אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב האט נישט קיין קינדער? מאך אים נישט שווערער!!!!
איך וועק זיך אויף פון מיינע מחשבות אינגאנצן איבערגענומען, איך האב נארוואס דרוכגעטראכט מיינע גאלדענע קינדער יאהרן, איך בין געבוירן אין א ווארימע שטוב פיל מיט געשוויסטער, איך האב נישט געוויסט פון קיין פראבלעמען, איך בין אלץ געווען פון די מצוינים פון די כיתה, דער גרעסטער פראבלעם מיט וואס איך האב מיך געדארפט אמאל ספראווענען איז געווען ווען מיין בייק האט זיך צובראכן און מיין טאטע האט נישט געוואלט קויפן א נייע.... חוץ דעם איז אלעס געגאנגען על מי מנוחות, אזוי אויך אין ישיבה איז מיין גוט קעפל מיר גוט צונוץ געקומען, איך האב געלערנט פלייסיג, און גוט אויסגענומען סיי ביי די מגידי שיעורים און סיי ביי מיינע חברים, און ווען עס איז געקומען די צייט צו טרעפן א שידוך, האט מען מיר געטראפן א גוט'ן שידוך און איך האב חתונה געהאט אין א גוטע שעה גליקליך און צופרידן.
אין שנה ראשונה בין איך געווען אויף א היי, איך האב זיך געשפירט גליקליך און צופרידן, נישט וויסענדיג וואס פאר א שווערע דורכגאנג עס ווארט מיר נאך אפ, אבער ווען די שנה ראשונה יאר האט זיך גענדיגט און די חברים האבן אנגעהויבן מיר צו לאדענען צו זייערע שלום זכר'ס און קדישים האט מיר עס שוין אביסל געגעבן א קיצל, איך האב נאך גוט געדענקט די הארצרייסענדע מעשיות וואס מיין מלמד פלעגט פארציילן פון אידן וואס האבן ליידער נישט זוכה געווען צו קינדער, אבער איך האב געטראכט אז דאס געשעהט ביי א גאר קליינעם פראצענט, און עס וועט אוודאי נישט פאסירן צו מיר, און היות איך האלט נאך נאר א יאר נאך די חתונה דארף איך זיך נאכנישט זארגן דערפאר.
עס איז אריבער איין חודש נאכ'ן צווייטן אבער גארנישט האט זיך נישט געריקט, איך בין שוין געווארן אביסל נערוועז, זעהענדיג אז עס איז נישט קיין תכלית מער צו זיצן און גארנישט טוען, האב איך גענומען די שטארקייט און אנגערופן מיין חתן מדריך אויסשמועסן מיין מצב, מיין חתן מדריך האט מיר שיין אויסגעהערט און נאכן פרעגן עטליכע קשיות, האט ער מיר געענטפערט אז לויט ווי ער פארשטייט דארף איך זיך פארבינדן מיט די ארגענזאציע׳ס וואס גיבן זיך אפ ארויסצוהעלפן פארפעלקער מיט אזאלכע אישוס.
איך האב אראפגעלייגט די טעלעפאון צובראכן ווי א שארבן, איך האב געשפירט ווי א שווערע שטיין האט זיך ארויפגעזעצט אויף מיין הארץ, איך האב זיך שוין אנגעהויבן אויסצו'משל'ן די אלע מעשיות וואס מיין מלמד פלעגט פארציילן ווי אזוי עס פאסירט צו מיר, איך האב שוין אנגהויבן צו טראכטן וואס וועט זיין מיין סוף, צי וועל איך בכלל איבער לאזן א קדיש'ל נאך מיר, איך האב ממש געשפירט ווי איך טראגט עס נישט דורך.
גלייך האב איך גערופן די ארגאניזאציע און זיי האבן גענומען פון מיר די אויבן אויף אינפארמאציע און מיר פארבינדן מיט א היימישע עסקן פון מיין קהילה וואס ארבעט אינאיינעם מיט די ארגענעזאציע, ביי מיין ערשטע באגעגעניש מיטן עסקן האט איך מיך אויסגעוויינט צו אים דאס פעקל אין וואס איך בין אזוי פלוצלום אריינגעפאלן, די עסקן האט מיר בארואיגט אז איך בין ווייט נישט דער איינציגסטער וואס גייט דאס דורך נאר ער איז בקשר מיט פיל אינגעלייט וואס גייען דורך דאס וואס איך גיי דורך און ב''ה גאר אסאך ווערן געהאלפן, און ב"ה ער האט מצליח געווען אריינצובלאזן אין מיר א פרישע גייסט פון חיזוק, דער עסקן האט מיר אויך פארשפראכן אז ער וועט ערלעדיגן אז א פרוי וואס ארבעט אין די ארגאנעזאציע זאל אנרופן מחזק זיין מיין אשת חיל.
