שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 4:10 pm

8
3%
★★
5
2%
★★★
11
4%
★★★★
14
5%
★★★★★
65
21%
7
2%
★★
4
1%
★★★
5
2%
★★★★
13
4%
★★★★★
74
24%
6
2%
★★
1
0%
★★★
11
4%
★★★★
15
5%
★★★★★
71
23%
סך הכל שטימען: 310

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

בלעכענער פנים האט געשריבן: אריבער איז א וואך אויפן פארפיינונגט קינד, איז ער געגאנגען און געשריבן א בריוו פארן הויעכגעשעצטע רבי'ן, ווי ער ברענגט ארויס אז ער זעהט איין זיין טעות (כ'געדענק שוין אפילו נישט וואס זיין זינד איז געווען...) ער טוט תשובה און נעמט זיך פאר ס'וועט מער נישט פאסירן, אנכי עפר ואפר... בלא בלא בלא. און ער בעט זיך בתחנונים אז די רבי זאל איהם באפרייען פונעם שרעקליכן חרם דרבינו...



דארפסט נישט ווען אויסזאגן אז איך בין געווען אט א דער...
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

5X3
איך ווייס נישט פארוואס ווען איך האב געזען דעם קעפל האב איך געטראכט אז דער ארטיקל וועט זיין אין דעם ריכטונג
און בכלל דאס ארויסברענגען אזא פארווייטאגטע נושא אן קיין האס קומט צו א עקסטערע 5
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דא ליגט אמת׳דיגע ווייטאג. האסט א טאלאנט אין די האנט צו נעמען דעם מלמד און מאכן אזוי פארפיינטעט אז אפילו די ליינער קען אים נישט פערזענליך וואלט ער אים אראפגעלאזט א סטאר 5 אויפן געזוכט ביים זעהן אויפן גאס.
דאס דארף מען קענען!
איך האף די מלמד ארבעט היינט אין א שלאכט הויז און שניידט פיפיקלעך און לעבער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

געלעגער האט געשריבן: דא ליגט אמת׳דיגע ווייטאג. האסט א טאלאנט אין די האנט צו נעמען דעם מלמד און מאכן אזוי פארפיינטעט אז אפילו די ליינער קען אים נישט פערזענליך וואלט ער אים אראפגעלאזט א סטאר 5 אויפן געזוכט ביים זעהן אויפן גאס.
דאס דארף מען קענען!
איך האף די מלמד ארבעט היינט אין א שלאכט הויז און שניידט פיפיקלעך און לעבער.

:lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מיין טאטע האט געהאט אן עקסידענט אלס קינד, זייענדיג ניין יאר אלט. נישט קיין ערנסטע עקסידענט. ווען ער איז צוויי טעג שפעטער געקומען אין חדר מיט א קעסט, האט אים דער מלמד אראפגעלאזט אפאר געזונטע מכות, און געהירזשעט: "יעצט וועסטו שוין געדענקען צו וואטשן וויאזוי דו קראסט!!"

יע יע, געווען צייטן.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

געלעגער האט געשריבן: דא ליגט אמת׳דיגע ווייטאג. האסט א טאלאנט אין די האנט צו נעמען דעם מלמד און מאכן אזוי פארפיינטעט אז אפילו די ליינער קען אים נישט פערזענליך וואלט ער אים אראפגעלאזט א סטאר 5 אויפן געזוכט ביים זעהן אויפן גאס.
דאס דארף מען קענען!
איך האף די מלמד ארבעט היינט אין א שלאכט הויז און שניידט פיפיקלעך און לעבער.

און אויך די קינץ אזוי אריין צו שלעפן די ליינער אין די כיתה און חדר ממש צו פילן ווי מען איז יעצט דארט און מען הערט די קלינגעדיגע פעטש לייוו,
אויף אזוי ווייט אז מען פארגעסט גאר פון דעם נחום פון אנפאנג מעשה,
3 מאל 5!!!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

חוח בין השושנים האט געשריבן: סופער-ספעשל!!
צום לאכן און צום וויינען - בבחינת לאכעלע-וויינעלע.

די פעדער!!! וואו קויפט מען אזא געשליפנס?? רעדט פון און צום הארץ! 'מאסיוו' איז אן אונטערשאצונג!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29796
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אטא דאס, רבותי, איז דער ערשטער עכט הומאריסטישער ארטיקל פון דעם פארמעסט! ווענגלייך דורכגעווייקט מיט שוידער און אויפברויז

נעמט א ביישפיל די פאלגנדע שורה וואס האט מיך געמאכט פלאצן פאר געלעכטער: "איך האב אזוי שטארק אנגעכאפט די קוואדער אז אפילו די אדלער האט געקוויטשעט פאר יסורים..."

