Re: אביסל אווערנעס
ס׳איז וויכטיג צו געדענקן אז אן אנקעטע אויף וואס מען וויל בויען נעמט אנקעטעס פון כל מיני מציאות׳ער פון מענטשן. לדוגמה אן אנקעטע און פאליטיק, וואלן וכדו׳ האט א סיסטעם וועם און וויאזוי מען פרעגט, דהיינו, מען פרעגט יעדע מין מענטש וועם עס קען נוגע זיין, פון יעדע סטעיט, געגענט, ראסע, עלטער, ביזנעס לייט, סטודענטען, ליידיגייער, שווארצע, ווייסע, וכו׳ וכו׳ אזוי שאצט מען אפ וויפיל פראצענט.תרמב האט געשריבן: ↑ פרייטאג אפריל 12, 2024 3:28 pmאיך האב געמאכט אן אנקעטע אויף א געוויסע פלאטפארמע ווי עס דרייען זיך אינגעלייט וואס האבן געהאט קינדער שפעט אדער ווארטן נאך, סהאבן געענטפערט איבער דרייסיג אינגעלייט, איך האב געגעבן דריי אפציעס, איינס איך וויל זיין קוואטער, די צווייטע אפציע איז געווען איך וויל נישט מכובד ווערן מיט קוואטער, די דריטע אפציע איז געווען איך וויל נישט זיין אבער איך וויל מזאל מיך מכבד זיין.אזוי גאר! האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:45 amווי אויך קען מען ליינען פון אסאך וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם, קיין 95-5% אויף איין זייט האב איך נישט געזען דא.פויליש פארווע האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 amשטארקע אור האט געשריבן: ↑ דינסטאג אפריל 09, 2024 10:01 amמציאות איז אז רוב, נישט אלע, קינדערלאזע פארפעלקער מער ווי צוויי און א האלב יאר נאך די חתונה, זענען נישט אינטערעסירט אין קיין קוואטרנות. אוודאי זענען דא אויסנאמען, אבער רוב ווילן עס נישט. איז בעפארן טראכטן אנצושדכענען עמיצן מיט דעם געוואלדיגן סגולה, טראכט צוויי שעה.
באמת ברויך מען נישט קיין דערויסענדע שטודיעס דאס פעסטצושטעלן, יעדער וואס בלעטערט נאר דורך דעם אשכול קען זיך עס אליין איבערצייגן דורך פילע אידן וואס האבן געשריבן דא אז זיי זענען געווען אין די זעלבע מצב און האבן נישט ליב געהאט (מילד גערעדט), ווען מען האט זיי מכבד געווען מיט קוואטער. (אויב איינער האט די געדולד, וואלט אפשר אינטערסאנט אז איינער זאל צוזאמקלויבן די אלע תגובות לכאן ולכאן אין איין תגובה, פון די וואס שרייבן אז זיי האבן עס דוכגעלעבט אויף די אייגענע ביינער, און העמיר זעהן צו עס בלייבט נאך איבער זיך צו טענה'ן דערויף).
קיינער, אבער קיינער, אין גם אחד האט נישט געענטפערט אז ער וויל עס, סאיז געווען אן אנאנעמעס אנקעטע, קיינער האט נישט געוויסט וואס מהאט געענטפערט, מהאט געקענט רואיג ענטפערן וואס מהאט געוואלט, 89 פראצענט האבן געזאגט אז זיי ווילן נישט מכובד ווערן מיט קוואטער, 11 פראצענט האבן געזאגט אז זיי ווילן מכובד ווערן אבער ווילן עס נישט נעמען.
קוק ארויף וועסטו זעהן אז איך האב געשריבן ניינציג פראצענט ווילן עס נישט. למעשה בין איך אףף מיט איין פראצענט, וואס איז נאך אין די מארזשין אוו עראר.
איך האב פרוף דערויף אבער איך וויל עס נישט ארויפשטעלן.
פון די וואס זאגן דא אז סהאט זיי נישט געבאדערט ווען זיי האבן געווארט, האט איינער שוין געזאגט אז ער האט געווארט סך הכול א יאר, און לכאורה די איבריגע זענען ענדליך, און איינער האב איך סתם א חשד אז ער חושט און ער גאר זיין א בחור.
מאכן אן אנקעטע אויף אן אנליין פלאטפארמע נעמט לגמרי נישט אריין צענדליגער קאטאגאריעס פון מענטשן וועם עס קען נוגע זיין. עס זענען דא צענדיליגער ״סארט” אינגילייט וועלכע ווייסן נישט פון קיין פלאטפארמעס צו זאגן, אריינגערעכענט אייוועלט, וואס ווי מאדנע עס הערט זיך ווייסן נישט רובא דרובא היימישע אידן העכער 50 פון אזא זאך צו זאגן, און אייוועלט איז שוין פאפולער, און די רעדסט פון א צווייטע פלאטפארמע.
איך רעד נישט אריין אינעם עצם מדובר דא אבער אזא אנקעטע צייגט גארנישט.