פאליטישע ביכער

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הינגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4717
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

עצי היער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 9:47 am
די געוועזענע קאנגרעס ספיקער פעלאוסי האט ארויס געגעבן א נייע בוך ווי זי ברענגט שטארק ארויס אז מ׳מוז נודערן די פאליטישע טאן און אויפהערן מיט פערזענליכע אטאקעס אויף פאליטישע קעגנער כדי צירוק צו ברענגן נארמאלקייט צום פאליטישע גאס

דאס קומט אין ליכט פון דעם וואס זי באשרייבט אינעם בוך עטליכע גאר אינספערירענדע טעמעס איבערהויפט איר גרויסע נס ווען זי האט ווינדערליך באוויזען איבערצולעבן די שוידערליכע יאנואר 6 קעפיטעל אטאקע מיט גרויסע ניסים נאכן זיין זיכער ביי זיך אז זי וועט דאס שוין נישט איבערלעבן (ר”ל!)

ווי אויך באשרייבט זי וויאזוי זי האט מיטגעהאטן טראמפ'ס מענטעל דיקליין אין אפיס, און ווי גייסטיש אומסטאביל ער איז אויף א טעגליכע פארנעם

זי באשרייבט אויך איבער די שווערע אטאקע אויף איר מאן מיט צוויי יאר צירוק און די שרעקליכע נאכווייען וואס גייט נאך אן אויפן פארפאלק ביז היינט
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

באב וואודווארד גרייט זיך צו ערשיינען מיט א פרישע בוך וואס וועט זיך קאצעטרירן אויף די 3 קריגן אין וועלכע פרעזידענט ביידען איז געווען פארמישט

רוסלאנד/אוקריינע, די מיטל מזרח און די פאליטישע קאמף פאר די פרעזידענטשאפט
אטעטשמענטס
TYHTDRYHTRDYHT.jpg
TYHTDRYHTRDYHT.jpg (45.78 KiB) געזען 3116 מאל
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm
באב וואודווארד גרייט זיך צו ערשיינען מיט א פרישע בוך וואס וועט זיך קאצעטרירן אויף די 3 קריגן אין וועלכע פרעזידענט ביידען איז געווען פארמישט

רוסלאנד/אוקריינע, די מיטל מזרח און די פאליטישע קאמף פאר די פרעזידענטשאפט
אין ווי אלע דריי האט ער נישט באוויזן א גאנצע ניצחון
יאפס דעם עלעקשן סייקל בינעך שוין א געשלאגענע

מאכט זיכער צו גיין שלאגן/וואוטן כדי די פאלעטישענס זאלן נישט שלאגן כפרות מיט אונז
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די שטימע פונעם דזשורנאליסט טרעי יונגסט איז שוין היינט היבש באקאנט אלס די הויפט קארעספאנדענט פאר פאקס נייעס וועלכע דעקט די איזראעלי כאמאס קאנפילקט זינט די בלוטיגע פאגראם פארלאפענע אקטאבער 7 למספרם

ער גרייט זיך אצינדד צו ערשיינען מיט א ביכל מיטן נאמען "די שווארצע שבת" אין וועלכע ער וועט שילדערן די סצענעס און אנטוויקלונגען וועלכע ער האט מיטגעהאלטן פון די נאנט אין לויף פון א יאר צייט און וועט זיין אויף די פאליצעס אום אקטאבער 1 למספרם צום יארטאג פון די שרעקליכע טעראר אטאקע
אטעטשמענטס
YHJYJH.jpg
YHJYJH.jpg (35.46 KiB) געזען 3013 מאל
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:22 pm
סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש ערשיינט מארגן מיט א בוך מיטן נאמען "איבער'געזעצ'ט, די מענטשליכע פרייז פון צופיל געזעץ"

