פאליטישע ביכער
נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- אלי' מקוה יוד
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3114
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
Re: פאליטישע ביכער
פשיהא
ענדליך נאך א ביכל יישר כח @הכל הבל
מיט מרת טראמפ איז אויך דא?
ענדליך נאך א ביכל יישר כח @הכל הבל
מיט מרת טראמפ איז אויך דא?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
- פון אמעריקע
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5067
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm
Re: פאליטישע ביכער
אפי' זיין רעבעצען וויל ער זאל לויפן נאכאמאל נאר משנאת דעם רויטן, נקודה למחשבה.
שכוח @הכל הבל !
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
א פרישע בוך דורך פאליטיקא דזשורנאליסט אלכסנדר ווארד מיטן נאמען "די אינטערנאציאנאליסטן" גייט זיין אויף די פאליצעס אום פעברואר 20 למספרם
צווישן אנדערן גייט די בוך פארציילן איבער די אמעריקאנע רעאקציע נאך די 2014 למספרם אינוואזיע אויף קרימיע וועלכע די רוסן האבן שפעטער אפיציעל אנעקסירט אלס טייל פון די מוטער לאנד
די אפיציעלע רעאקציע פון די אבאמא אדמיניסטראציע איז באשטאנען פון סאנקציעס, ארויסווארפן רוסלאנד פון די G-8 און צושטעלן דעפענסיווע געווער פאר די אוקריינער אבער ווי ווארד שרייבט וואלט וואשינגטאן זיך אנגערופן פיל מער שפארבעריש אויב זאל די דעמאלטדיגער אמעריקאנע וויצע פרעזידענט זיין ביים רודער
דזשאו ביידען האט דאן געזאגט פאר פרעזידענט אבאמא אז די רוסן מוזן באצאהלן אין געלט און אין בלוט פאר איר אגרעסיע און אבאמא איז געווען אומאיינשטימיג און פרובירן צופרידנצושטעלן דעם אויפגעקאכטן ביידען מיטן אים שטעלן אלס זיין כמו אמבאסאדאר צום ראיאן דורכאויס די קריזיס
אבאמא האט שפעטער אנגעזאגט פאר ביידען אז ער זאל זיין פארזיכטיג מיט זיינע רעטאריק און נישט מאכן קיין איבערגעטריבענע פארשפרעכונגען פאר די אוקריינער און די שפאלט צווישן די צוויי איז בלויז געוואקסן ווען ביידען האט פארגעזעצט ארויסצוהייבן זיין אליאנץ מיט קיעוו
אבאמא פון זיין זייט איז געווען פיל מער איינגעהאלטן און געזאגט אין אן אינטערוויו מיט די אטלאנטיק אז ער זעהט נישט קיין בענעפיט אין ווערן פארמישט אין די אנטוויקלונגען צווישן רוסלראנד און אוקריינע ווען אין פאקט איז אוקריינע נישט קיין מיטגליד אין נאטא און וועט זיין אויסגעשטעלט צו די רוסישע מיליטערישע געפאר אפגעזעהן וואס אמעריקא וועט טוהן

- ירוחם פישל
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
- לאקאציע:מאנטריאל
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
די בוך איבער אמעריקא'ס ערשטע פרויען פארציילט אז נאך וואס פרעזידענט ביידען האט געוואונען די פרעזידענטשאפט האט פרוי ביידען קלארגעמאכט אז זי וויל פארזעצן איר ארבעט אלס לערערין אבער דער פרעזידענט ערוויילט האט איר שטארק פרובירט אפצורעדן דערפון
ער האט איר פרובירט צו ערקלערן אז עס וועט זיין צופיל פאר איר צו דערהייבן און אז ארבעטן און פארדינען געלט אין די צייט פון זיין קאדענץ קען מעגליך פארלעצן עטישע געזעצן
