דו דארפסט מיר נישט גלייבן און איך דארף דיר נישט גלייבן. איך בין זיכער - אן קיין פרוף - אז פאר אסאך מענטשן באדערט עס עד דכדוכה של נפש, ווען מ'טראגט זיי עס יא אן. און איך בין פונקט אזוי זיכער, מבשרי אחזה (ועוד העדויות הנ"ל), אז ס'זענען דא אזעלכע וואס ס'באדערט עד דכדוכה של נפש אז מ'טראגט זיי עס נישט אן. איז: דו קענסט טענה'ן "שב ואל תעשה עדיף". אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי דו קענסט טענה'ן אז דו האסט פרוף אז ביי "יעדן" איז עס אזוי.
אוי, הייליגער באשעפער, העלף אלע אידן, אז די שאלה זאל נישט זיין מער נוגע.

איך האלט אז מזאל עס נישט אנטראגן בכלל, אבער איך פארשטיי די געפיל פון איידעלערהייט אנטראגן.
איך זאג דיר אבער נאכמאל, כשם שמצווה לומר וכו' איז דא מצווה נישט צו זאגן, סאיז דא סאך א גרעסערע מצווה פלעין זיך צוריק צו האלטן און בלייבן שטיל.
גלייב מיר פון עקספיריענס, איך בין שוין געווען אויף גרויסע קבוצות, ווי אסאך וואס זענען עקספיריענסד אין די נושא זענען געווען, רובם ככולם רעדן זיך אפ דערויף, עטליכע מיט גאטס האבן שוין פרובירט צו מאכן אוועירנעס דערויף, אבער מהאלט אין אנטראגן די סגולה וואס ארבעט נישט נאכאמאל און נאכאמאל.
ביי דע וועי האט מיר איינער פארציילט אמאל א מעשה פון רבי מאירל פרימישלאנער זיע ער האט געדארפט אמאל א ישועה, האט ער געזאגט פאר זיין גבאי אז ער זאל טון א געוויסע סגולה פאר אים.
איך האב עס שוין געהערט גאר לאנג צוריק, איך האב נישט קיין מקור, אפשר וועט א צווייטער דא וויסן מער דעטאלן, אבער וואס איך האב ארויסגענומען פון די מעשה איז אז ווען איינער האט א צרה קען זיין חבר טון די סגולה פאר זיין זכות.
האסט א גוטע סגולה פאר דיין חבר וואס גייט עפעס אריבער, ער איז קראנק, אפגעפארענע קינדער, גייט נישט קיין שידוכים, האט נישט קיין קינדער, טו עס אליינס! זיי דו קוואטער, טרונק דו ערבות וואסער, צינד די לעכט, פארוואס פייניגן דיין חבר, סארבעט די זעלבע ווען דו טוסט ווי ווען ער טוט עס, סארבעט אפילו בעסער ווען מפארציילט נישט פאר יענעם...
אפילו ווען יענער ווערט געהאלפן מוזטו נישט גיין נעמען קרעדיט... האלט עס צווישן דיר און די באשעפער...
אז דו אפפערסט קוואטער פאר א פארפאלק וואס איז שוין מער ווי א יאר נאך די חתונה און האט נאכנישט קיין קענדער האסטו שופך דם געוועהן. פינטל.
אפפערן אין פריוואט אויך?
דעפענענטלי!!
טראכט פון די 30 יעריגע בחור וואס באקומט גלילה טויזענט מאל ערגער!
א מין שארפקייט דאס! ווען איך פרעג שטילערהייט א 30 יעריגער בחור אויב איך מעג אים מכבד זיין מיט גלילה, האב איך שופך דם געווען? ער ענטפערט מיר שטיל יא צו ניין, און מיט דעם ענדיגט זיך עס, ס'בלייבט צווישן אונז קוואטער איז עפעס א כיבוד וואס מ'רופט אויס אנעספעקטעט? איך פארשטיי אביסל די נושא, איך האב געווארט אויף קינדער א פאר יאר, און מ'האט מיך מכבד געווען מיט קוואטער, און איך האב עס אנגענומען בחפץ לב, קען זיין פון דאן ביז היינט איז געשטיגן די בושה אינפלאציע איינער פון מיינע קינדער האבן געווארט אויף קינדער, איינער האט זיי געוואלט מכבד זיין מיט קוואטער, האט יענער מיך אנגערופן איך זאל טשעקן צו ער וויל עס אננעמען, די ענטפער איז געווען ניין, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט, האלטסט אז דער בעל שמחה האט שופך דם געווען?
