעליג און אז עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן גלויבן אז טראמפ האט ווירקליך געוואונען די וואלן און זייער רעטאריק איז דעריבער א קלארע באווייז אז זיי שטעלן פאליטיק העכער די קאנסטיטוציע

איבער סענאטאר דזשעי די ווענס זאגט ראמני אז עס איז נישט פארהאן עימיצער צו וועם ער האט מער אומרעספעקט ווי צו ווענס און דאס קומט נאך וואס ער איז גראדע געווען אנציקט פון זיין בוך וועלכע ער האט פובליצירט און ער האט געהאט האפענונג אז ווענס קען אפעלירן צו די ווייסע מיטל קלאס ארבעטער אן נוצן טראמפיזם אין זיין מעסעדזש

ער זאגט אז ווען ווענס האט באשלאסן אנהויב פון זיין קאפמיין אריבערצוגיין א גענצליכע טראנספארמאציע צו ווערן פארוואנדלט אין אן ארכי מאגא קאנדידאט האט אים עס שטערבליך פארדראסן און ארויסגענומען פון די געשיר

ער זאגט אז ער געשפורט א דראנג אנצוכאפן ווענס ביים אקסל און אריינשרייען אין זיין אויער: עס איז נישט ווערד זיך צו פארקויפן די נשמה פארן שטן

ווען ווענס איז געווארן ערוויילט און זיך באוויזן אין סענאט האט ראמני אנגעהויבן שפורן גאר אומבאקוועם צו סערווירן אינעם זעלבן אינסטיטוציע מיט ווענס פרעגנדיג מיט וואונדער און פאראכטונג: ווי אזוי קען מען זיצן נעבן אזא פארשוין ביים עסן מיטאג?!

איבער ראן דעסאנטיס זאגט ראמני אז עס פעהלט אים צוגעלאזנקייט און ווארימקייט און אז ביים זיך שטעלן פאר בילדער מיט וויילער אין אייאווע קוקט אויס ווי דער קאנדידאט ליידט פון צייין ווייטאג

ער זאגט אז דעסאנטיס איז פיל קלוגער פון טראמפ איז און איז באזארגט אז עס איז מעגליך א גרעסערע געפאר צום האבן ביים רודער א טראמפיסטישע סארט פירער וועלכע איז גענוג קלוג אויסצופירן דאס זייניגע ווי טראמפ וועלכע איז ווייניגער קלוג

ראמני האט אויך קאלירפולע אויסדרוקן און באמערקונגען איבער די קאנדידאטן אקעגן וועם ער האט זיךך פארמאסטן דורכאויס זיינע צוויי פרעזידענט פארמעסטן

ניוט גינגריטש באצייכנט ער אלס עימיצער וועלכע איז גרייט צו שטאלצירן מיט דערגרייכונגען פון אנדערע און זייער גוטהארציג אבער איז צו צופרידן מיט זיך זעלבסט

מייק האקעבי איז לויט ראמני א כאראקטער וועלכע פארשפרייט און פארקויפט געדאנקן און אידעעס צו פארדינען פאר זיך זעלבסט

באבי דזשינדאל רופט ער אן א נאריש קינד און אויף ריק סענטארום נוצט ער די טיטל סאנקטאמאניוס וועלכע טראמפ האט געגעבן פאר דעסאנטיס און זאגט אז ער איז מאדנע און פרעמד

איבער ריק פערי זאגט ראמני אז רעפובליקאנער מוזן קומען צום אנערקענונג אז זיי דארפן ערוויילן עימיצער וועלכע קען אויספיהרן א זאץ

אויף דזשאן קעסיק זאגט ער אז ער איז מאן מיט אן איינגעשרומפענע כח המחשבה און א געשוואלענע עגא און לויט ראמני איז זיין גאוה די ערקלערונג פארוואס עס גייט פונקן פייער ווען ער טרעפט זיך צוזאם מיט קריס קריסטי

זינט ראמני איז אנגעקומען אין סענאט איז ער נישט געווארן אנטפאנגען באזונדער היימליך דורך זיינע רעפובליקאנע קאלעגן וועלכע זוכן נישט צו האבן צופיל אפיר מיט אים און טראץ וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט א טייערע באקוועמע וואוינונג אז זיין פרוי און קינדער זאלן זיך קענען אפט אויפהאלטן דארט זוכן זיי נישט אהינצוקומען

דער סענאטאר טרעפט זיך מיינסטנס נעכט אויף א רעקליינער פארנט פון א ריזיגע טעלעוויזיע סקרין עסנדיג איינזאם זיינע צופלויגן געפאקטע סעלמאן סענדוויטשעס וועלכע פולן אן די פריזער און ער האט זיי באקומען פון סענאטארשע ליסא מורקאוסקי

ראמני איז נישט קיין שטארקע סעלמאן ליבהאבער אבער ווי באקאנט איז ער אדיקטיוו צו הייסע הינט האמבורגער סענדוויטשעס מיט קעטשאפ און ער האט אויסגעפונען אז אריינשמוגלען אביסל סעלמאן דערינען מאכט די מאלצייט נאך בעסער
קלאראקס!!!!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:00 pm
צווייטע טייל



די גאר שטארקע אריינבליק אין ראמני'ס יארן איז צו פארדאנקן דאס וואס דער סענאטאר האט זעלבסט געזאמלט גאר אסאך מאטריאל אין לויף פון די יארן מיטן פלאן אליינס צו שרייבן און פובליצירן זיינע מעמוארן אבער אין די ענדע האט ער אויפגעגעבן אויף זיין פלאן און אלעס געגעבן פאר קאפינס מיט וועם ער שוין נאנט פאר לאנגע יארן און וועלכע באלאנגט צו די זעלבע רעליגיע ווי ער

