Re: פאליטישע ביכער
פאוער ציטירט פון א ווייסע הויז קוואל וועלכע באצייכנט העריס אלס עימיצער מיט האזל אויערן וועלכע זענען אויסנאם סענסיטיוו צו צו סיי וועלכע רמז פון קריטיק אין איר ריכטונג און איז אלעמאל וואך און אלערט אויפצוכאפן די מידעסטע שפור פון אומצופרידנהייט מיט איר ארבעט און אז דאס איז די הויפט פאקטאר וואס שרייבט איר פאר איר וועג פאראויס וועלכע שריט צו נעמען
דער שרייבער שילדערט א וויצע פרעזידענט וועלכע איזא רעלאטיוו קליינע שפילער און אז אומערוויילטע ביידען געהילפן ווי ראן קלעין, מייק דאנילאן און סטיוו רישעטי האבן געהאט א פיל שטארקערע ווארט ווי העריס ווען עס איז געקומען צו דאמעסטיק אדער אויסערן פאליסי און איין אויסנאם איז געווען ווען די ביידען צירקל האט איר געגעבן א שאנס מיט איר רעדע אין מינכן ביי די זיכערהייט קאנפרענץ הארט איידער די רוסישע אינוואזיע אויף אוקריינע וואו זי האט געשטופט די באהויפטונג פון וואשינגטאן אז קיעוו דארף נעמען די געפאר זייער ערנסט
פאוער מאכט אויך די קעיס אז העריס איז העכסט אומבאלומפערט און קוקט אויס ווי עימיצער וועלכע שטעלט אלעמאל אראפ די אומריכטיגע פוס פאראויס טראץ אירע בעסטע פארזוכן עס צו פארמיידן
דורכאויס א זיצונג געציהלט אריבערצוגעווינען געוויסע רעפובליקאנע סענאטארן צו שטיצן די אומפארטייאישע אינפראסטרוקטור ביל האט העריס אריינגעגעבן פאר סענאטאר ראדזשער וויקער פון מיסיסיפי איבער די טראמפ עקאנאמיע וועלכע זי האט שארף אראפגעריסן
פירנדע קאבינעט סעקרעטארן אנוועזנד האבן פארשטייפט זייערע פויסטן און צוגעדעקט זייערע אויגן זייענדיג גאר אומבאקוועם מיט די אומדיפלאמאטישע סטראטעגיע פון העריס אריבערצוברענגן רעפובליקאנער צו איר קאלום
ביי א צווייטע פאל האט העריס געגעבן אן אינטערוויו פאר א לאקאלע ראדיו פראגראם אין וועסט ווירדזשיניע און סענאטאר מענשין האט עס באטראכט ווי א פארזוך פון ווייסן הויז אים צו שטעלן אין פלאץ
א קורצע צייט שפעטער איז מענשין געווען אויף א זיצונג אין ווייסן הויז מיט העריס וועלכע האט זיך אויפגעפירט זייער טראציג מיטן סענאטאר מיטן נישט גיבן די האנט און ביים ענדע האט זי ארויסשפאצירט פון צימער אן קיין באגריסונג אדער סיי וועלכע מעלדונג איז די זיצונג איז פארטיג און אז דער פרעזידענט וועט אים אצינד אויפנעמען פריוואט
פאוער שרייבט אז העריס איז גאר שטארק פארנומען צו שטעלן אלע סארט פראגן צו די וועלכע ברענגן איר רעפעראטן איבער אקטועלע אישוס אויך סדר היום זוכנדיג צו זיין די מעסטע צוגעגרייט און אינפארמירט וואס מעגליך און ליינט אסאך ביכער וואס העלפן איר קענען צימבלען די וועכלע האלטן איר אינפארמירט אבער איר קאנצעטראציע צו דיסציפלינירן די וועלכע טיילן איר מיט אינפארמאציע מאכט איר אומדיסציפלינירט ווען עס קומט צו איר איר אייגענע קאלענדאר
אין נאוועמבער 2021 למספרם זענען פירנדע ווייסע הויז באאמטע זיך צוזאמגעקומען אין די ווייסע הויז רעזידענץ אין די צייט וואס קאנגרעס האט זיך געגרייט ענדגיטליג צו באשטעטיגן די בוי צוריק בעסער ביל וועלכע איז געווען די ערשטע גרויסע דערגרייכונג פאר די נייע אדמיניסטראציע אויפן לעגיסלאטיוון פראנט
די איינציגסטע פערזאן וועלכע האט געפעלט איז געווען די וויצע פרעזידענט וועלכע האט שוין געהאט פארלאזט די ווייסע הויז פארן טאג אין ווען א העריס שטאב מיטגליד איז געוואויר געווארן איבער די זיצונג איז זי גשוין געווען אין איר הויז און געדארפט צוריקקומען צום ווייסן הויז
פאוער שרייבט אויך אז העריס ליידט פון א טיפע אומזיכערקייט איבער די באדייט פון איר היסטארישע סטאטוס אלס די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע וויצע פרעזידענט און דאס ביישטייערט גאר אסאך פון די דרוק ווא ס זי שפורט צו זיין עקסטרעם אויסגערעכנט און צוגעגריטי איבער יעדע קליינע באוועגונג וואס זי שטעלט
אין אנהויב האט העריס אנגעדייטעט אז זי וויל נישט האבן אלס טייל פון איר ראלע די אויפגאבע צו שטיין אין שפיץ פון פרויען רעכטן אדער סיי וועלכע זאך אנבאלאנגט ראסע אבער זי האט אין די זעלבע צייט געוואלט אז איר שטאב זאל באשטיין פון א מאיאריטעט פרויען און אז איר שטאב הויפט זאל זיין אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי און דאן ביידען שטאב הויפט ראן קלעין האט געהאלטן אז העריס מאכט זיך זעלבסט גאר ענג און באגרעניצט און פארשווערט זיך ארי אייגענע לעבן
עווענטועל האט העריס געטוישט ריכטונג אין איר געווארן א שטארקע ווארטזאגער אינערהאלב די אדמינסטראציע מאכנדיג גערודער איבער וואל רעכטן פאר מיאריטעטן און אזוי אויך איבער פרויען אישוס