לכאורה האט געשריבן:
איך כאפ נישט פונקטליך. דער פראגראם גייט האבן א באזונדערע אשכול, אדער אין די עקזיסטירנדע אשכולות גייט מען פלוצלינג טרעפן הפוך בה'ס?
איך האב ביז יעצט פארשטאנען אז עס גייט נאר זיין אין דער אשכול, אבער לויט הכל הבל'ס נייע תגובה קוקט אויס אז עס גייט זיין געהעריג אין אלע אשכולות, מיט די געווענטליכע נייעס, נאר יעדער גייט זיין אויפן צווייטן זייט. דאס איז שוין שווערער...
אט איז די תגובה פון פאריגן דף.
הכל הבל האט געשריבן:
לאז די נייעס אריינקומען ווען זיי אנטוויקלען זיך
לאז די טוויטס קומען צו פליען
לאז די מידיא זאגן דאס זייעריגע
לאז די אנקעטעס זאגן דאס זייעריגע
נאר אנשטאט אז אלע וואס שאצן, אנאליזירן, ספינען די אלע פאסירונגען אין א געווענליכע טאג אויף איין וועג זאלן זיי דאסמאל עס טוהן אויף די אנדערע וועג וכן לצד שני
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".
איך מיין אז מען דארף עפעס אראנדזשירן מיט די הנהלה אז ווען דער פראגראם וועט זיין געענדיגט זאלן אלע תגובות אין די פאליטישע אשכולות פון דעם צייט אפשניט ווערן באצייכענט מיט א ונהפוך הוא סימן, אז נישט וועלן עס טראלס נוצן אין די צוקונפט צו טראלן אנדערע ניקים.
איך בעהט די הנהלה אז כאטש ווילאנג דער פראגראם פון @הכל הבל האלט אן, זאל מען צוריקשטעלן דעם אשכול אין די נייעס אפטיילונג ווי ער האט עס געעפנט, און אפשר אפילו געפינט, טראץ וואס מעגליך זענען די הנהלה גערעכט אז אזא אשכול געהערט אין פארברענגען.
איך פלאן נישט צו שרייבן קיין שטותים וואס איך האלט נישט, נאר פרובירן צו באריכטן ווי מער נייעס וואס איז גוט פאר טראמפ, און שרייבן פרא טראמפ ספינס, אדער אפילו עכטע סברות, דארט ווי איך האלט אז עס מאכט באמת סענס.
איך מיין צו זאגן, אז איך פלאן נאכנישט צו שרייבן אז די אימפיעטשמענט אדער גאר קאראנעוויירוס איז געווען א געבאקענע האוקס בלויז צו רודף'ן טראמפ'ן.
נאך איין זאך, איך טראסט נישט די טראמפיסטן אז זיי וועלן קענען אראפלייגן די אנטי צד, אבער שוין, וואס טוט מען נישט פאר ידידינו, און לאמיר האפן אז זיי וועלן מיר פראוון ראונג.