לויט ווי קאפינס שרייבט האט ראמני באקומען פריוואט די שטיצע פון מער פון א טוץ רעפובליקאנע סענאטארן איבער זיין קריטיק אין ריכטונג פון טראמפ און דאס רעכנט אריין סענאטאר מיטש מעקאנעל

ווי ער פארציילט האט מעקאנעל אים ביי אין פאל געזאגט: דו ביזט גליקליך אז דו קענסט זאגן אפן וואס עס ליגט דיר אויפן געוויסן און דורכאויס די ערשטע טראמפ אימפיטשמענט האט אים מעקאנעל געזאגט אז די קאנגרעס אימפיטשמענט מענעדזשערס (וועלכע האבן געדינט ווי די פראקורארן) האבן אים איבערציגט אין זייער קעיס (מעקאנעל האט אבער געשטימט צו ריינוואשן טראמפ)

מעקאנעל געהילפן זאגן אז דער סענאטאר געדענקט נישט קיינע פון די צוויי עפיזאדן

קאפין פארציילט אויך אז ראמני האט אין די לעצטע יארן אנטוויקלט פריינטלכע באציאונגען מיט פרעזידענט ביידען וועלכע קלונגט אים אפט זיך אידענטיפיצירנדיג: א גוטן! עס איז דזשאו

דורכאויס איינע פון די געשפרעכן האט אים ראמני געגעבן ראט ווי אזוי אויסצוקוקן ווייניגער פארעלטערט און אים געמוטיגט צו מאכן גרעסערע טריט ביים גיין און נישט שלעפן מיט די פיס

אין איין פאל האט אים דער פרעזידענט גערופן אן קיין ספעציעלע אישו צו דיסקוסירן נאר בלויז צו באגריסן און אויסדרוקן ווי שטארק ער שעצט אים

איבער מייק פענס האט ראמני זיך אמאהל אויסגעדרוקט אז ער באטראכט די ערנסטע ברענד מיט וואס מייק פענס פארקויפט די טראמפ סיקא געדאנקנגאנג אלס אומגעשמאק

קאפינס דעקט אויך אויף אז ראמני האלט ביי זיך אין באדע צימער א זייפל וועלכע האט איינגעקריצט א שפעט אויפשריפט איבער טראמפ

איבער זיין אנאליז אויף זיך זעלבסט זאגט ראמני אז ער ווערט באשולדיגט צו זיין אומאויטענטיש אבער אין די ווארהייט איז ער דאס וואס ער איז ערקלערנדיג אז ער איז אן אויטענטישע פערזאן וועלכע קוקט אויס אומאויטענטיש (פארשטאנען, ריכטיג?)

אינעם בוך הערט מען פון ראמני איבער זיין באזוך אין מאר-א-לאגא ווען ער האט באקומען די טראמפ אינדארסירונג אין 2012 למספרם און ער געדענקט ווי טראמפ'ס טאכטער טיפעני איז נאך דאן געזיצן אין א קינדער בענקל און ווי טראמפ האט זיך בארימט צו אים איבער די עכט גאלדענע געשיר וועלכע האבן באשיינט די טיש און טראמפ האט אים געזאגט אז די פריערדיגע אייגנטומער האבן עס פארגעסן און איבערגעלאזט אין די רעזארט

ראמני זאגט אז ער האט פארדעכטיגט אז די עסצייג איז נישט עכט פון ריין גאלד נאר איבערגעדעקט מיט גאלד אבער ראמני האט דאן זיך פארצייכנט גאר גוטע איינדרוקן איבער די באזוך און אז ער האט גאר שטארק געגליכן טראמפ וועלכע האט אים שטארק אונטערגעהאלטן און באוויזן אויפצוהייטערן זיין שטימונג און אביסל ארויסשלעפן פון די דרוק פונעם קאמפיין וועלכע איז דאן געווען אין איר סאמע ברען

ראמני זאגט אז 4 יאר שפעטער האט ער אנערקענט וויפיל ער האט געגרייזט מיט אפשאצן די טראמפ כאראקטער און די צוויי האבן געענדיגט זייערע באציאונגען ווען טראמפ האט אים דערנידערט ביים פארשלאגן די אויסערן סעקרעטאר אמט אין אויסטויש פון ראמני'ס דעקלעראציע אז טראמפ איז געוואלדיג און וועט זיין א געלונגענע פרעזידענט

ראמני זאגט אויך אז טראמפ איז עקסטרעם פארזיכטיג ווען עס קומט די אריינאטעמען שעדליכע רויך אדער צו ווערן אנגעשטעקט דורך סיי וועלכע אומגעזונטע סובסטאנץ

ער פארציילט ווי אזוי ער האט פרעזענטירט טראמפ מיט א געבורטסטאג קוכן און טראמפ האט אראפגענומען יעדע ליכטל באזונדער און עס אויסגעבלאזן האלטנדיג ווייט אפגערוקט פון זיך אז די רויך זאל נישט קומען אין זיין ריכטונג

דאס פארציילט ער אינעם זעלבן בוך וועלכע שילדערט זיינע אייגענע פאביעס איבער טויט ווי דערמאנט אינעם ערשטן טייל און אצינד קען מען אויסברייטערן מיט עטליכע ביישפילן פון די ערנסטע זיכערהייט פארשריפטן וועלכע ער פאלגט שטרענג אויס זיכער צו מאכן אז ער שטארבט כמות כל האדם און נישט דורך עפעס ספעציעל פיינפול

