בלאט 1פון 3

הילף מיט מעק?

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 10:52 pm
דורך חסיד
אזוי ווי איך בין א נייע באניצער מיט מעק וואלט איך געוואלט פרעגן פון אנדערע פרטים ווי אזוי זיך באנוצן מיט פארשידענע פראגראמן

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 10:54 pm
דורך חסיד
ביטע דא שרייבן אלע ערליי הילפס מיטלען פאר מעק
קודם איינע ווייסט ווי איך קען שאפן אידישע אין דיזיין פאר מעק

געשריבן: זונטאג אפריל 06, 2008 10:56 pm
דורך שוועמל
דוכט זיך אז אויך אין קרעטשמע ביסטו א נייער באניצער.

שלום עליכם אייך ?

רעדט מער, נישט שספלאזרן, אפשר וועט איינער קענען העלפן.

(יגר, געדענקסט נאך יאסעלע ווי ער פלעגט רעדן פון מעק ווי פונעם רבין ז"ל ? , אוי זכרנו ימים מקדם )

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 2:22 pm
דורך חסיד
יישר כח פאר די שיינע אויפאמע....
איינמאל איך זעה אז עס איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש וועל איך מיר ארויסגעבן מיינע געפיהלן.....

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:44 pm
דורך אלעקסיי
זאג וואספארא הילף דארפסטו, און מיר וועלן פרובירען וואס מיר קענען (איך זאג 'מיר', ווייל 'איך' ווייס נישט בחייכון וביומיכון, אפשר אנדערע וועללן דיר קענען העלפן, ואבנה גם אנכי ממנה)

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 5:55 pm
דורך חסיד
קודם כל א פראגראם צו פליפן פאנטס
כדי איך זאל קענען נעמן פאנטס און עס מאכן פאר פליפט

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 7:11 pm
דורך ליפא
איך האב ערגעץ פארשטעקט פליפט פאנטס, איך האב עס אמאל וויכטיג געדארפט און איך האב עס אוועקגעלייגט פאר 'אזא' געלעגענהייט

זיי זענען אין .ttf פארמאט, איז דאס גוט פאר מעק ?

לאז מיך וויסן אין אישית

געשריבן: מאנטאג אפריל 07, 2008 7:17 pm
דורך חסיד
איך דארף א סאפטווער צו קענען אליינס פליפן די נייע שיינע פאנטס

געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:00 am
דורך שוועמל
וואס האט פליפן פאנטס מיט מעק?

געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2008 1:35 pm
דורך חסיד
די פראגרעמס פאר מעק זענען על פי רוב ענגלישע ווירזשינס ממילא ניצט מען פליפט פאנטס כדי צו קענען שרייבו אידיש געהעריג

עס איז נישט דא, דא קיין איין מעק באניצער וואס זאל קענען ארויסגעבן עפעס עקספיריענס????

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2008 6:59 pm
דורך נאטורליך
איך ווייס נישט וויאזוי מען פליפט. איך האב עפעס געפליפטע פאנט'ס אז דו ווילסט רוף מיך אן

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 2:41 pm
דורך חסיד
וואס איז דיין נאמבער???

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2008 3:15 pm
דורך אלעקסיי
נאטורליך@גימל.קאם דאכט זיך.

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2011 5:33 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
דוכט זיך מיר אז דא פאסט אריין מיין פראבלעם.

איך פלעג ארבעטן אייביג אויף ווינדויס ווארד. (קודם 03 און דאן 07) א מחיה געווען. הונדערטער צו אפשר טויזענטער דאקומענטן זענען ארויסגערונען פון צווישן מיינע פינגער.

ויהי היום. איך האב נעכטן ערהאלטן א מעק!!!

א מחיה ביז גאר. גאר געשמאק פון אלע זייטן.

דא עקא!!

וואס טוה איך מיט מייקראסאפט ווארד?

כהאב מיר דאונלאודעד ווארד 2008 אויפן מעק. עס קוקט אויס ווי עס ארבעט פיין. אבער ווען איך פרוביר צו עפענען א אלטע דאקומענט פונעם אלטן קאמפיוטער (וואס כהאב אריבער געפירט) עפענט זיך מיט כל מיני סימבאלן אן קיין צורת אות!!!!!

רבותי ס'צרות!!!


פליז העלפטס מיר ארויס:-(:-(

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 11:33 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
וואס גייט פאר?

קיינער דא האט נישט קיין מעק?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 11:39 am
דורך פעדער
ווארד 07 אדער ווארט 10? כ'ווייס אז דאקומענטן פון 7 קען מען נישט עפענען נאר אויב מ'סעבט עס.
עז - 97-2003 דאקומענט. במילא מסתם האסטו עס געטייפט אויף אן אנדער ווארד. די בעסטע איז זאלסט זיך איינהאנדלען אדער 07 , אדער 2010 ווארד.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 11:57 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איך האב געהאט 07 אויף מיין אלטע.

כהאב אויך געקענט, פארשטייט זיך סעיוון א דאקומענט אלס א 03, און איך זעה טאקע אז דאס עפענט זיך גוט.


אגב, וואס מיינט עז?

איך האב דאונלאודעד אויפן נייעם מעק 08, אין עס שרייבט זיך עפעס נישט געהעריג אידיש - לשה"ק פון רעכטס אויף לינקס. וואס'פשט?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 12:01 pm
דורך פעדער
אזוי ווי אין AS, פארשטאַנטאָ? נאר אז איך זאל שרייבן "עס" וואלסטו פארשטאנען אז ס'מיינט פשוט "עס"
און אגב וואס מיינט ווארד?
עניוועי מער ווייס איך נישט . איי העוו נאו קלאו!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 12:58 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
דאנקע שעהן.

יא כמיין כהאב פארשטאנען.

ווארד מיינט דאך אוודאי מייקראסאפט ווארד. וואס מיינסטו צו פרעגן?

אגב די האסט א מעק? קוקט דאך אויס אז יא הא?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 1:00 pm
דורך פעדער
ניין כ'האב נישט מעק. און כ'האב געמיינט אז די מאכסט סתם ליצא פון מיר, מיטן עז.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 1:29 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
בקיצור בלייבט מען ביים אלטן, אז קיינער דא האט נישט קיין מעק.

ס'פשט?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 2:12 pm
דורך קרעמער
פרוביר אנצופרעגן גרויזאמער

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 2:14 pm
דורך פינטעל
ווארד פאר מעק ארבייט נאכנישט מיט היברו, לכן פאריקט זיך די ווערטער,
קענסט דאונלאודען neooffice , איך מיין אז דאס ארבייט בעסער מיט היברו

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 2:40 pm
דורך ווער בין איך?
גימעל האט דאכצעמער אמאל געזאגט אז ער פארמאגט א מעק.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 2:52 pm
דורך גרויזאמער
קרעמער האט געשריבן: פרוביר אנצופרעגן גרויזאמער


חאחאח;l;p-



איך האב צוטריט צו א מעק, לויט ווי ווייט איך ווייס פארטראגט זיך נישט ווארד געהעריג מיט מעק, איך נוץ גוגל דאקס פארדעם.

בכלל איז ווארד ענליך צו א טוי סעליולער טעלעפאן, עס האט אסאך מער באטענס ווי א טאטע סעלפאון... שוין, אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר. קרעמער וועט באלד הערן וואויסעס.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: