Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד
די געמיטער צעווישען די מדינות איז געווארען היציג, דער קרוין פרינץ פון עסטרייך פראנץ פערדינעד, איז געפארען קיין באסניע צו באראויגען די מצב, דארט האט עם אפגעווארט די סערבישע ארגאנעזאציע ״די שווארצע האנט״ (זיי זענען באשטאנען בלויז פון מענטשען וואס האבן געליטן פון טובערקלויסעס אזוי אז דער טויט איז שוין געהאנגען איבער זייער קעפ סייווי), נאך א דורכגעפאלענער פריוו צו ערמארדען די קרוין פרינץ, האט די קרוין פרינץ געמאכט א אומ׳געפלאנט׳ער דריי מיט זיין קאר (ער האט געוואלט באזוכן אין שפיטאל די מענטשען וואס זענען געשעדיגט געווארען אין די פריוו אויף זיין לעבן), דער דריי האט געגעבען א צווייטע גלעגנהייט פאר ״די שווארצע האנט״ צו דערמארדען די קרוין פרינץ, דאס מאל איז דאס געלאנגען אין די קרוין פרינץ איז געשטארבען, מען האט טאקע באוויזען צו לייגען א האנט אויף די מערדער, אבער זיי זענען געשטארבען קורץ דערנאך פון זייער טובערקלויסעס.
עסטרייך האט געזוכט נקמה (קייסער פראנץ יאזעף איז שוין געווען גאר אלט, און די גענערעלער האבן געטוהן וואס זיי האבן געוואלט) , זיי האבן ערקלערט קריג אויף סערביע, אלץ ענטפער, האט רוסלאנד ערקלערט קריג אויף עסטרייך, זיך אנצונעמען פאר איהר פארבינדינטע סערביע, דייטשלאנד איז דאן געקומען צו הילף פאר עסטרייך און ערקלערט קריג פאר רוסלאנד, דאן איז פראנקרייך געגאנגען און ערקלערט קריג אויף דייטשלאנד כדי צו העלפען דעם רוסישע צאר, כדי איינצונעמען פראנקרייך, האט דייטשלאנד איינגענומען די אומ׳שולדי׳גע בעלגיע, וואס האט געפירט צו דעם אז ענגלאנד זאל ערקלערען קריג אויף דייטשלאנד, א רייע מדינות, איטאליע, טערקיי, בולגרייע און נאך, האבן מחליט געווען אז זיי קענען נישט פארפאסן די געלעצענדיגע געלעגנהייט אויס׳צו׳שחט׳ן זייערע אייגענע יוגענט, און האבן שנעל זיך געשטעלט צו איינער פון די זייטען.
4 יאר און 20 מיליאן טויטע שפעטער האט סערביע ״געווינען״, עסטרייך, דייטשלאנד און טערקיי (און רוסלאנד) זענען צושמעטערט געווארען, סערביע האט געגרייכט איהר ציל, עסטרייך האט צוריקגעגעבען באסניע און הערצעגעוועניע פאר סערביע, פאר די ״ביליגע״ קאסט פון 20 מיליאן טויטע, חוץ פון סערביע האט עסטרייך געמוזט אויפגעבען קראועטשיע און סאלוועניע, און זיי זענען געווארען זעלבסטשענדיגע לענדער, קראועטשיע האט אבער געמוזט אויפגעבן א פערטעל פון איהר לאנד פאר איטאילע, אלץ באלוין פאר׳ן זיך צושטעלען צו די מלחמה קעגן עסטרייך.
קורץ נאך די מלחמה, האבן זיך די קעניגרייך פון סערביע, מיט די קעניגרייך פון מאנטענגעראו (montenegro) צוזאמגעשטלעט. 5 טאג נאך דעם צוזאמשטעלונג, האבן אויך קראטשיע און סלאוועניע זיך צוזאמגעשטעלט מיט סערביע, אונטער די סערבישע קעניג פעטער די ערשטע, די נייע מדינה האט געהייסן די קעניגרייך פון די סערבען, קראעטס, און סלאווענס, אין 1921, איז די קעניג פעטער די ערשטע געשטארבען, און זיין זוהן, אלכסנדר דער ערשטער האט איבערגענומען די מלוכה.