ראמני טוט זיך ערליך איינבונדן ביים פארן אין אן אויטאמאביל, ער שטייט ווייט פון צווייטע האנט רויך און שמירט זיך מיט זון זאלב, פאלגט שטרענג אויס די אנווייזונגען פון זיין דאקטאר שוין פאר די לעצטע 30 יאר איבער יין מעניו, און איבער נידריגע דאזע אספירין

דער "סענאטאר וויל זיין געזונט" פארט ארום אויף א ביציקל פאר א האלבע שטונדע טעגליך און ווען זיין דאקטאר האט אים אינפארמירט אז ער קען נאכלאזן פון די נידיגע פעט דיעטע און אז מען האלט היינט מער אז צוקער איז פון וואס מען דארף שטיין וויי האט ראמני געשפורט פארראטן און געפרעגט מיט שרעק:"וויפיל מאנאטן, מ'שטיינס געזאגט יארן, האב איך פארלוירן מיט די איינרעדעניש אז אייז קרעם איז אן אומשעדליכע אדיקציע?!

ווען מען פרעגט אים איבער ווי לאנג ער פלאנט צו לעבן און פארוואס עס איז אים אזוי וויכטיג זאגט ער אז די ענטפער איז 120 און אז אזויפיהל גייט זיך נישט אפשפילן אין די צייט אז ער וויל דא זיין עס מיטצוהאלטן (אלעס פאר אביסעלע נייגער) אבער ער אנערקענט אז עפעס אין אים זאגט אים אז ער גייט נישט אנקומען אפילו נאנט דערצו

אויסער די קאר עקסידענט וועלכע ראמני איז אריבער ווי געשריבן אין די ערשטע טייל זענען מעגליך פארהאן נאך פאקטארן צוצושרייבן צו זיין טויטליכע אבסעסיע אריינגערעכנט אן אויסלענדישע רייזע מיט א צייט צוריק

מיט יארן צוריק איז ראמני אויפגעשטיגן אויף א פליגער קיין לאנדאן וואו ער איז געפארן פאר א ביזנעס רייזע אין עימיצער פון די פליה מאנשאפט וועם ער האט קיינמאהל פריער נישט באגעגנט האט אים באמערקט און יענע איז געווארן ווייס ווי קאלעך און אנטלאפן פון דארט זיך ווארפנדיג פאר שרעק

מען האט איר געפרעגט וואס האט איר אזוי צושטורעמט האט זי פארציילט אז א נאכט בעפאר האט זי געזעהן אין חלום א מאן וועלכע האט אויסגעקוקט גענוי ווי ראמני און ווי אזוי יענער ווערט דערשאסן צום טויט אין הייד פארק

ראמני האט געהערט איר געשיכטע און געלאכט אומבאקוועם און פרובירט צו פארגעסן דערפון אבער ווען ראמני האט זיך עטליכע טאג שפעטער געטראפן ביים אריינגאנג צו יענע פארק האט ער באמערקט א געזעמל פון מענטשן וואס גרופירן זיך דארט און ער האט געהויבן פיס און אנטרינען פון דארט

ווי געשריבן אינעם ערשטן טייל האט ראמני באקומען ווארענונגען אז מענטשן קענעם אים זוכן צו שעדיגן אום יונואר 6 למספרם און ער האט מיטגעטייטל די אינפארמאציע מיט סענאטאר מעקאנעל

פרוי ראמני האט זיך געבעטן צו איר מאן צו פארבלייבן אין יוטא ביז נאך וואס די וואלן ווערן באשטעטיגט אבער ער האט אוועקגעמאכט אירע זארגן אלס איבערגעטריבן זאגנדיג אז ער וועט זיין אין ארדענונג און איר פארשפראכן זיך גאר שטארק צו היטן יענע טעג און אז ער וועט נישט גיין איינקויפן אינעם לאקאלן קראם אדער אפצונעמען זיינע וועש פון די קלינער'ס זייענדיגע אין וואשינגטאן

ער האט געמאכט די קעיס אז אויב ער ווערט געשאסן וועט זי קענען הייראטן צו א יונגערע מער געראטענע מאן און ער וועט זיך געפונען אויף א גוט פלאץ וזה וזה נהנה

ער זאגט אז ביי זיך אין הארץ האט ער גראדע געהאט א שלעכטע פארגעפיהל אבער געשפורט א דראנג אהינצוגיין און אויספיהרן זיינע פליכטן און אדרעסירן זיינע קאלעגן איבער די ליגנס פארשפרייט דורך טראמפ און ווי פאלש זיי זענען

ער האט געארבעט לאנגע טעג אויף זיין רעדע און געווען אויסן עס צו לופטערן אויף די סענאט מיקראפאן

ראמני שילדערט זיין רייזע צום קעפיטאל אין יענעם היסטארישן טאג ווען ער איז געווען צופרידן פון די פאליצייאישע באגלייטונג אבער נערוועז ארויסגעבליקט פון פענסטער קלערנדיג צו זיך אז אויב עימיצער וויל אים שיסן וועלן זיינע באגלייטער נישט קענען טוהן צופיל עס אפצוהאלטן

ראמני האט אנגעהויבן זיין טאג מיט א זיצונג מיט אריזאנא סענאטאר מארק קעלי און דאן א מיטינג מיט די פארזיצער פון די פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע

ער איז דאן אראפ צו די קעלער פון די געביידע צו גיין אפנעמען זיין צווייט וואקסין דאזע און ווען ער האט זיך באגעגנט מיט א גרופע דזשורנאליסטן האט ער זיי פארזיכערט אז די וואל אויסגאנג גייט ווערן באשטעטיגט אפגעזעהן סיי וועלכע פרואוו עס צו שטערן