דאס דריטע ארטיקל וואס איך טייל צו 3 מאל 5 שטערנס
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

איך האב אויך געהאט עטליכע אזעלכע מלמדים, און נאך ערגער, אזא מנהל. זיי האבן מיר אויסגעטיילט ציפקע צרות, גייסטישע נאך ערגער ווי פיזישע, ווי צב"ש חוזק מאכן פון מיר קעגן הונדערטער קינדער כאילו איך וואלט געווען א חסר דעה רח"ל.
און איר ווייסט וואס נאך? יעדעס איינציגע מאל פון וואס איך געדענק (און אסאך אזעלכע עפיזאדן זענען מיר איינגעקריצט אין זכרון), איז עס געווען על לא עוול בכפי - נישט אז די עוולה איז נישט געווען פראפארציאנעל צום שטראף נאר אז קיין עוולה איז בכלל נישט געווען.
נישט אז איך בין אלעמאל געווען אזא ענדע-צדיק, נאר קוקט אויס אז מרשעים יצא רשע, און ווען עס האט באמת אויסגעפעלט האבן זיי נישט געהאט דעם זכות מיר מחנך צו זיין...

די קינדער יארן דארפן צו זיין די זיסטע, דער מענטש דארף זיך דאן בויען אויף ליבליכע יסודות. איינער וואס שפירט ביי זיך אז ער האט סיי וועלכע נטיה צו סאדיזם, מעג ער זיין דער שענסטער איד און בעסטער מחנך אין טעאריע, זאל רחמנות האבן אויף זיין אייגענע נשמה און זיך שוין אפזאגן פון חינוך.
הגם איך האב שוין עטליכע מאל ארויסגעזאגט בפה מלא אז איך בין אים מוחל, גלייב איך שווער אז אלע זיינע מלחמה געליטענע האבן אים מוחל געווען. ובפרט אז ער ווייסט גאנץ גוט פון עטליכע וואס ער האט צוגרינד געלייגט און ער באמיט זיך נישט מתקן צו זיין.

צום ארטיקל, זייער גוט ארויסגעברענגט די אנעקדאטן און די יסורים, אבער לדעתי נעמט די קרעטשמערישע שפראך היבש אוועק פונעם מעסעדזש. (בכלל קוקט אויס אז די מנהלים פונעם פארמעסט זענען זייער גוטהארציגע - קאראנע איז געווען גע'אסר'ט אבער איין ארטיקל דרייט זיך ארום דעם און א צווייטע דערמאנט עס. קרעטשמעריש האט זיך אויך אריינגעכאפט מער ווי איין מאל טראץ דעם פארבאט).
אויך די צאמשטעל מיט "נחום דער חכם", גאר זיס פאר זיך, איז אבער אין דעם פאל אביסל גורע. (אריינצוגיין אביסל מער, אז א שמועס פון שוטינג סטארס דערמאנט אים פון פראסקעס צען יאר פריער מיינט עס אז ער לעבט נאך אינעם ווייטאג, אבער די גאנצע שפראך און "קאנטרע" אטמאספארע צייגט לעבנסלוסט, דאס איז jarring און מאכט עס שפירן געקונצלט).

צום שלוס, א געשמאקער שרייבער און זייער א וויכטיגע נושא!
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דער האט א שריפט...

נע וואס שריפט, א שפראך אויף שרויפן ביינאזעם מיט מליצות ישרות, אזאנ׳ס און אזעלכעס...

איך האב אזאנ׳ס געלאכט אבער אין הארצן מיטגעוויינט.

דער האט נישט סתם מיר אריינגעשלעפט אין א ביטערניש פון די יוגנט, נאר עס גוט און הומעריסטיש אראפגעלייגט.

דער דארף זיך לאזן הערן מער.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8270
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אויסנאם שריפט, הומאר, געוואלדיג.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע:וואו סידא צועסן

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

נישטא די ווערטער ארויסצוברענגען דעם פייוו סטאר פון דעם ארטיקל!