(ב''ה אז מיין בני בית איז געווען געשטארקט מיט אמונה, קומענדיגט פון א שטוב וואס מען האט אסאך ארומגערעדט פון אמונה און זי האט מיר שטענדיג מחזק געווען אז מען וועט עס נאך פארציילן אין פריידן.)
נישט א לאנגע צייט איז אריבער און איך האב זיך געטראפן לויפן צו איין אפויטמענט נאכ'ן צווייטן, פאר מיין חברותא אין כולל האט איך נישט געקענט פארציילן וואס גייט פאר און נאכ'ן צוזען אז איך קום לעצטענס גאר אפט שפעט האט ער געטראפן א תירוץ צו נעמען א צווייטע חברותא, איך פלעגט קומען שפעט אין כולל און אפט מאל פלעגט איך דארפן אהיימגיין שפירענדיג אז איך גיי אט אט אויסברעכן אין א געוויין, און כדי אנדערע זאלן עס נישט באמערקן פלעגט איך צומאל אהיימגיין פאר די סדר האט זיך געענדיגט.
אבער אהיימקומענדיגט האט מיר דאס ליידיגע הויז געפאטשט אין פנים, און די פארטרערטע געזיכט פון מיין בני בית האט מיר צוגעלייגט זאלץ צו די וואנדן, אבער בדרך כלל האבן מיר באוויזן זיך צו שטארקן און איבערקומען די נסיונות.
פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט גשפארט קיין תפילות, קיין צדקה, און גמילות חסדים, די לעכט צינדן פלעגט זיין באגלייט מיט בכיות, בעטענדיגט דעם אויבערשטן אז ער זאל זיך שוין מרחם זיין אויף אונז, ווי אויך האבן מיר פרובירט פיל מיט סגולות, אבער זעהט זיך אויס אז דער באשעפער האט געהאט אנדערע פלענער און גארנישט האט זיך נישט געריקט.
נאך א שטיק צייט האבן מיר זיך דערזעהן מיט נאך א רינגעלע צום פראבלעם וואס אין א געוויסע זין איז דאס געווען שווערער פאר אונז ווי דער עצם פראבלעם.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען מיין אינגערע ברודער האט חתונה געהאט און בשעטו''מ איז אים געבוירן געווארן א בן זכר, עס האט מיר גוט געציפט אין הארצן, איך בין געווען שטארק צובראכן וויסנדיג אז דאס וועט ברענגען אסאך אומאנגענעמליכקייטן, אבער זייענדיגט נאנט מיט מיין ברודער האט איך זיך פארט מיטגעפרייט מיט זיין שמחה אז ער איז געווארן א טאטע, ביז עס איז אנגעקומען צום שלום זכר האט איך שוין געהאט באוויזן אוועק צו שטופן מיינע שווערע געפילן און זיך געשטארקט, און איך בין אריינגעגאנגען צום שלום זכר מיט א שמייכל און אנגעווינטשן מיין ברודער א ווארימע ברכה.
אבער דאן האט פאסירט עפעס וואס האט מיר ממש צוריק געווארפן צוריק צו מיינע ציפעדיג מחשבות, צולייגענדיגט נאך וואג צו מיין שטיין אין הארץ, דאס איז געווען ווען האלטענדיג מיין ברודערס האנט האב איך באמערקט פילע פאר אויגן פון מיינע חברים זענען געוואנדן אין מיין ריכטונג, טייל האבן געקוקט מיט רחמנות בליקן און טייל סתם פאר נייגעריגקייט צו זעהן וויאזוי איך נעם אויף מיין אינגערע ברודער'ס שמחה.
מיטאמאל האב איך אנגעהויבן שפירן ארויסגעווארפן פון סעסייעטי, ווען איך האב זיך אראפגעזעצט נעבן די חברים איז שטיל געווארן און גלייך דערנאך האט זיך די שמועס צוריק אנגעהויבן, עס איז מיר געווען זייער קלאר אז נישט פון דעם האט מען גערעדט, נאר זעענדיגט אז איך בין געקומען האט מען פארדרייט די שמועס, איך האב נישט געוויסט צו מען האט פונקט גערעדט פון מיר אדער זיי האבן גערעדט פון זייערע קינדער און נישט וועלן מיר וויי טון האבן זיי שנעל פארדרייט די שמועס, איך האט געהאט אין פלאן צו בלייבן א לענגערע צייט ביים שלום זכר , איך בין דאך גאר נאנט מיט מיין ברודער, אבער מיט א שלעכטער געפיל האט איך געמוזט זיך אויפהייבן און אהיימגיין, כדי נישט אויסצופלאצן אין א געוויין.
ווי מער צייט עס איז אריבער אלס אפטער האט איך באגעגענט די דאזיגע פאסירונג זיך איבערשפילן, אמאל ביי א משפחה שמחה און אמאל ווען א חבר מיינע האט געמאכט א שמחה, אדער סתם אזוי ביי א פארברענג מיט מיינע חברים, איך פלעגט אסאך באמערקן אז ווען מיינע חברים רעדן פון זייערע קינדער פארדרייט א צווייטער חבר דעם שמועס אדער קוקן זיי מיר אן מיט רחמנות, איך האב אנגעהויבן צו שפירן מער און מער ארויסגעווארפן פונעם סעסייעטי, עד כדי כך אז איך פלעגט שטענדיג טרעפן עפעס א סיבה פארוואס ער קען נישט קומען צו די שמחות פון מיינע חברים.
ביי מיין אשת חיל איז די פראבלעם געווען פילפאכיג גרעסער, ביי יעדע שמחה איז זי געזעצן שטום נישט קענענדיג מיטהאלטן די שמועסן וואס זענען על פי רוב געווען ארום די בעביסיטער וואס זיי האבן גענומען, און די קליגע ווערטער וואס זייערע זיסווארג האבן אלס געזאגט, חוץ פון דעם איז איר בכלל געווען היפש אומבאקוועם די פאקט אז אלע (אפילו אינגערע פון איר) זיצן ארומגענומען מיט די קינדער, דאס האט געברענגט אז זי זאל אויך פרובירן אויסצומיידן וואס מער צו גיין אויף שמחה'ס.
איין פלאץ איז איר נאך געבליבן צו גיין, דאס איז געווען די דרשות וואס פלעגט פון צייט צו צייט פארקומען, אבער אויך דארט האט זיך נישט לאנג געקענט בלייבן צוליב וואס געווענליך איז די עיקר דרשה געווען באזירט אויף די גרויסקייט פון די ''אידישע מאמעס'', וואס דאס האט איר געמאכט שפירן צובראכן און ווערטלאז, ווי אויך פלעגט די צוזאמקומען צוברענגען מער קאמענטארן און אנווייזונגען פון חבר'טעס, דער האט געטראפן א קינדערגארטן טישטער וועמען זי דארף נאך איבערבעטן, און דער צווייטער האט געוויסט צו זאגן פון א וואונדערליכע ווייטאמין אדער סגולה וואס טייל האבן איר כמעט געצווינגען עס צו טוהן.
זאת ועוד, חוץ פון קאמעטארן און עצות פון ארומיגע, וואס דאס קען מען זיך נאך אפווישן די נאז און גיין ווייטער, איז דא א גרעסערע פראבלעם, וואס דאס איז, ווען מען טרעפט זיך געטרעפט אינמיטן א דרשה און די בעל דרשן/בעל דרשנ'טע באשליסט פלוצלינג צו רעדן וועגן קאפעלס וואס ווארטן אויף קינדער, און מען קען נישט אזוי גרינג זיך אויפשטעלן און ארויסשפאצירן, און פונקט דעמאלסט הייבט אן דער שכן פון פארנט צו קוקן אומשולדיג אויף די זייגער, און מאכט אין איינוועגס זיכער, צו זען אויב זי איז רויט, און די אנדערע וואס זיצן פון דער זייט פרובירן צו קוקן זייטיג, מיינענדיגט אז מען באמערקט נישט זייערע בליקן.