ער פארציילט אז ביי זיך אין הארץ איז ער ווייט נישט געווען זיכער מיט זיין באהויפטונג וואוסנדיג איבער די פלענער פון סענאטארן קרוז און האולי

נישט לאנג דערויף האט מען אנגעהויבן די פארמאלע פראצעדור אויפן פלאר אבער סענאטאר קרוז און קאנגרעסמאן פאול גאסאר האבן בלאקירט דאס באשטעטיגן די אריזאנא וואל רעזולטאטן

ראמני האט דאן נאכגעפלאגט זיינע קאלעגן אויפן וועג צו א צימער ווי סענאטארן האבן אנגעהויבן דעבאטירן זייערע מיינונגס פארשידנהייטן און ער האט דערווייל נישט געהאט געהערט איבער טראמפ'ס רעדע, די מארש צום קעפיטאל אדער די פארזוכן פון די קעפיטאל פאליציי צו עוואקואירן די אריינדרינגער (די סענאט אפטיילונג איז נישט אויסשטאפירט מיט טעלעוויזיע סקרינס)

אום 2:08 האט ראמני באקומען א טעקסט מעסעדזש פון זיין געהילף קריסטאפער מאראלעטי וועלכע איז געווען אין פארבינדונג מיט די קעפיטאל פאליציי און ער האט איינגעמאלדן פאר זיין אויבערהאר אז די פראטעסטירער קומען נענטער און אז עס איז לעבעדיג אינדרויסן

מאראלעטי האט רעקאמענדירט פארן סענאטאר צו גיין צו א פענסטערלאזע צימער וועלכע ער נוצט אפט זיך אנצולעהנען דורכאויס אפשטימונגען וועכלע ציען זיך אריין אין די שפעטע נאכט שטונדן

ראמני האט שנעל אנאליזירט די צושטאנד אויסרעכענענדיג ווי לאנג עס וועט אים געדויערן צו מאכן די וועג פון צוויי שטאק ארויף ביז יענע צימער און באשלאסן אז ווילאנג די געפאר איז נישט באלדיג דארף ער נישט אהינלויפן און ער וועט ענדערש בלייבן טוהן זיין ארבעט

א מינוט שפעטער האט ער באקומען א פרישע מעסעדזש: זיי זענען אויף מערב זייט און איבערגעקראכן צוימען

ער שרייבט אז זיין ארדענעלין האט אנגעהויבן טאנצן האסטיגער און ער האט אנגעהויבן גיין אין ריכטונג פון די טיהר ערווארטנדיג צו טרעפן אויף די צווייטע זייט מאסן רעפארטער און סענאט געהילפן פארזאמלט

ער האט לאנגזאם געעפנט די שווערליכע טיהרן און צו זיין וואונדער געפונען אן אומגעווענליך שטילע קארידאר וועלכע האט עדות געזאגט איבער ערנסטע גערודער וועלכע קומען פאר נישט ווייט פון דארט

ער האטגעמאכט אלינקס און אנגעהויבן שפאנען אין ריכטונג פון די צימער וואו ער האט זיך געוואלט פארשטעקן און מיטאמאהל באמערקט ווי א קעפיטאל פאליציי אפיציר קומט צו לויפן אין זיין ריכטונג און געשריגן אז דער סענאטאר זאל זארפאט צוריק אריינגיין אינעם גרויסן צימערזאגנדיג אז ארט איז ער מער פארזיכערט

ער האט זיך פלינק ארומגעדרייט און אנגעהויבן צו לויפן צוריק צום צימער וואו ער האט זיך אריינגעשלייכט און דאן מיטגעהאלטן ווי אזוי עטליכע סיקרעט סערוויסעס אגענטן יאגן זיך אריין און פירן בליץ שנעל ארויס וויצע פרעזידענט מייק פענס פונעם צימער

אין יענע מינוט האט אויסגעבראכן א פושטענדיגע כאאס אינעם צימער ווען יעדע וויילע האט א צווייטער געברענגט שרעקעדיגע אפדעיטס איבער וואו די איבערפאלער זענען שוין און פאליציי אפיצירן זענען ווילד ארומגעלאפן אין פאניק פארקנאקנדיג די טיהרן און טרייבנדיג די סענאטארן טיפער אריין אינעם צימער ביז ווילאנג מען טרעפט א וועג זיי צו עוואקואירן צו זיכערהייט
נעבאך פאר מרת ראמני תוחלתה נכזבה וזה וזה לא נהנו..
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13786
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

א מעסטער פיעס!!!!!!

מאסיוו!!!!
אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

!FIGHT! FIGHT! FIGHT
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאררוקט!
(הבל, נישט ראמני...)

אנבעליוועבל
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכח הבל געוואלדיגע ארבעט,

קומט אויס אז ראמני, לויט זיין אייגענע עדות׳שאפט איז אן ארנטליכער נערוון קראנקער, אומפארגינערישער, וועלטס פארזארגער...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק אייך אלע פאר די שיינע פידבעק אויף די ערשטע און צווייטע טייל!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

-דריטע טייל-




אין די בוך פארציילט ראמני איבער זיינע זויערע באציאונגען מיט יוטא סענאטאר מייק לי און איבער די פאקט אז ער האט זיך נישט געקענט ברענגן צו אינדארסירן לי אין 2022 למספרם

לויט ראמני האט שוין געהערט א שפאנונג צווישן די צוויי לאנג בעפאר ווען לי האט זיך אקעגנגעשטעלט צו בילס פארגעלאגן אין סענאט דורך ראמני