די מיינונגס פארשידנהייט איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך דורכאויס א קאנפרענץ קאל מיט שטאב און געהילפן ווען פרוי ביידען איז געפרעגט געווארן אויב זי פלאנט פארצוזעצן מיט אירע לעקציעס און זי האט געענטפערט אן איינפאכע יא
ווען דזשאו האט איבערגעפרעגט זיכער צו מאכן אז ער הערט גוט און דאן פרובירט זיכער צו מאכן אז זי פלאנט עס צו טוהן אויף א מער געצוימטע פארנעם האט זי קלאר געמאכט אז אלעס בלייבט ווי עס פלעגט זיין און זי גייט צוריק ארבעטן געהעריג
דזשאו האט רעאגירט אז ער האט נישט געוואוסט פון די פלנער און זי האט אים צוריקגעגעבן: דזשאו, איך האב דיר עס שוין געהאט געזאגט
ער האט איר פרובירט צו ערקלערן אז עס וועט זיין צופיל פאר איר צו דערהייבן און אז ארבעטן און פארדינען געלט אין די צייט פון זיין קאדענץ קען מעגליך פארלעצן עטישע געזעצן
די מיינונגס פארשידנהייט איז ארויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך דורכאויס א קאנפרענץ קאל מיט שטאב און געהילפן ווען פרוי ביידען איז געפרעגט געווארן אויב זי פלאנט פארצוזעצן מיט אירע לעקציעס און זי האט געענטפערט אן איינפאכע יא
ווען דזשאו האט איבערגעפרעגט זיכער צו מאכן אז ער הערט גוט און דאן פרובירט זיכער צו מאכן אז זי פלאנט עס צו טוהן אויף א מער געצוימטע פארנעם האט זי קלאר געמאכט אז אלעס בלייבט ווי עס פלעגט זיין און זי גייט צוריק ארבעטן געהעריג
דזשאו האט רעאגירט אז ער האט נישט געוואוסט פון די פלנער און זי האט אים צוריקגעגעבן: דזשאו, איך האב דיר עס שוין געהאט געזאגט
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
יא
די בוך פארציילט ווי אזוי פרוי טראמפ פלעגט זיך אריינשלייכן אין די פרעזידענט שלאף צימער און צונייגן אן אויער צו זיינע דיסקוסיעס מיט ראטגעבער און געהילפן
דורכאויס די טראנזישאן פעריאד ווען פרעזידענט טראמפ איז נאך געווען פארנומען באקעמפן זיין פארלוסט איז זיין פרוי געווען פארנומען צו פאקן פעק אוןצוזאמשטעלן בילדער פון אלע טוישונגען וואס זי האט אריינגעברענגט אין ווייסן הויז
די בוך ציטירט אויך פון עטליכע געהילפן אז די ארבעטס אפיס וואס פרוי טראמפ האט געהאט אין די מערב פליגל אין ווייסן הויז פלעגט געווענליך פוסטעווען און זי פלעגט דארט זעלטן באזוכן אוןיף אזוי ווייט אז די ליידיגע צימער איז שנעל פארוואנדלט געווארן אין א סטאנציע וואו צו איינפאקן געשאנקן
אויך די ווייסע הויז מיליטערישע אפיס האט זיך צוגעכאפט צו די פארלאזטע שטיקל טעריטאריע אין די אנגעשטויסענע געביידע און עס אהערגעשטעלט אלס א פארזיכערטע קאמיוניקאציע צימער
אין די טעג בעפאר די קעפיטאל איבערפאל האט זי מיטגעטיילט איר מאן'ס זארגן איבער די וואל רעזולטאטן זאגנדיג פאר אירע נאנטע אז עפעס שלעכט האט פאסירט (מיט די וואלן) אבער זיך נישט צופיל געקימערט צו טוהן עפעס דערוועגן נאר געווען שטארק קאנצעטרירט אהערצושטעלן א קאטאלאג מיט בילדער פון אלעס טשאטשקעס און שפילצייג ווי קיטשעינס און אנדערע ארטיקלען וואס זי האט געהאלטן אין א ספעציעלע שאפע
א געהילף איז געגנאגען און געקומען צו און פון די עקזעקוטיווע אפטיילונג מיט א ספעציעלע ליסטע אין די הענט צו פארצייכענען די אינווענטארי פון געשאנקן און אנדענקן וואס די ערשטע פרוי האט געפלאנט צו פארטיילן פאר פריינד און באקאנטע
איידער זי האט פארלאזט די ווייסע הויז האט פרוי טראמפ איבערגעלאזט א באגריסונג נאטיץ צו פרוי ביידען וואונטשנדיג גוט מזל אבער פרוי ביידען איז נישט געווען איבריג אנציקט צוליב ואוס עס איז געווען געדרוקט אנשטאט צו ווערן האנד געשריבן פערזענליך
צו די ערשטע געבורטסטאג נאך פארלאזן די ווייסע הויז האט פרוי טראמפ ערהאלטן א וואונטש קארטל פון פרוי ביידען און זי האט צוריקגעשיקט א קארטל ביי די נאכפאלגענדע ביידען געבורטסטאג
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
קומענדיגע אקטאבער למספרם וועט ערשיינען א מעמואר אונטער'ן נאמען "פאטריאט" וועלכע אלעקסיי נאוואלני האט אנגעהויבן שרייבן צוריק אין 2020 למספרם
Re: פאליטישע ביכער
וואס איז מיט די נייע ביך איבער אילאן מאסק? איך מיין ער איז שוין גענוג פאליטיש אריינציגיין דא.
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
די געוועזענע קאנגרעס ספיקער נענסי פעלאסי גרייט זיך צו ערשיינען מיר א בוך גערופן "די קונץ פון מאכט" וואס וועט זיין אן אויספירליכע מעמואר איבער איר קאריערע און אירע לעגיסלאטיווע דערגרייכונגען
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
די נייע בוך גייט אט ווערן אויסגעלייגט אויף די פאליצעס אבער איר נאמען " קיין צוריקטריט" שפיגלט זיך אפ אויף צוריק ווען די גאווערנאר קומט איצט ארויס צוריקציען פון א רייע באבקעס וועלכע ווערן דארט פארציילט
אינעם בוך פארציילט גאווערנאר נאועם אז זי האט זיך געטראפן מיטן פירער פון צפון קארעא אבער איצט אינדערפרי האט זי אנערקענט דאס וואס די פרעסע האט אנגעוויזן אז אזא באזוך איז קיינמאהל נישט פארגעקומען
צווישן אנדערן שרייבט זי איבער א באזוך אין פראנקרייך וואו זי האט זיך געזאלט טרעפן מיט מאקרון אבער עס אפגערופן אין ליכט פון זיינע קאמענטארן וועלכע זי האט באטראכט אלס פרא כאמאס
די אפיס פון מאקרון שטעלט קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט געלאדנט דעם גאווערנאר אויף א באזוך
- Gevald Geshrigen
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4257
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Re: פאליטישע ביכער
דאס איז אבער נאכנישט קיין ליגנט פונקט אזוי ווי קריס קריסטי נעמט נישט אן די וויצע פרעזידענט פאזיציע ביי א נייע טראמפ אדמיניסטראציע איז אויך נישט קיין ליגנטהכל הבל האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 12:04 pmדי נייע בוך גייט אט ווערן אויסגעלייגט אויף די פאליצעס אבער איר נאמען " קיין צוריקטריט" שפיגלט זיך אפ אויף צוריק ווען די גאווערנאר קומט איצט ארויס צוריקציען פון א רייע באבקעס וועלכע ווערן דארט פארציילט
אינעם בוך פארציילט גאווערנאר נאועם אז זי האט זיך געטראפן מיטן פירער פון צפון קארעא אבער איצט אינדערפרי האט זי אנערקענט דאס וואס די פרעסע האט אנגעוויזן אז אזא באזוך איז קיינמאהל נישט פארגעקומען
צווישן אנדערן שרייבט זי איבער א באזוך אין פראנקרייך וואו זי האט זיך געזאלט טרעפן מיט מאקרון אבער עס אפגערופן אין ליכט פון זיינע קאמענטארן וועלכע זי האט באטראכט אלס פרא כאמאס
די אפיס פון מאקרון שטעלט קלאר אז זיי האבן קיינמאל נישט געלאדנט דעם גאווערנאר אויף א באזוך
זייט ווען דארף א גאווערנאר אן "אינוויטעישן" זיך צו "וועלן" טרעפן?