איך האב עס ב''ה נאכנישט געהאט, אבער מיין רעבעצן האט עס געהאט א פאר חדשים צוריק צוויי מאל אין דער זעלבער וואך, זיצענדיג צוזאמען מיט די געשוויסטער איימאל ביי א דרשה און א צווייטע מאל ביי א פארטי, איינמאל איז עס נאר געווען אפאר מינוט, אבער די צווייטע מאל האט יענער נישט אויפגעהערט צו פארציילן מעשיות פון געליטענע און ווי זיי זענען וואונדערליך געהאלפן געווארן נאכ'ן איבערבעטן א צווייטן, נישט כאפענדיג אז בשעת וואס די עולם זיצט געשפאנט מיט אפענע מיילער און שלונגען מיט דורשט אירע אינטערעסאנטע האר אויפשטעלענדע מעשיות, זענען דא אנדערע וואס שלונגען בלוט, און וועלן שוין טראכן צוויי מאל איידער זיי גייען צו א פארטי אדער דרשה, אויס מורא אז עס זאל זיך נישט נאכאמאל איבערשפילן.
אזוי איז מיר באשערט חוץ די עצם דאגה און פארלוירנקייט פון ווארטן און ארויסקוקן אויף א ישועה, איז צוגעקומען א גאנצע פעקל פון אומאיינגענעמליכקייטן, קליינע און גרויסע,
אבער טייערע ברודער! דאס אלעס האט מיך נאכנישט צוגעברענגט צו נעמען די פעדער אין האנט אין זיך אויסטון דא ברבים פאר אייך, איך האב געליטן און געשוויגן, ביז יענעם טאג...
געווען איז עס עטליכע חדשים צוריק און מיין ווייב'ס עלטערע שוועסטער האט געהאט איר ערשטע אינגל למזל טוב (נאך פיר מיידלעך), פארשטייט זיך אז די שמחה אין די משפחה איז געווען גרויס, און ווער רעדט נאך מיין שוואגער, ער איז געווען ממש אין די הימלען, וואס הייסט, א בן זכר, א וואך נאכט מיט א ברית, און איך מיט מיין ווייב האבן זיך אויך פרובירט מיטצופרייען די מערסטע וואס שייך, עס איז דאך נישט ממש אזוי געפערליך ווייל סוף כל סוף איז זי א עלטערע שוועסטער, און די גאנצע משפחה האט זיך געגרייט צו די ברית וואס איז אויסגעקומען אויף א שבת.
יענעם דאנערשטאג האב איך געהאט א וויכטיגע אפוינטמענט אין מאנהעטן וואס האט זיך פארצויגן עטליכע שעות, ענדליך שפעט נאכמיטאג האמער זיך דערזען אין קאר אויפן וועג אהיים מיט ליידער נישט אזאלכע פאזיטיווע נייעס, נאך א באהאנדלונג אויף וואס מיר האבן שטארק ארויסגעקוקט און געהאפט אז דאס וועט ענדליך ברענגען די ישועה איז דורכגעפאלן, די צער און ווייטאג וואונטש איך נישט פאר קיין שום איד... מיר זיצן אין קאר און מ'פארט יעדער פארזינקען אין די אייגענע מחשבות, און פלוצלונג מיין שוואגער די בעל שמחה רופט אריין, איך האב צוזאמגענומען מיינע אלע כוחות און מיט די מערסטע געמאכטע פרייליכקייט הייב איך אויף "מזל טוב גרשון, וואס זאגסטו עפעס גוטס?" מיין שוואגער שמועסט מיט מיר געציילטע סקונדעס און נאכדעם רופט ער זיך אן, "דו ווייסט דאך אז 'קוואטער' איז א גרויסע סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער,(אגב קיינער האט נאכנישט געטראפן די מקור...) אי"ה דעם שבת וועט די ברית פארקומען אין גרויסן ביהמ"ד און איך בין מכבד דיך מיט דיין רעבעצין מיט קוואטער".
איך האט אים פרובירט אפצוזאגן, איך האב געטראכט צו מיר אז מיר טוען ב''ה גענוג און נאך סגולות פארוואס זאל איך טון א סגולה וואס וועט מיר קאסטן בלוט און דערמאנען מיין גאנצע משפחה און פארן גאנצן ביהמ"ד מיין מצב, און דערנאך באקומען די דריק אין האנט 'אי''ה ביי דיר אויף שמחות', שיינערהייט האב איך פרובירט אפצוזאגן אבער ער לאזט נישט נאך, "ווי קענסטו איבערלאזן אזא געוואלדיגע סגולה, דו ווילסט דען נישט האבן קיין קינדער?!? קענסט נישט טון אזא קליינעקייט..."