ווען עס איז געקומען צו די וואלן און לי האט זיך פארמאסטן אקעגן די אינדעפענדענט עווען מקמאלין און ער האט זיך גענויטיגט אין ראמני'ס אינדארסירונג און ווערנדיג אומגעדולדיג ביים ווארטן דערויף איז ער ארויף אויף פאקס נייעס און געבעטן אין פובליק אז ראמני זאל אים אינדארסירן און אז די ראמני פאמיליע זאל ביישטייערן צו זיין קאמפיין

ראמני זאגט אז די עפנטליכע פארלאנג האט אויפגעטוהן דאס פארקערטע און איז געווען א טויט קלאפ צו די גסיסה'דיגע באציאונגען און זיך הויך געוואונדערט אויב עס איז א פארזוך פון לי אים אונטערצוהאקן און זיך אנגערופן ביי איין פאל אז ווי עס שיינט קען לי נישט דערהייבן דאס זיין אין מיין שאטן

ראמני זאגט אויך אז עס האט אים שטארק אנטוישט צו זעהן ווי אזוי אזא זעלבסט דערקלערטע קאנסטיטוציאנאליסט ווי לי איז ארויס פון זיין וועג צו שטיצן די טראמפ וואל רויב פארזוך און ער קוקט עס אן ווי א נארישע פארזוך פון לי צו קלערן אז טראמפ וועט אים באלוינען מיטן אים שטעלן צום סופרים קאורט

ראמני פארציילט איבער די ווי אזוי ער איז אנגעקומען אין סענאט ווי עס איז באקאנט אז ער האט איבערגענומען די זיץ פון די געוועזענע סענאטאר ארין העטש וועלכע האט באשלאסן נישט צו זוכן ווידערערוויילונג

מען ווייסט אז טראמפ האט געבעטן פון העטש צו לויפן פאר א טערמין און דער לעצטער האט טאקע באשלאסן איבערצוקלערן זיינע פלענער אבער עווענטועל באשלאסן צו גיין

ראמני פארציילט אצינד אז ווען העטש האט אין אנהויב געקלערט איבער רעטייערמענט האט ער זיך פארבונדן מיט אים און אים געשטופט צו לויפן פאר די זיץ וועלנדיג זיכער מאכן אז עס בלייבט אין גוטע הענט

ווען ער האט עווענטועל באשלאסן צו רעטייערן האט א דער לאנגיאעריגע ראמני פאנדרעיזער ספענסער צוויק אנגעבאטן צו העלפן אויפטרייבן די נויטיגע פאנדן אוועקצושטעלן אן אינסטיטוט צו פאראייביגן די נאמען לייסטונגען פון העטש

די בוך פארציילט אויך אז נאך וואס וואס טראמפ האט באשלאסן נישט צו נעמען ראמני פאר אויסערן סעקרעטאר האט ער אים פארגעשלאגן צו ווערן אמבאסאדאר קיין רוסלאנד צו פארגיטיגן זיין אנטוישונג אבער ראמני האט עס אפגעווארפן און טראמפ האט אנשטאט דעם גענומען די געוועזענע יוטא גאווערנאר דזשאן האנטסמאן

די בוך ווארפט אביסל קאליר אויף די באציאונגען צווישן האנטסמאן און ראמני גייענדיג צוריק צו די 2002 למספרם אלימפיק שפילן וועלכע זענען פארגעקומען אין יוטא און ראמני איז דאן געווארן געשטעלט עס אנצופירן

האנטסמאן האט דאן קריטיקירט אין פובליק די באשלוס צו נעמען "דרויסנדיגע" אנצופירן מיט די שפילן און ביי א מיטינג וואס ראמני האט אראנזשירט מיט האנטסמאן האט דער לעצטער זיך באצויגן גאר פיינטליך צו אים

האנטסמאן האט אים אנגעבליך געפרעגט: דו מיינסט אז דו ביזט דער וואס גייט ראטעווען יוטא?! ווער מיינסטו אז דו ביזט?!

האנטסמאן האט דאן לאביאירט אז מען זאל שטעלן זיין זוהן דזשאן האנטאסמאן דזשוניאר און גערודערט אקעגן די וועג ווי אזוי יוטא'ס ביזנעס און פאליטישע עליטע האבן געפירט צו די אויסוואהל פון ראמני

יארן זענען אריבער און האנטסמאן'ס צארן האט זיך אפגעקיהלט אויף אזוי ווייט אז אין 2008 למספרם האט ער סערווירט אויף די פינאנץ קאמיטע פון ראמני'ס פרעזידענט קאמפיין

ווי עס שיינט איז אבער דער זוהן האנטסמאן דזשוניאר נאכנישט געווען גרייט צו פארגעבן פאר ראמני און שפעטער אינעם קאמפיין האט אינדארסירט דזשאן מקעין

ראמני איז געווען גאר בייז און אים אנגערופן זאגן אז זיין זיידי'ס געביין דרייט זיך איבער אין קבר נאך אזא שריט פון זיין אייניקל (די צוויי זענען אייניקלעך פונעם זעלבן עלטער זיידן)

בעפאר ראמני האט באשלאסן צו לויפן צום סענאט האט ער געהערט אז דזשאן האנטסמאן קען באשטיין אז זיין זוהן לאך לויפן פאר די זיץ און ראמני האט באזוכט דעם פאטער און קלארגעשטעלט אז אויב ער וויל די זיץ פאר זיין זוהן וועט ער אפטרעטן

די בוך פארציילט אויך איבער די זארגן וואס עוואנגעליסטן אין אייאווע און דרום קאראליינע האבן געהאט מיט די ראמני פרעזידענט קאנדידאטור און זיין מארמאנישע גלויבן

דורכאויס א מיטינג מיט עוואנגעליסטישע פירער אין 2008 למספרם אין דרום קאראליינע האט א גלח געזאגט פארנט פון ראמני אז אויב ער ווערט ערוויילט וועלן מער מענטשן טראכטן אז עס איז אויסגעהאלטן און נארמאל צו זיין א מארמאן און מער מענטשן וועלן ווערן ווערן מארמאנען און מער מענטשן וועלן אנקומען אין גיהנם

ביי א צווייטע באזוך יענע יאר האט ראמני געלאדנט עטליכע גלחים צו זיין היים אין מאסאטשוסעטס און זיי האבן אים געזאגט אז זיי קענען אים נישט שטיצן צוליב זיין רעליגיע און אז ער טאר זיך נישט באצייכענען אלס קריסט

זיי האבן אויך אנגעוויזן אויף דאס וואס ראמני האט געשטעלט צוויי געמיינע פארשוינען אויף די מאסאטשוסעטס געריכט אלס עפעס וואס ערלויבט זיי נישט אים צו אינדארסירן

ווי געשריבן אין די פריערדיגע טייל האט ראמני אנטוויקלט א נאנטע פריינטשאפט מיט פרעזידענט ביידען און די צוויי רעדן אפט טעלעפאניש

ווי די בוך דעקט אויף האט דער פרעזידענט אראנזשירט א טור פאר ראמני און זיינע קינדער און אייניקלעך אין ווייסן הויז און אינמיטן די באזוך האט דער פרעזידענט אנגעבאטן איבערצונעמען די טור גייד און זעלבסט ארומטראגן די געסט און פארגעשטעלט די וועסט ווינג מיט אירע צימערן

ווען איינע פון די אינגערע איינקלעך זענען געפרעגט געווארן איבער זיינע איינדרוקן איבער'ן פרעזידענט האט דאס קינד געענטפערט: איך האב נשט געקלערט אז ער איז אזוי אלט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

סופער!

זיין זיידע'ס געביין האט זיך שוין צוריק געדרייט אין קבר? אדער וועט פארבלייבן איבערגעדרייט אויף אייביג?

די גלחים דארט זענען מורא'דיג...

ביידען איז אלט?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 1:57 pm
ביידען איז אלט?
אין דעם האט דער אייניקל אפילו נישט געהאט קיין ספיקות בעפאר... נאר נישט געוויסט ווי ווייט ס'גייט...
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

וואף @הכל הבל יישר כח גדול
בילל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

די באשרייבונג פון ראמני'ס בוך האט מיר פארשאפט א גרויסן פארגעניגן,
א גרויסן דאנק @הכל הבל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עי בי סי נייעס הויפט וואשינגטאן קארעספאנדענט יונתן קארל ערשיינט מיט א פרישע בוך מיטן נאמען "מיד פון געוואונען"

קארל שרייבט אז אז אין זיינע לעצטע טעג אין אפיס האט פרעזידענט טראמפ פרובירט אנצוהויבן מיט די אמעריקאנע ריקצוג פון אפגאנסיטאן

טראמפ האט זיך באנוצט מיט זיין 30 יעריגע געהילף דזשאני מקענטי (געווען ווי אהויז בחור וועלכע האט באגלייט טראמפ און געשלעפט זיינע זעקלעך) וועם ער האט געשטעלט אלס דירעקטאר פון די פרעזידענטליכע פערזענליכע אפיס און איז געווען פאראנטווארטליך איבער דאס אויפנעמען און אפזאגן איינגעשטעלטע אין די עקזעקוטיוו פליגל און ער האט געדארפט זיכער מאכן אז זיי זענען לאיאל צום פרעזידענט'ס פאליטישע וויזיע

נאך די 2020 למספרם וואלן האט מעקענטי אנגענומען א גרעסערע ראלע און געווען פארמישט און דאס פארשיקן פארטיידיגונג סעקרעטאר מארק עספער און אים ערזעצן מיט קריסטאפער מילער

מעקענטי האט אויך רעקרוטירט דאגלעס מעקגרעגאר אלס הויפט געהילף פארן נייעם סעקרעטאר מילער

מעקענטי האט דערנאך צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון אויפגאבן וואס טראמפ דארף ערלעדיגן בעפאר די ענדע פון זיין קאדענץ און דאס רעכנט אריין די ריקצוג אמעריקאנע מיליטערישע קרעפטן פון אפגאניסטאן, סיריע, איראק און אפריקע

דריי טאג נאך וואס מעקגרעגאר איז אנגעקומען אויף זיין נייע פאסטן אינעם פענטעגאן האט ער אנגעקלונגען מעקענטי און קאלרגעשטעלט אז ער קען נישט אויספיהרן קיין איינע פון די פונקטן אויסגערעכנט אין די ליסטע סיידן ער באקומט אן אונטערגעשריבענע ארדער פונעם פרעזידענט

מעקגרעגאר האט געזאגט פאר מעקענטי אז צווישן די גאנצע ליסטע דארף מען לייגן די מערסטע קאנצעטראציע אויף די אפגאניסטאן ריקצוג און אז עס דארף ווערן אהערגעשטעלט א געהעריגע דירעקטיוו פונעם פרעזידענט איבער דעם

מעקענטי האט אבער נישט געוואוסט ווי אזוי אויסצופירן און אהערשטעלן אזא זאך און מעקגרעגאר האט אים געדארפט גיבן גענויע אנווייזונגען צו עפענען א שאפע און אויפזוכן אן אלטע פרעזידענטליכע מעמאראנדום און עס איבערשרייבן מיט די אקוטעלע ארדער איבער אפגאניסטאן

