זיבן מינוט האסטע? די בענעפיטן פון א ווארקאוט אין בלויז זיבן מינוט א טאג!
בבל האט געשריבן: איך ווייס פון א 58 יעריגע איד וואס האט אנגעהויבן עטליכע יאר צוריק צי מאכן העווי עקסרסייז, ביפאר מאכן עקסרסייז האט ער גענומען א גאנצע פאק מיט מעדיקעישן יעדן טאג, און מיט דעם אלעם איז זיין בלאט פרעשור געווען הויך און געווען נאך בארדער ליין דייעביטי.
יעצט נאך אפאר יאר נאכן מאכן ערנסט עקסרסייז, האט אום די דאקטער גענידערט די טעגליכע מעדיקעישן, די בלוט פרעשור איז געוואלדיג, ציקער איז פערפעק, ער איז גארנישט געגאנגען אויף עסן דייעט
איך ווייס פון איינעם אויך אין די 60גער יארן וואס סיי ער מאכט העווי עקסרסייז און סיי א שטרענגע דייעט און איז אראפ פון'' אלע'' מעדיקעישן
אז מען רעדט פון טעגליכע מעדיקעישן עס איז זייער נישט גיט צי נעמען, עס האט זייער אסאך שלעכטע סייד עפעקט, אז מען מיז מיזמען היי בלוט פרעשור איז נאך ערגער
און אזעלכע מעשיות איז דא אין די אלפים. די רמב"ם שרייבט שוין די וויכטיקייט דערפון אין זיינע צייטן, וואס מען האט נאך נישט געזעצן איבערגעבויגן איבער דעם טאטער אגאנצן טאג.
א טיילווייזע ליסטע וואס שטודיעס האבן געוויזן אז עקסערסייז טוט פארן מענטש:
- פיזיש:
- מער ענערדזשי (ארבעט בעסער ווי א קאפי…)
- פארלירן וואג
- נידערט בלוט דרוק און קאלעסטעראל
- נידערט די ריזיקע פון צוקער און פארשידענע קענסערס
- שטערקערט די ביינער, די מוסקלען, און די גאנצע גוף
- נידערט די ריזיקע פון osteoporosis
- מען היילט זיך שנעלער פון קרענק
- גייסטיש:
- מאכט אין א בעסערע גוסטע
- מען ווערט מער פראדאקטיוו
- פארמינערט סטרעס
- נעמט אוועק דעפרעשן
און דאס איז נאר וואס איך שנעל צאמגעקלאפט, בעצם איז דא טויזענטער בענעפיטן. די גוף דארף עקסערסייז, און ווען מען געט עס אים, צאלט ער מיט פראצענט. ווען דער גוף פאנקשענט ווי ס'דארף צו זיין, איז מען א גליקליכע מענטש.
נו, אז דו ווייסט שוין, פארוואס טוסטו עס נאכנישט???!!!
אה, כ'האב געוויסט דו וועסט דעיס ענפערן. דו האסט נישט קיין צייט, איא?! כ'על נישט אריין גיין אויב דעם תירוץ איז גוט אדער נישט, אבער אפילו אויב יא, זיבן מינוט א טאג האסטע דאך זיכער. אויב אזוי, האב איך א סעלאשען פאר דיר.
א פארשער איז נאכגעגאנגן וואס איז די קורצטע ווארקאוט, וואס קען נאך אלס געבן די פולע בענעפיטן. ער איז אנגעקומען, אז אויב מען טוט די פאלגענדע 12 עקסערסייסעז, פאר 30 סעקונדעס יעדע איינס, און נאכדעם 10 סקונדעס רוה בין פרק לפרק, קומט מען אהן צו די אלע בענעפיטס! די שטודיע איז ערשינען אין American College of Sport Medicine's Health and Fitness Journal.
אני הקטן טוה דעס שוין א שטיק צייט, אבער אזוי ווי איך האב נישט קיין עפפ, האבעך זיך געמוטשעט מיט א טיימער וכדו'. יעצט האבעך גענומען די מוה צאמצושטעלן א סאונד טרעק, וואס איך קען האלטן אפילו אויף מיין אלטמאדישע פליפ פאון. אל תמנע טוב מבעליו. דא האט עטס.