איך האט זיך אבער נישט אזוי שנעל געלאזט, איך האב אים געזאגט אז איך שפיר אז איך בין נישט אומשטאנד דאס צו טון, איך טוה ב''ה גענוג השתדלות, און דער אויבערשטער קען מיר העלפן אויך אן די סגולה, פונקט ווי מיינע אלע אנדערע חברים,
נישט האבענדיג קיין ברירה האט ער מיר סתם איינגעלאדענט איך זאל מיך קומען משתתף זיין צום וואך נאכט אין ברית, און מיך אנגעוואונטשט אז ער זאל קענען צוריקבאצאלן אויף שמחות בקרוב.
שבת איז אנגעקומען, די וואך נאכט איז אדורך מיט חסדים, און שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין דער בית המדרש וואו די ברית האט געדארפט פארקומען, א חבר מיינער וואס רעדט אסאך, און אויך רוב מאל אן טראכטן, איז צוגעקומען פרעגן צו איך וועל זיין קוואטער ביים ברית, איך האב אים געענטפערט א גרויסע ניין.
מען האט געענדיגט דאווענען און דער מוהל האט אנגעהויבן זיך צוגרייטן צום ברית, מיין שוואגער האט צוזאמגעשלעפט א גרויסן עולם משפחה און גוטע פריינד, ס'הייסט, א קלייניגקייט די ערשטע מאל ער מאכט א ברית פאר א קינד, איך האב מיך געשטעלט ביים ווינקל פון בית המדרש און צוגעקוקט פון דערווייטענס, וועט מיטאמאל הער איך ווי דער גבאי שרייט "קוואטער" און דער גאנצער עולם דרייט זיך אויס צו מיין ריכטונג, איך האט זיך אויסגעדרייט צום ספרים שאנק און ארויסגעשלעפט א ספר, ווי גלייך מען מיינט נישט מיר, ביז די בעל שמחה איז צוגעקומען צו מיר און איינגעמאלדן, "שוואגער לעבן, איך האב נישט געקענט צולאזן אז דו זאלסט נישט זיין קוואטער, איך וויל נישט זיין שולדיג אז דו האסט נישט קיין קינדער..."
מיין פנים האט געברענט פאר בושה און צארן, צענדליגע אויגן זענען געווען געוואנדן אין מיין ריכטונג יעדער איז געווען שטיל און געווארט די ברית זאל זיך שוין אנהייבן, די בושה איז געווען אומבאשרייבליך, עס קומט מיר צו וויינען יעדע מאל איך דערמאן מיר פון דעם, איך האב אים שוין נישט געקענט זאגן ניין און איך האב בלית ברירה מסכים געווען, נאכ'ן ברית האט מיר אנגעוואונטשן "אי''ה ביי דיר אויף שמחות געזונטערהייט און גרינגערהייט", דריקענדיגט מיין האנט אזוי שטארק אז עס האט כמעט אנגעהויבן שפריצן בלוט.
זייט דעמאלסט קען איך אים נישט קוקן אין פנים, איך וויל שוין אויך נישט גיין צו קיין ברית'ן אויס מורא עס זאל זיך נישט איבערשפילן די בזיונות וואס איך האב דעמאלסט געהאט, און די געפיל אז איך בין אנדערש ווי יעדעם איז געווארן שטערקער און שטערקער אז איך האב געשפירט אז די געפיל פון זיין ארויסגעווארפן פונעם סעסייעטי איז שוין באלד שווערער אדרוך צו טראגן ווי מיין עצם ווארטן אויף קינדער, ווי חז"ל זאגן דאך או חברותא או...
-----
די מעשה האט מיר געברענגט זיך צו זעצן צום שרייב טישל און אויספאקן צערי ברבים, און אין די זעלבע צייט מעורר זיין און אויפקלערן דעם עולם אביסל אין די נושא.