עווענטועל האט מעקענטי און זיין געהילף באוויזן אהערצושטעלן די עמאו און באקומען טראמפ'ס אונטערשריפט און עס ווייטער געשיקט צו די נייע עקטינג פארטיידיגונג סעקרעטאר מילער'ס שטאב הויפט קעש פאטעל

פון דארט איז עס אנגעקומען צו מילער וועלכע האט זיך געטראפן מיט מארק מילי וועלכע האט גלייך אנגעהויבן שטעלן פראגן ווער עס האט געגעבן פאר טראמפ די ראט צו איבער די אנגעלעגנהייט

קיינער האט נישט געהאט קיין קלארע ענטפערס און מילי און מילער זענען אריבער צום ווייסן הויז עס אויסצוקלארן און זיך דארט געטראפן מיט ווייסע הויז נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער ראבערט א'ברייען וועלכע האט נאכנישט געהאט געזעהן די דאקומענט

נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער צו וויצע פרעזידענט פענס, קעיט קעלאג איז אויך געווען אין צימער און זיך אנגערופן אז דאס קוקט נישט אויס גוט

מילי האט רעאגירט מיט מיט שטוינונג: מיינסט צו זאגן אז די מעמאו איז געפעלשט?!

דאס איז א געפעלשטע שטיקל פאפיר וואס דירעקטירט א מיליטערישע אפעראציע דורך'ן פרעזידענט ?!

די גרופע האט זיך אין די ענדע געוואנדן צו טראמפ דירעקט וועלכע האט באשטעטיגט אז ער האט עס אונטערגעשריבן און א'ברייען האט אנגעהויבן ערקלערן פארן פרעזידענט פארוואס אזא שריט וועט זיין זייער גרייזיג און אים געמוטיגט עס נישט אויסצופירן און אין די ענדע האט די גרופע באוויזן צו איבערצייגן דעם פרעזידענט אז עס האנדלט זיך נישט פון אזא איינפאכע מיסיע ווי ער קלערט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

צווייטע טייל פון די יונתן קארל בוך


צוריק אין 2018 למספרם האט טראמפ אויפגענומען א פראמינענטע אפריקאנע אמעריקאנע פיגור, פרוי קארדישאן, וועלכע האט באזוכט אין אוועל אפיס צו שטופן טראמפ צו פארדאנירן א רייע ארעסטאנטן

אין די לעצטע טעג פון די טראמפ אדמיניסטראציע האט קארדישאן אנגערופן דעם פרעזידענט און אפעלירט פאר שניטן אין טערמינען פון מער ארעסטאנטן און ווי קארל פארציילט אצינד אינעם בוך האט טראמפ אויסגעהערט אירע פארלאנגען און געווען גרייט עס צו טוהן אויב זי וועט אין אויסטויש באווייזן צו איבערצייגן עטליכע גרויסע ספארטלער מיט וועם זי איז נאנט באפריינדעט אז זיי זאלן אריבערקומען אין ווייסן הויז פאר א באזוך צום פרעזידענט

קארדישאן האט זיך צוגעכאפט דערצו האלטנדיג אז מען פארלאנגט פון איר גאר א קליינע פרייז אבער ווען זי האט זיך פארבונדן מיט די ספארטלער האבן עס אלע פון זיי קאטעגאריש אפגעזאגט זייענדיג אין א צייט וואס די ווייסע הויז איז געווען ערנסט צושאקלט און כאאטיש נאך די וואל רעזולטאטן און די פארזוך עס איבערצודרייען

קארל וויסט אויך צו פארציילן אז עטליכע מאנאטן נאך וואס טראמפ האט פארלאזט די ווייסע הויז האט קארדישאן זיך נאכאמהל פארבונדן מיט איינגעשטעלטע אין מאר-א-לאגא האפנדיג צו קענען באקומען אן אינדארסירונג פון טראמפ פאר א געוויסע טורמע טערמין שניט

טראמפ האט זיך פארבונדן מיט איר קורצילך דערויף און שארף דערקלערט אז זי זאל נישט קלערן פון באקומען וואס זי בעהט און איר פארגעווארפן: דו האסט געשטימט פאר ביידען און איצט קומסטו בעהטן מיין הילף?!

נאך א קורצע אויסטויש האט טראמפ אראפגעהאקט די טעלעפאן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דריטע טייל פון יונתן קארל בוך:


קארל פארציילט אין זיין בוך איבער די יולי 27 זיצונג צווישן ספעשל קאונסעל דזשעק סמיט און טראמפ אדוואקאטן טאד בלענטש און דזשאן לאורא

ער שרייבט אז סמיט האט באהאנדלט די פארטיידיגונג גרופע גענוי אין די וועג ווי אזוי ער שטעלט זיך אהער דורכאויס די גאנצע צייט אלס קאלט, מאנאטאניש און אומאינטערסירט זיך צו לאזן הערן מער וויפיל עס פעהלט אויס

ביים אריינקומען האט סמיט קורצליך באגריסט די אדוואקאטן, אנגעוויזן וואו זיי קענען זיך זעצן און אנגעבאטן א פאלש וואסער צו טרונקן

לאורא האט גלייך אנגעהויבן מיט זיין פרעזענטאציע פארוואס טראמפ זאל נישט ווערן אנגעקלאגט מאכנדיג די קעיס אז טראמפ פאר זיך האט עכט געהאלטן אז ער האט געוואונען, ער האט זיך פארלאזט אויף זיינע אדוואקאטן, ער איז אריבער אן אויסמוטשנדע אימפיטשמענט איבער דעם און אז קלאגעס וועלן בלויז נאכמער צופליקן דאס לאנד