נישט אלעס איז אבער געווען פויגעלדיג אין דער נייער מדינה, אסאך קראטעס האבן גפילט אז די סערבס געוועלטיגען צו שטארק, אויך איטאליע האט געפילט אז פערטעל פון קראוטשיע איז צו ווייניג באצאלט פאר וויפיל זיי האבן באצאלט אין די גרויסע קריג, זיי האבן פארלאנגט אז מען זאל אפגעבען רוב קראוטשיע און סלאוועניע, עפעס וואס די אינגע קענגרייך איז נישט געווען גרייט צו טוהן, אויך אונגערען און בולגרייע זענען געווען הונגעריג צו באקומען א חלק פון די נייע לאנד, די קעניגרייך פון די סערבען וכו׳ האט געשלאסען א בונד מיט ראמעניע און טשעכייסלאווקיי זיך צו באווערענען קעגן אירע הונגעריגע שכנים.
אבער די פראבלעמען מיט קראועטשיע אז געווען שווערער צו לעזן, אין 1929 איז א קארעט פאליטיקאנט, געהארגעט געווארען אין די סערבישע פארלימענט, דאס האט געפירט צו ווילדע פרעטעסטען אין קראוטשיע, אלץ ענטפער צו די איבערקערעניש האט קעניג אלכסנדר געטוישט די נאמען פון לאנד צו יוגעסלאוויע, און אויך זיך ערקלערט אלץ דיקטאטור פון לאנד, קעניג אלכסנדר האט אויך זיך שטארק אנגענומען פאר די רעכטען פון קראועטשיע קעגן איטאליע.
איטאליע פון איהר זייט זיצט נישט שטיל, עס איז פארהאן אין קראועטשיע א שטארקע פאשיסטע פארטיי מיט׳ן נאמען ״אוסטאשע״ (ר״ת אין די קראעטשיען שפראך, די קראעטשיען רעוועלצינער פארטיי - croation revolutionary party), איינס פון די צילן פון די ״אוסטאשע״ איז זיך אפצוטיילען פון יוגעסלאוויע און פירן א זעלבסטשטענדיגע קראועטשיע, אין 1932, האט די אוסטאשטע מיט די הילף פון איטאליע רעוואלטירט, נאך׳ן אונטערדרוקן דעם רעוואלט, האט די קעניג אלכסנדר געלאזט שיקן א מודעה פאר איטאליע, אויב די וויסלט צוברעכען יוגעסלאוויע, דאן מוזט עטץ מיר קודם שיסן, ווי לאנג איך לעב וועל איך נישט צולאזען אז יוגעסלאוויע זאל צוזאמפאלן.
פראנקרייך האט זיך דא דערזעהן מיט א פראבלעם, פון איין זייט, וויל ער שליסן אן אפמאך מיט איטאליע קעגן דייטשלאנד, פון די אנדערע זייט, קען ער אויך באשטיין צו שליסן אן אפמאך מיט יוגעסלאוויע, טשעכייסלוואקיע און רומעניע, אבער יוגעסלאוויע און איטאליע זענען בלוט שונאים, פראנקרייך האט קלאר געמאכט אז זיי שטייען אויף די זייט פון יוגעסלאוויע, זיי ווילן אבער פרובירען צו מאכן שלום צעווישען יוגעסלאוויע און איטאליע, אזוי אז זיי זאלן אויך קענען מאכן א פאקט מיט איטאליע, צו דעם צוועק איז די פראנצויזשער אויסערען מיניסטער געפארען קיין יוגעסלאוויע, יעצט איז די קעניג צוריקגעקומען פאר א ביקור גומלין, און צו ווייטער פירן די געשפרעכען.
מיטן מארד פון אלכסנדר ווערט טאקע די 11 יעריגע פעטער די צווייטער קעניג פון יוגעסלאוויע, אבער די פאקטישע מאכט ליגט מיט די שוועסטער קינד פון די קעניג אלכסנדר פרינץ פאול. ער וועט זיין רעגענט, ווי לאנג פעטער וואקסט אויף.