טייערע חברים!!! שטעלט אייך אפ א מינוט און פרוביר זיך אריינצולייגן און די מצב פון דיין חבר/שכן/קרוב וואס דער אויבערשטער האט אים צוגעטיילט די נסיון פון ווארטן אויף קינדער, זייט וויסן עס איז א שווערע נסיון, עס קאסט אסאך טרערן און שלאפלאזע נעכט, פאר דו ווילסט אים מכבד זיין מיט 'קוואטער' אדער אים מזכה זיין מיט א צווייטע סגולה בדוק ומנוסה, נעמט א מינוט צו טראכטן, דיין חבר גייט דורך א זאך וואס אויב ביזטו עס נישט דורך געגאנגען וועסטו אים נישט פארשטיין, עס אים גענוג שווער אזוי אויך, און ער טוט זיכער אלעס וואס ער קען צו זוכה זיין צו זש''ק, עס קאסט אים כח אין געלט, קינדער קעסטו אים נישט גיבן, דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ער זאל נאנישט זוכה זיין דערצו, און מיר ווייסן נישט זיינע וועגן, אבער וואס איז יא אין דיין האנט איז, אים נישט צו שווערער מאכן, נאר זיך אויפצופירן צו אים ווי די פירסט זיך אויף צו דיין חבר וואס האט יא קינדער, נישט ווי א רחמנות'ל, זיי אים 'נישט' מכבד מיט קוואטער, און רוף אים נישט אן מזכה זיין מיט א סגולה וואס דו האסט געליינט און איינע פון די אויסגאבעס.
נאך א נקודה, דיין חבר/שכן/קרוב ווארט נישט אויף דיר דו זאלסט אים מעורר זיין אז מ'דארף טון השתדלות און זיך לאזן העלפן, מאך אים נישט שפירן ווי דו האלטסט אז ער טוט נישט גענוג, ווייל דאס שטעכט ווי שפיזן, צו טראכסטו אז ווייל ער טיילט קיינעם נישט מיט (צוליב די האקעלקייט פונעם ענין) מיינט עס אז ער טוט גארנישט? ווילסטו דען טרעטן אויף זיין הינער אויג?
די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טון איז זאגן א קאפיטל תהלים און א ווארעמע תפילה צום רבונו של עולם אז ער זאל אים שוין אויפרעכטן, און ער זאל שוין זוכע זיין צו ליכטיגע קינדער'לעך.
* * *
לסיכום הענין וויל איך צאמנעמען עטליכע נקודות למעשה:
- דארפסט דיך נישט זארגן, דיין חבר ווייסט אויך די נומער פון בוני עולם און עי טיים. (ער קען עס שוין אויסענווייניג)
- דיין חבר ווייסט אויך פון די סגולה וואס דו ווילסט אים אנטראגן, מיט'ן אים אנטראגן די סגולה ביסטו אים נאר מצער.
- האסט געהערט פון א מורא'דיגע סגולה, קענסט עס 'אליין' טון און אים אינזינען האבן.
- עס קען זיין אז דו ביסט שוין דער דריטער וואס רופט היינט אנטראגן די געוואלדיגע סגולה.
- רוב אידן וואס ווארטן אויף קינדער, זענען 'נישט' אינטערעסירט צו זיין קוואטער, ווען ער ענטפערט דיר א תירוץ פארוואס ער קען נישט זיין קוואטער, כאפ די רמז און לאז אים אפ, (אויב דו ווילסט אים סתם אזוי פארשעמען קענסטו עס טון פשוט דורך אים אראפלאזן א פראסק אין ביהמ''ד).
- עס איז זייער שיין אז דו ביסט מתפלל פאר אים און דו האסט אים אינזין, אבער עס איז נישט וויכטיג אים עס צו מודיע זיין, און ער ווערט נישט יעצט מחויב דיר מיטצוטיילן זיינע פריוואטע זאכן.
- דיין חבר איז נישט דער גביר פון שטאט ווייל ער דארף נישט צאלן שכר לימוד, אפילו נאכ'ן באקומען הילף פון די ארגאנעזאציעס בלייבט אים נאך איבער גענוג הוצאות וואס ער דארף אליין צאלן, און אסאך פעלער לאזט עס אים נישט איבער מיט קיין איבריגע פרוטה אין טאש.
זאל דער אויבערשטער טאקע העלפן אז אין זכות פון טראכטן פון א צווייטן און אכטונג געבן נישט צו מצער זיין א צווייטן ח''ו, זאלן שוין אלע פארפעלקער המצפים לישועה געהאלפן ווערן בקרוב מיט זרע של קיימא.
נ.ב. די ארטיקל האבן איבערגעקוקט איבער א מנין אידן המצפים לישועה און כולם פה אחד האבן מיר מעודד געווען עס צו מפרסם זיין, און הלואי והלואי וועט ווערן א שטיקל אויפוואכונג אין די נושא.