סמיט און זיינע מענטשן האבן קיינמאהל נישט נישט איבערגעריסן די שטונדע לאנגע רעדע און בלויז פארשריבן נאטיצן און ביים ענדע האט סמיט גארנישט רעאגירט נאר בלויז ארויסבאגלייט די צוויי און נישט געגעבן סיי וועלכע אנדייטונג איבער קלאגעס וועלכע גייען נאכפאלגן 4 שטונדן דערויף אין די דאקומענטן קעיס און עטליכע טאג דערויף אין די וואלן קעיס

איבער די לעצטע טעג פון די טראמפ פרעזידענטשאפט פארציילט קארל אז דער פרעזידענט האט אריבערגעשיקט דזשאני מעקענטי (מער איבער אים אין א פריערדיגע באריכט היינט) צו ווארענען פענטאגאן פירער אז ער איז זייער אויפגעברויזט נאך וואס ארמיי שטאב הויפט דזשעימס מקאנוויל און ארמיי סעקרעטאר רייען מעקארטי האבן געלאזט פאלן ווערטער אין פובליק אז די מיליטער וועט נישט שפילן קיין ראלע אין די מאכט אויסגאנג צו דעצידירן די וואל אויסגאנג און טראמפ וועלכע האט געהאט דיסקוסירט מיט ראטגעבער די געדאנק פון נוצן די מיליטער צו קאנפיסקירן וואל מאשינען איז געווען אומצופרידן מיט זייערע קאמענטארן

מעקענטי האט מיטגעטיילט טראמפ'ס זארגן מיט עקטינג פארטיידיגונג סעקרעטאר קריס מילער און פארצייכנט נאטיצן פון די געשפרעך און עס צוריקגעברענגט צום ווייסן הויז

אין די נאטיצן איז פארצייכנט אז מילער האט גערעדט צו ביידע ארמיי באאמטע און ערווארט אז זיי זאלן מער נישט מאכן סיי וועלכע סטעיטמענטס און אויב וועלן זיי פארלעצן די פארארדענונג וועלן זיי ווערן אויפגעזאגט (די נאטיץ איז געווארן פובליצירט דורך די קעפיטאל איבערפאל סעלעקט קאמיטע)

קארל שרייבט אז ווען מעקענטי איז צוריקגעקומען מיט די מעמאו האט עס טראמפ געליינט און דאן צופליקט און געהילפן האבן עס שפעטער צוריק צוזאמגעשטעלט און פרעזערווירט פאר די נאציאנאלע ארכיוון וועלכע האבן עס איבערגעגעבן פאר די קאמיטע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ברייען סטעלטער ערשיינט מיט א פרישע ביכל מיטן נאמען "נעטווארק פון ליגנס" זיך באציהענדיג צו פאקס

ער שרייבט צווישן אנדערן איבער טאקער קארלסאן אז ווען ער איז געפלויגן פון פאקס האט ער געשפורט אז עס שפיגלט אפ דאס וועס ער אליינס איז געפלויגן פון סי ען ען

ער שרייבט אז ער פלעגט זיין א שטארקע אנגהענגער פון קארלסאן אין וועם ער האט געזעהן עימיצער וואס איז פיל מער כאריזמאטיש און מיט א ליבערטעריען געדאנקנגאנג ווי די טיפישע קאנסערוואטיוו אויפן נעטווארק
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

קנאקעדיג!

פון נעכטן און פון היינט!

קיפ איט אפ!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סטעלטער פארציילט אויך איבער די דרוק אויף פאקס צוריקצוציען פון זייער דעקלעראציע אז פרעזידענט ביידען האט געוואונען אריזאנא

טראמפ געהילף דזשעיסאן מילער האט געשיקט א טעקסט מענסעדזש צו ביל סעמאן, די פירער פון פאקס די סי ביורא שרייבנדיג אז עס איז זייער פריה צו מאכן אזא שאצונג

מארק מעדאוס האט אנגעקלונגען סעמאן און געפרעגט ווי אזוי פאקס קען בארעכטיגן אזא רוף

האופ היקס האט געישקט א מעסעדזש צו א סיניאר פאקס וויצע פרעזידענט וועם זי האט געהאלפן באקומען די פאסטן אין די נעטווארק און איר געשטופט צו נוצן איר איינפלוס צו טוישן די רוף

די באשלוס צו דערקלערן אריזאנא פאר די ביידען קאלום איז אויך אויסגעשטאנען אן ערנסטע ווידערשטאנד פון אינערהאלב די נעטווארק פון עקזעקוטיוון און האוסטס וועלכע זענען געווען באזארגט אז אזא שריט וועט אויסבלוטיגן מיטהאלטער וועלכע וועלן אריבערטוישן צו ניוזמעקס

ברעט בעיער האט געשריבן צו סעמאן און פאקס עדיטאר קריס סטוארט און עקזעקוטיוו דזשעי וואלאס אז אזא זאך שעדיגט אונז און אז וואס פריער מען ציהט צוריק וועט עס אונז בעסער שטיין

סטעלטער שרייבט אויך איבערפעלער ווען פאקס אייגנטומער רופערט מורדאק האט געשטופט די נעטווארק ארויסצוהעלפן רעפובליקאנער אין קאנקורירנדע קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן אין 2020 למספרם

אין אן אימעיל בעפאר די וואלן שרייבט מורדאק אז פאקס זאל דעקן טייל פון די נאנטע סענאט פארמעסטן און גיבן דעקונג פאר רעפובליקאנער וועלכע קעמפן אנצוהאלטן אדער געווינען זייערע זיצן אין שליסל פארמעסטן און ספעציפיש געזוכט אונטערצושטיצן זיינע נאנטע פריינד אריינגערעכנט מיטש מעקאנעל און דאקטאר אז
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”