ער באצייכנט די בוך אלס זאמלונג פון געשיכטעס וואס ער האט בייגעוואוינט אין די לעצטע אכצן יאר אויפן באנק פון איינפאכע אמעריקאנער וועלכע האבן נישט געזוכט צו טשעפען קיינעם אבער זיך געטראפן פארכאפט אין די לעגאלע סיסטעם און זיך שווערליך ארויסגעזען פון דארט
גאר אינטרעסירט און די בוך אגב ווער האט אים נאמאנירט? איז ער פון די זעקס אדער פון די דריי? ווייל די נושא פונעם בוך שמעקט אביסל פאר'דריי'ט...
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

שקר גמור האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 9:54 am

די ערשטע פון טראמפ'ס 3 נאמינאציעס
אוועטאר
קודם טראכט
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:06 am

ד אנדרע צוויי טראמפ ריכטער זענען נישט אנטי גאווארמענט
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected] מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm
באב וואודווארד גרייט זיך צו ערשיינען מיט א פרישע בוך וואס וועט זיך קאצעטרירן אויף די 3 קריגן אין וועלכע פרעזידענט ביידען איז געווען פארמישט

רוסלאנד/אוקריינע, די מיטל מזרח און די פאליטישע קאמף פאר די פרעזידענטשאפט
פאזטיוו אדער נעגטיוו ?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גדל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:33 am

נאכנישט ערשינען

איך גלייב אז אויב דו וועסט אים פרעגן וועט ער ענטפערן "אביעקטיוו"
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3391
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

הכל הבל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:42 am
גדל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:33 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 1:53 pm
באב וואודווארד גרייט זיך צו ערשיינען מיט א פרישע בוך וואס וועט זיך קאצעטרירן אויף די 3 קריגן אין וועלכע פרעזידענט ביידען איז געווען פארמישט

רוסלאנד/אוקריינע, די מיטל מזרח און די פאליטישע קאמף פאר די פרעזידענטשאפט
פאזטיוו אדער נעגטיוו ?
נאכנישט ערשינען

איך גלייב אז אויב דו וועסט אים פרעגן וועט ער ענטפערן "אביעקטיוו"
פאר דעם פרעג איך דיר נישט אים?....
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

גדל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:44 am

פון וואנעט זאל איך וויסן?

ער ארבעט שוין דערויף זינט 2021 למספרם און מען זעהט אים גיין און קומען גאר אפט פונעם וועסט ווינג וואו ער פרובירט אויסצונאגן ווער עס איז אים נאר גרייט צו ענטפערן פראגן

מען האט שוין לאנג געוואוסט אז ער ארבעט אויף א פרישע בוך אבער וויבאלד ביידען האט זיך אצינד ארויסגעצויגן אומערווארטעט האט עס צומישט זיינע קארטן אנבאלאנגט די דאטום ווען צו ערשיינען און ער האט געמוזט באשליסן שוין ארויסצוקומען קומענדיגע הערבסט און מען קען זיך רעכענען אז נענטער צום ערשיינונג וועט מען אנהויבן הערן אויסצוגן און ציטאטן
ר' משה
שר האלפיים
תגובות: 2381
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 10:38 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' משה »

שקר גמור האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 9:54 am
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 3:22 pm
סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש ערשיינט מארגן מיט א בוך מיטן נאמען "איבער'געזעצ'ט, די מענטשליכע פרייז פון צופיל געזעץ"

ער באצייכנט די בוך אלס זאמלונג פון געשיכטעס וואס ער האט בייגעוואוינט אין די לעצטע אכצן יאר אויפן באנק פון איינפאכע אמעריקאנער וועלכע האבן נישט געזוכט צו טשעפען קיינעם אבער זיך געטראפן פארכאפט אין די לעגאלע סיסטעם און זיך שווערליך ארויסגעזען פון דארט
גאר אינטרעסירט און די בוך אגב ווער האט אים נאמאנירט? איז ער פון די זעקס אדער פון די דריי? ווייל די נושא פונעם בוך שמעקט אביסל פאר'דריי'ט...
מיין מיינונג גורסיטש איז די בעסטע סופרים קאורט ריכטער וואס טראמפ האט אריינגעשטעלט
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט

אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אוועטאר
קודם טראכט
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