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
קומענדיגע הערבסט גייט ערשיינען א מעמואר פון פרוי טראמפ מיטן נאמען "מעלאניא"
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
איר פרעגט אויב די צוויי זענען אויפן זעלבן בלאט אבער עס קוקט אויס ווי זיי טיילן ניטאמאל די זעלבע בוך (קרעדיט פאר קאנגרעסמאן סטיוו קאהן)
דאנאלד טראמפ ערשיינט מיט אן אייגענעם בילדער בוך קומענדיגן סעפטעמבער 3 למספרם און עס דעקן די אטענטאט פארזוך פארלאפענע יולי 13 למספרם
ביכער מיט בילדער אונטערגעשריבן דורך טראמפ וועלן קאסטן 499 און ביכלעך אן קיין אונטערשריפט 99 דאלאר
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
קומענדיגע וואך גייט ערשיינען א בוך פון טראמפ פלומעניק פרעד טראמפ וועלכע האט א זוהן וועלכע איז באגרעניצט
ווי ער שרייבט האט אים טראמפ געזאגט אז זיין קינד דערקענט אים סייווי נישט און די סארט פאציענטן זענען גאר קאסטאבאר און מעגליך זאל ער אים לאזן אפשטארבן און זיך דאן אריבערציען קיין פלארידא
ווי ער שרייבט האט אים טראמפ געזאגט אז זיין קינד דערקענט אים סייווי נישט און די סארט פאציענטן זענען גאר קאסטאבאר און מעגליך זאל ער אים לאזן אפשטארבן און זיך דאן אריבערציען קיין פלארידא
- הינגער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4702
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
- לאקאציע:אויפן טיש
Re: פאליטישע ביכער
Welcome back! דאס איז ליטערלי מיין בעסטע אשכול פון @הכל הבל
.
We are looking fwd!
We are looking fwd!
!FIGHT! FIGHT! FIGHT
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
אינעם בוך פארציילט פרעד וואס ער האט מיטגעהאלטן אלס 10 יעריג אינגל ווען ער האט פארברענגט ביי די הויז פון זיין זיידעהכל הבל האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 25, 2024 1:53 pmקומענדיגע וואך גייט ערשיינען א בוך פון טראמפ פלומעניק פרעד טראמפ וועלכע האט א זוהן וועלכע איז באגרעניצט
ווי ער שרייבט האט אים טראמפ געזאגט אז זיין קינד דערקענט אים סייווי נישט און די סארט פאציענטן זענען גאר קאסטאבאר און מעגליך זאל ער אים לאזן אפשטארבן און זיך דאן אריבערציען קיין פלארידא
ער האט געהערט ווי פעטער דאנאלד שרייעט הויך און ער איז אראפ צו די דרייוועי זעהן וואס עס האט פאסירט און געפונען זיין פעטער וועלכע האט געהאטלן אינמיטן לייגן עלעקטעריק טעיפ צו פארדעקן צוויי קנייטשן אויף זיין אויטא
טראמפ האט גלייך פארדעכטיגט און הויך שפעקולירט אז דאס איז די ארבעט פון אפריקאנע אמעריקאנע יונגאטשעס און זיי באצייכנט 2 מאל יענע טאג אלס נעגראס
ער זאגט אז ער האטל נישט אז זיין פעטער איז א ראסיסט אבער באנוצט זיך מיט אויסדרוןק וואס מענטשן באטראכטן אלס ראסיסטיש און ער נוצט אויס אפריקאנע אמעריקאנע פונקט ווי אנדערע פאר זיינע אינטערעסן און ווי נאר ער נאגט ארויס פון זיי די פולע קוואנטום זאפט אין וועלכע ער נוטיגט זיך וועט ער זיי שטעלן אין א זייט