ולדבריכם, איך מיין מ'זאל נישט מכבד זיין בכלל מיט קוואטערשאפט איינעם אונטער 50 יאר, ווייל אנדערש קריכסטו אריין אין יענעם'ס פריוואטקייטן וכו' וכו' ודי
אויב עפעס נישט גענוג שארף פארן שרייבן נאכאמאל האב איך גערופן עטליכע באקאנטע (כמעט 10) וואס גייען אדורך/זענען אדורך די נושא און כולם פה אחד האבן גענטפערט אז עס באדערט זיי זייער שטארק ווען מען אפפערט זיי קוואטער אדער ווען מ'זאגט זיי אז מ'האט געטוען פאר זיי סיי וועלכע דבר טוב לזכותם
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו(קרעדיט: לכאורה)
אדער ווען מ'זאגט זיי אז מ'האט געטוען פאר זיי סיי וועלכע דבר טוב לזכותם
ס'איז מיר א חידוש.
כ'בין נייגעריג צו נאך האלטן אזוי.
ווען איך זאג פאר א קרוב שטילערהייט אז כ'טראכט פון דיר כ'האב דיר אינזין (כ'האב געלייגט דיין נאמען ביי ר''ר אלימלך'ס קבר..) . איז עס שפיכת דם?
די ביסט עס?? מיין חבר רעדט צעך אפ אויף זיין קרוב אז יענער קאלט ווי ער איז אלס געווען לייגן קוויטלעך.....
Why in the world do you need to tell him? Want to feel good about yourself?
שוין ברויך איך זיך אונטערגארטלען און ווערן א מענטש..
--- די סיבה פארוואס מאנכע וגם אני טוען דאס און (מעגליך) טאקע געטון א עוולה איז פשוט צו צייגן 'מיטגעפיל' מיט א נאנטע וואס מאכט עפעס מיט, גארנישט מיט 'זיך' מאכן פילן גוט.
אדער ווען מ'זאגט זיי אז מ'האט געטוען פאר זיי סיי וועלכע דבר טוב לזכותם
ס'איז מיר א חידוש.
כ'בין נייגעריג צו נאך האלטן אזוי.
ווען איך זאג פאר א קרוב שטילערהייט אז כ'טראכט פון דיר כ'האב דיר אינזין (כ'האב געלייגט דיין נאמען ביי ר''ר אלימלך'ס קבר..) . איז עס שפיכת דם?
נישט שפיכת דמים, אבער אין זייער זייער אסאך פעלער באדערט עס זיי און זיי וואלטן נישט געוואלט דו זאלסט זיי עס זאגן, עכ"פ א זאך וואס דו האסט געטוען פריוואטערהייט. אבער א זאך וואס דו טוסט ברבים איז פונקט פארקערט עס איז שפיכת דמים זיי נישט צו מעלדן, למשל בויען א מקוה פאר א פארפאלק המצפים הישועה אן זיי לאזן וויסן איז שפיכת דמים. אין רוב פעלער ווערן זיי שפעטער געוואר, צו בשעת מעשה, אדער שפעטער, אדער עכ"פ ווען זיי ווערן געהאלפן קומט א חכם זיי לאזן וויסן אז זיי נעמען קרעדיט, און עס טוט זיי זייער וויי.
בויען א מקוה -וואס אינוואלווד נאך מענטשן, פאר א פארפאלק, אן בעטן רשות פון פארדעם, איז א מצוה (?) הבאה בעבירה!
עני זאך וואס אינוואלוואד מער ווי איין מענטש לטובת א צוויטען, דארף די רשות פונעם מקבל, פינקט ווי ווען די מאכסט א קאמפיין פאר א יוד אן פרעגן רשות און ער הערט צוריק פון די גאנצע גאס אז יא....
ברודערקע געדענקט! -ה ה אל רחום וחנון ארך אפים ורב חסד ואמת- לאוו יאו.
אדער ווען מ'זאגט זיי אז מ'האט געטוען פאר זיי סיי וועלכע דבר טוב לזכותם
ס'איז מיר א חידוש.
כ'בין נייגעריג צו נאך האלטן אזוי.
ווען איך זאג פאר א קרוב שטילערהייט אז כ'טראכט פון דיר כ'האב דיר אינזין (כ'האב געלייגט דיין נאמען ביי ר''ר אלימלך'ס קבר..) . איז עס שפיכת דם?
אפשר נישט???
די בעסטע איז האלט עס ביי דער אין בויך קיינער דארף עס נישט וויסן נאכדערצו די געליטענער
סאיז קרוב לודאי אז סווענט זיך דיין רילעשנשיפ מיט יענם.
איך האב א ידיד וואס פרייד זיך יעדע מאל איך זאג אים אז איך האב געטראכט פון אים. א צווייטן ווייסער קיינמאל אפי׳ צו מרמז זיין.