דאס איז לכאורה געווען מיט א דריי פערטל יובל צוריק אויב נישט מער, בינעך גערעכט? כ'גלייב נישט אז שפעטער ווי דעם וואלט נאך אזאנס געקענט פארקומען מדי שנה בשנה אן ראיאטן פון די קינדער אויב נישט פון די עלטערן.

מיין פאטער זז"ג דערציילט מיר אויף איינס פון זיינע מלמדים וועמען א חשוב'ער ת"ח האט אריינגעלייגט אין די קאטעגאריע וואס ווערט געברענגט אין תניא - אזעלכע וואס זענען באמת יראי' ה' אבער האבן א תאות רציחה(!) און נעמען דעריבער אזעלכע סארט ארבעט ווי זיי קענען זיך דאס אויסגעבן. ווי עס זעט אויס פון דיינע ווערטער רעדט מען טאקע ממש גענוי פון אזא סארט פיגור.

בכ"א, א סקיי ראקינג שכח! סיי פאר די תוכן און סיי פאר די שפראך!
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6346
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן: סופער-ספעשל!!
צום לאכן און צום וויינען - בבחינת לאכעלע-וויינעלע.

די פעדער!!! וואו קויפט מען אזא געשליפנס?? רעדט פון און צום הארץ! 'מאסיוו' איז אן אונטערשאצונג!!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בערל קראקאווער האט געשריבן: דער האט א שריפט...

נע וואס שריפט, א שפראך אויף שרויפן ביינאזעם מיט מליצות ישרות, אזאנ׳ס און אזעלכעס...

איך האב אזאנ׳ס געלאכט אבער אין הארצן מיטגעוויינט .

דער האט נישט סתם מיר אריינגעשלעפט אין א ביטערניש פון די יוגנט, נאר עס גוט און הומעריסטיש אראפגעלייגט.

דער דארף זיך לאזן הערן מער.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בלעכענער פנים האט געשריבן: [align=center][/align]


און דאן איז עס געשען...

אימיטן די גאנצע דראמא איז די רבי'ס פרישטיג אומגערישט ארויפגעקומען אויף די אויבערפלאך... בשעת ווען איך שטיי אינטשעס אפגעריקט פונעם וואלקעאנישן ארויסשיס... די ריח רע וואס האט זיך פון דארט דערטראגן איז געווען איום ונורא, כ'האב געוויסט אז שניידן צוויבל קען מאכן רינען טרערן, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז די גראך פון צוויבל קען אויך מאכן וויינען... מיין אינגע אימיון סיסטעם האט עס נישט געקענט פארטראגן... אינסינקטלי, האביך געגעבן א בעק צוריק...

וואס האט דאס געמיינט???!!! דינערט די באסיווע שטימע נאכן צוריקשיקן די אומגערופענע טונא נ'צוויבל... פארוואס האסטו צוריקגעטרעטן אהן רשות? שרייט דער בהמה מעלה גירה, כאולי איך בין דער וואס האט געטוהן אן עולה דא...

און איך שוטה האב געענפערט תמימות'דיג מיט א שטילע שטימע: גארנישט... ס'האצעך גענומען שטינקן דא...


[align=center][/align]


וואס האסטו געטוהן צו מיר....??
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ווען די ארטיקל איז אין א מאגאזין וואלט איך געגעבן פאר דעם 3 3 3
געוויסע ספעלינג מיסטעיקס, נישט מוראדיג רייך אין שפראך און די טאפיק.
אבער נאך ליינען אזא באנטש מיט ארטיקלען איז מיין מח שוין איבערגעשטרענגט, נו נאך איינס און נאך איינס, ברענג שוין עפעס פון דא ביי אונז אין קרעטשמע עפעס צו זיך דערקוויקן די ביינער.

און פיינעלי איז דאס דא, איך שטעל מיר פאר אז דאס איז געשריבן געווארן מלכתחילה סאך מער קרעטשמעריש נאר דער שרייבער האט געפיקסט צו זיך האלטן צו די פארמעסט רעגולאציעס.

אוי האב איך מיר מחיה געווען, עפעס א גוט שטיקל ארטיקל...
אויף דעם זאגט מען דאס איז פון אונזערע!
און נאכן פארמעסט ברענג נאך פון די סחורה עטליס איינס פאר יעדען פראסק וואס דו האסט באקומען (א נקמה אינעם רבין, ווי אזוי דו רופס עס ).