אויסער די עפיזאד וועלכע מען האט שוין דא געברענגט אין וועלכע ער האט געבעטן טראמפ צוריק אנצופולן די קאסע וועלכע פינאנצירט די באהאנדלונג פון זיין באגרעניצטע זוהן און טראמפ האט אים אנגעבליך געראטן אים צו לאזן אפשטארבן פארציילט דער פלומעניק אז ער האט באזוכט 12 מאל אין ווייסן הויז און אריבערגעברענגט אקטיוויסטן וועלכע האבן לאביאירט פאר הילף פאר מענטשן מיט באגרעניצונגען
ווי ער זאגט האט זיי טראמפ אויפגענומען גאר שיין און ווארים אבער ביי איין פונקט האט ער אים געזאגט אז די פאציענטן זענען זייער קאסטבאר און דארפן אלע איינפאך אויסשטארבן
ווערנדיג געפרעגט פארוואס ער האט אנגעהאלטן ביז איצט באציאונגען מיט עימיצער וועם ער באצייכנט אלס אומגענעדיג זאגט פרעד אז ער גלויבט נישט אז איינער גייט טוישן טראמפ און ער האט אלעמאל געגליכן צו פארברענגן מיט אים
ער האלט אז אויב טראמפ וועט פארלירן די וואלן וועט ער זיך מעגליך אביסל בארואיגן אבער איז פעסימיטיש איבער די שאנסן צו ווערן נאכאמאל געלאדנט צו טראמפ גאלף קורסן טראץ וואס ער וואלט זייער געוואלט זיין דארט
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
פרעד טראמפ אינעם ביכל:
יעדע פאמיליע האט זיך זייער צודרייטע פעטער
דאנאלד טראמפ איז אן אטאמישע פאררוקטער
יעדע פאמיליע האט זיך זייער צודרייטע פעטער
דאנאלד טראמפ איז אן אטאמישע פאררוקטער
Re: פאליטישע ביכער
א זייטיגע קרישקעלע
די גאנצע זאך פארוואס ער איז בכלל א מאן דאמר און איינער רעדט אפילו פון זיין ביכל איז בלויז צו פארדאנקן דעי פאריקטע פעטער
ביטע גאר נישט נעמען פערזענליך און גארנישט נעמען עהערענסט
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
אויב יעצט זעט נישט אויס גוט זייט וויסן אז עס גייט נאך קומען אמאל גוטע צייטן
Re: פאליטישע ביכער
Re: פאליטישע ביכער
פארוואס עפעס? ווען העריס'ס נעפיו גיבט ארויס א בוך מיט זאפטיגע לשון הרע'ס וואלט עס נישט פונקט אזוי געווען אין די נייעס?
- רפרם גרינפעלד
- שר האלפיים
- תגובות: 2279
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm
Re: פאליטישע ביכער
- הכל הבל
- ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
- תגובות: 46586
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm
Re: פאליטישע ביכער
סופרים קאורט ריכטער ניעל גארסוטש ערשיינט מארגן מיט א בוך מיטן נאמען "איבער'געזעצ'ט, די מענטשליכע פרייז פון צופיל געזעץ"
ער באצייכנט די בוך אלס זאמלונג פון געשיכטעס וואס ער האט בייגעוואוינט אין די לעצטע אכצן יאר אויפן באנק פון איינפאכע אמעריקאנער וועלכע האבן נישט געזוכט צו טשעפען קיינעם אבער זיך געטראפן פארכאפט אין די לעגאלע סיסטעם און זיך שווערליך ארויסגעזען פון דארט

- אטעטשמענטס
-
- FFFXJYT.jpg (42.63 KiB) געזען 289 מאל