דאס איז עס, סווענדט זיך ווי א מענטש
די פראבלעם איז אז מענטשן ווייסן נישט צו מחלק זיין, אזוי ווי די מעשה מיט די חתן וואס מהאט אויסגעלערנט צו געבן מזל טוב גראד, האט ער אריינגעלייגט די הענט און די הענטל פון די וויין פלאש...
רוב אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער דארפן נישט קיין קוואטער, דארפן נישט פון דיר קיין סגלות, אין ווילן אפילו נישט די זאלסט טראכטן פון זייערע פראבלעמען, אין זיכער נישט אז די זאלסט רעדן פון זיי.
טאמער די האסט זייער שטארק רחמנות אויף דיין חבר/קרוב וואס האט נאכנישט קיין קינדער נעם א תהלים'ל ביי דיר אינדערהיים אין זיי מתפלל פאר זיי, אזוי אויך קענסטו טוען ביי דיר אינדערהיים סיי וועלכע סגולה די האסט אמאל געהערט אז סאיז א סגולה פאר זש"ק אין האב אונזינען אז עס זאל זיין לזכותם. אין ווען די ענדיגסט, מאך צו דיין מויל אין פארטיג. גיי נישט יעצט אויספלוישן פאר די גאנצע שטאט וואס די האסט געטוען אין וואס מקען נאך טוען, ביסט זיי מצער.
אז דו אפפערסט קוואטער פאר א פארפאלק וואס איז שוין מער ווי א יאר נאך די חתונה און האט נאכנישט קיין קענדער האסטו שופך דם געוועהן. פינטל.
אפפערן אין פריוואט אויך?
דעפענענטלי!!
טראכט פון די 30 יעריגע בחור וואס באקומט גלילה טויזענט מאל ערגער!
א מין שארפקייט דאס! ווען איך פרעג שטילערהייט א 30 יעריגער בחור אויב איך מעג אים מכבד זיין מיט גלילה, האב איך שופך דם געווען? ער ענטפערט מיר שטיל יא צו ניין, און מיט דעם ענדיגט זיך עס, ס'בלייבט צווישן אונז קוואטער איז עפעס א כיבוד וואס מ'רופט אויס אנעספעקטעט? איך פארשטיי אביסל די נושא, איך האב געווארט אויף קינדער א פאר יאר, און מ'האט מיך מכבד געווען מיט קוואטער, און איך האב עס אנגענומען בחפץ לב, קען זיין פון דאן ביז היינט איז געשטיגן די בושה אינפלאציע איינער פון מיינע קינדער האבן געווארט אויף קינדער, איינער האט זיי געוואלט מכבד זיין מיט קוואטער, האט יענער מיך אנגערופן איך זאל טשעקן צו ער וויל עס אננעמען, די ענטפער איז געווען ניין, און מיט דעם האט זיך עס געענדיגט, האלטסט אז דער בעל שמחה האט שופך דם געווען?
ולדבריכם, איך מיין מ'זאל נישט מכבד זיין בכלל מיט קוואטערשאפט איינעם אונטער 50 יאר, ווייל אנדערש קריכסטו אריין אין יענעם'ס פריוואטקייטן וכו' וכו' ודי
אויב עפעס נישט גענוג שארף פארן שרייבן נאכאמאל האב איך גערופן עטליכע באקאנטע (כמעט 10) וואס גייען אדורך/זענען אדורך די נושא און כולם פה אחד האבן גענטפערט אז עס באדערט זיי זייער שטארק ווען מען אפפערט זיי קוואטער אדער ווען מ'זאגט זיי אז מ'האט געטוען פאר זיי סיי וועלכע דבר טוב לזכותם
עלעך מוזן איינזעצן אז דאס איז א פארט פון די דורכגאנג - נישט ספעציפיש דאס, נאר אין יעדן ספאט אין לעבן.
אויב איז פרעגן שטיל און איידל אן קיין לחץ א עוולה, דאן זאל מען נישט רעדן צו קיין נברא אויף דער וועלט ווייל או סי די אז עס וועט אים באדערן, רעד נישט צו דיין שכן קיין ווערטל פון שלום בית ווייל מעגליך אז ער גייט עס דורך און עס גייט אים באדערן, זיי נישט מכבד דיין חבר מיט קיין עליה ווייל אולי איז ער נישט געווען אין מקוה און ער גייט נישט וועלן עולה זיין און עס גייט זיין בושות, ווען דיין שכן נעבן דיר בייט קאלירן פלוצים פרעג אים נישט צו ער איז אקעי, ווייל אפשר האט ער זיך דערמאנט פון א דורכפאל און ער גייט זיין אומבאקוועם - אויב גייט ער זיך אויסשטרעקן נאכדעם ווייל דאסמאל איז עס געווען אן עמערדזשענסי איז עס נישט דיין אחריות! דו לעב אין אוסידי אז יענער גייט זיך מעגליך פילן אומבאקוועם!