5 5 5
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

זייער א גוטע ארטיקל! אסאך גוטע ליינס! אבער פילט זיך אביסל איבער געטריבן אין געספייסט, לכבו' דעם פארמעסט, וואס ציפט אביסל אוועק פון די וועליו.
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2675
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פיינע נייעס דער! שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20466
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כאטש וואס פארן "אינהאלט" האב איך אראפגענומען 1 שטערנדל, בלויז ווייל איך בין פון די ערנסטע סארט עלעמנט און דער אומגעהויערע ווייטאגליכער נושא בין איך נישט עפעס אזוי באקוועם מיט דעם אויסלאגע... אעפ"כ איז דער ארטיקל א קאנדידאט פארן געווינער, א טאפ פייוו זיכער און מסתמא א טאפ טרי...
די שפראך, אויסדריקן, לשונות, גאונישע גרייזן, איז אויסנאם.. למעלה מהשגתי... סינקאו!
די אוועראלל א שארפע פייווישל. דער שרייבער האט מיר צוריקגעפירט א ווייטע וועג צוריק, דערמאנט א שיינעם צאל פערזענליכע עקספיריענסעס.. גם אני זכיתי להיות ב.ג. מער ווי איין יאר.... היינט טראכט איך אויף צוריק ווייס איך די רבי'ס וואס פלעגן מיר צאמפראסקענען אן רחמנות און דערנידערט ביז גאר זענען די גאר שוואכע קעפ וואס זענען געווען טשעלענדשט ביי קליגערע קינדער פון זיי... (אויכט נישט קיין כלל, ביי מיר איז דאס אזוי געווען עכ"פ)

איין הערה האב איך אויפן קעפל.. די באדייט איז פיין אבער די גרעמער יתכן איז נישט ריכטיג.. עיין פרק א' משנה א' במס' פרה
לעצט פארראכטן דורך סטאוו יא פיטא אום פרייטאג יוני 12, 2020 11:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: היינט טראכט איך אויף צוריק ווייס איך די רבי'ס וואס פלעגן מיר צאמפראסקענען אן רחמנות און דערנידערט ביז גאר זענען די גאר שוואכע קעפ וואס זענען געווען טשעלענדשט ביי קליגערע קינדער פון זיי...

וואט א סטעיטמענט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איינס האט געשריבן: ווען די ארטיקל איז אין א מאגאזין וואלט איך געגעבן פאר דעם 3 3 3
געוויסע ספעלינג מיסטעיקס, נישט מוראדיג רייך אין שפראך און די טאפיק.

ספעלינגס קען מען פאררעכטן, רוב שרייבער געבן זייער ארטיקלען פאר א מגיה בעפארן פובליצירן, עס איז א באזונדערע פאך. אבער די שפראך און די טאפיק? איך וואלט מיך באלעקט מיט אזא ארטיקל ווען איך ליין עס ווען אין א מאגאזין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געלעגער האט געשריבן: איך האף די מלמד ארבעט היינט אין א שלאכט הויז און שניידט פיפיקלעך און לעבער.

פון אלע קאמענטס אויפן פארמעסט האב איך די מערסטע געלאכט פון דעם.

:lol::lol::lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

סנופער, נא מ'טאר דאך דאך נישט זאגן ווער דער שרייבער איז אבער......
געוואלדיג איין זאך נאר די דארפסט דאנקען דעם מלמד, ווייל ער האט דיר דעליווערט די תוכן... אממממ יעצט! ! שורינג סטאַר!! פארפאסט:-(
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דער ארטיקל איז הומאריסטיש און ארטיסטיש מיט די לע אנמערקונעגען און פאר'אידיש'טע סלענגס.

א קנאק פון א שרייבער!

די תוכן איז אויך מורא'דיג כאטש וואס לענ"ד וואלט ער זיך געמעגט אפשטעלן ביי איין פאראגראף און ווערן מער ערנסט...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #14 - ניין יעריגע טרערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

די ארטיקל האט מיר פארשאפט טשילס. דער איז א געוואלדיגער שרייבער, גוט געשריבן, הומאריסטיש. און ניין, כ'וואלט נישט מוותר געווען אויף קיין שום שטיקל הומאר...

אדער איך האב פארט נישט ליב די ארטיקל. מעגליך אז איך האב עס גאר פיינט. אבער נישט צוליב די פארפאסטע שורינג סטאַר.. נאר ווייל עס האט מיר אויפגעברענגט מיינע קאשמארן... טאקע נישט אויף אזא שטאפל ווי געשילדערט אין דעם ארטיקל, אבער גענוג און נאך...

אנבעליוועבל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”