טשאק שומער גרייט זיך ארויסצוגעבן א בוך אין פעברואר מיט'ן קעפל "אנטיסעמעטיזים אין אמעריקע זייטס געווארענט"
ווי ער באשרייבט זייינע קינדער יארן אין ברוקלין יוניאר 6 (?) אין די לעצטיגע אנטיסעמיטישע כוואליע
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected] מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ'ס געוועזענע נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער הערבערט רעימאנד מקמעסטער גרייט זיך צו ערשיינען מיט א בוך איבער זיינע יארן אין ווייסן הויז קומענדיגע אוגוסט 27 למספרם

ער פארציילט ווי אזוי זיין טעלעפאן האט נישט אויפגעהערט קלונגען מיט ווענדונגען פון פריינד וואס האבן אים פרובירט אפצורעדן פון ארבעטן פאר טראמפ און צו איבערצייגן אז עס וועט רואינירן זיין רעפוטאציע

ער שרייבט אז ער האט גוט באגריפן אז ער ווערט איינפאך אויסגענוצט אין די אינטערעסן פון טראמפ און האט זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו לעבן דערמיט און נישט פרובירט צו ראטעווען זיין פאזיציע מיטן אגן פאר טראמפ דאס וואס ער וואלט געגליכן צו הערן

מקמעסטער זאגט אז אין אלגעמיין איז די טראמפ ווייסע הויז געווען א פלאץ ווא זאכן זענען געווען פיל שווערער ווי זיי האבן געקענט זיין און טראץ וואס קיין איינע פון די צאנקערייען
דארט זענען נישט געווען פרעצעדענטלאז זענען זיי אלע געווען אויף העכער ווי געווענליכע שטאפלען

ער שרייבט אז עס האט אים שטארק געצויגן צו ארבעטן פאר טראמפ שטייענדיג נאך די אבאמא יארן וועמען'ס אויסערן פאליסי ער האט באטראכט אלס שוואך און ער האט געהאלטן אז טראמפ'ס נאטור פון אויפשאקלען זאכן וועט זייער גוט צוניץ קומען פאר דעם צוועק

ער געדענקט ווי קורץ בעפאר די ערשטע נאטא סאמיט אונטער טראמפ האט דער פרעזידענט אורמגעטוישט געוויסע פאראגראפן פון זיין צוגעגרייטע רעדע צולייגנדיג די ווערטער "א לאנד וואס צאהלט נישט אירע פארפליכטונגען וועלן מיר נישט באשוצן"

מקמעסטער האט אויסגעפונען פונעם טויש הארט בעפאר די פרעזידענטליכע מאטארקאדא האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו די נאטא הויפטקווארטיר און זאגט אז אזעלכע באמערקונגען איז שוין געווען צופיל פאר אים צו פארדייען און עס האט געפירט צו אן אומשטייגערליכע פארשפעטיגונג צוליב א א היציגע דיסקוסיע אין די הונטערשטע זיץ אין וועלכע ער האט פרובירט צו באאיינפלוסן אויסערן סעקרעטאר רעקס טילערסאן און פארטיידיגונג סעקרעטאר דזשעימס מעטיס אז זיי זאלן זיין וויליג אריבערצוגיין צום פרעזידענט'ס לימוזין און אים אפרעדן פונעם טויש

ווי ער זאגט איז עס געווען איינע פון די מער זעלטענע פעלער אין וועלכע אלע 3 האבן זיך געטראפן אויפן זעלבן בלאט אבער אין מערסטנס פעלער איז די שטימונג צווישן אים מיט זיי געווען ווייניגער געמיינזאם און מער שטומפיג אין די צייט וואס טילערסאן און מעטיס האבן באטראכט טראמפ אלס געפאר פארן די אינטערעסן פון לאנד און אירע פארבינדונגען אינטערנאציאנאל

אין מקמעסטער'ס אויסקוק איז טראמפ נישט געווען קיין געפאר אבער ער האט יא געהאלטן אז טראמפ'ס צוגאנג קען מאכן שווער צו האנדלען מיט אים און ווי ער זאגט האט טראמפ געזען אין דיקטאטורישע פירער די קוואליטעט וואס ער האט געטרוימט אז מענטשן זאלן זעהן אין אים

ער זאגט אז פוטין האט זייער גוט פארשטאנען צו טראמפ'ס שוואכקייטן און מען האט געדארפט נאכאנאנד דערמאנען טראמפ נישט אז פוטין איז די מערסט געשולטע ליגנער אין די וועלט

פון די אנדערע זייט האט טראמפ ארויסגעוויזן פיל מער איינגעהאלטנקייט ווען עס איז געקומען צו געטרויען זיינע ראטגעבער און אויב האט אים עימיצער געזאגט אז אלע באאמטע זענען איינשטימיג אז מען טאר נישט נעמען א געוויסע ריכטונג איז עס געווען א נארמאלע זאך פאר טראמפ דירעקט יא צו גיין אהין

מקמעסטער שילדערט ווי אזוי הארט בעפאר טראמפ איז ארויס צו א פרעסע קאנפרענץ אין באגלייטונג פון אויסערן סעקרעטאר רעקס טילערסאן, יו ען אמבאסאדארשע ניקי העילי און מקמעסטער צו אדרעסירן די קאמפיין וואס די מאדורא רעזשים אין ווענעזועלא האט אונטערגענומען אקעגן די אפאזיציע פראטעסטירער האט טילערסאן געזאגט צום פרעזידענט: אפגעזען וואס דו גייסט יא אדער נישט זאגן ביטע רעד נישט פון סיי וועלכע מיליטערישע אפציעס וואס מיר האבן איבער ווענעזועלא

טראמפ איז ארויס צו די פרעסע און געזאגט: מיר האבן פארשידענע אפציעס איבער ווענעזועלא און אגב, איך גיי נישט אויסשליסן די מיליטערישע אפציע

ער שרייבט צו די פאקט אז אזויפיל איינגעשטעלטע זענען אדער געגאנגען פרייוויליג אדער געווארן פארשיקט פון די טראמפ ווייסע הויז צו דאס וואס פילע פון זיי האבן געשפורט אז זיי ווערן אויסגעברענט אין אזא ענווייראמענט און אז טראמפ האט געגליכן אנצודרייען קאנקורעץ און שפאנונג צווישן די וועלכע האבן געארבעט פאר אים

מקמעסטער זאגט אז טראמפ האט זיך געקענט אויפפירן געמיין און באזידלען ארומיגע הויפטזעכטליך ווען ער איז געווען מיד און אויסגעמוטשעט אדער אין א באזיגטע מינוט און מען האט שוין געוואוסט אוועקצושטיין פון אים אין אזעלכע צייטן אבער צוליב זיין ראלע אלס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האט ער געמוזט זיין די לעצטע אינעם צימער און זיך אפט געטראפן מיט טראמפ אין די קאר כאפנדיג פון אים דאס וואס אנדערע האבן באוויזן אויסצומיידן
אטעטשמענטס
RGTRGTR.jpg
RGTRGTR.jpg (141.71 KiB) געזען 2407 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין די נייע בילדער בוך וואס ווערט פובליצירט דורך דאנאלד טראמפ שרייבט ער איבער די פארשטארבענע ענגלישע קעניגן " זיי זאגן אז איך האב איר געמאכט פרייליך און איך זאג אז זי האט מיר געמאכט פרייליך"
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46602
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פאליטישע ביכער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הילערי קלינטאן גרייט צו ערשיינען קומענדיגע סעפטעמבער 17 למספרם מיט א נייע בוך איבער איר פריוואטע און פאליטישע לעבן און לויט די ארויסגעבער וועט עס זיין מער אפן און פערזענליך ווי אירע פריעריגע ביכער

די נאמען פונעם בוך וועט קלינגען היימיש ביי פילע דיעטירער: "עפעס פארלוירן און עפעס צובאקומען"
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”